איז אזוי, די שרייבסט זייער גוט און ביסט מדגיש די ווארט רוב.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:49 pm @היימישע זייגער א יישר כח פאר'ן צואווייזן דיין היסטאריע, איך בין דארט געוואויר געווארן פון דיר עפעס א עצה וועגן עקזימא וואס קען מיר צונוץ קומען... (באמת)
צו דיין ענין דא, היות ס'איז טאקע ערלויבט עני נארמאלע דעבאטע וואס בארעדט נישט קיינעם, אפשר טאקע לאמיר אויסשמועסן דיין נושא.
ס'איז לכאורה גאנץ קלאר אז "רוב" היימישע היינטיגע גדולי ישראל האלטן נישט אז היינט צוטאג צו וועלן פאר א ליבעראלער איז א פראבלעם.
איך זע למשל דו בארירסט די נושא פון "לפני עור". דאס איז א הלכה'דיגע נושא וואס אפילו אויב אין די ליטווישע גאס איז דא ווער עס טייטשט עס די וועג, איז דאס אמאל זיכער אז ביי אונזערע היימישע רבנים איז נישטא כמעט קיינער וואס האלט אזוי, היינטיגע צייטן. בעצם, די גאנצע לפני עור איז דאך נאר אויב דו ביסט א דירעקטע גורם. כהיום אז כמעט אלע קאנדידאטן שטיפן בערך די זעלבע אגענדעס, איז דאס כמעט נישט שייך בכלל, לכאורה.
אויב פארזע איך עפעס, שמועס עס אויס.
מעינסטריעם מידיע האט רוב אבער עס איז נאך אלץ דא א פראצענט וואס האלט פארקערט, אז קאראנא האט זיך אפשר אנגעפאנגען אין א לעב האט מעינסטריעם פראבירט צו אפמאלן יעדע וואס גלייבט דערין ווי א וויסטע משוגענע ביז די טאטעס האבן ערלויבט עס צו זאגן און מעינסטריעם האט עס שוין געמעגט מעלדן, נאר א שנעלה משל.
יעצט למשל די נושא פון חינוך, וואקסין, עריע 51, גרעיט ריסעט, איווענט 201 וכו וכו, איך פארשטיי אז מעינסטריעם שרייבט נישט דערוועגן אבער עס זענען דאך דא א פראצענט אידן וואס ווילן עס יא דורכקייען פארוואס לאזטו נישט שרייבן דערוועגן אדער לייגסט עס אין אקטועלע אויפן בעסטן אופן?
יעצט לגבי דיין שאלה, איך פערזענדליך האב געהאט א שאלה וועגן א געוויסע זאך וואס עס וואלט נאר אפשר בספק מכשיל געווען פרייה אידן און געפרעגט 2 רבנים און ביידע האבן געזאגט אז איך מעג עס נישט טוהן אפילו עס האט זיך גערעדט פון גרויסע פארדינסטן, ביי אריינוועלן ווען אידן מאכן זיכער די חילוק קען טאקי זיין אז רוב רבנים זאגן אז עס איז מותר , און איך מעג אויך וויסן מהיכן דנתני, אבער עס זענען אפשר אויך דא א מועט וואס האלטן אז מען מעג נישט, פארוואס מעג מען דאס נישט אויסשמועסן אויף א נארמאלע פארנעם?
און אגב ווייסט איינער וואס מען האט געפרעגט אזא שאלה ספעסיפיקלי ווען אידן גייען אויסמאכן די חילוק און מען האט געפסקנט להיתר?