אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 720
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1116

פאוסט דורך ווירקליך »

ווי געשמועסט, וואלט געווען געראטן צו האבן א ווינקל וואו מ’קען אפהאלטן אפענע שמועסן איבער אקטועלע נושאים אויף אידטיש, און פארזיכערן אז קיינער זאל זיך נישט דרייען מיט קיין שווער הארץ אויף די ארבעט פון די חברי המערכת.

איך גיי דא פתיחה פאר דעם ווינקל, און איך בעט בשם מיינע קאלעגעס, אויב האט איר עפעס צו אויסשמועסן, איבער די וועג וויאזוי ספעציפישע און דזשענעראל טאפיקס ווערן קעיר גענומען, אדער סיי וועלכע אויפפאסונגען, ברענגט עס גלייך אהער און לאמיר רעדן אפן ווי ידידים.

אבער לאמיר האלטן די שמועסן פריינטליך און ברידערליך.

יישר כח.

ווירקליך - בשם חברי מערכת אידטיש.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שמחה ונחת
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:44 pm
x 9

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שמחה ונחת »

כ'ווייס ניט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול אויף דעם.
ס'דא עפעס כללים אין די וועג וויאזוי מ'שרייבט נעמען פון אדמורי"ם אויף דעם סייט?,
מיר קוקט אויס אז סתם "רבי" אויף די סייט מיינט האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א, און אלע אנדערע חצרות זאלן זיך באקראצן וויאזוי צו מסביר זיין פון וועלכע רבי מ'רעדט דא.
איז שייך א תיקון אין דעם?
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 217
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 276

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

שמחה ונחת האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:45 am כ'ווייס ניט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול אויף דעם.
ס'דא עפעס כללים אין די וועג וויאזוי מ'שרייבט נעמען פון אדמורי"ם אויף דעם סייט?,
מיר קוקט אויס אז סתם "רבי" אויף די סייט מיינט האדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א, און אלע אנדערע חצרות זאלן זיך באקראצן וויאזוי צו מסביר זיין פון וועלכע רבי מ'רעדט דא.
איז שייך א תיקון אין דעם?
א אשכול וועלכע איז א סאטמאר מהר"א טעמע שרייבט מען רבי מיינט מען די סאטמאר רבי, אין די סקווירא אשכול ווען מען שרייבט רבי מיינט מען די סקווירא רבי, אזויווי די סייט איז פאר סיי וועלכע סיבה שטארק אויפגעכאפט ביי די חסידי מהר"א, זענען דא אסאך אשכולות ווי מען רעדט פון סאטמארע ענינים ווי דארט רופט מען מהר"א "רבי".
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 720
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1116

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך ווירקליך »

@נייעס ליבהאבער שרייבט גוט, אין א מהר"א אשכול מיינט דער רבי געוויס מהר"א

דער כלל אין אלגעמיין איז אז מיר טיילן נישט איין קיין טיטלען, מיר באשטימען נישט אויף גדולי ישראל וויאזוי זיי זאלן גערופן ווערן (א שטייגער ווי ראב"ד גאב"ד וכדומה), נאר כל זמן דער טיטל איז אן אפיציעל אנגענומענער טיטל ביי אפיציעלע אנערקענטע נייעס קוועלער אדער סיי וועלכע פלאטפארמע אפיליאירט מיט דעם חסידות, קען מען שרייבן אזוי.

פארשטייט זיך אז ווען ס’א ספק פון וועלכע רבי מ’רעדט איז פשוט פארשטענדליך אז מדארף שרייבן א קלארן סימן.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך איד »

געווען א געוויסע אשכול, וואס האט גארנישט געהאט מיט מהר''א
איינער האט געשריבן אדמו''ר מ'סאטמאר, פלעין
איך האב געוואלט וויסן פון וועלכע מ'רעדט, האב איך געפרעגט, וועלכע
אנשטאט באקומען אן ענטפער, האט מען מיך געזאגט, אז איך זאל אויסרעכענען לויט די יארן ווער ס'איז געווען...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 720
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1116

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך ווירקליך »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:05 pm געווען א געוויסע אשכול, וואס האט גארנישט געהאט מיט מהר''א
איינער האט געשריבן אדמו''ר מ'סאטמאר, פלעין
איך האב געוואלט וויסן פון וועלכע מ'רעדט, האב איך געפרעגט, וועלכע
אנשטאט באקומען אן ענטפער, האט מען מיך געזאגט, אז איך זאל אויסרעכענען לויט די יארן ווער ס'איז געווען...
יא, כהאב עס געזען, אבער נישט ווען דער שמועס איז נאך געווען אקטיוו, סא כהאב נישט געמעקט.

אלזא, אויב דו ווייסט וועלכע איז אודאי פשט’לאז צו פרעגן, דערפאר ווען איינער פרעגט יא, בפרט א נארמאלע ניק ווי @איד איז מובן אז ער פרעגט ערנסט און סאיז א שלעכטיגקייט צו ענטפערן קרום.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שמחה ונחת
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:44 pm
x 9

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שמחה ונחת »

למשל די תגובה
viewtopic.php?p=73030#p73030
פון ווי דארף מען וויסן פון וועם מ'רעדט?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

שמחה ונחת האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:55 pm למשל די תגובה
viewtopic.php?p=73030#p73030
פון ווי דארף מען וויסן פון וועם מ'רעדט?
קוק אויף די אוועטער פונעם כותב (נוץ אביסל דאס קעפעל)
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שמייכלדיג »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:00 pm
שמחה ונחת האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:55 pm למשל די תגובה
viewtopic.php?p=73030#p73030
פון ווי דארף מען וויסן פון וועם מ'רעדט?
קוק אויף די אוועטער פונעם כותב (נוץ אביסל דאס קעפעל)
גערעכט, איך האב עס אויך אויסגעפיגערט צום סוף, אבער פארוואס זאל מען דארפן נוצן דעם קעפל?... בעסער זאל א שרייבער נוצן דעם קעפל אז דא געפינען זיך אידן פון אסאך קרייזן פאסט נישט צו שרייבן רבינו בלשון סתמי.
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך איד »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:00 pm
שמחה ונחת האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:55 pm למשל די תגובה
viewtopic.php?p=73030#p73030
פון ווי דארף מען וויסן פון וועם מ'רעדט?
קוק אויף די אוועטער פונעם כותב (נוץ אביסל דאס קעפעל)
גערעכט ווער ס'וויל וויסן ווייסט, און קיינער האט טאקע נישט געפרעגט דארט

אבער למעשה איז עס אן עוולה, ביסט אין א טעמע, ווי מ'ברענגט פון אלע חצירות, שרייב א נאמען, פון וואס שעמסטו זיך ?

איך האב גראדע דן געווען לכף זכות
ס'קען זיין אז ער האט עס געשריבן פאר איינע פון די סאטמאר מהר''א אשכולות, און נאכדעם איבער געלייגט דא, און פארגעסן צוצילייגן וועלכע רבי
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:06 pm

אזוי ווי דער מנהל האט פריער דא געשריבן איז די איינציגסטע ציל צו שרייבן ווער אז מען זאל וויסן פון וועם מען רעדט, און אויב מווייסט מען אנדעם פעלט נישט אויס צו שרייבן , דא איז נישט אייוועלט וואס מען מוז שרייבן כדי להוציא מליבן אז יעדער זאל וויסן אז איך בין מודה אז עס איז דא נאך איינס, עס איז נאר מען זאל וויסן פון וועם מען רעדט
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:19 pm viewtopic.php?p=71663#p71663
And this?
איך זעה אז דו האסט געוואוסט פון וועם מען רעדט , ווען איךרעד מיט א חבר אפילו זאג איך אויך נישט מהר"א דא איז נישט רוסלאנד צו באצווינגען וויאזוי צו רעדן אויב איינער איז באמת נישט קלאר קען ער אנפרעגן אבער דארט האט יעדער געוואוסט פון וועם מען רעדט

אפילו קול בחצרות וואס איז א האטליין ווי טויזענטער מענטשן רופן אריין פון אלע שיכטן און קרייזן פראבירן אויך אויסצולאזן מהר"א מהר"יי ווי ווייט מעגלעך ווען מען פארשטייט פון וועם מען רעדט
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:23 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:19 pm viewtopic.php?p=71663#p71663
And this?
איך זעה אז דו האסט געוואוסט פון וועם מען רעדט , ווען איךרעד מיט א חבר אפילו זאג איך אויך נישט מהר"א דא איז נישט רוסלאנד צו באצווינגען וויאזוי צו רעדן אויב איינער איז באמת נישט קלאר קען ער אנפרעגן אבער דארט האט יעדער געוואוסט פון וועם מען רעדט
Its not about if you know or not its the atitude from some people that this site is owned by there party
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:40 pm

פארוואס עפעס? דער מהר"יי חסיד קען טון דאס זעלביגע
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:42 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:40 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:23 pm

איך זעה אז דו האסט געוואוסט פון וועם מען רעדט , ווען איךרעד מיט א חבר אפילו זאג איך אויך נישט מהר"א דא איז נישט רוסלאנד צו באצווינגען וויאזוי צו רעדן אויב איינער איז באמת נישט קלאר קען ער אנפרעגן אבער דארט האט יעדער געוואוסט פון וועם מען רעדט
Its not about if you know or not its the atitude from some people that this site is owned by there party
פארוואס עפעס דער מהר"יי חסיד קען טון דאס זעלביגע
right both are wrong
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 777
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 624

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך איך »

ביטע שרייבן אין אידיש
דאס איז יא יעדער אייניג
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:43 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:42 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:40 pm

Its not about if you know or not its the atitude from some people that this site is owned by there party
פארוואס עפעס דער מהר"יי חסיד קען טון דאס זעלביגע
right both are wrong
די סייט איז א סייט וואס איז אונד ביי אלע יוזערס און יעדער קען זיך דא שפירט אינדערהיים ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות, אנדערע סייטס מאכט טאקע זיכער צו אונען זייער סיייט אז ווען דו שריייבסט דארט שרייבסטו אויף זייער סייט משא"כ אידטיש שרייבט יעדער היימיש און נאטורליך
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3505
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9061

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:26 pm אפילו קול בחצרות וואס איז א האטליין ווי טויזענטער מענטשן רופן אריין פון אלע שיכטן און קרייזן פראבירן אויך אויסצולאזן מהר"א מהר"יי ווי ווייט מעגלעך ווען מען פארשטייט פון וועם מען רעדט
דאכציך אז ער נוצט קר"י און וומס"ב אלס סימן
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3175
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3650

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שמח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:07 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:26 pm אפילו קול בחצרות וואס איז א האטליין ווי טויזענטער מענטשן רופן אריין פון אלע שיכטן און קרייזן פראבירן אויך אויסצולאזן מהר"א מהר"יי ווי ווייט מעגלעך ווען מען פארשטייט פון וועם מען רעדט
דאכציך אז ער נוצט קר"י און וומס"ב אלס סימן
כמעט נישט.
דאפּעלט איז שטערקער...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 3:07 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:26 pm אפילו קול בחצרות וואס איז א האטליין ווי טויזענטער מענטשן רופן אריין פון אלע שיכטן און קרייזן פראבירן אויך אויסצולאזן מהר"א מהר"יי ווי ווייט מעגלעך ווען מען פארשטייט פון וועם מען רעדט
דאכציך אז ער נוצט קר"י און וומס"ב אלס סימן
נאופס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3214
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4453

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך וואוילער »

מהר"א מהר"יי נאכאמאהל און נאכאמאהל...

ביטע נישט נעמען פערזענליך ווען איינער שרייבט נישט, און אין די זעלבע צייט שעים דיך נישט צו שרייבן, דיין רבי ווערט נישט קלענער וועגן דעם, און מעגסט זיין גענוג ערוואקסן צו וויסן אז נישט יעדער לעבט אין די זעלבע באקס ווי דיר, ס'דא עטליכע באקסעס.

שלום על ישראל!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין
845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך איד »

ווען איך בין אין א שמועס מיט חברים, פון פארשידענע קהילות
און איינער ווען ער דערמאנט זיין רבי, זאגט ער די רבי, מאכט עס זייער נערוועיז, אפי' מ'ווייסט פונקטליך וועמען ער מיינט,
(חוץ אויב ס'איז אין יענעמס בית מדרש, און וועגן דעם האב איך קלאר געשטעלט מיט די הנהלה, אז דא איז א פאבליק פלאץ, און ס'באלאנגט נישט מער פאר איינעם ווי א צווייטן)
ס'איז אלץ דא מענטשן וואס וועלן אזוי רעדן, אבער רוב מענטשן ווען מ'רעדט צו א חסיד פון א צווייטע רבי זאגט מען נישט פלעין די רבי, אפי' יענער גייט וויסן וועמען איך מײן
סא, אז מ'וויל ס'זאל זיין א פריינטליכע שמועס, איז דאס נישט די וועג
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:05 pm ווען איך בין אין א שמועס מיט חברים, פון פארשידענע קהילות
און איינער ווען ער דערמאנט זיין רבי, זאגט ער די רבי, מאכט עס זייער נערוועיז, אפי' מ'ווייסט פונקטליך וועמען ער מיינט,
(חוץ אויב ס'איז אין יענעמס בית מדרש, און וועגן דעם האב איך קלאר געשטעלט מיט די הנהלה, אז דא איז א פאבליק פלאץ, און ס'באלאנגט נישט מער פאר איינעם ווי א צווייטן)
ס'איז אלץ דא מענטשן וואס וועלן אזוי רעדן, אבער רוב מענטשן ווען מ'רעדט צו א חסיד פון א צווייטע רבי זאגט מען נישט פלעין די רבי, אפי' יענער גייט וויסן וועמען איך מײן
סא, אז מ'וויל ס'זאל זיין א פריינטליכע שמועס, איז דאס נישט די וועג
ווענט זיך ווי איין און ווי אויס, קיינער שרייבט נישט דא עפ"י רוב סתם רבינו שליט"א אן א נאמען סאטמאר אדער פאפא, אינמיטן א שמועס ווען מען ענטפערט פאר איינעם דאן קען מען זאגן דער רבי , ווען מען מעלדט א נייעס אויף א פארמאט פון נייעס רעפארטר דאן איז נארמאל צו שרייבן וויזניצער רבי אן א נאמען אויב איז ניכר לכל פון וועם מען רעדט, ווי געזאגט טוט בחצרות אויך אזוי, און ביטע נישט ווערן נערוועז פון אזעלכע נארישקייטן, יעדער קען שריייבן וויאזוי עס איז אים באקוועמער, דאס איז די מהלך פון אידטיש נאטירליך לויט יעדעמס געשמאק
שרייב פאוסט