די מעשה פון דער מגילה
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
די מעשה פון דער מגילה
וַיְהִי, בִּימֵי אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ...
די מגילה הייבט זיך אן מיט דעם אחשוורוש וואס איז געווען קעניג, איר ווייסט וואס דאס מיינט בכלל א קעניג??? א קעניג האט אמאל געקענט טוהן מה שלבו חפץ במלוא מובן המילה.
ער האט נישט געקעניגט אויף איין לאנד, ער האט געקעניגט אויף הונדערט זיבן און צוואנציג לענדער!!!!!
די מגילה הייבט זיך אן מיט דעם אחשוורוש וואס איז געווען קעניג, איר ווייסט וואס דאס מיינט בכלל א קעניג??? א קעניג האט אמאל געקענט טוהן מה שלבו חפץ במלוא מובן המילה.
ער האט נישט געקעניגט אויף איין לאנד, ער האט געקעניגט אויף הונדערט זיבן און צוואנציג לענדער!!!!!
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
אויף וויפיל לענדער האט אחשוורוש נישט געקעניגט?
און ווער זענען געווען די קעניגן אויף די אנדערע לענדער?
און ווער זענען געווען די קעניגן אויף די אנדערע לענדער?
Re: די מעשה פון די מגילה.
מגילה יא. תנו רבנן שלשה מלכו בכיפה ואלו הן אחאב ואחשורוש ונבוכדנצר
ער האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט
ער האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט
Re: די מעשה פון די מגילה.
זעהט דא האימפריה הפרסית האחמנית
מיין ניק איז געטוישט געווארן פון "מיילך" צו "בתכתקי", לחיים!
Re: די מעשה פון די מגילה.
כ'גלייב איר ווייסט אבער אסאך ווייסן נישט אז שושן מיט שושן הבירה זענען צוויי באזונדערע שטעט
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
אחשוורוש האט געוואוינט אין שושן הבירה?? אדער נאר ווען ער איז געווארן קעניג האט ער אהינגעמופט?
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
בִּשְׁנַת שָׁלוֹשׁ לְמָלְכוֹ, עָשָׂה מִשְׁתֶּה, לְכָל שָׂרָיו וַעֲבָדָיו וכו' יָמִים רַבִּים, שְׁמוֹנִים וּמְאַת יוֹם, וּבִמְלוֹאת הַיָּמִים הָאֵלֶּה, עָשָׂה הַמֶּלֶךְ לְכָל הָעָם הַנִּמְצְאִים בְּשׁוּשַׁן הַבִּירָה לְמִגָּדוֹל וְעַד קָטָן מִשְׁתֶּה שִׁבְעַת יָמִים:
@פופציגער אפשר לייגסטו אראפ וויאזוי די סעודה האט אויסגעקוקט??
@פופציגער אפשר לייגסטו אראפ וויאזוי די סעודה האט אויסגעקוקט??
Re: די מעשה פון די מגילה.
די פרט געדענק איך נישט, ליגט מיר אין קאפ אז ער האט אויף געבויעט די שטאטרעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 4:54 pm אחשוורוש האט געוואוינט אין שושן הבירה?? אדער נאר ווען ער איז געווארן קעניג האט ער אהינגעמופט?
בקצרה, אלע שרי המלוכה האבן געוואוינט אין שושן הבירה, די אידן האבן געוואוינט אין שושן
פשטות איז געווען א טייך צווישן די צוויי שטעט (פון דעם איז משמע אז עס איז געווען נאנט איינס צום צווייטן) אזוי ווי די גמרא זאגט (מגילה טו,א) "שמואל אמר דעבר ערקומא דמיא"
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: די מעשה פון די מגילה.
די מעשה מיט די מגילה איז זייער פשוט,
ער גייט אריין אין סטאר, און ער זעהט אזעלע הויכע פרייזן אזש ער שפאצירט ארויס אין אן אויגנבליק!
נו שוין העמיר מוזן קויפן א מגילה קומענדיגעס יאר...
ער גייט אריין אין סטאר, און ער זעהט אזעלע הויכע פרייזן אזש ער שפאצירט ארויס אין אן אויגנבליק!
נו שוין העמיר מוזן קויפן א מגילה קומענדיגעס יאר...
Re: די מעשה פון די מגילה.
איר ווייסט וואס איז די מקור פון שושנת יעקב? (איך ווייס...)
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
פליז, איך האב געפענט די טעמע אונטער תורה'דיג, נישט אינטער אונטערהאלטונג.דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 7:48 pm די מעשה מיט די מגילה איז זייער פשוט,
ער גייט אריין אין סטאר, און ער זעהט אזעלע הויכע פרייזן אזש ער שפאצירט ארויס אין אן אויגנבליק!
נו שוין העמיר מוזן קויפן א מגילה קומענדיגעס יאר...
שכוח פאר דיין פארשטענדעניש.
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
אינטערסאנט אז די סעודה איז געווען אפגעטיילט די מענער און די פרויען.
דער אלעמען באקאנטער ושתי, האט געמאכט אן עקסטערע סעודה אין פאלאץ פאר די נשים.
דער אלעמען באקאנטער ושתי, האט געמאכט אן עקסטערע סעודה אין פאלאץ פאר די נשים.
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1236
Re: די מעשה פון די מגילה.
פריער געזען די נעמען פון די קופה של שרצים פון המן הרשע
המן בן המדתא בן סרח בן בוזה בן אפלוטס בן דיוסף בן דיוסים בן פרוס בן מעדי בן בלעקן בן אנתיפרוס בן חרידוס בן שגר בן נגר בן פרמשתא בן ויזתא בן עמלק בן אליפז בן עשו
ימח שמם וזכרם ונמח זכירם מלהזכירם...

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 348
- פארבינד זיך:
Re: די מעשה פון די מגילה.
וואס איז פשט אז נאכדעם וואס די גזירה אויף די אידן איז בטל געווארן, האט מען אנגעהויבן הרג'ענען די גוים?
האט דאס אחשוורוש צוגעלאזט אז מ' זאל הרג'ענען מענטשן רעכטס און לינקס?
האט דאס אחשוורוש צוגעלאזט אז מ' זאל הרג'ענען מענטשן רעכטס און לינקס?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
- x 305
Re: די מעשה פון די מגילה.
ער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
Re: די מעשה פון די מגילה.
וַיִּכְתֹּב בְּשֵׁם הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרֹשׁ וַיַּחְתֹּם בְּטַבַּעַת הַמֶּלֶךְ וַיִּשְׁלַח סְפָרִים בְּיַד הָרָצִים בַּסּוּסִים רֹכְבֵי הָרֶכֶשׁ הָאֲחַשְׁתְּרָנִים בְּנֵי הָרַמָּכִים׃ אֲשֶׁר נָתַן הַמֶּלֶךְ לַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּכָל עִיר וָעִיר לְהִקָּהֵל וְלַעֲמֹד עַל נַפְשָׁם לְהַשְׁמִיד וְלַהֲרֹג וּלְאַבֵּד אֶת כָּל חֵיל עַם וּמְדִינָה הַצָּרִים אֹתָם טַף וְנָשִׁים וּשְׁלָלָם לָבוֹז׃ בְּיוֹם אֶחָד בְּכָל מְדִינוֹת הַמֶּלֶךְ אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ בִּשְׁלוֹשָׁה עָשָׂר לְחֹדֶשׁ שְׁנֵים עָשָׂר הוּא חֹדֶשׁ אֲדָר׃ פַּתְשֶׁגֶן הַכְּתָב לְהִנָּתֵן דָּת בְּכָל מְדִינָה וּמְדִינָה גָּלוּי לְכָל הָעַמִּים וְלִהְיוֹת היהודיים עתודים לַיּוֹם הַזֶּה לְהִנָּקֵם מֵאֹיְבֵיהֶם׃
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1636
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3982
Re: די מעשה פון די מגילה.
ער מיינט צו פרעגן די וואס שיקן אריין הילף קיין עזה נאכן דורך פירען א מאסן שחיטה, און דערנאך פארדאמען זיי מדינת ישראל פארן ראגירן צו די רציחות...דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:32 pmער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 220
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 348
- פארבינד זיך:
Re: די מעשה פון די מגילה.
אויף די אידן איז נישט קיין חידוש, ער האט דאך פיינט געהאט די אידן מער ווי המן האט פיינט געהאט די אידן. (גמ.)דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:32 pmער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
שאלה איז, וואס עפעס דארף מען יעצט הרג'ענען די גוים?
Re: די מעשה פון די מגילה.
יענע האלטן זעט אויס ווי דער חפץ חיים אז די ציונים זענען מזרע עמלק והמן, און זיי ווייסן נישט דעם סוד אז זייעניסטס אר נאט דזשואס ענד דזשואס אר נאט זייעניסטס....נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:48 pmער מיינט צו פרעגן די וואס שיקן אריין הילף קיין עזה נאכן דורך פירען א מאסן שחיטה, און דערנאך פארדאמען זיי מדינת ישראל פארן ראגירן צו די רציחות...דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:32 pmער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
Re: די מעשה פון די מגילה.
וואס טוט מען נישט פאר שלום בית?....הימל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:42 pmאויף די אידן איז נישט קיין חידוש, ער האט דאך פיינט געהאט די אידן מער ווי המן האט פיינט געהאט די אידן. (גמ.)דער רבי איז געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 1:32 pmער האט דאך געפלאנט מתחילה צוצולאזן אזאנס אויף די יודן, סא וואס איז דער חידוש?
שאלה איז, וואס עפעס דארף מען יעצט הרג'ענען די גוים?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: די מעשה פון דער מגילה
למעשה המן איז דאך געווען אן עבד ביי איד, יצא מכלל זרע עמלק, איז פארוואס שעלט מען אים אזוי?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1636
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3982
Re: די מעשה פון די מגילה.
דער אבן עזרא אנהויב פון די מגילה אין פסוק ב' איז מבאר אז שושן הבירה איז געווען די שטאט וואו אחשורוש האט געוואוינט, און דאס ווערט גערופען שושן ''הבירה'' צוליב דעם וואס בירה איז א לשון פון א פאלאץ, און ממילא איז דאס גאנצע שטאט גערופען געווארן ''שושן הבירה''.
דער שטאט שושן הבירה האט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן שטאט שושן, און עס איז אפילו נישט געווען איינס נעבן צווייטען (בפשטות). נאר דאס שטאט שושן הבירה האט זיך געפונען אין עילם. און די שטאט ''שושן'' איז א שטאט וואס האט זיך געפונען אינדרויסען פון עילם, אבער איז געווען נאנט צו עילם. די צוויי האבן נישט געהאט א ספעציעלע שייכות חוץ אז די נאמען איז געווען ענליך. (לויט ווי דער מלבי''ם לייגט עס אראפ איז עילם מתחילה נישט געווען א חלק פון די פרס'ישע מלוכה, נאר דאס האט אחשורוש שפעטער איינגענומען און דארט אוועקגעשטעלט די הויפט שטאט)
די שטאט ''שושן'' שרייבט דער אבן עזרא איז געווען א אידישע שטאט, משא''כ די שטאט שושן ''הבירה'' איז געווען די הויפט שטאט פון עילם, און דאס איז געווען א גוי'שע שטאט. די רבי ר' יונתן אין יערות דבש (חלק ב' דרוש ט') זאגט אז דאס וואס די מדרש שרייבט אויפן פסוק איש יהודי אל תקרי יהודי אלא יחידי, אז דאס מיינט אז מרדכי איז געווען ממש די איינציגע איד וואס האט געוואוינט אין שושן ''הבירה'', משא''כ די אנדערע אידן האבן געוואוינט אין שושן סתם.
דער אבן עזרא ברענגט זיך א ראיה אז שושן הבירה איז געווען אין עילם, פון דאס וואס מיר זעהן אין דניאל (ח' ב') ואראה בחזון ויהי בראותי ואני ''בשושן הבירה'' אשר בעילם, וואס פון דא זעהן מיר אז שושן הבירה איז געווען אין עילם.
רבי ראובן מרגליות אין ספר עוללת (כ''א) שרייבט אז די שטאט שושן הבירה איז געווען צו די זייט פון די שטאט שושן, און עס איז געווען א טייך וואס האט אפגעטיילט צווישען די צוויי. קודם איז געווען די גרויסע שטאט שושן, און דערנאך איז געווען א טייך וואס מען האט געדארפט אריבערגיין אנצוקומען צום הויפט קוואטיר פון די מלוכה. אזא שטייגער ווי נוי יארק, וואס כדי אנצוקומען צום הויפט חלק פון נוי יארק וואס דאס איז מענהעטען דארף מען אריבער גיין א וואסער.
שרייבט ר' יונתן אין יערות דבש ווייטער אז דארט אין דניאל זעהן מיר ווי דנאיל זאגט ווייטער ''ואני הייתי על אובל אולי'' זאגט רש''י אז עס איז געווען א טייך נעבן שושן הבירה וואס האט געהייסען אולי. זאגט ר' יונתן אז אין די גמרא (מגילה טו.) געפונען מיר צוויי פשטים אויפן פסוק ויעבר מרדכי. די ערשטע פשט איז די באקאנטע פשט אז מרדכי האט געהייסען די אידן פאסטען דעם ערשטען טאג יו''ט פסח, און אזוי ארום ''מעביר'' געווען דעם יו''ט. די צווייטע פשט זאגט די גמרא אז מרדכי איז אריבער א טייך וואסער.זאגט ר' יונתן אז מרדכי האט געוואוינט אליינס אין שושן הבירה אפגעטיילט פון גאנץ כלל ישראל, און כדי אנצוקומען צו די אידישע קווארטעל האט ער געדארפט אריבער גיין דעם טייך אובל.
און צוליב דעם זעהן מיר טאקע אז עטליכע מאל שטייט אין די מגילה שושן הבירה, און עטליכע מאל שטייט סתם שושן.
בדרך אגב, איך האב צוגעצייכענט די מלבי''ם וועל איך כאטש אראפ ברענגען וואס די מלבי''ם זאגט. דער מלבי''ם שרייבט אז ביז אחשורוש איז די שטאט שושן הבירה בכלל נישט געווען די הויפט שטאט פון פרס, נאר איז געווען די הויפט שטאט פון עילם. נאר אחשורוש נאכן איינעמען עילם און דאס פארוואנדלען אלץ א חלק פון פרס האט כדי צו ווייזען מאכט אריבער געטוישט די הויפט שטאט פון פרס צום שטאט שושן הבירה.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1636
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3982
Re: די מעשה פון די מגילה.
אפס... יעצט זעה איך אז @איש ציון האט שוין גערעדט דערפון.viewtopic.php?p=72828#p72828נקודות טובות האט געשריבן: ↑מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:04 pmדער אבן עזרא אנהויב פון די מגילה אין פסוק ב' איז מבאר אז שושן הבירה איז געווען די שטאט וואו אחשורוש האט געוואוינט, און דאס ווערט גערופען שושן ''הבירה'' צוליב דעם וואס בירה איז א לשון פון א פאלאץ, און ממילא איז דאס גאנצע שטאט גערופען געווארן ''שושן הבירה''.