בלוט פארשוועמט

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2234
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5564

בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך פופציגער »

פון א גליקליכן עבר,
צו א וויסטן כלי שבור,
געטוישט.

בילדער דאקומענטירט,
דאס הארץ בארירט,
ס'רוישט.

פאראייביגט די פיין,
היסטאריע דאס געוויין,
פארשטויבט.

געיאמער זיי הערן נישט,
די אויערן ווערן נישט,
פארטויבט.

פאפיר קאלט ווי אייז,
שווארץ אויף ווייס,
טרוקן.

געשיכטעס לעגענדעס,
יעצט גיי אפווענד עס,
דערשטיקן.

אין הארץ אויפשפילן,
נאטן פון געפילן,
צומישט.

צארטע קעמערליך,
פארנעמען שווערליך,
צו’חוש’ט.

פאקטן טראמאטיזירנד,
גלייכגעוויכט רירנד,
דערביטערט.

איככה ראיתי באובדן,
דער ביטערן מצב דאן,
ערשיטערט.

***

מיין זיידע מיר דערציילט,
דעם נאכנישט פארהיילט,
וואונד.

די פיין אויפגעדעקט,
דעם בלוט פארפלעקט,
באַנד.

יארן פארביי,
כמעט נישט פון זיי,
פארבליבן.

די געשיכטעס אין ביכער,
ווערן וואס גיכער,
פארשריבן.

פון שווארצע ווירקליכקייט,
צו עפעס פון פארגאנגענהייט,
געביטן.

שטימע פאפירענע עדות,
צו וואס אונזערע זיידעס,
געליטן.

***

דער מח רעוואלטירט,
נישט פארשטיין זי פרובירט,
דערקוטשעט.

ווייס נישט און טראכט נישט,
פערזענליך אויסמאכט נישט,
מוטשעט.

הער צו און טרויער,
אבער א שטייפער מויער,
געשטעלט.

די וויזיע אויסשלייפן,
פון הערן ביז באגרייפן,
א וועלט.

א טאהט פארראטיג,
א בליק זייטיג,
געכאפט.

אויף בילדער דאקומענטאציעס,
ווייטאג אבזערוואציעס,
דעשנאפט.

איי עס ערוועקט,
בלוט אויפדעקט,
ברוטאל.

ווירקליך און וואר,
דאס בילד קלאר,
קריסטאל.

איי מיינע אויגן,
ס'האט געצויגן,
כ'ווייס.

מיין הארץ איר נעמט,
מיט קאשמארן פארשוועמט,
אין שווייס.

וויסן און הערן,
היסטאריע אין טרערן,
גענוג.

זען מיט די אויגן,
וועט שוין נישט טויגן,
איבריג.

***

עיני יורדה מים,
יעצט באפריי אים,
א דרימל.

קיין שלאף ער זעט,
א טרייסט בעט,
פון הימל.

על שבר בת עמי,
תשב"ר שלא טעמו,
פארלענדט.

על אלה אני בוכי',
א ווייטאגליכער תנועה,
ברענט.

מיין טרייסט נישטא,
ביז ומחה ה' דמעה,
דאס געוויין.

ברחמים תשוב לירושלים,
נעם אונז שוין אהיים,
אמן.


(שורה’לעך און ווערטער געגאסן און געשמירט נאכ’ן ליינען און קוקן אביסל פון די ליידן פון אונזערע זיידעס ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און דערביי בידים זיך אוועקרויבן דעם שלאף)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
why?
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:40 pm
x 11

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך why? »

זייער זייער גיט!
אסאך פא'עטישע שירות!
שטארק הנאה געהאט,
קים אריין אפטער!
א נאסע הארץ, קימט פין אסאך וויינען.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 740
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 658

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך טראפקעלע »

פשי...אונטער 20 מינוט נאכן זיך איינשרייבן, אזא הערליך שטיקל!
אוועיטער
היסטאריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:14 am
x 64

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך היסטאריש »

וואף! וואו איז דער לייק קנעפל? דאס איז מאסיוו! טרויעריג אבער טאלאנט.

(יאפ, האסט געמאכט דעם טעסט צי דו ביסט טאקע @פופציגער…)
אוועיטער
שוואכע הערצער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:42 pm
x 24

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך שוואכע הערצער »

הערליך! אויפגעוועקט די געגועים.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך גראז »

Wow!

עכט עכט טאלאנטפולע שורות און אויסדרוקן!
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 793
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 857

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:37 am וואף! וואו איז דער לייק קנעפל? דאס איז מאסיוו! טרויעריג אבער טאלאנט.

(יאפ, האסט געמאכט דעם טעסט צי דו ביסט טאקע @פופציגער…)
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 620
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 497

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך קיינמאל »

👌
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 111

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך א קלער »

זייער שיין
א גוטע התחלה
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך ר' דן »

@פופציגער רירענד און טיף, יישר כח.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך רעגנדיג »

געוואלדיגע טאלאנט! הארציג און רירנד ביז גאר!
מילעכיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:29 pm
x 6

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך מילעכיג »

באנומען דאס הארץ
פאָליש
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:42 am
x 21

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך פאָליש »

WOW!!!!

כהאב נישט קיין אנדערע ווערטער.

געשיכטעס לעגענדעס,
יעצט גיי אפווענד עס,
דערשטיקן.

ביי דעם זאץ האב איך אנגעהויבן קלערן אז איר האט דאס געמאכט אויף א ניגון. אפשר טאקע?
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 234

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך מיילעך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:22 pm
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:37 am וואף! וואו איז דער לייק קנעפל? דאס איז מאסיוו! טרויעריג אבער טאלאנט.

(יאפ, האסט געמאכט דעם טעסט צי דו ביסט טאקע @פופציגער…)
גענאגעלט!!!
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 247

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך דיעל שפיל »

wow
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 236

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך אלף טויב »

רבי פופצי איך ברוך געוואר ווערן פין די גאס אז גראמען קאנסטו אויכט?
נישקא נעמאלע זאך דאס!

קאן גאר זיין העטך ווען געניצט ביים חתונה מיינער מיט זיוויג ראשון שתחי'
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 793
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 857

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ראשון מכלל שיש שני? ס'ארא שפראך....
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 236

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך אלף טויב »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 2:45 pm ראשון מכלל שיש שני? ס'ארא שפראך....
להד"ם, גע'גנב'ט פון לאנגזאם, ווי ער ווארנט דער גראמער נישט קיין ווארט רעדן פונעם זיוויג ראשון זיינער,
קיינמאל געוויסט דערפון זאגט דער גראמער,
ענפערט ער נעע ס'נעכאלץ מיינער.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך המברך יתברך »

הערליך @פופציגער , א שאד מ'קען נישט לייקענען .
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך המברך יתברך »

אזוי האב איך זוכה געווען צו זיין ערשט עס צו יא קענען לייקן.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך אהרן זאב »

בארירנד און איבערגענומען!
אוועיטער
שעפטל נחום
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:24 pm
x 38

*Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך שעפטל נחום »

WOW מיין הארץ איז צונומען.

לעצטע מאל וואס אזאנס האט פאסירט איז עס געווען ווען איך האב מוחל געווען מיין חבר מיט מיין גאנצע הארץ און איך בין מיט גארנישט איבערגעבליבן צום לעבן...
משה זיכמעך
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 4:54 pm
Location: kj ruzin rd 11
x 27

Re: בלוט פארשוועמט

פאוסט דורך משה זיכמעך »

געבויטע שורות סיי מיט מח און סיי מיט געפיל!
שרייב פאוסט