א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 9:01 pm
ליפטיג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:37 pm האלטס קאפ ביים אויספאסטן, די איינזערס שיינען ארויס דעמאלטס...
יונגעלע?! דו האסט געפאסט היינט...?
זיי געדענקן צו דערמאנען איבערצוליינען קרי"ש...
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 176

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קשאנובער »

ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:44 pm
ליפטיג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:37 pm האלטס קאפ ביים אויספאסטן, די איינזערס שיינען ארויס דעמאלטס...
איך קלער אפשר וואלט בעסער געווען קודם צו אראפלייגן אין איין תגובה דעם פונקטליכן דעסקריפציע פונעם נומער וואו מהאלט און דערנאך עס אויסשמועסן
כמיין אז מ'וועט ארויסקומען מיט מער אינפארמאציע ווען משפאצירט אויף קליינע טריט
(ווי @ליפטיג האט געזאגט 'סטעפ ביי סטעפ')

סתם אראפלייגן די גאנצע זאך אויף איין צי איז נישט אינטערסאנט און מקומט נישט ארויס מיט צופיל נאלעדש.
בעסער איז ווען מגייט צוזאמען א שטיקל אויף א מאל יעדער מיט זיין אייגענע קנייטש און צום סוף האסטו א שיינעם בילד פונעם גאנצן נומער
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:44 pm
ליפטיג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:37 pm האלטס קאפ ביים אויספאסטן, די איינזערס שיינען ארויס דעמאלטס...
איך קלער אפשר וואלט בעסער געווען קודם צו אראפלייגן אין איין תגובה דעם פונקטליכן דעסקריפציע פונעם נומער וואו מהאלט און דערנאך עס אויסשמועסן
גערעכט! לאמיר תשובה...

ווען א גראפע שפאצירט ציזאמען איז אייביג דא איינער וואס לויפט פאראויס,
לאמיר אים נישט נאכלויפן,
וועסט ווערן אויסגעמיטשעט...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

"יעדער מיט זיין אייגענע קנייטש"

@טראפקעלע
דיינע קנייטשן טראגט אונז ווייטער.

יישר כח!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

ווען דו זיצט אין ביהמ"ד און א יונגל שאקלט זיינע פיסעלעך, און די אייזן פון זיין שיך קנאקט אזוי אין די אייזן אינטערן טיש, און יעדע האלבע סקונדע גיט עס אזא קלינג...
איז אינטערעסאנט ווי אזוי יעדע נומבערס ריספאנד וועט זיין,

יעצט האלטנדיג ביים איינזער,
אים וועט עס לכאורה די מערסטע באדערן, אדער וועט ער זיך די ערשטע אויפרעגן און גיבן אזא 'נאאא דו שטערסט...'

די זעלבע קען מען אויך זען למשל ווען די ווייב זאגט פאר די מאן אז צוואנציג נאך וועט זי ארויסקומען פון א חתונה,
וועט דער איינזער שוין ווארטן זיבעצן נאך אין קאר, און די ווייב וועט שוין האבן פיר מיס קאלס, און ער וועט איר פארהאלטן 'וואס הייסט נאר אפאר מינוט שפעט? א צייט איז א צייט!! מ'דארף זיך האלטן צו דעם!!'
אפשר א פרישע יונגערמאן וועט גארנישט זאגן ווייל אזוי האט די חתן מדריך געזאגט...אבער ער וועט זיך גיט רעגן...

(נישט אז ממש 'אזוי' זעט עס אויס, אבער די געדאנק איז אמת)

עמער ווארטן אויפן קומענדיגן נומבער צו קענען גיין צו די אנדערע איד וואס זיצט ביי יענעם טיש...

אגב, אויב דו ווייסט דיין נומבער, ביטע טיילט מיט אייגענע ערפארונג ווען מ'האלט ביי דיין רייע, חוץ אויב דו האסט מורא פון גילו...
איך וועל מוזן ווארטן ביז 7...@ליפטיג,יעצט ווייסטו שוין ווי איך לויף...?
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

נאכן ארויס לאזן דעם נאא' אויף מיין אימשילדיג זון,
וועט די איינזער נאך צוקימען צי מיר נאכן דאווענען, און מיך פשוט אויפקלערן ווי נישט גערעכט מיין זון איז, מיטן שאקלען פיס ביים דאווענען, געהערט אזאנס...!?!
ער וועט מיך נאך געבן א פינקטליכע סקריפט וואס איך דארף זאגן פאר מיין זיסקייט...

ער איז באמת דא צי מאכן אונזער וועלט פאר א בעסערע מקום!

סוואלט געווען א גיטע געדאנק צי קענען הערן פינעם בעל האנאמבער אליינס זיין עקספיריענס, ווי טראפקעלע זאגט

שוין. כמיין אינז זאלמיר יא וואקן אביסעלע שנעלער... וואס איז די אי' טי' עי' צי זיבן...?
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 247

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך דיעל שפיל »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:39 am ווען דו זיצט אין ביהמ"ד און א יונגל שאקלט זיינע פיסעלעך, און די אייזן פון זיין שיך קנאקט אזוי אין די אייזן אינטערן טיש, און יעדע האלבע סקונדע גיט עס אזא קלינג...
איז אינטערעסאנט ווי אזוי יעדע נומבערס ריספאנד וועט זיין,

יעצט האלטנדיג ביים איינזער,
אים וועט עס לכאורה די מערסטע באדערן, אדער וועט ער זיך די ערשטע אויפרעגן און גיבן אזא 'נאאא דו שטערסט...'

די זעלבע קען מען אויך זען למשל ווען די ווייב זאגט פאר די מאן אז צוואנציג נאך וועט זי ארויסקומען פון א חתונה,
וועט דער איינזער שוין ווארטן זיבעצן נאך אין קאר, און די ווייב וועט שוין האבן פיר מיס קאלס, און ער וועט איר פארהאלטן 'וואס הייסט נאר אפאר מינוט שפעט? א צייט איז א צייט!! מ'דארף זיך האלטן צו דעם!!'
אפשר א פרישע יונגערמאן וועט גארנישט זאגן ווייל אזוי האט די חתן מדריך געזאגט...אבער ער וועט זיך גיט רעגן...

(נישט אז ממש 'אזוי' זעט עס אויס, אבער די געדאנק איז אמת)

עמער ווארטן אויפן קומענדיגן נומבער צו קענען גיין צו די אנדערע איד וואס זיצט ביי יענעם טיש...

אגב, אויב דו ווייסט דיין נומבער, ביטע טיילט מיט אייגענע ערפארונג ווען מ'האלט ביי דיין רייע, חוץ אויב דו האסט מורא פון גילו...
איך וועל מוזן ווארטן ביז 7...@ליפטיג,יעצט ווייסטו שוין ווי איך לויף...?
:oops: :oops: :oops:
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

:arrow: :lol:
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

די איינסער פילט ווי זיין לעבן איז א מיסיע,
מיט דעם לעבט ער.
זיין דאווענען /עסן און אפולו זיין טיפע שבת נאכמיטאג שלאף איז א ציל...

ווען עפעס שטייט אים אין וועג פילט ער (*איז ער זיכער) אז עס שטערט אים פין אנקימען צים ציל,
און די רעזאלטאט פין דעם איז טאקע די פסקים וואס זיי שפארען נישט אויף אונז...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

כמיין מיט דעם האמיר שוין געניג צירוק געצאלט די איינזערס, פאר אלטס וואס אונז האבן געכאפט פין זיי אין די פארגאנגענהייט!

סוי לאמיר זיי דעליווערן אפאר קאמפלימענטס פאר אינז שפאצירן צים נעקסטען....
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

Who's there?

Delivery!

אן אפטע ערשיינונג ביי מיך, אז איך טרעף מיך אין א דילעמע.
אין אזא פאל וועל איך עס דורך שמעוסן מיטן איינזער,
און ארויס קימען מיט א קלארע דיסיזשען שטייצעך.

זיי האבן זייער א קלארע מחשבה, טאקע ווייל זיי שפירן די ריכטיגע וועג.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

זיי קענען אויך זיין שטארקע 'נאטורליך העלט מיינדעט' מענטשן.

די לעבן ביי ר' איינזער איז איין שטיק דיסישען מעיקינג, ס'איז יא ריכטיג, אדער נישט אויסגעהאלטן,
בכלל זעען זיי זאכן שווארץ אדער ווייס, יא-ניין, מותר-אסור,
זיך אביסל נאכלאזן אמאל, ווי למשל צו די ווייב, אדער פארשטיין א אויסנאם, רעד נישט צו זיי, חוץ אויב זייער דיין/מורה דרך (ווי זיי זענען אפטע געסט...) זאגט אז יעצט איז 'ריכטיג' צו טוען אזוי...

די וואס טוען אין די פעלד זאגן, אז איינזערס וואס רעסטריקטן זיך צו עקסטרעם, פלאצט עס אויס אין די עלטערע יארן אויף פארקערט,

זיי דארפן גלייבן אז יושר געפינט זיך נאר ביים אייבערשטן, און די וועלט איז נישט קיין עולם השלימה,
און אמת'ע יושר מיינט לעבן און זיך בייגן צום מציאות.

(א איינזער האט אמאל געזאגט, 'וואס הייסט?, פארוועם איז געמאכט די מסילות ישרים? אוודאי דארף א מענטש זיין שלימות'דיג!',
האט מען אים צוריקגעפרעגט (הגם, זיי קענען זיך גיט טענה'ן אויפציווייזן ווי גערעכט זיי זענען),
און דו דארפסט שוין נישט די מסילת ישרים? דו טוהסט אלעס ריכטיג? ווער ס'איז 100% אויסגעהאלטן איז שוין נישט דא...
אויף דער וועלט ארבייט מען אנצוקומען צו שלימות,

אזוי ווי א בחור האט זיך אמאל אפגערעד צום חזון איש, אז ס'איז אים צו שווער מיט די יצר הרע, די רבי זאל מתפלל זיין ער זאל זיך מער נישט מוטשענען מיטן יצה"ר, האט אים די חזון איש געענטפערט, שוין ווילסטו גיין? אזוי יונג? די וועלט איז געמאכט זיך צו פלאגן!!,

כ'מיין מ'זאל אבער נישט צופיל אריינגיין אין די רחניות'דיגע חלקים.)
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

ליפטיג האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 2:23 am Who's there?

Delivery!

אן אפטע ערשיינונג ביי מיך, אז איך טרעף מיך אין א דילעמע.
אין אזא פאל וועל איך עס דורך שמעוסן מיטן איינזער,
און ארויס קימען מיט א קלארע דיסיזשען שטייצעך.

זיי האבן זייער א קלארע מחשבה, טאקע ווייל זיי שפירן די ריכטיגע וועג.
ס'איז פאר זיי גרינגער אין א געוויסע זין צו זיין ערליך, און מקיים זיין אלע הלכות בדוקדוקי', נישט פארפאסן קרי"ש, שמו"ת, וכו',
זיי זענען בטבע פרומע אויסגעהאלטענע מענטשן.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 2:48 am

אממ... ממ...

דעס איז א קאמפלימענט..?
ליין איבער דיין תגובה ביפאר,

א קליינע ייצר הרע איז חשובער??? שוין אינז האמיר פארלוירן טרעק.. לאמיר נישט בלייבן סטאק...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

ליפטיג האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 2:56 am

דאס וואס כ'האב געשריבן, אז מ'קען נישט זיין שלימות'דיג, רעד איך פון נישט א געזונטע מענטש וואס האלט אז ער איז בעל הבית וואס ס'מיינט שלימות, א געזונטע איינזער אנערקענט אז שלימות מיינט נישט זיין בשלימות...

די חלק אז זיי זענען בטבע פרומע אויסגעהאלטענע מענטשן, רעד איך ווען זיי זענען געזינט.

שוין לאמיר זיך טאקע ריקן ווייטער.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קלוגער חכם »

ליפטיג האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 2:23 am Who's there?

Delivery!

אן אפטע ערשיינונג ביי מיך, אז איך טרעף מיך אין א דילעמע.
אין אזא פאל וועל איך עס דורך שמעוסן מיטן איינזער,
און ארויס קימען מיט א קלארע דיסיזשען שטייצעך.

זיי האבן זייער א קלארע מחשבה, טאקע ווייל זיי שפירן די ריכטיגע וועג.
זיי זענען קלארע טראכטער, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי היבש סובדזשעקטיוו.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

נא, חברה...
הייבטס צירוק אויף דעם שטעקן, און לאמיר שפאצירן צים נעקסטן סטאנציע.

געגאנען!

די צווייער איז אינזער ליבליכע געבער.
די צווייער איז דא אינז צי צושטעלן דאס בעסטע,
#זיין לעבן איז געבן

ער וועט דיך העלפן מיט דיין פראבלעם נאך פאר די האסט געכאפט אז עפעס איז איז נישט אויף די רעלסען,

אין א געווענדליכע צישטאנד וועט ער האבן די חק"ת שליסלעך, אלץ געהאלפן די סגן מנהל מאכן קאפיס, און אנגעפלאגט די ספיקער פארן גאסטס דרשה,

מקען דיך העלפן? כבין דא!

פארגעס נישט. אלעס איז בחינם! בחינם האסטע געזאגט...?
דוינט ווארי, ער קעשט ארויס עפעס וואס איז אים וויכטיגער ווי געלט,
די צווייער באצאלט מען מיט פשוטע ליבשאפט.. ער וועט דיך טון די שווערסטע ארבער אבי די וועסט מיך ליב האבן...
פארדעם לעבט ער.

ער גייט דיך באוואשען מיט קאמפלימענטען פאר פרי,

שטייסט אויף אין א שלעכטע גיסטע? וואק צו צים צווייער, און נעם אפ א גיט מארגן פין אים, סוועט זיך ארויסגיסן א ליבליכקייט פינעם ברייטען שמייכעל, געראנטירט!!

זיין גאנצע זיכערקייט קימט פין זיינע ארימיגע, די צווייער געבט מער וויפיל ער נעמט.
זיין קנעקעשן מיט מענטשן איז אלץ פין זיין געבן,
פאר ער טיט עפעס טראכט ער, גייט מיך דעס נענטער ברענגן צי מענטשן...?

אינטערעסאנט איז אז ער וועט קיינמאל נישט מודה זיין אז ער דארף צוקימען צי אנדערע.
ער איז זייער שטאלץ מיט זיך,
זיי האלטן אז מוואלט פשוט נישט געקענט אן זיי...

א נישט געזינטע צווייער וועט העלפן אימריכטיגע מענטשן אין די נישט ריכטיגע צייט,
א געזינטע וועט העלפן ציבראכענע שטיבער, ער האט א פעידזש אויף די בוני עולם קאמפעין נאך פארן פינקטליך וויסן ווי די געלט גייט,
ער ניצט אויס זיין ליבשאפט פאר אהבת ישראל און אודאי פארן באשעפער!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 176

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך קשאנובער »

הערליך געשריבן.. (קען זיין סאיז נאר ביי מיר. אבער...) סאיז גאנץ שווער אראפצולייגן די צווייער מיט א קלארקייט.. שכח ליפטיג! זייער שיין אראפגעלייגט!
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

א גיטע וואך.

עגרי מיט @קשאנובער, איך בין די מערסטע אומקלאר מיטן צווייער,

לאמיר גיין צום ענין,
ליפטיג לייגט אים אראפ אלס גאר פריינטליך און איבערגעגעבן, און ס'איז אמת, אבער הלואי זענען זיי אלע אלעמאל אזוי גיטהארציג, משיח קען שוין קומען...

כ'וועל גיין אביסל פון די אנדערע זייט.
די פראבלעם איז נאר אז צומאל פארלאנגט ער א פרייז פאר דעם, דו 'מוזט' מיר אנערקענען אלס דיין געבער און דו מוזט צוקומען צו מיר,
נישט פאר גאוה, סקיורעטי, נאר ער מוז באקומען דעם געפיל פון זיין דער געבער, און צומאל פארלאנגט ער דעם הכרות הטוב ביזן סוף.

קענסט דעם איד אין ביהמ"ד וואס נעמט צוזאם די חומשים נאכן ליינען? אויב א'ז ער פון דעם סארט און דו ווילסט אים אפטון (ח"ו, נאר פאר טעאריע), נעם עס צאם איין וואך...

(אגב, צו מאכן פאקטישע ביישפילן פון געוויסע התנהגות, קען ברענגען נישט ריכטיגע מסקנות, ווען מ'סטעמפלט איינעם אפ פון זען א געוויסע התנהגות, ווען בעצם קען עס קומען פון א צווייטע פלאץ, ביישפילן איז נאר פאר די נקודה שבו, נישט יעדע פאקער, עסקן, גבאי, וכדו' איז א צווייער, ס'איז דא נאך סיבות פארוואס א מענטש זאל עסקן'ען למשל 1,6,7,9)

דער צווייער 'מוז' צומאל פילן אז מ'מוז צוקומען צו אים,
ער קען נאנט ווערן מיט א חבר, און זיך ממש צוקלעבן צו אים, אים צושטעלן וואס ער דארף נאר, טראגן, ברענגען, אויסהערן אלע זיינע פראבלעמען, געבן הילף, ועוד ידם נטיעות,
אבער אויב דער חבר וועט אנהייבן האלטן א געוויסע דיסטענס פון אים(א מענטש דארף פריוואטקייט אויך), קען ער אנהייבן ממש צו רודף'ן און טון כל מה שביכלתו יענעם צו מאכן מוזן צוריקומען, און פון זיין יענעם'ס בעסטע פריינט ווערן יענעם'ס גרעסטע שונא.
(יעדע נומבער ווען ער איז נישט געזונט, ווערט ער די היפך).

געווען אמאל א צווייער וואס במצב כזה, פלעגט ער זיך פארקן אין יענעם'ס דרייוועי, יענער זאל נישט קענען ארויספארן אינגארירונג אים...

ווען זיין מאן/פרוי וועט האבן א געוויסע פראבלעם, קען זיך מאכן אז ער/זי זאל נישט זיין אינטערעסירט אויסצוהיילן דעם פראבלעם, צו קענען בלייבן העלפן, אז זי/ער זאל פילן ווי שטארק וויכטיג ער פעלט אויס און ווי גיטהארציג ער איז,

ס'איז נישט א רחמנות וואס ער האט אויף יענעם, נאר א רחמנות אויף זיך,

א צווייער וועט כמעט נישט גיין אויף העלפ(ער איז דאך אזא גיטער...),
ער קען גיין בעטן פאר העלפ פאר זיין חבר...אדער במעשה הנ"ל אז זיין חבר פארשטייט נעבעך נישט ווי שטארק ער מוז מיך האבן...

זיי קענען אויך רעדן זייער היציג מיט די גאנצע כח(ספעציעל ווען זיי האבן איינזער אין זיך).

זיי ווערן קיינמאל נישט זאט פון טוהן.

ס'איז זייער גיט ווען אזא איד דאווענט אין דיין ביהמ"ד, וואוינט אין דיין שכינות, אבער צו ווערן צו פערזענליך נאנט, קען זיך ענדיגן קאמפלאצירט.

כ'האב עס אראפגעלייגט זייער עקסטרעים, בדרך כלל טרעפן זיי ווי צו באקומען זייערע הנאות, און קומען נישט צו, צו דארפן גיין אזוי ווייט.
אוועיטער
טעמטי
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:30 pm
x 27

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טעמטי »

זייער זייער עקסטרעם אראפגעלייגט @טראפקעלע

כ'קען זייער אסאך געזונטע צווייער'ס. פון דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. אוודאי דארף ער די הכרת הטוב און די פילינג אז ער איז דער בעל חסד אא"וו, אבער סאיז ווייט נישט וואס די האסט אראפגעלייגט. סארי.
טעמו וראו, כי...
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

טעמטי האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:15 am זייער זייער עקסטרעם אראפגעלייגט @טראפקעלע

כ'קען זייער אסאך געזונטע צווייער'ס. פון דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. אוודאי דארף ער די הכרת הטוב און די פילינג אז ער איז דער בעל חסד אא"וו, אבער סאיז ווייט נישט וואס די האסט אראפגעלייגט. סארי.
גערעכט, טאקע עקסטרים (אונטערן רושם פון א צווייער פון וועם מיין גאנצע ביהמ"ד לייד),
ליין מיין לעצטע שורה(אויספיר)
"כ'האב עס אראפגעלייגט זייער עקסטרעים, בדרך כלל טרעפן זיי ווי צו באקומען זייערע הנאות, און קומען נישט צו, צו דארפן גיין אזוי ווייט."
כ'האב עס אביסל פאראכטן, צוגעלייגט 'צומאל', 'געוויסע', וכדו',

כ'האב פשוט געשריבן -פאר אינטערעסאנטקייט- ביז ווי זיי קענען אנקומען.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך טראפקעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:13 am
טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:39 am ווען דו זיצט אין ביהמ"ד און א יונגל שאקלט זיינע פיסעלעך, און די אייזן פון זיין שיך קנאקט אזוי אין די אייזן אינטערן טיש, און יעדע האלבע סקונדע גיט עס אזא קלינג...
איז אינטערעסאנט ווי אזוי יעדע נומבערס ריספאנד וועט זיין,

יעצט האלטנדיג ביים איינזער,
אים וועט עס לכאורה די מערסטע באדערן, אדער וועט ער זיך די ערשטע אויפרעגן און גיבן אזא 'נאאא דו שטערסט...'
ער וועט אים געבן א קענדי (שטענדיגע ארטיקל אין טאש...), זיכערמאכנדיג יעדער האט באמערקט...
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:18 am
טעמטי האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:15 am זייער זייער עקסטרעם אראפגעלייגט @טראפקעלע

כ'קען זייער אסאך געזונטע צווייער'ס. פון דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. אוודאי דארף ער די הכרת הטוב און די פילינג אז ער איז דער בעל חסד אא"וו, אבער סאיז ווייט נישט וואס די האסט אראפגעלייגט. סארי.
גערעכט, טאקע צו עקסטרים (אונטערן רושם פון א צווייער פון וועם מיין גאנצע ביהמ"ד לייד),
ליין מיין לעצטע שורה(אויספיר)
"כ'האב עס אראפגעלייגט זייער עקסטרעים, בדרך כלל טרעפן זיי ווי צו באקומען זייערע הנאות, און קומען נישט צו, צו דארפן גיין אזוי ווייט."
כ'האב עס אביסל פאראכטן, צוגעלייגט 'צומאל', 'געוויסע', וכדו',

כ'האב פשוט געשריבן -פאר אינטערעסאנטקייט- ביז ווי זיי קענען אנקומען.
נאא...
ווייט פין עקסטרעם! *מיי עמפיניאן.

א נישט געזינטע צווייער פילט מען זייער שטארק,
טאקע ווייל ער איז אנגעוויזן אויף דיך.

כפלעג פיינט האבן, פיינט האבן?
'כאב נישט אזוי געגליכענט' צווייערס,
נאך פארן וויסן אויף וועלכע הענט מיינע רצועות ווערן געדרייט, האטער מיר שוין געגעבן צי טועם זיין פין זייער באקאנטע פאבליק האגס.. (ארימהאלזן בלע"ז)
ווען כאמיר געטראפן מיטן צוויי פלעג איך נעמען די נעקסטע עקסיט.
ביז! כאב אויפגעמאכט מיין אויגן אביסעל בעסער, און אנערקענט אז אפאר פין מיינע נאנטע חבירים זענען דזשאסט געזינטע צווייערס...!

אביסעל זיך קריגען מיט טראפקעלע מעג איך..
א געזינטע 1+1 וועט זיין א גיטע חבר.
ער וועט דיך באמת ליב האבן און ארויס העלפן מיט דיין שווערע פעקלעך!

שכח @טראפקעלע.
דיין ווערק איז ווערד!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:22 am
טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:13 am
טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:39 am ווען דו זיצט אין ביהמ"ד און א יונגל שאקלט זיינע פיסעלעך, און די אייזן פון זיין שיך קנאקט אזוי אין די אייזן אינטערן טיש, און יעדע האלבע סקונדע גיט עס אזא קלינג...
איז אינטערעסאנט ווי אזוי יעדע נומבערס ריספאנד וועט זיין,

יעצט האלטנדיג ביים איינזער,
אים וועט עס לכאורה די מערסטע באדערן, אדער וועט ער זיך די ערשטע אויפרעגן און גיבן אזא 'נאאא דו שטערסט...'
ער וועט אים געבן א קענדי (שטענדיגע ארטיקל אין טאש...), זיכערמאכנדיג יעדער האט באמערקט...
אינזער צווייערעל ווערט נישט נערוועז פין דעם זיסקייט וואס האקט אין קאפ מיט זיין נייע שבת שיך,
ער האט פשוט מורה אז "זיינע שכינים וועלן נערוועז ווערן"

נאכן געבן זיין קענדי פאר מיין נחת'ל, וועט ער אויך צוקימען צי מיר נאכדעם,
פין דעם זעלבן קענדי טאש וועט ער ארויסנעמען א זעקעלע מיט חיזוק, אז באכאשעם האסט א געזינט קינד און שדא וואס צי זארגען...

ווייל אן דעיע צווייער וואלטיך טאקע געשיקט מיין זון צי טערעפי גלייך ביים זמן.......
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1908

Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן

פאוסט דורך ווינטעלע »

די בילד פינעם צווייער [2] פארציילט זיין געשיכטע,

ער שטייט אויף א שטארקע פאדימענט, פלאך!
אבער זיין גאנצע שטארקייט איז נאר פין די העיקעלע וואס ער האט אויף זיך,
ווי א הענגער הענגט ער זיך אויף אויף דיך...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
שרייב פאוסט