א גוט יאר חברים וידידים.
די וואך האב איך געליינט אינעם אויפגעכאפטן 'שטיבל' אויסגאבע אין איינס פון מיינע באליבטסטע קאלומ’ס, דער 'מענין לענין' קאלום וואס ווערט געשריבן דורך מיין ידיד ר' שמואל הערמאן - דער אייביג-פארשמייכלטער קריעטיווער מעיין המתגבר, אפאר שורה'לעך איבער די נאסטאלגישע געפילן ביים עלטערן דור, וואס האט אין מיר אויפגעבליצט א געדאנק וואס איך וואלט חשק געהאט צו מיטטיילן.
וואס איז דאס נאסטאלגיע?
נאסטאלגיע איז א רעפלעקציע געפיל צום עבר. דאס ווארט וואס ווערט גענוצט צו באצייכענען עפעס וואס ערוועקט זכרונות, געפילן, מחשבות און מעמוארן, פון די פארגאנגענהייט.
עפעס וואס טראגט צוריק דעם מענטש און גיבט א געשמאקן געפיל ווען דער מח ערלויבט זיך צו צוריקשווימען אהין, און געווענליך וועט דאס ווארט 'נאסטאלגיע' גיין סינאנים מיט בענקענישן און שמאלציגע פלעש-בעקס.
מען קען זען ווי עלטערע אידן זיצן און ערווענען זכרונות פון זייער יוגנט, ווען זייערע אויגן גלאנצן ווי די זון אין א העלן תמוז טאג, זייערע פארעלטערטע געזיכטער ווערן פול מיט אינגע זאפטיגקייט, און עס איז קענטליך אז ווען זיי האבן ווען די מעגליכקייט שווימען זיי צוריק אהין כאטש פאר א שטיקל באזוך.
דאס זעט מען ביי עלטערע אידן וואס רעדן פון די דור דעה סטייל זכרונות, ביי מיטליעריגע וואס דערמאנען זיך צייטן פון איידער צו צוואנציג צוואנציגער יארן, און אפילו ביי אינגעלייטלעך וועלכע דערמאנען זיך קינדערישע זכרונות און זאגאר זכרונות פון א קנאפע 5 יאר צוריק אין ישיבה.
אההה... נאסטאלגיע...
אבער פון וואס רעדן זיי דארט?
*
זיצן א גרופע 40 יעריגע אידן און רעדן איבער דעם אלטן סטעישאן וואגאן, דער קאר וועלכע האט מער געענדלט אין א פערדלאזער וואגן, וועלכע איז געווען דער טראנספארטאציע מיטל מיט 25 יאר צוריק.
אני הקטן געדענק נישט קיין סאך דערוועגן, אבער איך געדענק זיך זיצן אינעם טראנק פון מיין זיידע'ס קאר אינאיינעם מיט מיינע פעטערס, דער צעל האט געדינט אלס אכסניא פאר אומצאליגע שטויסעס און זעצערייען וואס די קינדער האבן געכאפט, און איך גלייב אז מיינע קינדער וועלכע זיצן באקוועם אינעם האנדא פיילאט מיט לעדערנע זיצן האבן פיל מער הנאה פון זייער רייזע.
די שטורמישע געלעכטערס וואס מ'הערט אויף די רעקארדירונגען וואו יואלי לעבאוויטש שילדערט דעם סטעישאן וואגאן... אבער הער זיך בעסער צו, פון וואס רעדט ער? ער דערמאנט די אומבאקוועמע זיצן, די פחדים וואס די קינדערלעך האבן געהאט זיצנדיג פון הינטן מיט'ן פנים צום שמייסנדער טרעילאר, די שטייפע קלעפ וואס מ'האט געכאפט פון אלע זייטן זיך ווארפנדיג אינעם טראנק זיצנדיג אויף א מילך קעסטל ווי אן אימיגראנט אויפ'ן וועג אריין אין די פאראייניגטע שטאטן אין א פארמאכטן קאנטעינאר.
איך מיין עס איז איבריג צו זאגן אז דער דרייווער איז אויך נישט געזיצן אזוי באקוועם ביים רעדל...
און דאס איז זייער "נאסטאלגיע". גלייבט עס אדער נישט, זיי בענקן זיך צוריק... אויפמישנדיג דעם טרעק אינעם מח פלעיליסט שפרייט זיך אויס א שמייכל אויפ'ן געזיכט.
*
מ'זיצט אינאיינעם ביי א רייכע מסיבה, עס דונערט און בליצט פונעם רייכן מיני קאנצערט אויפ'ן מוזיק פלאטפארמע. רייכע מוזיק און פראפעסיאנאלע סאונד כוואליעס פולן איבער דעם זאל.
איבער א טעלער געבראטענע שעפסן און א טעצל געטרוקנטע פליישלעך, פארציהט זיך א שמועס איבער היינטיגע נגינה און אלבומס פון זינגערס, ווען עטליכע מיטליעריגע אידן ביים טיש שווימען מיטאמאל צוריק צו זייערע קינדער יארן...
אויסצוגן פון ר' לייבל וויינשטאק, שטיקלעך פון ר' יום טוב ערליך, און אפאר ר' משה גאלדמאן ניגונים ווערן אויפגעברענגט און זענען אצינד די הויפט מחותנים אויפ'ן טיש, לייגנדיג דעם פריערדערמאנטן שטיק פלייש אין שאטן.
אבער הער פון וואס זיי רעדן... "יא, מ'האט געדארפט איבערדרייען די טעיפ צו הערן ווייטער... ס'האט צו צוקריצט איז געווען יענע חתונה"... "אזוי אומקלאר פונעם ספיקער האט מען געהערט ר' יום טוב ערליך ארויסמורמלען און מ'האט געדארפט צולייגן קאפ מיט אלע צען פינגערס צו הערן קלאר די ווערטער"... "ר' משה גאלדמאנ'ס ניגונים, שיינע סחורה, אבער די מוזיק אראנדזשירונג... היינט וואלט אזאנס נישט אנגעקוקט געווארן"...
דאן הייבט זיך אן א שמועס איבער די אלע צרות וואס די אמאליגע קאסעטעס האבן געהאט מיט זיך... ווי שווער ס'געווען צו הערן א טעיפ, און ווען שוין יא, ווי ווייניג טעיפס זענען געווען אויף די מארקעט...
צו מיר זעט עס אויס ווי זיי ווילן בלויז ארויסברענגען וויפיל פאראויס די היינטיגע דור איז, אבער ניין, איך אנערקען שנעל אז דאס איז זייער "נאסטאלגיע". גלייבט עס אדער נישט, זיי בענקן זיך צוריק... אויפמישנדיג דעם טרעק אינעם מח פלעיליסט שפרייט זיך אויס א שמייכל אויפ'ן געזיכט.
*
מיין זיידע זז"ג טרעפט זיך מיט א חבר פון ישיבה, און אינאיינעם הייבן זיי אן אויפוויקלען זכרונות פאר די ארומיגע אייניקלעך פונעם דור הצעיר.
איי... וואס ווייסט עטס וואס איז אמאל געווען... און ס'הייבן אן אויפקומען מעשיות פון בחורים וועלכע האבן נישט געהאט קיין עסן אין מויל צו נעמען, די שוואכע סטאנדארטן אינעם גשמיות'דיגן שטאנדפונקט וואס איז דאן געווען אין ישיבה... "ווער האט דען געקלערט פון עיר קאנדישאן אין א קלאס צימער?" צושמייכלט זיך איינער פון די מיטשמועסנדע, ווען א צווייטער לייגט צו "און דאס עסן וואס מיר האבן געהאט... גיי זיי מסביר פאר היינטיגע בחורים..."
דער שמועס גייט אריין טיפער און טיפער, ווען אלעס וואס מ'ברענגט אויף איז מוטשענישן וואס זיי האבן געהאט... אינטערסאנט אז דייקא דא איז וואס ברענגט אויף אזעלכע ברייט אויסגעצויגענע שמייכלען אויף די ישיבה פריינט.
דאס איז זייער "נאסטאלגיע". גלייבט עס אדער נישט, זיי בענקן זיך צוריק... אויפמישנדיג דעם טרעק אינעם מח פלעיליסט שפרייט זיך אויס א שמייכל אויפ'ן געזיכט.
*
דאס זעלביגע זע איך ווען איך טרעף זיך שמועסן מיט מיינע חברים פון ישיבה... מיר וועלן רעדן איבער די שווערע מערכות וואס דער ישיבה קטנה מנהל האט געפירט מיט אונז... די וואכן ווען מיר זענען געווען געווארפן פון ישיבה און געציטערט די עלטערן זאלן נישט געוואר ווערן... דער געשיכטע ווען א חבר מיינער האט געטראסקעט א שטאק פון א לייטער ווילנדיג אנדרייען עפעס א שפיצל אין ישיבה... די אנגסט וואס מיר האבן געהאט ווען מ'האט אונז געכאפט ביי די מעשה זיך איינברעכנדיג אין אפיס ארויסצובאקומען די קאנפיסקירטע כלים פון דארט...
*
אט דאס איז נאסטאלגיע. נאסטאלגיע איז דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מוטשענישן.
דערמאנט מיר וואס א חבר מיינער האט מיר געזאגט ווען ער איז געפלויגן פון ישיבה צוליב א שלעכטע גיסטע פון א משגיח וועלכע האט אים אין יענע תקופה דערגאנגען די יארן ווי א מאסקיטא "יעדע אינטערסאנטע מעשה האט דראמא אינדערמיט, ס'קוקט מיר אויס אז מיינע בחור'ישע יארן גייט זיין א העכסט אינטערסאנטע מעשה, און ווי יעדע מעשה, מיט א פרייליכן עפילאג". וואס זאל איך אייך זאגן, מיין גרעסטע פארגעניגן און זיצן און פארברענגען מיט יענעם חבר און עראינערן אונזערע ישיבה זכרונות - וואס א גרויס טייל דערפון איז באגלייט מיט ציפעדיגע מעשיות פאר אונז ביידע...
אלזא, מיר אלע זענען נאך ווייט פון פארטיג. דער געשיכטע האלט נאך אין די ערשטערע קאפיטלען... דער געשיכטע ציהט זיך ביז די מאה ועשרים בעז"ה, און צו יעדע צייט הייבן זיך אן פרישע נאסטאלגיע קייטן, ווען שווערע צייטן און פראבלעמען וועלכע קוקן אויס ווי שווערע בערג טרעפן אונז אן אונטערוועגנס און וועלן עווענטועל פארוואנדלט ווערן אין "נאסטאלגיע".
עס איז א חסד ה' אז מיר קענען צו יעדע צייט אריינקוקן אין די טעקעס פון די שוין געשלאסענע קאפיטלען, און זען ווי אונזערע דעמאלסדיגע ווייטאגן זענען פארוואנדלט געווארן אין זיסע נאסטאלגישע זכרונות.
און דאס איז נישט עפעס חוץ לדרך הטבע וואס מיר קענען נישט פארשטיין וויאזוי. נאר וויבאלד מיט א בליק אויף צוריק זעען מיר א גאנצן קאפיטל, נישט בלויז דער דראמא טייל דערפון, אנערקענען מיר אז דער פולער בילד איז געווען א זיסער געשיכטע, און טאקע די דראמאטישע טיילן זענען די זכרונות וואס מיר דערמאנען און שמייכלען דערצו אינעם זייגער שפיגל.
לאמיר געדענקען; אונזערע יעצטיגע ווייטאגן זענען צוקונפטיגע נאסטאלגיע.
פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6625
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15305
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
זייער גוט! א ריכטיגע מחשבה! און אפגערעדט, גוט אראפגעלייגט. כמיין.. ס'איז דעך פופציגער...
יא, מיר ליגט דער סטעישן וואגן אין שכרון גוט איינגעקריצט, מיט די לאנגע רייזע מיט'ן פעטער זז"ג קיין טאהש, ווען אינמיטן וועג צופייפט זיך דער "אויווער היעט לעמפל", מען גייט צו א גאז סטאנציע פרעגן די מומחים... און למעשה פארט מען ווייטער... ווען איך זיץ אין די בעק אויסגעדרייט און איך קוק צוריק מיט'ן קאפ "צו דער קאר ברענט שוין"... (ח"ו).
און יא, ס'איז נאסטאלגיע...
יא, מיר ליגט דער סטעישן וואגן אין שכרון גוט איינגעקריצט, מיט די לאנגע רייזע מיט'ן פעטער זז"ג קיין טאהש, ווען אינמיטן וועג צופייפט זיך דער "אויווער היעט לעמפל", מען גייט צו א גאז סטאנציע פרעגן די מומחים... און למעשה פארט מען ווייטער... ווען איך זיץ אין די בעק אויסגעדרייט און איך קוק צוריק מיט'ן קאפ "צו דער קאר ברענט שוין"... (ח"ו).
און יא, ס'איז נאסטאלגיע...
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
פיין פיין האסט מיר אריין געפירט אין מחשבות...נאסטאלגיע.
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 54
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
- x 91
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
אוי איז דאס א פיינע ארטיקל!
טאקע א מאדנע פענאמען, קיינמאל נישט געטראכט... זיך כסדר געוואונדערט פארוואס מיינע קינדער כאפן נישט די געשמאק פון מיינע יונגע יארן... איי, ס'הייסט? פונקט ווי איך כאפ נישט די געשמאק פון מיין טאטנ'ס יארן, אין סענדס סטריט... מיט די רעקארד פלעיער... מיר האבן שוין געהאט פארגעשריטענע קאסעטע טעיפס! אבער מיינע קינדער כאפן נישט וואס איז די גדולה מיט א טעיפ? און פארוואס איך רוף אן יעדע נייע אלבום "א נייע טעיפ"?
גיי זיי זיי מסביר... אדער זיי מיר מסביר...
טאקע א מאדנע פענאמען, קיינמאל נישט געטראכט... זיך כסדר געוואונדערט פארוואס מיינע קינדער כאפן נישט די געשמאק פון מיינע יונגע יארן... איי, ס'הייסט? פונקט ווי איך כאפ נישט די געשמאק פון מיין טאטנ'ס יארן, אין סענדס סטריט... מיט די רעקארד פלעיער... מיר האבן שוין געהאט פארגעשריטענע קאסעטע טעיפס! אבער מיינע קינדער כאפן נישט וואס איז די גדולה מיט א טעיפ? און פארוואס איך רוף אן יעדע נייע אלבום "א נייע טעיפ"?
גיי זיי זיי מסביר... אדער זיי מיר מסביר...
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
very very good...
same when talking from camp Rav tov
how we plant the wheat (got from rabbi duvid) and waited its should grow....
same when talking from camp Rav tov
how we plant the wheat (got from rabbi duvid) and waited its should grow....
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
אגב. פון זיין צענטע סידי שמחתי און ווייטער איז די מוזיק געווען הערליך און פראפעשנעל און קלאר אפילו פאר די היינטיגע מעגליכקייטן.
עניוועי א זיסע ארטיקל, דערמאנט מיר אויך פון ישיבה קטנה.
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
וואוף איז דאס גוט!!!
@פופציגער די זעלבע ווען מען בארגט אום געפרעגט פין אן אימשולדיגער שכן צום ישבה'ס סווינג און אזוי מיר נישט דער נישט ווערט עס נאומאור.
די אנגסט פון דאן, הרי זה די נאסטאלגיע שמייכל פין היינט!!!
אשאד די סיסטעם ערלויבט נאר איין ליבלעך דרוק פאר א פאוסט.
@פופציגער די זעלבע ווען מען בארגט אום געפרעגט פין אן אימשולדיגער שכן צום ישבה'ס סווינג און אזוי מיר נישט דער נישט ווערט עס נאומאור.
די אנגסט פון דאן, הרי זה די נאסטאלגיע שמייכל פין היינט!!!
אשאד די סיסטעם ערלויבט נאר איין ליבלעך דרוק פאר א פאוסט.
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: פון ווייטאג צו נאסטאלגיע
ששששאאא!!אלף טויב האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 23, 2023 2:18 pm וואוף איז דאס גוט!!!
@פופציגער די זעלבע ווען מען בארגט אום געפרעגט פין אן אימשולדיגער שכן צום ישבה'ס סווינג און אזוי מיר נישט דער נישט ווערט עס נאומאור.
די אנגסט פון דאן, הרי זה די נאסטאלגיע שמייכל פין היינט!!!
אשאד די סיסטעם ערלויבט נאר איין ליבלעך דרוק פאר א פאוסט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל