די געדאנק וואס דו ברענגסט פון חז"ל, איז גאנץ א גוטע געדאנק, אבער דאס איז נישט "תקנות מיט פונקטליכע פרייזן". גענוי דאס האב איך געשריבן.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:19 pmפארוואס אויס ביזנעס?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:23 pmתקנות מיט פונקטליכע פרייזן? דאס מיינט אז ס'איז אויס ביזנעס.
פאר א סיבה איז נישט דא קיין תקנות אין גראסערי.
אויב זאל מען לייגן א פרייז דאך בלייבט נישט גענוג פלאץ פאר ביזנעס?? אנשטאט דער הימל זאל זיין דער דאך זאל דער וואלקן זיין דער דאך, שלעכט? מען קען נישט חתונה מאכן די אור אייניקלעך מיט דעם?
הויט שינדעריי און בעטן וויפיל מען קען איז כנגד התורה, די תורה געט נישט רעכט צו בעטן וויפיל מען וויל און וויפיל מען קען
מנחות עז עמוד א' המשתכר לא ישתכר יותר משתות. און לגבי די הארבקייט פון הייבן פרייזן קוקט ווייטער, מאי טעמא (אין מוסיפין על המדות יותר משתות, רש"י) אילימא משום אפקועי תרעא אי הכי שתות נמי לא. ע"כ
איך ווייס נישט די הלכה היינטיגע צייטן מיט די שיעורים, אבער עכ"פ דאס איז זיכער אז ס'דארף זיין א דאך און א פרייז לימיט, מען טאר נישט לייגן פרייזן שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה, די פרייז שרויפן ציער טוען שלא כדת.
און אה"נ ווען זאכן גייען ארויס פון קאנטראל איז דא תקנות אין גראסערי אויך, עיין בשו"ע לגבי מכירת דגים לשבת ועוד
אויב דו לייגסט א פונקטליכע פרייז פער סקווער פיס, אפגעזען וויפיל סורפרייזעס דער בילדער גייט האבן, אפגעזען וויפיל סוער אישוס ער גייט דארפן קאווערן, אפגעזען וויפיל פרייזן גייען זיך העכערן, אפגעזען ווי ווערדפול זיין שטח איז און וויפיל אנדערע בויער האבן נענטערע שטחים, און אזוי ווייטער און ווייטער, האסטו געהארגעט די ביזנעס און די גאנצע אינדוסטריע וועט צוזאמפאלן אין געציילטע יאר. ס'וועט נישט זיין קיין נארמאלע דירות נישט פאר ביליג און נישט פאר טייער. אזוי פארשטייט יעדער וואס האט נישט קיין נגיעה און קען טראכטן אויסגעהאלטן על העתיד.
מ'מוז געדענקען: קאמוניזם איז צאמגעפאלן. ס'איז באנקראט, פאר א סיבה.
און דערפאר האט דער רבי מהר"א בשעתו באשלאסן צו אפלאזן דעם געדאנק.
דיין געדאנק דא - וואס איך זאג אז ס'איז א נייע געדאנק - וואס חז"ל זאגן לגבי א שתות, איז א "מאקסימום אויף די פראצענט רווחים". דאס הערט זיך שוין נענטער צו א מעגליכקייט צו זיין אויסגעהאלטן אין די ביזנעס וועלט, אבער, עס בלייבט ווייטער א אישו וויאזוי דאס צו רעכענען. דא רעדט מעין נישט פון איינעם וואס קויפט א פיש אויפ'ן מארק (האלסעיל) און פארקויפט עס פאר טייערער (ריטעיל), נאר מ'רעדט פון איינעם וואס לייגט אריין אפאר יאר שווערע ארבעט, יעדעס מאל מיט אנדערע סארט עגמ"נ, וואס דארף זיך לוינען. וויאזוי רעכנט מען עס? וכן, איינער אויף פארעסט האט געצאלט פאר זיין לאט 1 מיליאן און איינער אויף נינינגער ראוד האט געצאלט 100 מיליאן. וויאזוי וועט עס ארבעטן, די דירות אויף פארעסט וועלן זיין ביליגער ווי די דירות אויף נינינגער? ועוד ועוד ועוד.
האסט נישט פארשטאנען. דער רבי האט געזאגט אז דאס בויען קאסט כך וכך, אבער דער לאט איז וואס מאכט עס סאך טייערער און אוממעגליך צו קאנטראלירן. ממילא וויל ער אז ועד הקרי' זאל זוכן א וועג ביי די נעקסטע אנעקסעישן אז ס'זאל נישט קענען געשען.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:19 pmנו? וואס מיינט דאס? פארוואס ווערסטו פלוצלונג א תם ומתמם עם התמונות (בילדערס)...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:23 pmער האט עס נישט געזאגט. ער האט געזאגט אז די בויען אליינס פער סקווער פיס קאסט אסאך ביליגער. ביי די דרשה האט דער רבי גערעדט וועגן צוקוועטשן די לאט אייגנטומער, נישט וועגן די בילדער.
(תמונות בילדער, שיינע מליצה
