יא, בלויז לופטיגע הוילע פראפאגאנדע.שמויגער 2.0 האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:23 pmהאסט אמאל געזען עפעס אנדערש דארט?העטאך פעטאך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 pmאיז די שטימע אדער בלומינג גראוו באריכט געמאכט פאר נייעס??
נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 503
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
- x 654
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 725
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 8:18 pm די וויכטיגקייט פון א מסגרת פאר עתיד הדורות!
ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א איד אין איינע פון די "אפענע" שטעט פאר אלע שיכטן און קרייזן אן א מסגרת, האט זיך מיר אויסגערעדט דער איד, אז זעהענדיג וויאזוי מענטשן זעהען אויס פארשטייט ער די אויסטערלישע וויכטיגקייט און קריטישקייט און ער איז מחנך זיינע קינדער צו זיין שטאלץ און וויסן אז מיר זענען סאטמארע חסידים, ער האפט אז דאס וועט זיי אוועקשטעלן גענוג שטארק און זיי האלטן אין די מסגרת זיך צו פירן עפ"י רבותיה"ק זי"ע.
ער דערציילט מיר אין יענע שטאט האבן לעצטנס אינגעלייט זיך אנגעהויבן ציזאמנעמען אויף זייער א מגושם'דיגע אופן וואס ברענגט אראפ די גאנצע שטאט, נישט ווייל איינער מיינט שלעכט, נאר וויבאלד ס'איז נישט דא קיין שום מסגרת, זעהט עס אזוי אויס ווען אינגעלייט בני עשרים הייבן אן פארברענגען ציזאמען, ערשט האבן זיי אפגעמאכט פארוואס סתם קוואקען ציזאמען פארוואס נישט שפילן א באול געים, און דערנאך איז עס געגאנגען ווייטער אויב שפילן א באול געים פארוואס נישט גיין אנגעטוהן מיט די יוניפארם פון ספארטלער, און דערנאך אויב פארברענגען מיר ממילא פארוואס נישט ענדיגן מיט א טשולענט פארברענג ליל שישי, און כמובן אז די אינגעלייט האלטן זיך ציזאם דורך א גרופ ווי אלע סארט זשאוק'ס און ליצנות ווערט דארט געליפטערט און בפרט קעגן די משוגעת'ן פון אמאליגן דור וואס האט נישט געהאט די השגות, (מען וויל דאך נישט פילן שלעכט איז די עצה אראפצירייסן און ליצנות מאכן פון די אמאליגע.),
זאגט מיר דער איד וואס האט מיר עס דערציילט די אינגעלייט ברענגען אראפ די גאנצע שטאט, און דאס אלעס איז געשעהן אין בלויז עטליכע חדשים און דערווייל זעהט נישט אויס ס'זאל ווערן בעסער, נאר אדרבה די התגשמות וואקסט און וואקסט און שלעפט אלעס אראפ, די ווייטאג איז אז קיינער מיינט נישט קיין שלעכט אבער אזוי קוקט אויס ווען אינגעלייט אן א מסגרת און אן א מסורה הייבן אן טשילן און ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס..
דאס איז באמת די גרעסטע מתנה וואס מיר האבן מיט די נאמען קרית יואל וואס רביה"ק זי"ע האט ארויפגעלייגט אויף אונזער שטאט, ס'איז דא א הייליגע מסגרת וואס שטעלט אוועק פאר אונזערע קינדער וואס ס'מאכט יא אדער נישט קיין סענס פאר זיי צו טוהן און וויאזוי זיך צו פירן, און בעזהשי"ת איז דאס א גרויסע שמירה.
יעדער פון אונז האט ב"ה קינדער, ס'איז פאר עתיד הדורות צו פארזיכערן און אוועקשטעלן די מסגרת פון אונזער הייליגע שטאט קרית יואל פאר אלע נייע שכונות!
שטיין מיט א פעסטקייט אויף די אלטע יסודות איז די איינציגסטע לעזונג!
נאכ'ן ליינען דא ווי שטארק א התדרדרות קען געשעהן אויב מען שטעלט נישט אוועק א מסגרת מיט גענוג שטארקע יסודות, מען גיבט א מקום פאר ליצנות אנשטאט מסורה אז דאס זאל דאמינירן די חיי החבורה, איז שווער זיך צו פארשטעלן ווי שנעל און שטארק זאכן קענען פליען אויף אראפ,
אינעם אויבנדערמאנטן שטאט רעדט מען פון ממש א קורצע תקופה וואס זיי גייען אראפ און אראפ און האלטן נאך ליידער אינמיטן גיין, איז גאר וויכטיג ארויסציהאבן אביסל היסטאריע און כאפן אז בלויז מיט אמת'ע אידישע שטארקייט און שטיין עד הסוף אויף מסורת אבות מיט א שטאנדהאפטיגקייט קען מען פארזיכערן בעזהשי"ת המשכת הדורות,
אויב מען איז נישט געבינדן צו מסורת אבות ורבותינו הק' נאר מען הייבט אן מזלזל זיין אין זאכן וואס מען קוקט אן מיט די אייגענע קאפ ווי קלייניגקייטן, איז מען אין א גרויסע סכנה גאנץ שנעל אוועקציפאלן פון זאכן וואס איז געוועהן ביי אונז גאר הייליג און זיך טרעפן רח"ל ביז א קורצע תקופה גאנץ אונטן,
און יעצט לאמיר גיין צום פונקט:
"אחדות" איז א ווארט וואס איז געניצט געווארן אלע יארן דורך די נעאלאגן זינט די טיילונג אין אונגארן,
די הייליגע תלמידי חתם סופר האבן פארשטאנען אז די איינציגסטע אוועק צו פארזיכערן אידישקייט איז דורך אינגאנצן אפהאקן פון די נעאלאגן, בויען אייגענע אוועקגעשטעלטע קהילות און נישט מוותר זיין גארנישט פאר די אויפגעקלערטע,
די נעאלאגן האט עס זייער פארדראסן, זיי האבן בשו"א נישט געוואלט די טיילונג, זיי האבן געהאלטן אין טענה'ן אז אידן דארפן זיין באחדות און ממילא לאמיר לעבן ציזאמען,
בפרט ווען עס איז שוין אדורך עטליכע יאר נאכ'ן טיילונג האבן זיי געהאלטן אין איין זאגן, אז די טילונג איז מער נישט נוגע און אחדות איז וויכטיגער,
די ארטאדאקסן האבן געהאלטן אין איין אפווארפן די רוף פאר אחדות כדי צו האבן אמת'ע אידישיקייט אן קיין שום פשרות, און אזוי ארום האבן זיי געראטעוועט די אריגינאלע אידישקייט, וואס מיר לעבן אין זייער זכות עד היום הזה,
נו, ווער זאגט אז די שארפע מהלך פון זיך נישט אוועקריקן פון אונזערע יסודות וואס מיר האבן מקבל געוועהן אפי' אויפ'ן חשבון פון אחדות איז גערעכט, אפשר וואלטן מיר שענער אויסגעזעהן ווען מען קומט זיך דורך מיט די נעאלאגן, מען איז נישט אזוי פארעקשנט, אזויווי אסאך היינט וואלטן געזאגט?
איז דא גאר אן אינטרעסאנטע מאמר פון הרה"ג רבי מאיר שפירא זצ"ל, וואס ער איז געקומען פון פוילן, ער האט עס געשריבן און מפרסם געוועהן א שיינע פאר יאר בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה,
ער שרייבט אז אין אונגארן די תלמידי חתם סופר זענען געגאנגען מיט א מהלך זיך נישט צו ריקן גארנישט קיין שום וויתור פאר די שוואכערע, פון די אנדערע זייט אין טשעכיי זענען די גדולי ישראל געוועהן שוואכער און געזאגט לאמיר אביסל נאכגעבן, לאמיר ניצן די ימין מקרבת, וכו'
ער ברענגט ארויס די חילוק פון די 2 מהלכים וואס זענען געוועהן וויאזוי צו דיעלן די השכלה, אדער דורך מלחמה אדער דורך ימין מקרבת, ער שרייבט מיט זיין הערליכע שפראך אז פוילן ווי ס'איז דארט נישט נוגע געוועהן איז געשטאנען אין די זייט פון די מלחמה און ציגעקוקט ווער וועט זיין גערעכט,
זאגט ער מען האלט שוין יעצט 100 יאר שפעטער איז צייט צו זעהן ווער איז געוועהן גערעכט,
ער שרייבט ווייטער אז ער איז געפארן מיט'ן טרעין פאר א פאנד רעיזינג פאר די ישיבה, און געוועהן אין ביידע שטעט פרעשבורג די הויפט שטאט פון די אונגארישע מהלך, און פראג די הויפט שטאט פון די ימין מקרבת מהלך,
ער ברענגט ארויס מיט זיין רייכע שפראך און דוגמאות אז פרעשבורג איז געבליבן אן הערליכע תורה'דיגע פלאץ, פון די אנדערע זייט פראג טראץ די גאר גרויסע גדולי ישראל וואס האבן דארט געוואוינט איז ממש נישט געבליבן דארט קיין אידישקייט,
פירט ער אויס אז ער האט דאן געזעהן די מצב און ס'איז קלאר די מסקנא אז די וועג פון נישט פשרות און קיין שום וויתורים האט געזיגט קעגן די וועג פון ימין מקרב ושמאל דוחה!.
ער ברענגט ארויס זייער שטארק אינעם מאמר אז מען זעהט ווער ס'איז געוועהן גערעכט ווען מען זעהט אז פרעשבורג וואס איז געגאנגען מיט א פולע מלחמה אן קיין שום וויתורים איז געבליבן אזוי הייליג אז אירע גדולי ישראל קענען זיך האלטן שטאלץ דערמיט, און פראג וואס האט געזאגט לאמיר זיין ווייך און שמאל דוחה וימין מקרב איז נעבעך גארנישט געבליבן קיין אידישקייט דארט כאטש זיי האבן לכתחילה געהאט אזעלכע גרויסע גדולי ישראל,
ער פירט אויס: החתם סופר נצח!
ס'איז גאר אינטרעסאנט און אויך וויכטיג עס צו גוט איבערליינען, וויבאלד ס'איז אזוי יסודות'דיג נוגע אין אלע זמנים אין אלע דורות, ביי יעדע דור מיט אירע נסיונות און אייגנארטיגע קאלירן, אבער די לימוד און די קאנצעפט איז אייביג די זעלבע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 725
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
ביי כינוס כלל ישראל האט אייינער פון די רעדנער ארויסגעברענגט אלע נסיונות הדור די לעצטערע פאר הונדערט יאר השכלה, ציונות, און היינט איז עס טעכנאלאגיע,
די וואטסעפ גרופס ווי מען רעדט זאכן וואס מען טאר נישט הערן אדער רעדן, פשוט'ע ליגנט האלבע און גאנצע, איז קלאר עפעס וואס ברענגגט אראפ עכטע אידישקיייט און דערפאר זענען ערליכע אידן אזוי באזארגט,

- ניי צום טיש
- פאוסטס: 7
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:42 pm
- Location: 10950
- x 27
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
- פיילס
-
- Screenshot_20240304_224227_Xodo.jpg (301.95 KiB) געזען געווארן 471 מאל
-
- Screenshot_20240304_224249_Xodo.jpg (325.12 KiB) געזען געווארן 471 מאל
-
- Screenshot_20240304_224303_Xodo.jpg (200.84 KiB) געזען געווארן 471 מאל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 725
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
האב איך געזעהן אמאל איינער פון די גרויסע אונגארישע רבנים אין יענע תקופה האט געזאגט א דרשה אלס אן אנטווארט פאר די נעאלאגן אויף זייער פארלאנג פון אחדות , אז עשו איז גמטריא שלום, די וועג וויאזוי עשו וויל זיך משתלט זיין איז דורך שלום!
דאס איז געוועהן דאן גאר א שטארקע און בארימטע דרשה איבערציגעבן די ארטאדאקסישע אפיציעלע אנטווארט אויף די אחדות טאראראם,
אינטרעסאנט וויאזוי היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
(אויב דער ציבור איז אינטרעסירט אין מראי מקום און מער דעטאלן קען מיר בעטן אין אישי וועל איך עס נאכזיכן).
דאס איז געוועהן דאן גאר א שטארקע און בארימטע דרשה איבערציגעבן די ארטאדאקסישע אפיציעלע אנטווארט אויף די אחדות טאראראם,
אינטרעסאנט וויאזוי היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
(אויב דער ציבור איז אינטרעסירט אין מראי מקום און מער דעטאלן קען מיר בעטן אין אישי וועל איך עס נאכזיכן).
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4948172רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 8:36 pm האב איך געזעהן אמאל איינער פון די גרויסע אונגארישע רבנים אין יענע תקופה האט געזאגט א דרשה אלס אן אנטווארט פאר די נעאלאגן אויף זייער פארלאנג פון אחדות , אז עשו איז גמטריא שלום, די וועג וויאזוי עשו וויל זיך משתלט זיין איז דורך שלום!
דאס איז געוועהן דאן גאר א שטארקע און בארימטע דרשה איבערציגעבן די ארטאדאקסישע אפיציעלע אנטווארט אויף די אחדות טאראראם,
אינטרעסאנט וויאזוי היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
(אויב דער ציבור איז אינטרעסירט אין מראי מקום און מער דעטאלן קען מיר בעטן אין אישי וועל איך עס נאכזיכן).
- פיילס
-
- 1 --- 2024-03-04 204552.png (79.79 KiB) געזען געווארן 583 מאל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
כ'וויל נישט באמת שטערן
נאר אין פאל עמיצער איז אינטערעסירט אין פאקטן וועל איך עס געבן א ווארף אריין, די איבעריגע זאלן אבער ווייטער פארזעצן מיטן העצן, איך וויל נישט זיין די גורם דאס צו שטערן
באסעס? אגרי, טאקע א חוצפה (הגם רוב עולם איז עס נישט אנגעגאנגען נאר געציילטע וואס סאם האו גייט פונקט זיי אן נאך אסאך מינדערוויכטיגע זאכן וואס קיינעם שטערט נישט)
פארוואס בויעט מען נישט אין קלאוו דיוועלאפמענט? ווייל ס'דא אסאך שטערונגען אנגעהויבן פון צווישן די דעוועלאופער זעלבסט כסדר, אבער יעצט פון פילע דרויסנדיגע אריינגערעכנט אזאנע מיט פארבינדונגען צו קרית יואל ווילעדזש
פארוואס בויעט מען אסאך דירות און בלומינג גראוו? נאר דורך די ווילעדזש אוו בלומינג גראוו באחדות, און נאר דורך די פאראיינגטע כח בויעט מען מיט א מאס ס'זאל נישט ווערן קיין סיטי דא (אזוי ווי די באקאנטע בלומינגראוו פריינט @העטאך פעטאך האט אויבן ארויסגעברענגט אז רוב בלומינגראווע איינוואוינער האבן געשטימט אויף א מאדער דאהטער - נאך קלענער ווי זיי האבן למעשה אפראווט
פארוואס איז די קאנעקטאר ראוד ביי גאנזאגא נאכנישט פארטיג? צוליב מסירות פון אידישע אידן פיינט
פארוואס איז דא א פעטוועי ביי סטאונגעיט? רעדסט דארט אויפן ווילעדזשעס לאט? מסתם האט עס לאנדאס גאפלאסטערט אן רשות
פארוואס האבן 100'טער תושבים אנשים נשים וטף געהאט א צושטערטע ער"ש / שבת אן קיין וואסער? וויאזוי איך האב פארשטאנען ווייל ביי די סוער קאנסטראקציע האט מען בטעות אריינגעבאבערט מיט די גאר אלטע וואסער סיסטעם, און דאס האט געהאט א טשעין ריעקשאן. אזויפיל ווייס איך יא אז די עסקנים (נישט די אזויגערופענע לשם שמים עסקנים) האבן זיך ממש מוסר נפש געווען ביז הארט פארן זמן ווען (ס'האט אויסגעזען אז) ס'איז פארראכטן געווארן, וואס ס'האט זיך אפגעטון שבת ווייס איך נישט. אדרבה @מיילעך מעכל דו ווייסט עפעס מער?
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען פארשפעטיגט דריי וואכן צוריק? due to severe traffic in KJ... ס'נישט אמת?
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען אויט אוו סערוויס פאריגע וואך? איך נוץ עס קיינמאל נישט, איך הער יעצט די ערשטע מאל ס'זאל איינעם באדערן. גוט צו וויסן
פארוואס האט מען גענומען עבסענטי בעלאטס פון וויזניצע אין ליטפישע בחורים וואס האבן איבערגעוואויגן די רצון פון רוב תושבים? איך בארעכטיג עס נישט. מאך אבער קודם דיין ריסוירטש פון ווי זיי האבן זיך דאס אפגעלערנט, און דאנט בי סורפרייזט איב ביים קומענדיגן מאל וועלן זיי נוצן וואוטס פון די בית הקברות אויף פעדלער הילל.
און אגב איבערצוחזר'ן, די קעגנער קאנדידאט האט גארנישט געהאט מיט די אגענדעס פון די אזויגערופענע לש"ש עסקנים, און רוב פון זיינע וויילער זענען אויפגערעגט (געווען) אויף UJC צוליב אינערליכע סיבות אריינגערעכנט אזאנע ווי דאס אפראוון גרעסערע דירות ווי מיר האבן געשטימט, ס'אבער יא שטארק געווען אינפלוענסירט ביהיינד די סינס דורך דרויסנדיגע וואס האבן מיט פארשידענע טאקטיקן פרובירט אנצוזייען א קאשע און קריגערייען
נא, א קליינע ביטול העצן, אבער צוריק מיט א פרישקייט

מיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:34 pm פארוואס פארן צענדליגע באסעס אויף פארט ווארט יעדן טאג צו ת"ת בנין יאקאבאוויטש מהרי"י, בעת מ'האט ציגעזאגט פאר דעם עולם אז עס גייט נישט געשעהן? ווייל אין עוד מלבדו! בלומינג גראוו באחדות?
פארוואס בויעט מען נישט און קלאוו דיוועלאפמענט? ווייל קרית יואל ווילעדזש שטערט...
פארוואס בויעט מען אסאך דירות אין בלומינג גראוו? ווייל די ווילעדזש אוו בלומינג גראוו באחדות...
פארוואס איז די קאנעקטאר ראוד ביי גאנזאגא נאכנישט פארטיג? ווייל קרית יואל ווילעדזש שטערט...
פארוואס איז דא א פעטוועי ביי סטאונגעיט? ווייל די ווילעדזש אוו בלומינג גראוו האט...
פארוואס האבן 100'טער תושבים אנשים נשים וטף געהאט א צושטערטע ער"ש / שבת אן קיין וואסער? ווייל קרית יואל האט געשטערט...
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען פארשפעטיגט דריי וואכן צוריק? due to severe traffic in KJ..
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען אויט אוו סערוויס פאריגע וואך? ווייל? אויך קרית יואל?
פארוואס האט מען גענומען עבסענטי בעלאטס פון וויזניצע אין ליטפישע בחורים וואס האבן איבערגעוואויגן די רצון פין רוב תושבים? ווייל? בלומינג גראוו באחדעס!!

די אינפלוענס האט געהאט עפעס א שייכות מיט די שכינות'דיגע פירערשאפט אין שטאט ק"י ?בלומען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:29 pm כ'וויל נישט באמת שטערן

דאס הערסטע אז דער עולם נעמט אהן אז די נייע ווילעדזש אין סעווען ספרינגס איז ליידער דורך אידישע הילף געקומען צו א אפשטעל?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:41 pm
וויפיל פראצענט איינוואוינער גלייבן באמת אין די קאנספיראציעס אז קרית יואל איז אין עני קעיס אינוואלווד אין די סוער און וואסער אישוס פון די קאלוו אין בלומינגראוו???
דארט רעדט מען פון פיל א גרעסערע חורבן פאר די דירות וואוקס ווי דא.
Re: מערכות פון בלומינגראוו, קרית יואל
אפשר עפענט מען א אשכול וועגן נייעס אין בלומינגראוו…..????
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
- Location: SBG
- x 43
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
מערקבאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:02 pmדי אינפלוענס האט געהאט עפעס א שייכות מיט די שכינות'דיגע פירערשאפט אין שטאט ק"י ?בלומען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:29 pm כ'וויל נישט באמת שטערן
נאר אין פאל עמיצער איז אינטערעסירט אין פאקטן וועל איך עס געבן א ווארף אריין, די איבעריגע זאלן אבער ווייטער פארזעצן מיטן העצן, איך וויל נישט זיין די גורם דאס צו שטערן
מיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:34 pm פארוואס פארן צענדליגע באסעס אויף פארט ווארט יעדן טאג צו ת"ת בנין יאקאבאוויטש מהרי"י, בעת מ'האט ציגעזאגט פאר דעם עולם אז עס גייט נישט געשעהן? ווייל אין עוד מלבדו! בלומינג גראוו באחדות?
פארוואס בויעט מען נישט און קלאוו דיוועלאפמענט? ווייל קרית יואל ווילעדזש שטערט...
פארוואס בויעט מען אסאך דירות אין בלומינג גראוו? ווייל די ווילעדזש אוו בלומינג גראוו באחדות...
פארוואס איז די קאנעקטאר ראוד ביי גאנזאגא נאכנישט פארטיג? ווייל קרית יואל ווילעדזש שטערט...
פארוואס איז דא א פעטוועי ביי סטאונגעיט? ווייל די ווילעדזש אוו בלומינג גראוו האט...
פארוואס האבן 100'טער תושבים אנשים נשים וטף געהאט א צושטערטע ער"ש / שבת אן קיין וואסער? ווייל קרית יואל האט געשטערט...
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען פארשפעטיגט דריי וואכן צוריק? due to severe traffic in KJ..
פארוואס איז די ווילעדזש באס געווען אויט אוו סערוויס פאריגע וואך? ווייל? אויך קרית יואל?
פארוואס האט מען גענומען עבסענטי בעלאטס פון וויזניצע אין ליטפישע בחורים וואס האבן איבערגעוואויגן די רצון פין רוב תושבים? ווייל? בלומינג גראוו באחדעס!!
פארוואס האט מען גענומען עבסענטי בעלאטס פון וויזניצע אין ליטפישע בחורים וואס האבן איבערגעוואויגן די רצון פון רוב תושבים? איך בארעכטיג עס נישט. מאך אבער קודם דיין ריסוירטש פון ווי זיי האבן זיך דאס אפגעלערנט, און דאנט בי סורפרייזט איב ביים קומענדיגן מאל וועלן זיי נוצן וואוטס פון די בית הקברות אויף פעדלער הילל.
און אגב איבערצוחזר'ן, די קעגנער קאנדידאט האט גארנישט געהאט מיט די אגענדעס פון די אזויגערופענע לש"ש עסקנים, און רוב פון זיינע וויילער זענען אויפגערעגט (געווען) אויף UJC צוליב אינערליכע סיבות אריינגערעכנט אזאנע ווי דאס אפראוון גרעסערע דירות ווי מיר האבן געשטימט, ס'אבער יא שטארק געווען אינפלוענסירט ביהיינד די סינס דורך דרויסנדיגע וואס האבן מיט פארשידענע טאקטיקן פרובירט אנצוזייען א קאשע און קריגערייען
אוודאי! ר' חיים מענדל קאהן וואס איז געלאפן פאר טראסטי איז געווען א באהאלטענע אגענט פון די קהילות... (איך מיין ער איז גאר שטארק לטובת מהר"א)
------
אמת'דיג גערעדט, א מערהייט מעמבערס פון אלע דריי קהילות האבן געשטימט אקעגן די UJC קאנדידאטן, אריינגערעכנט חסידי מהר"א - מהרי"י - בני יואל א שטייגער ווי קרעמניץ/ראדעוויץ. ווילסטו יעצט אראפלייגן א הנחה אז אלעס איז געדרייווט געווארן דורך די אגענדע פון איין קהילה וואס איז די פירערשאפט און שטאט קרית יואל???
אויב איז אמת וואס די זאגסט, דאן וויל איך געבן א גרויסע לייק פאר די קהילה וואס האט דאס באוויזן!!! ממש אזוי געקענט צוזאמברענגען באחדות אלע דריי קהילות.. ממש אזש ווי משיח פון ווארשא...
יעצט צו דיר וואטסעפער! פילע פון די וואטסעפערס און הפקר אינגען וואס האבן אויך בשעתו פארשטאנען די קאראפציע וואס דא קומט פאר און כולם פה אחד האבן געשטימט אקעגן די UJC יעדער פאר זיינע סיבות אריינגערעכנט טייל פון די שרייבערס דא וואס נעמען זיך יעצט אן דא פאר די UJC זענען געווען די אויסגעשפראכענסטע קעגנער צו די UJC. וויל איך פארשטיין, ווען די ביסט געווען (גאר שארף) אקעגן די UJC פאר דיינע גשמיות'דיגע סיבות (און מיט רעכט) איז עס געווען אקעי, אבער יעצט ווען אנדערע האבן א רוחניותדיגע פראבלעם מיט זיי (און מיט רעכט) איז עס מחלוקת??
אבער פאר ווער ס'וואוינט דא איז עס נישט קיין שום קשיא, ווייל "אין עוד מלבדו" און נישט פארגעסן "בלומינג גראוו ב'אחדעס"
Re: מערכות פון בלומינגראוו, קרית יואל
@מנהלים מקען עפעס מאכען? די אשכול קען גיין אין פארברענגען אדער אים די זיך רעגן אשכול…..
Re: מערכות פון בלומינגראוו, קרית יואל
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 783
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 894
Re: מערכות פון בלומינגראוו, קרית יואל
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
די עולם איז שוין כהיום זייער ווייט פון יענע תקופה,מיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:32 pmוויל איך פארשטיין, ווען די ביסט געווען (גאר שארף) אקעגן די UJC פאר דיינע גשמיות'דיגע סיבות (און מיט רעכט) איז עס געווען אקעי, אבער יעצט ווען אנדערע האבן א רוחניותדיגע פראבלעם מיט זיי (און מיט רעכט) איז עס מחלוקת??מערקבאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:02 pmדי אינפלוענס האט געהאט עפעס א שייכות מיט די שכינות'דיגע פירערשאפט אין שטאט ק"י ?בלומען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:29 pm כ'וויל נישט באמת שטערן
נאר אין פאל עמיצער איז אינטערעסירט אין פאקטן וועל איך עס געבן א ווארף אריין, די איבעריגע זאלן אבער ווייטער פארזעצן מיטן העצן, איך וויל נישט זיין די גורם דאס צו שטערן
פארוואס האט מען גענומען עבסענטי בעלאטס פון וויזניצע אין ליטפישע בחורים וואס האבן איבערגעוואויגן די רצון פון רוב תושבים? איך בארעכטיג עס נישט. מאך אבער קודם דיין ריסוירטש פון ווי זיי האבן זיך דאס אפגעלערנט, און דאנט בי סורפרייזט איב ביים קומענדיגן מאל וועלן זיי נוצן וואוטס פון די בית הקברות אויף פעדלער הילל.
און אגב איבערצוחזר'ן, די קעגנער קאנדידאט האט גארנישט געהאט מיט די אגענדעס פון די אזויגערופענע לש"ש עסקנים, און רוב פון זיינע וויילער זענען אויפגערעגט (געווען) אויף UJC צוליב אינערליכע סיבות אריינגערעכנט אזאנע ווי דאס אפראוון גרעסערע דירות ווי מיר האבן געשטימט, ס'אבער יא שטארק געווען אינפלוענסירט ביהיינד די סינס דורך דרויסנדיגע וואס האבן מיט פארשידענע טאקטיקן פרובירט אנצוזייען א קאשע און קריגערייען
מאכסט יעצט די וואלען קענען די חברה העצערס אריינברענגען עטליכע צענדליגע וואוטס מיט זיך, און אפשר דאס אויך נישט, קיין איין ביהמ"ד גייט נישט מיט דערמיט כהיום, די עולם האט נישט קיין נערוון צו דעים מער,
אומזיסט זעהט מען דא אזעלכע העיט גערעדעכץ קעגן די פירערשאפט ? די רצון התושבים איז זייער קלאר
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1231
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אן אריינרעדן אין די גאנצע טענה'רייען פון די קרוב צו אכציג בלעטער, קען נאר אזויפיל זאגן , אז עס וואלט טאקע געווען א גוטע זאך צו צוטיילן די טענה'רייען דא, פון די נייעס פון בלומינגראוו.
ווען איך וויל דערשמעקן עפעס נייעס פון בלומינגראוו בין איך נישט אינטערסירט אנצושטויסן אין א לאנגע מוסר פאוסט פון @רבותי מיר וועלן בענטשן, אדער אין א שארפע מעסעדזש פון @בלומען אז דאס איז שוין באמת זיין לעצטע פאוסט אויף די פארום....
און געוויסע צייטן ווען איך וויל מיטהאלטן א טענה'ריי, וועל איך אריינשטעקן אין "די מצב פון אידישקייט אין בלומינגראוו" טעמע.
ווען איך וויל דערשמעקן עפעס נייעס פון בלומינגראוו בין איך נישט אינטערסירט אנצושטויסן אין א לאנגע מוסר פאוסט פון @רבותי מיר וועלן בענטשן, אדער אין א שארפע מעסעדזש פון @בלומען אז דאס איז שוין באמת זיין לעצטע פאוסט אויף די פארום....
און געוויסע צייטן ווען איך וויל מיטהאלטן א טענה'ריי, וועל איך אריינשטעקן אין "די מצב פון אידישקייט אין בלומינגראוו" טעמע.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
- Location: SBG
- x 43
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
האסט געענטפערט עפעס ריאליסטיש? אדער בלויז אפגעווארפן אז מהאט שוינישט קיין נערווען?מערקבאר האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 pmדי עולם איז שוין כהיום זייער ווייט פון יענע תקופה,מיילעך מעכל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:32 pmוויל איך פארשטיין, ווען די ביסט געווען (גאר שארף) אקעגן די UJC פאר דיינע גשמיות'דיגע סיבות (און מיט רעכט) איז עס געווען אקעי, אבער יעצט ווען אנדערע האבן א רוחניותדיגע פראבלעם מיט זיי (און מיט רעכט) איז עס מחלוקת??
מאכסט יעצט די וואלען קענען די חברה העצערס אריינברענגען עטליכע צענדליגע וואוטס מיט זיך, און אפשר דאס אויך נישט, קיין איין ביהמ"ד גייט נישט מיט דערמיט כהיום, די עולם האט נישט קיין נערוון צו דעים מער,
אומזיסט זעהט מען דא אזעלכע העיט גערעדעכץ קעגן די פירערשאפט ? די רצון התושבים איז זייער קלאר
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
דאס איז די טרוקענע מציאות
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:17 pm
- Location: SBG
- x 43
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
והיינו הך! הרב מערקבאר, גארנישט האט זיך געטוישט ביי די פירערשאפט פינעם ווילעדזש! די אלע פראבלעמען וואס די האסט געהאט בעפאר די וואלן גייט ווייטער אן בתוקפו, חוץ אז אנשטאט איינער זאל אריינזאגן אלע ראבא קאלס איז עס יעצט צוטיילט געווארן צווישן די נוי סוכה..
יעצט האסטו געמאכט א חשבון אז די ווילסט נישט אז די קהילות ומוסדות פון קרית יואל זאל זיין און טשארדזש דא מילא וועלסטו אויס בעסער די לאקאלע ליידיגייער. איך האב נייעס פאר דיר, די ביסט אויף געהאקטע צרות, ווייל אויב די קהילות וועלן מנצח זיין וועסטו דאך נעבעך זיין ממש אונטערדריקט.. ווידעראום אויב וועט די UJC געווינען ביסטו דאך נאך א גרעסערע רחמנות בגשמיות וברוחניות... זיי גייען דיר ווייטער צוטרעטן אזוי ווי בעפאר. אלזא, נעם ארויס דאס תהילימ'ל אין רייס איין!
יעצט האסטו געמאכט א חשבון אז די ווילסט נישט אז די קהילות ומוסדות פון קרית יואל זאל זיין און טשארדזש דא מילא וועלסטו אויס בעסער די לאקאלע ליידיגייער. איך האב נייעס פאר דיר, די ביסט אויף געהאקטע צרות, ווייל אויב די קהילות וועלן מנצח זיין וועסטו דאך נעבעך זיין ממש אונטערדריקט.. ווידעראום אויב וועט די UJC געווינען ביסטו דאך נאך א גרעסערע רחמנות בגשמיות וברוחניות... זיי גייען דיר ווייטער צוטרעטן אזוי ווי בעפאר. אלזא, נעם ארויס דאס תהילימ'ל אין רייס איין!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 725
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
אזויווי כ'זעה אז די אויבנדערמאנטע איז יעצט ווייטער א מדובר ברענג איך עס נאכאמאל אראפ.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 9:32 amמערקבאר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:57 pmדעיס איז זייער א ראנג בליקיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:13 pm
לגופו של ענין איז אזוי : לו יהא אז אייערע ווערטער זענען יא אמת איז דאס נישט קיין שום באווייז אויף די מיינונג פון תושבי שכונת דברי חיים/שאגת ארי' וכו', סך הכל איז דא א צייטונג וואס א טייל תושבי קרית יואל ליינען, און זיי מאכן א געוויסע ווינט, איז יתכן אז היות זיי פראבירן פאר יעדע פרייז צו חרוב מאכן די הנהגה אין קרית יואל, אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף די לאנדא פארוואלטונג צו אדווערטייזן אוון דאן וועלן זייערע אנהענער איינקויפן דארט , און קען זיין אז סהאט אויסגעמאכט און עס מוז אפילו נישט זיין דורך תושבי המקום, גראדע איך גלייך איינצקויפן אין די נייע געשעפט צוליב די געשמאקייט און שטילקייט דארט, און געוויסע מענטשן מיט די זעלבע ציל ווי די וואכנשריפט ארבעטן אויך אויף די אגענדע,
און חוץ מזה איז שוין ווי געשמועסט אז עס איז נישט דא אזא מושג אז תושבי בלומינגראוו זענען מחליט, קרית יואל באלאנגט צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע און תושבי קרית יואל זענען מחליט
מען קען נישט צונעמען די רעכטן פון אונז איינוואוינער אין א שטאט און אנדערע זאלן פארן אונז טראכטן און זאגן וויאזוי צו אנרופן זאכן
די ציבור דא איז זיכער נישט ביי די מייננונג, אז די מאכסט היינט וואוטס דערויף האסטו מסתמא 97 פראצענט עולם פאר די זעלבסשטענדיקייט פינעם דעת הציבור קעגן 3 פראצענט וואס וויל אוועקגעבן זייער מהלך מחשבה פאר אנדערע שטעט צו מחליט זיין פאר זיי.
א טיפיקל UJC סטייל ספין...
3 פראצענט קומט אויס לויט'ן חשבון פון 400 איינוואוינער פונקטליך 12 מענטשן, דהיינו אין גאנץ בלומינגראוו זענען בלויז דא 12 מענטשן וואס פארשטייען אז די געגנט איז באמת קרית יואל...
טייערער מר. מערקבאר וועקט אייך אויף, יא כ'געדענק נאך ווען מען האט פראבירט אזוי צו ספינען מען האט גערעדט בשם דער "יעדער" מיט דער "קיינער", אלעס ביז די וואוטס וואס האט געטוישט די מאפע פון "יעדער" און "קיינער" אבער נישט ביי יעדן, יא, ס'איז נאך אלס דא אזעלכע וואס האלטן זיך שטארק, זיי וועלן ווייטער ספינען און ספינען קעגן אלע מציאות'ן וואס פראסקען אין פנים, נו, אויב ס'העלפט דיר צו לעבן אין דינייעל, קיפ אן...
וואס יא?...
אזווי אין א געווענליכע ביהמ"ד איז דא א מזרח וואנט וואס הייבט אויף די ביהמ"ד און טראגט עס ארויף, דערנאך איז דא א מערב אין פארשידענע פעלער פון אזעלכע וואס פארקערט זיי זענען טראבל מעיקערס וואס שלעפן די ביהמ"ד אויף אראפ, און דערנאך איז דא א ריזיגע מיטל עולם דער ציבור פון אינמיטן ביהמ"ד וואס קומען פשוט דאווענען און שלעפן נישט אויף קיין שום וועג, זיי גייען זיך זייער וועג וזהו, וויאזוי די ביהמ"ד פירט זיך ווערן זיי מיטגעפירט.
די זעלבע איז אין בלומינגראוו, ס'איז דא א ריזיגע מזרח וואנט א גרויסע פראצענט תושבי בלומינגראוו וואס ס'גייט זיי בנפש אז ס'זאל זיין פאראייביגט אז דא איז קרית יואל, איינער זאגט עס העכער און איינער שטילער אבער הצד השוה שבהם זיי ווילן זיך זעהן וואוינען אין קרית יואל און ציטערן ס'זאל נישט דא ווערן קיין נייע בלומינגראוו המעטירה.
דערנאך איז דא גאר א גרויסע פראצענט וואס זיי פארשטייען און ווייסן אז דא איז קרית יואל און זיכן עס נישט צו לייקענען אבער זיי פייערן נישט, פשוט וויבאלד זייער שטייגער אין עבודת ד' איז נישט צו פייערן, זיי נעמען עבודת ד' סמוט.
דערנאך איז דא די ריזיגע מיטל עולם, א גרויסער ציבור פון מענטשן וואס ווילן לעבן רואיג האבן זייער הויז, זיי וועט באדערן אויב מען בויט אזוי ווי מען האט יעצט אנגעהויבן צו עפראוון צו בויען, דאס וועט זיי אנצינדן, אדער אנדער סארט קארופציע, אבער דאס צו ס'איז יא אדער נישט קרית יואל, דאס איז בכלל נישט זייער נושא, זיי זענען נישט קיין אידעאלאגן צו אויספיגורן פונקטליך וואס דער רבי האט יא אדער נישט געוואלט, זיי גייען זיך זייער וועג, און ווילן לעבן רואיג, זיי באדערט אויב מען טוישט זאונינג, אדער אויב זיי פילן איבערגעפארן פון UJC.
דערנאך איז דא די מערב זייט, א גרופע וואס האט א שנאה כבושה צו קרית יואל און ווילן עס אויסרייסן בכל מחיר און אוועקשטעלן די געגנט ווי אן אייגענע שטאט, די ליידיגע וואגן, די גרופע איז פיל קלענער ווי די מזרח גרופע וואס גייט אין פייער פאר קרית יואל.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 725
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
כ'געדענק נאך ווען די נוסח איז געוועהן פאריגע יאר בעפאר די וואלן אז ס'איז דא אין גאנץ בלומינגראוו אפשר 50 קעגנער פון די UJC, אויך געדענק איך ווען מען האט געזאגט אויף קהילת מהרי"י אז "יעדער" דארט וויל אפהאקן די קהלה פון קרית יואל,
ביידע האבן זיך געטוישט, לגבי די UJC ביי די וואוטס ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט א קלארע בילד פון רוב לאקאלע תושבים וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די פירערשאפט,
און אין קהילת מהרי"י נאך וואס גאר א גרויסע עולם האט אונטערגעשריבן אז זיי ווילן אנגעהערן די קהלה אין קרית יואל,
ביידע "יעדער'ס" האבן דאן פלוצלינג געפלאצט...
מיר האבן יא אדורכגעטוהן ליסט'ס פון איינוואוינער, נישט אז דאס מאכט עפעס אויס, און זיי קענען ממילא נישט אפהאקן פון קרית יואל, אבער דער מציאות איז ס'איז דא גאר א גרויסער עולם וואס וויל דא זאל זיין קרית יואל, מיט זייער גאנצע הארץ און נשמה, דער ציבור איז ב"ה גאר שטארק,
און ווען דו וועסט באמת קוקן ווער ס'וויל "נישט" קרית יואל איז עס א היבש קלענערע עולם, ס'זענען דא אביסל נויס מעיקערס וואס דרייען איבער די געגנט מיט אנטי קרית יואל דרשות אויף וואטסעפ, און ס'איז דא די שטימע וואס האט יארן געמאכט אפענע און באהאלטענע פראפאגאנדע, מיט העיט צו קרית יואל,
אבער דער דורכשניטליכער איינוואוינער וויל אדער גאר שטארק קרית יואל, אדער וויל ער לעבן במנוחה, זיין עיקר דאגה איז צו אנהאלטן זיין פריוואטקייט וואס דאס איז די סיבה פארוואס ער האט דא געקויפט זיין דירה און נישט אין שכונת ויואל משה, וואס דאס האט מען אים ציגענימען, אבער איבער די נושא פון קרית יואל וועט ער מיטגיין מיט די דרייווער וואס פירן די פלאץ.
ממילא איז די ווייטאג אז ס'זענען געקומען דרייווער און אנגעהויבן אוועקדרייוון דעם פלאץ, אבער נאכאמאל אנטי קרית יואל עלעמענטן טראץ זיי האבן די שטיצע פון אינוועסטאר און (דערווייל...) די פאוער זענען זיי א מועט איינוואוינער.
יא, דער "יעדער" האט עקספייערט!

הער איך יעצט אז די הירינג איז געווארן אפגערופן נאך נישט זיכער פארוואס
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
די בעל הטורים זאגט אז עשיו בגימטריה שלום, באקאנט די ווארט אהרן איז געווען אוהב שלום אבער עס איז נאר א מעלה ווייל ער איז אויך געווען א רודף שלום, ער האט געוויסט ווען צו זיין אן אהב שלום און ווען א רודף שלוםרבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 8:46 pm האב איך געזעהן אמאל איינער פון די גרויסע אונגארישע רבנים אין יענע תקופה האט געזאגט א דרשה אלס אן אנטווארט פאר די נעאלאגן אויף זייער פארלאנג פון אחדות , אז עשו איז גמטריא שלום, די וועג וויאזוי עשו וויל זיך משתלט זיין איז דורך שלום!
דאס איז געוועהן דאן גאר א שטארקע און בארימטע דרשה איבערציגעבן די ארטאדאקסישע אפיציעלע אנטווארט אויף די אחדות טאראראם,
אינטרעסאנט וויאזוי היסטאריע חזר'ט זיך איבער..
(אויב דער ציבור איז אינטרעסירט אין מראי מקום און מער דעטאלן קען מיר בעטן אין אישי וועל איך עס נאכזיכן).
די בעל הטורים זאגט ויפרדו איש מעל אחיו אברם. ס''ת שלום לומר כדי לעשות שלום נתפרדו. אז די פרידה פון אברהם צו לויט איז די שלום, און נישט ח"ו אן התחברות וואס איז היפך פון שלום