הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער - י"ח אדר א' תרפ"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער - י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

יארצייט דינסטאג י"ח אדר
הרה"ק רבי אברהם ב"ר ישעיה זי"ע, (שטיינער), מקערעסטיר,
ער איז געבוירן אין שטאט קערעסטיר, י' שבט בשנת תרמ"ג, צו זיין טאטן הרה"ק מופת הדור רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה מזאבריו זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה,
בת מוה"ר יצחק יונה וויינשטאק ז"ל,
בן מוה"ר ישראל חיים וויינשטאק מאוהעל ז"ל,
בן מוה"ר יעקב ז"ל,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד, א גאון וגדול בתורה, און א גרויסע בעל מופת, טויזענטער אידן האבן געזעהן ישועות ביי אים אזוי ווי ביי זיין טאטן, און אזוי ווי זיין טאטע האט ער אויך עוסק געווען זיין גאנץ לעבן אין צדקה וחסד, ער איז געווען א צדיק נסתר כל ימיו, און האט באהאלטן זיין כח התורה נאך מער ווי זיין פאטער רבי ישעי'לע,

ביום ג' תצוה ז' אדר א' בשנת תר"ס האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת בלומא יהודית ע"ה,
בת הגה"צ רבי מיכאל דזורקא'ר זי"ע, וואס האט זיין איידעם גאר שטארק מקרב געווען.

ער האט נאך די חתונה ווייטער עוסק געווען בתורה ועבודת השם מיט א געוואלדיגע התמדה, ער האט זיין עבודת הקודש אייביג געפירט מיט א געוואלדיגע הסתרה, סתם אידן וואס האבן אים געזען האבן בכלל נישט מבחן געווען אז דא רעדט מען פון א צדיק וקדוש מאוד,

ער האט ליידער אסאך יסורים נוראים געליטן בחייו, כמה פעמים איז דער צדיק וקדוש געווען אזוי קראנק אז מען האט כמעט אויף געגעבן אויפן צדיק, אבער זיין גרויסע טאטע רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע האט פארן קינד געפויעלט א ישועה,

ער האט זיין גאנץ לעבן אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן און אזוי ווי זיין גרויסן טאטן האט ער עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף גאר א געהויבענע מדריגה, ער האט זיך אליין אפ געגעבן מיט צרכי כלל ישראל, יעדע איד האט ביי דעם צדיק געטראפן אן אוזן קשבת, ער האט פון זיך באמת גארנישט געהאלטן, און האט כסדר אוועק געווארפן סיי וואסערע כיבוד מען האט אים פראבירט מכבד צו זיין,

בסוף ימיו פון זיין גרויסן טאטע, ביים לעצטן שב"ק בצל הקודש ווען ס'איז געקומען צום טיילן שיריים פון די פיש, האט ר' ישעי'לע געפרעגט ווער טיילט אויס די פיש פארן עולם, האט אים דער גבאי געענטפערט אז ר' שלמה ענגל (מהמקורבים) טיילט, און ר' ישעי'לע האט איבער געפרעגט נאכאמאל,

דער נאך האט ר' ישעי'לע גענומען די פיש און געגעבן פאר'ן גבאי זאגענדיג "געב די טאץ פאר מיין זון אברהם'לע, און זאג איהם ער זאל טיילן די פיש, די אנוועזנדע האבן דאס אן גענומען ווי א סמיכה צו איבער נעמען די אדמורו"ת נאך די הסתלקות.

נאך שבת האט ר' ישעי'לע אריין גערופן די מקורבים און זיי איבערגעבן רצון קדשו אז ר' אברהמ'לע זאל ממלא מקומו זיין, זאגנדיג, בזה"ל, "אברהם'לע וועט ברענגען די קוויטלעך אויפן ציון, האף איך אז מען וועט געהאלפן ווערן ווי ביז איצט", און דאן האט דער טאטע געבענטשט זיין גרויסן זון בזה"ל, "מיט די ברכות וואס אלע צדיקים האבן מיר געבענטשט, בענטש איך דיר",

די טאטע הרה"ק רבי ישע'לע זי"ע איז נסתלק געווארן ג' אייר בשנת תרפ"ה, און דאן האט רבי אברהם איבער גענומען דאס רבנות אין קערעסטיר, אבער ליידער האט ער נישט מאריך ימים געווען, ער איז נאר געווען רב אין קערעסטיר פאר 22 חדשים.

ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע איידעמער,

חתנו, וממלא מקומו הרה"ק רבי מאיר יוסף רובין מקרעסטיר זי"ע, הי"ד,
חתנו, הרה"ק רבי נפתלי גרויס מבערבעשט זי"ע,
חתנו, הרה"ק רבי מנחם מענדל כהנא אב"ד הומנא זי"ע, הי"ד,

נסתלק לגנזי מרומים בדמי ימיו זייענדיג נאר 44 יאר אלט, ח"י אדר א' בשנת תרפ"ז, ומנוחתו כבוד איז נעבן זיין הייליגען טאטן אין קערעסטיר.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

עס איז באקאנט אז איין מאל זענען געזעצן די גרויסע שוואגער'ס פונעם צדיק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע, וואס זענען געווען אויסגערופענע רבנים יושבי על מדין ווי דער עדעלינער רב, דער סענינער רב, און דער קראלי רב, און זיך מפלפל געווען בלימוד התורה, אינמיטן האט רבי אברהמ'לע מקרעסטיר זי"ע דורך שפאצירט און זיי געזעהן זיך פלאנטערן אויף א שטיקל גמרא, האט ער זיי געפרעגט פון וואס די רעדע איז, זיי האבן אים אבער נישט געוואלט פארשעמען, האבן זיי אים נישט געוואלט זאגן,

נאך אפאר מאל בעטן האט מען אים געזאגט, אז זיי פלאגן זיך אויף א שטיקל גמרא, גיבט ער זיך א רוף אן, קוקט אין דעם רשב"א דארט און דארט, און ער איז ווייטער געגאנגען, די שוואגער'ס האבן נאך געקוקט ווי ער האט געהייסן, און ווי ערשטוינט זענען זיי געווען צו זעהן אז דער שוואגער זייערער קען יא לערנען.

זיין טאטע הרה"ק רבי ישעי'לע זי"ע איז געווען א תלמיד חביב פון הרה"ק רבי צבי הירש בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, און ווען ער האט געברויכט חתונה האבן האט אים זיין רבי געהייסן פארן קיין סאקמער, די תלמיד רבי ישעי'לע האט געפאלגט זיין רבין און ער איז אריבער קיין סאקמער, און דארט האט ער זיך מדבק געווען אין הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע, און זיין רבי רבי מרדכי'לע איז געווען שדכן ביי רבי ישעי'לע.

נאך אפאר יאר און זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער איז די רעבעצין פון רבי ישעי'לע געגאנגען צום רבין רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע, און געבעטען אז ער זאל זיי געבן א ברכה, האט רבי מרדכי'לע געפרעגט "וואס קומסטו צו מיר, דיין ישעי' האט דאך א פרייען וועג אין הימל" האט די רעבעצין געזאגט פארן רבין, די ביסט דאך געווען אונזער שדכן, דערפאר ברויכסטו אונז באזארגען מיט א קינד.

ר' מרדכי'לע האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען און געפרעגט קען איך דען מבטיח זיין, אבער די רעבעצין האט נישט נאך געלאזט ווייל זי האט געוויסט די כח פונעם רבין, און זי האט געזאגט איך בין דאך אויך א רעבעצין און איך קען די געשעפטן, און זי האט זיך געשטעלט ביים טיר און געזאגט אז זי גייט נישט אוועק ביז די רבי זאגט איר צו א בן זכר אז זיי זאלן האבן א קדיש זאגער לאחר מאה ועשרים,

האט די רבי ר' מרדכי געגעבן א ברכה פארן רעבעצין אז זי וועט האבן א קדיש'ל, און האט צו געלייגט "ווייסטו וואס, דאס וועט שוין זיין אויך פאר אים א קדיש'ל", מען האט נישט גלייך פארשטאנען וואס די רבי האט געוואונטשען, אבער די ברכה פונעם צדיק איז מקיום געווארן, און ביום י' שבט תרמ"ג זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד א צדיק אברהם וואס האט באלאכטען די וועלט.

לימיו האט מען פארשטאנען וואס די רבי האט געמיינט, ווען די מאמע איז נפטר געווארן כ"ב תמוז תרפ"ב, און דריי יאר שפעטער ג' אייר תרפ"ה איז דער הייליגער צדיק רבי ישעי'לע נפטר געווארן, און דער זון רבי אברהם האט פאר זיי ביידע געזאגט קדיש,

ליידער האט דער רבי אברהם נישט מאריך ימים געווען און בשנת תרפ"ז צוויי יאר נאכן טאטן'ס פטירה איז רבי אברהם נסתלק געווארן, דאן האט מען געזעהן די גרויסקייט פון ר' מרדכי'לע אז ער האט קדיש געזאגט נאך ביידע עלטערן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

דער צדיק וקדוש רבי אברהם מקערעסטיר זי"ע האט ליידער זיין גאנצע לעבן מיט געמאכט יסורים ומכאובים קשים, אסאך מאל איז ער שוין געווען ממש סמוך למות, נאר בדרך נס איז ער געווארן אויס געהיילט דורך זיין הייליגען טאטן'ס כח.

איינמאל ווען די רבי איז זייער נישט געזונט געווען און מען איז געקומען פארציילען פארן טאטן די מצב, האט דער טאטע רבי ישעי'לע אויס געבראכען אין א שרעקליכע געוויין אז אפילו די שטוב מענטשן האבן זיך זייער דערשראקן, האט מען אריין געשיקט הרה"ח ר' ירמי' הערש בערקאוויטש ז"ל וואס איז געווען מנאמן ביתו אז ער זאל בארויגען דעם טאטן,

ווען ר' ירמי' הערש איז אריין געקומען האט ער געזאגט פארן טאטן אז חז"ל זאגן דאך אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם, אל יתייאש מן הרחמים, און דער הייליגער באשעפער איז א כל יכול אפילו די דאקטורים געבן אויף, קען דער באשעפער העלפן.

האט רבי ישעי'לע געזאגט איך וויין נישט אויף די מצב פון מיין קינד, נאר א גאנץ לעבן ארבעט איך אויף מיינע מידות אז ווען א איד קומט אריין צו מיר מזכיר זיין א צרה אדער א חולה זאל מיר יענעמ'ס צרה וויי טון פונקט ווי עס וואלט ווען געווען מיין אייגען קינד,

אבער יעצט ווען מען איז געקומען מזכיר זיין מיין זון אברהם, האב איך געזען אז איך בין נאכניטש אויף די מדריגה, ווייל עס טוט מיר נאכאלטץ מער וויי ווען מיין אייגען קינד איז נישט געזונט, ווי ווען עס איז אן אנדערענ'ס קינד, און דערפאר וויין איך, און ער האט אויס געפירט "ווי אזוי קען איך זיין אזא אומ-מענטש, אז ווען מיין אברהם'לע איז נישט געזונט, זאל איך שפירן מער ווייטאג, ווי ביי א צווייטן איד".

איין ליל שישי זענען א קבוצה בחורים פון די ישיבה פון הגה"ק מהרש"ג מסעמיהאלי זי"ע, געקומען אויף שבת קודש קיין קערעסטיר צו זיין ביים טאטן רבי ישעי'לע זי"ע, זיי זענען אן געקומען פרייטאג צופרי און זענען געווען אויסגעמיטשעט און הונגעריג פונעם וועג, ווען זיי זענען אן געקומען האבן זיי געשפירט די ריח פון די פרישע חלות וואס מען האט געבאקען פאר שבת, און זענען געווארן נאך מער הונגעריג.

ווען זיי זענען אריין געקומען האבן זיי געטראפן דעם רבין צוזאמען מיט זיין טאטן, איז רבי אברהם צוגעקומען צו די בחורים און געפרעגט בחורים האט עטץ שוין געדאווענט אויב יא לאמיר ענק געבן פרישטאג, ווען דער טאטע רבי ישעי'לע האט געהערט די פראגע פונעם זון, האט די טאטע רבי ישעי'לע געזאגט פארן זון, נישט אזוי איז מען מקבל געסט, נאר אזוי איז מען מקבל אידן, "איר זענט הונגעריג, גייט אנבייסן!", און אויב זיי האבן נאך נישט געדאווענט וועלן זיי שוין אליין גיין דאווענען.

הרה"ג רבי יהודא אליעזר יונגער אב"ד קהל יראים זי"ע, האט פארציילט אז איינמאל איז הרה"ק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע, געפארן מיט א טעקסי און אויפן וועג האט מען זיך אפ געשטעלט נעמען גאזאלין פארן קאר, ווען אידן האבן געזעהן ווער עס איז אין די קאר, זענען מענטשן געקומען געבן קוויטלעך און בעטן א ברכה, איז צוגעקומען א איד וואס האט נאך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, און געבעטן דעם רבין ער זאל אים געבן א ברכה פאר זש"ק,

האט די רבי געהייסן פאר דעם איד אז ער זאל באצאלען פאר די "בן-זין" פארן קאר און ער וועט אין דעם זכות זוכה זיין צו א בן זכר און ער האט דאס מסביר געווען ווייל "בן-זין" איז סיי א "בן" און סיי "זין" "זוהן" וואס ביידע מיינען א בן זכר, און כך הוה דער איד האט צום יאר געהאט א בן זכר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

ס'פארציילט א איד, אז זיין זיידע איז א חתן געווארן, און ביי די שבע ברכות האט רבי ישעי'לע ארויס גענומען א מטבע און געזאגט אז דאס איז די דרשה געשאנק וואס ער גוט, און האט איהם אפ געשפראכן די מטבע, אבער אנשטאט צו געבן פארן חתן, האט ער דאס צוריק אריין געלייגט אין טאש, דער חתן האט זיך געשעמט צו זאגן א ווארט, און ס'איז אזוי געבליבן.

ס'איז אריבער אפאר יאר און ער האט נאך נישט זוכה געווען צו זש"ק, איז די ווייב זיינע אריבער צו קערעסטיר, און זי האט דערציילט די גאנצע מעשה זאגנ'דיג אז זי איז געקומען אפ נעמען די דרשה געשאנק, האט ר' אברהמ'לע געוואלט געבן א מטבע, האט זי געזאגט זי ברויך נישט קיין מטבע, זי וויל א הבטחה אויף זש"ק, און האט זיך אזוי איינגעקשנ'ט ביז ר' אברהם'לע האט איר צו געזאגט, און צו 9 חדשים איז זי געהאלפן געווארן מיט א בן זכר, און דערנאך נאך זוכה געווען צו האבן נאך 12 קינדער, וואס האבן ב"ה איבער געלעבט די קריג, און איבער געלאזט אידישע דורות.

אין די קורצע תקופה וואס רבי אברהם איז געווען רבי, ווערט דערציילט אסאך מופתים וואס מען האט געזען ביי דעם צדיק וקדוש,

אויף דעם ערשטן שבועות, האבן א גרויסער ציבור פון די עלטערע חסידים זיך גערישט צו בלייבן אין דערהיים, נישט קענענדיג מקבל מרות זיין פון א יונגער רבי (וואס איז דאן נאר געווען 42 יאר, און זיין טאטע וואס איז געווען רבי איבער 50 יאר, איז אוועק ביי די אכציגער יארן, אזוי אז ס'איז שווער געווען זיך צו מכניע זיין).

א פאר טעג בעפאר שבועות חלומ'ט זיך איינע פון די חסידים, ווי ר' ישעי'לע קומט צו איהם און חלום, און פרעגט איהם דו פארסט נישט קיין קערעסטיר, זאגט ער ניין, האט אים ר' ישעי'לע געזאגט, איך וויל זאלסט אנלודענען א גאנצן וואגן מלא בכל טוב וטוב, און יא פארן, ותפעם רוחו.

אבער ער האט מחליט געווען חלומות שוא ידברו, און ער וועט נישט פארן, אבער די צווייטע נאכט האט ער זיך נאכאמאל גע'חלומ'ט, און ר' ישעי'לע האט איהם געזאגט, זיי וויסן אז איך וועל אויך זיין דארט, און א סימן האסטו אז שבועות פארטאג ביי קדרותא דצפרא, ווען דער עולם וועט זיך שטעלן טאנצן, וועט ר' אברהם'לע שטיין אין זייט און נישט וועלן טאנצן,

וועט איהם ר' שלמה ענגל בעטן ער זאל אריין קומען טאנצן און ער וועט אפזאגן, וועט ר' שלמה איהם צווינגען, און ער וועט טאנצן איין רינג און גלייך צוריק ארויסגיין, זאלסטו וויסן אז מיין זוהן וועט נישט וועלן טאנצן ווייל איך וועל דארט זיין, און לכבודי וועט ער נישט וועלן טאנצן, דער חסיד האט זיך דערוועקט צופרי, און זאגט פאר זיין ב"ב אז ער פארט קיין קערעסטיר אויף יו"ט,

פארטאג'ס ווען ס'איז געקומען צום טאנצן, איז פארשטייט זיך געווען פונקט ווי ער האט זיך גע'חלומ'ט און ווי ר' אברהם'לע איז ארויס פון רינג, האט דער חסיד גע'חלש'ט, ווען מ'האט איהם דערמונטערט, האט ער פארציילט דעם חלום און וואס ער האט יעצט געזעהן, און ער האט צו געלייגט, ווען דער רבי איז ארויס פונעם רינג האב איך געזעהן דעם רבי'ן רבי ישעי'לע זי"ע טאנצן דעריבער האב איך גע'חלש'ט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל איז א שופט פונעם שטאט נירדהאז געקומען צו קערעסטיר, און גייענדיג אויפן גאס האט ער אנגעטראפן רבי אברהם וואס איז דאן געווארן רבי נאכן טאטן, איז די שופט געקומען צום רבין און זאגט, אז ביי אים אין שטאט זענען דא א באנדע ציגאנער'ס וואס האבן זיך פארטשעפעט מיט אים און פייניגען אים, און דארט אין שטאט איז דא א מכשפה וואס די צוגאנער'ס האבן איר געבעטן אז זי זאל פארשעלטן דעם שופט, און די מכשפה האט טאקע געטון עפעס און דער שופט פארציילט אז זיין ווייב איז משוגע געווארן און האלט אין איין סטראשענען אז זי גייט הרג'ענען זיינע קינדער.

האט ער געבעטן דעם רבין אז ער זאל אים געבן א ברכה, האט די רבי געזאגט אז ער זאל צוריק אהיים גיין און ער זאל שיקען פארן שטאט קערעסטיר א וואגען מיט כל טוב וטוב פאר די אידן דא אין שטאט, און ער וועט אים ארויס העלפן אז זיין ווייב זאל געזונט ווערן.

דער שופט האט אים צו געזאגט אז ער וועט מקיים זיין די צוזאג און אינטער געשריבען אז ער וועט שיקען דעם וואגען בקרוב, ווען ער איז אהיים געקומען האט ער טאקע געזעהן אז זיין ווייב איז אינגאנצן געזונט געווארן, און די מכשיפה האט געהאט א מיתה משונה, און אפאר טאג שפעטער איז טאקע אנגעקומען די וואגן אנגעפיעלט מיט כל טוב וטוב, און דער שופט האט אזוי געטון יעדעס יאר פאר יו"ט,

ווי ס'באקאנט אז ר' ירמי' הערש בערקאוויטש פלעגט באקומען שטענדיג צוקער פון ר' ישעי'לע פאר זיין ווייב (וואס איז געווען נישט געזונט) און דאס האט איר דערהאלטן ביים געזונט, ווען דער צדיק ר' ישעי'לע איז אוועק, איז נאך געווען אביסל פון די צוקער,

אבער ווען די צוקער האט זיך כמעט געענדיגט, האט זי געבעטן דעם מאן זאל פארן צום נייעם רבי'ן נעמען צוקער, ר' ירמי' הערש האט נישט געוואלט, אבער אויך נישט געקענט אפזאגן זיין ווייב, איז ער געגאנגען אין געשעפט און געקויפט צוקער און געברענגט, ויהי פלא אז ס'האט ווייטער גע'ארבעט, אזוי איז עס אנגעגאנגען א שיינע פאר מאל,

נאך א שטיק צייט איז איהם אויס געקומען צו זיין אין קערעסטיר איז ער אריין שלום נעמען ביים נייעם רבי'ן, ווי רבי אברהמ'לע האט איהם דערזעהן האט ער איהם געזאגט, א גוטן ר' ירמי' הערש זעצט אייך און לאמיר אייך דערציילן א מעשה.

אין די צייטן פונעם הייליגן רבי'ן ר' אלימלך האט אין שטאט ליזענסק געוואוינט א מלמד תשב"ר וואס האט אויך געהייסן אלימלך, און ווען ער האט געדארפט חתונה מאכן א טאכטער, האט איהם זיין ווייב געזאגט טו וואס אלע טוהן, פאר ארום נאך געלט און וועסט געהאלפן ווערן, האט ער אנגעהויבן ארום פארן, אין די נאנטע שטעטלעך האט מען איהם נאך געקענט און מ'האט איהם געגעבן כפי ערכו.

אבער ווי ווייטער ער איז געפארן האט מען זיך טועה געווען אז דאס איז דער גרויסער רבי ר' אלימלך, און וויפל ער האט פראבירט טענה'ען אז ער איז נאר א מלמד תשב"ר האט מען דאס אן גענומען ווי ענוה און מ'איז געקומען אין די מאסן מיט גרויסע פדיונות און קוויטלעך בעטנדיג השפעות און הבטחות.

דער איד זעהענדיג אז ער האט סייווי נישט קיין ברירה דער עולם גלייבט נישט אז ער איז נישט רבי ר' אלימלך, האט ער זיך גענומען טיילן הבטחות אויף רעכטס און לינקס, און אין א קורצע תקופה איז ער אהיים געקומען מיט אסאך געלט, דער מלמד איז גלייך אריבער צום רבי'ן ר' אלימלך, ווייל ער האט איהם געוואלט געבן האלב פון די פדיונות, נאכן מאכן די געלט אויף זיין נאמען.

ווי נאר ער טרעט אריין אין צימער, זאגט אים דער רבי ר' אלימלך, אויף ביז יעצט האב איך געדעקט כדי עס זאל נישט ארויס קומען קיין חילול ד', אז מ'וועט מיינען אז כ'האב צוגעזאגט און ס'איז נישט מקויים געווארן, אבער פון יעצט אין ווייטער, זאלסט מער אזאנס נישט טוהן, און ר' אברהמ'לע האט זיך אנגערופן, ירמי' הערש האסט פארשטאנען?, דער ר' ירמי' הערש האט געטרייסלט פאר פחד זעהענדיג די אפענע אויגן, האט געפרעגט, רבי וואס זאל איך יעצט טוהן, האט אים ר' אברהמ'לע געגעבן א פעקל צוקער, און די ישועה האט ממשיך געווען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

מען פארציילט איבער א איד וואס פארט אסאך קיין קערעסטיר, האט ער זיך איין מאל גע'חלומ'ט ווי ער זעהט א איד זיצן ביי א טיש, און רופט זיך אן צו אים, קענסט קומען צו מיר אויך, ביי מיר קען מען אויך געהאלפן ווערן, דער איד האט זיך דערוועקט ערשיטערט,

נישט וויסנ'דיג ווער דער מענטש איז, צומארגנ'ס זייענדיג אין בית מדרש, איז אים איין געפאלן אז אפשר האט דאס א שייכות מיט קערעסטיר, און האט דעריבער אפיר געזיכט בילדער פון קערעסטיר, ביז ער האט געטראפן א בילד פון הרה"ק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע, און ער האט גלייך דערקענט דעם איד, אז דאס איז דער מענטש פונעם חלום.

ביי אים אין שטוב האט זיך אויף געהאלטן א כהן א גרוש שוין אפאר יאר, וואס האט געדארפט געהאלפן ווערן מיט א שידוך, און פארשטייט זיך זייענדיג א כהן קען ער נישט נעמען א גרושה, דער כהן האט דאס געהערט זאגט ער פאר דעם איד, איך וועל דיר באצאלן און פאר פויעלן פאר מיר א ישועה, איז דער איד געפארן אויפן יארצייט ח"י אדר תשע"ו צו פויעלן א ישועה פאר דעם גרוש.

חנוכה תשע"ז האט דער גרוש זיך אפגערעדט צו דעם איד, דער צדיק זאגט אז ער קען אויך פוילען, און איך האב דיר באצאלט א טיקעט, און איך ווארט נאך אלץ אויף מיין ישועה, האט דער איד מחליט געווען אז גלייך נאך חנוכה וועט ער זיך אויפהייבן און פארן איינרייסן נאכאמאל ביים צדיק.

אומר ועושה, ער איז געפארן קיין קערעסטיר, און ארויף צום ציון פון הרה"ק רבי אברהם זי"ע, און אים געזאגט, רבי ביסט מיר געקומען אין חלום און געזאגט אז דו קענסט אויך פויעלן און דער גרוש פלוני בן פלוני האט מיר דעמאלט'ס באצאלט א טיקעט, און ער ווארט נאך אלץ אויף א ישועה, ער מוז געהאלפן ווערן, און דער איד האט דארט אויסגעזאגט גאנץ תהלים.

ווי נאר ער שפאצירט ארויס פון אוהל, קלינגט אים דער טעלעפאן, און זיין ב"ב מעלדט אים איין, אז מיט אפאר שעה צוריק (דער גענויע צייט ווען ער האט געלאנדעט אין אונגארין) האט זיך אנגעהויבן קאכן א שידוך, וואס מ'האלט שוין יעצט ביים שליסן, מ'ווארט נאר ער זאל צוריק קומען כדי מ'זאל דאס קענען שליסן ביי אים, פארשטייט זיך אז דער איד איז גלייך אהיים געקומען, און דער שידוך איז געשלאסן געווארן בשעטו"מ,

הרה"ח רבי ישראל יהודה בערגער מאוהעל זי"ע האט דערציילט, אז זיין שוועסטער פון שטאט קאשוי איז געקומען זיך מזכיר זיין ביים צדיק וקדוש רבי ישעי' מקרעסטיר זי"ע אז זי האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, דער צדיק האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען, אבער ווען זי האט נישט נאך געלאזט, האט דער צדיק איר געזאגט, געב מיר 50 רענדליך וועסטו געהאלפן ווערן מיט א קינד, און ווען דער קינד וועט געבוירן ווערן זאלסטו ברענגען נאך 50 רענדליך, אינצווישן איז דער צדיק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע נסתלק געווארן,

פארשטייט זיך אז די ברכה פונעם צדיק איז מקיים געווארן און עס איז געבוירן געווארן א בן זכר צו די פרוי, נישט אסאך נאכדעם איז דער צדיק רבי ישעי'לע געקומען אין חלום צום ברודער, און ער זאגט פארן ברודער, גיי זאג פארן שוועסטער, אז זי איז א בעל חוב פון 50 רענדליך, און בקרוב וועט זי שוין האבן נאך א קינד, זאג פארן שוועסטער אז זי קען באצאלן דעם חוב פאר מיין אברהם'לע,

ווען דער ברודער איז געקומען זאגן פארן שוועסטער די חלום, האט די שוועסטער געזאגט, אז באמת האט זי געוואלט באצאלן דעם חוב, אבער וויבאלד די רבי איז נסתלק געווארן האט זי נישט געוויסט וואס זי זאל טון מיטן געלט, אבער די שוועסטער איז גלייך אריבער צום זון רבי אברהם און באצאלט דעם חוב,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12911
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30121

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעיה'לע קערעסטירער, י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

איינע פון די זקני חסידי קרעסטיר, וואס איז נאך געווען ביים צדיק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע, איז געקומען נאכן הסתלקות פון רבי ישעי'לע זי"ע צום זון רבי אברהם זי"ע צוזאמען מיט זיינע צוויי איידעמער, וואס האבן נאך נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, די צוויי האבן שוין אפאר מאל זיך מזכיר געווען ביים טאטן רבי ישעי'לע זי"ע, אבער ליידער זענען זיי נאכנישט געהאלפן געווארן,

שבת קודש צופרי נאכן דאווענען און נאכן קידוש, איז דער צדיק וקדוש רבי אברהם זי"ע ארויף צו זיך אין שטוב פארן "אויבערער טיש" וואס דארט האט מען געגעסן פלייש און קוגעל וואס מען האט ספעציעל געגרייט פאר דעם טיש, ביי דעם טיש האט מען נאר אריין געלאזט יחידי סגולה, דעם שווער וואס איז געווען פון די יחידי סגולה האט מען אריין געלאזט, אויך די איידערמער האט מען אריין געלאזט,

ביים טיש ווען דער צדיק האט געטיילט שיריים, האט ער דאן געשיקט א טעלער פון פלייש און ביינער פאר די צוויי יונגעלייט די איידעמער פון דעם חסיד, איין יונגערמאן האט זיך אנגעריפן בזה"ל, "רבי ישעי'לע איז געווען א רבי, אבער דער זון רבי אברהם איז נאך יונג, איך וועל פון די שיריים נישט עסן", אבער דער אנדערער האט יא געהאט אמונת צדיקים און ער האט דעם גאנצן טעלער שיריים אויף געגעסן,

אבער לפלא צום יאר איז דער יונגערמאן וואס האט אויף געגעסן דעם טעלער שיריים, געהאלפן געווארן מיט א צווילינג קינדער, אבער ליידער דער צווייטער איז נישט געהאלפן געווארן, די צוויי יונגעלייט זענען צום יאר געקומען נאכאמאל צום רבין ר' אברהם זי"ע, און דער יונגערמאן האט דערציילט דעם גרויסן מופת וואס ער האט געהאט ביים רבין מיט די שיריים, עס איז געווארן א גרויסע רעש צווישן עולם און מען האט באוואונדערט דעם גרויסן מופת,

ווען דער צדיק רבי אברהם האט געהערט אז עס רידערט זיך צווישן די חסידים, האט ער געפרעגט די רעבעצין וואס די רעש איז, האט די רעבעצין דערציילט פארן רבין די מופת וואס דער יונגערמאן דערציילט, האט דער צדיק וקדוש רבי אברהם זי"ע אויף געהויבן זיינע הייליגע הענט צום הימל, און געזאגט מיט זיין גרויס עניוות בזה"ל, "וואס, אויך מיר א מופת? אויך א מופת?, ווען מען ברויך אין מען וויל געבן קינדער און שפע טובה פאר אידן, שטרעקט מען אויס די האנט אויפן הימל ביז צום עולם האצילות, און מען נעמט און מען טיילט קינדער פאר וועם מען וויל און וויפיל מען וויל",

איז געווען א איד א גרויסע חסיד פונעם צדיק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע וואס איז געווען א אלמן, ער האט געוואוינט אין א שטאט מיט זיינע קינדער די יתומים, דארט איז געווען א שופט פון שטאט א גרויסע שונא ישראל, דער שופט האט פאר די משפחה פון דעם איד אויס געטיילט גרויסע צרות, דער איד האט נישט געוויסט וואס צו טון,

איין טאג איז דער טאכטער פונעם איד געפארן קיין קרעסטיר, האט די טאטע געבעטן דעם טאכטער, אז זי זאל אריין גיין צום צדיק און מזכיר זיין די צרות וואס זיי ליידן פון דעם גוי, ווען די טאכטער איז אריין געקומען צום צדיק און מזכיר געווען די צרה וואס זיי האבן, האט דער צדיק געפרעגט, ווער צינט די ליכט ביי ענק אין שטוב, האט די טאכטער געזאגט, אז זי צינט די ליכט אנשטאט די מאמע,

האט דער צדיק רבי אברהם מקרעסטיר זי"ע געהייסן דעם טאכטער, אז זי זאל גיין איינקויפן א זעקל מיט ליכט, און יעדע וואך זאל מען צינדען פונעם זעקל איין ליכט, און ווען די ליכט וועט זיך ענדיגן וועלן זיי האבן א ישועה, די טאכטער האט אויס געפאלגט וואס די רבי האט געהייסן, און מען האט יעדע וואך געצינדן אן עקסטערע ליכט,

ווען עס איז געקומען די וואך ערב שבת קודש ווען מען האט געברויכט צינדן דעם לעצטן ליכט, האט די טאכטער געפרעגט פון די טאטע, טאטע מען גייט שוין צינדן דעם לעצטן ליכטל, אבער איך זעה נאכנישט די ישועה, אבער לפלא ערב שבת ווען די טאטע איז ארויס גיין דאווענען שחרית, איז דער שופט געקומען צום טאטן און זאגט אים, פארוואס זאלן מיר זיך שיידן ווי שונאים,

און ער דערציילט, מען האט מיר די טעג אנגעטראגן א נייעם פאזיציע אין א אנדערן שטאט, און דעם קומענדיגע וואך צו איך זיך אועק פון דעם שטאט, פארשטייט זיך אז פון יענע וואך אין ווייטער האט די משפחה געלעבט מיט מנוחה, ווייל דער שופט דער רשע האט זיך אוועק געצויגען פון זייער שטאט, ממש ווי דער צדיק האט פאראויס געזאגט.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2369

Re: הרה"ק רבי אברהם בן הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער - י"ח אדר א' תרפ"ז

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די יארצייט פונעם צדיק! זכותו יגן עלינו
שרייב פאוסט