איך ווייס נישט, אבער סאיז א רחמנות, אסאך מענטשן גייען מסתם נישט אנקומען
ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה

די לויה וועט פארקומען 7:30 פארנט פון בית המדרש הגדול, מ'וועט איר לייגן אין די אוהל פון די אלטע רעביצין
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
מבשר ואומר האט שוין געמאלדן אז די לויה וועט ארויסגיין 7:30
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
איך האב געזען שוין אפאר פלעצער 8סקווירא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:46 pmמבשר ואומר האט שוין געמאלדן אז די לויה וועט ארויסגיין 7:30
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 145
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
וויזניצע, סאטמערע, בעלזע חסידים גייען צום לווי'?
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
נקראה ע"ש הרבנית הצ' מרת חיה חנה ע״ה חמותו של הרה"צ רבי חיים מנחם מענדיל פאנעט מדעעש הי"ד חמיו של הרה"ק הישועות משה זי"ע, אשת הרה"ק רבי יעקב שמשון קאנער מטשחויב קלויזענבורג, ובת הרה"ק רבי משה משינאווא בן הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא בן הרה"ק הדברי חיים מצאנז זי"ע.
- פיילס
-
- מצבת הרבנית חיה חנה.jpg (329.82 KiB) געזען געווארן 751 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
די לויה איז אפציעל אפגעשטופט געווארן אויף 8:00
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
פאר די וואס מאכן חתונה היינט אין שטעטל איז געמאלדן געווארן אז די חופות וועט פארקומען כרגיל די געהעריגע צייט ווי עס האט געהייסן
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
ק/פ JDN
בד''ה
די עולם החסידות איז איינגעהילט אין טרויער מיטן ערהאלטן די שווערע בשורה פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, אז עס איז נפטר געווארן הרבנית הצדיקת מסקווירא ע"ה, אשת חבר יבדל לחיים טובים ארוכים כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בלויז געציילטע טעג נאך איר איין און אכציגסטער יום הולדת פארלאפענע וואך ד' אדר.
די רעבעצין הרבנית חיה חנה טווערסקי ע"ה, איז געווען די עלטסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, א אייניקל פון פריערדיגע צדיקים וקדושים לבית וויזניץ, טשערנאביל, צאנז דעעש, ראפשיץ, ולמעלה בקודש.
ביום חמשה עשר באב תשי"ט איז זי אריינגעקומען בברית הנישואין אין קרית ויזניץ בני ברק, מיט איר גרויסן מאן להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, איינציגסטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זי"ע, אינאיינעם האבן זיי אויפגעשטעלט א הערליכע דור בקרתא דשופריא אין שיכון סקווירא, וואו בלויז עטליכע יאר דערויף איז זי נתעלה געווארן בכסא המלוכה, ווען איר חשובער מאן דער רבי שליט"א האט איבערגענומען דעם כתר האדמורו"ת.
אלע יארן איז די רעבעצין געשטאנען מיט א מורא'דיגע געטריישאפט פאר די המשכת המלוכה, געהאלפן די תושבי השיכון און באגלייט די חסידים מיט א ווארעמע הארץ, ווען אין שפיץ זעט זיך אן אירע געוואלדיגע פעולות פארן גרויסן מאן דער סקווירא רבי שליט"א ער זאל קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש און משפיע זיין פאר די חסידים פון נאנט און ווייט.
די לעצטערע יארן איז די רעבעצין ליידער נישט געווען געזונט, און מיט צוויי וואכן צוריק איז זי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א שווערע געזונט צושטאנד, אין די צייט וואס כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט האט מתפלל געווען לרפואתה.יעצט נאכמיטאג ארום פיר אזייגער איז די רעבעצין נפטר געווארן בשיבה טובה לחיי העולם הבא, מיט די אנוועזנהייט פון די קינדער און אייניקלעך וואס האבן געזאגט פסוקי יחוד, און אצינד גרייט מען זיך אויף די גרויסע לוויה וואס וועט פארקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא אכט אזייגער אויפדערנאכט.
די רעבעצין ע"ה לאזט איבער איר גרויסן מאן דער רבי שליט"א, א הערליכע דור ישרים יבורך, פיר זיהן הרה"צ ר' אהרן מענדיל, הרה"צ ר' יצחק, הרה"צ ר' יעקב יוסף, און הרה"צ ר' חיים מאיר, די טעכטער הרבנית מראחמיסטריווקא מאנסי, און הרבנית אשת הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, און די לעכטיגע משפחה פון איר טאכטער הרבנית מזוועהיל ע"ה. אויך לאזט זי איבער די צוויי ברידער כ"ק מרנן האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א פון ארץ הקודש, די שוועסטער הרבנית מבעלזא תליט"א, די שוועסטער הרבנית מסאטמאר תליט"א, און די שוועסטער הרבנית אשת הרה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ.

- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 117
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
אויב זיי ווילן, גלייב איך אז זיי וועלן גיין.אן אייער שפיי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:50 pm וויזניצע, סאטמערע, בעלזע חסידים גייען צום לווי'?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1325
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3589
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
תנו רבנן, מעבירין את המת מלפני הכלה (כתובות יז א). אם פגעו זה בזה בדרך – מקדימין הכלה תחילה.אן אייער שפיי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:43 pmאיך ווייס נישט, אבער סאיז א רחמנות, אסאך מענטשן גייען מסתם נישט אנקומען
וכתבו הטור והשולחן ערוך דהוא הדין נמי להקדים, שאם אין בעיר אנשים כדי ליתן כבוד לזה ולזה – מקדימין ומכניסין הכלה לחופה תחילה, ואחר כך קוברין המת.
- רעגענדיגע זונטאג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 677
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
- x 1233
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
וואס מיינסטו צו פרעגן??אן אייער שפיי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:50 pm וויזניצע, סאטמערע, בעלזע חסידים גייען צום לווי'?
איך מיין אז מ' לאזט יעדן קומען.
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
הרה"ח ר' מנחם מענדיל בערגער פון די ראשי הקהילה מיט א מעסעדזש:
די מענער וועלן שטיין אויפן פארקינג לאט, אריינגאנג דורכן טענט (טרומען), די פרויען וועלן שטיין פון די שאפינג סענטער ביז די בית הוראה, און אזוי אויך פון דזשעפערסאן ביז לינקלאן, מ'וועט קענען פארקן קארס ביי די שמחם בילדינג, באסעס ביי עטרת טשארנא
די מענער וועלן שטיין אויפן פארקינג לאט, אריינגאנג דורכן טענט (טרומען), די פרויען וועלן שטיין פון די שאפינג סענטער ביז די בית הוראה, און אזוי אויך פון דזשעפערסאן ביז לינקלאן, מ'וועט קענען פארקן קארס ביי די שמחם בילדינג, באסעס ביי עטרת טשארנא
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
אחיה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט פריער געזאגט בבכיות ברכת דיין האמת און געריסען קריעה במעון קדשו בשיכון ויזניץ
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 215
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 340
- פארבינד זיך:
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
איז דאס די ערשטע קינד פון מרן בעל ישועות משה מויזניץ וואס גייט פון די וועלט?
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
הארט פאר מנחה בערך 3:25 האט מען מודיע געווען פאר די רבי שליט"א אז די מצב האט זיך שטארק פארערגערט און מ'האט געבעטן אז די רבי שליט"א זאל אויספאסטן נאכדעם וואס די רבי שליט"א פאסט היינט אלס שובבי"ם אנשטאט פרייטאג-פורים קטן, און נאך מנחה ווען מ'האט מודיע געווען פאר די רבי שליט"א איבער די ביטערע בשורה האט די רבי שליט"א ארויסגענומען פון שאנק א שולחן ערוך און זיך געזעצט לערנען הלכות אבילות
בשעת די פטירה איז געווען דארט בני כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, הרב חיים מאיר בהרה"צ ראמ"מ, הרב פנחס אהרן גאלדמאן, הרב אהרן מענדיל בהאדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, הרב יעקב יוסף בהרה"צ ר"י, ר' זאב שפיטצער, ר' יושע אונגער
5:10 איז די מיטה ארויסגעפארן פון שפיטאל, אויפן וועג אריין אין שטעטל וועט מען זיך אפשטעלן ביי אם בישראל וואס איז געשטאנען בנשיאות די רעביצין ע"ה
בשעת די פטירה איז געווען דארט בני כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, הרב חיים מאיר בהרה"צ ראמ"מ, הרב פנחס אהרן גאלדמאן, הרב אהרן מענדיל בהאדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי, הרב יעקב יוסף בהרה"צ ר"י, ר' זאב שפיטצער, ר' יושע אונגער
5:10 איז די מיטה ארויסגעפארן פון שפיטאל, אויפן וועג אריין אין שטעטל וועט מען זיך אפשטעלן ביי אם בישראל וואס איז געשטאנען בנשיאות די רעביצין ע"ה
Re: ברוך דיין האמת - הרבנית מסקווירא ע"ה
5:45 די מיטה קומט אן צום קוואל מקוה ווי די טהרה וועט פארקומען, אויפן וועג אריין אין שטעטל האט מען זיך אפגעשטעלט ביי אם בישראל ווי די דיין שליט"א האט געמאכט די קל מלא רחמים
https://www.bechatzros.com/post/8545677
https://www.bechatzros.com/post/8545677