נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

גאר אן אינטרעסאנטע זאך היינט געזעהן,
קרית יטב לב (בלומינגבורג, קהל מהרי"י) האט אויף זייער לעדערהעד אנגעהויבן שרייבן אויך אויף ענגליש KIRYAS YETEV LEV!
ס'איז גאנץ אינטרעסאנט וויבאלד ס'איז קוים אריינגעקומען אויף אידיש און זיי שרייבן עס שוין אויף ענגליש אבער איך פארשטיי זיי זייער גוט און זיי זענען 100% גערעכט!
זיי האבן נישט קיין אנדערע וועג די שטאט זאל זיך האלטן אויף די סטאנדארד פון קהל יטב לב, און ס'זאל בלייבן זייער שטאט אויב ס'האט בלויז די ווילעזש נאמען און ס'גיבט א רושם פון אן אפענע פלאץ אפן פאר די גאנצע וועלט,
די גרויסע שטחים פון בלומינגבורג קענען זייער שנעל באוואוינט ווערן מיט אלע סארט אידן וואס ווילן וואוינען אין א סובארב עריע צווישן גראז און ביימער נאנט צו אידישע געברויכן, און יא צווישן זיי אויך אזעלכע אידן וואס וועלן טוישן די גאנצע כאראקטער פונ'ם געגנט, אזויווי די סובארבס אין לעיקוואד האט געטוישט אינגאנצן לעיקוואד, און די סובארב'ס פון מאנסי וואס האט געברענגט א סכנה פאר ערליכען איד אין מאנסי,
ממילא פארשטייען זיי אז דאס רופן קרית יטב לב וועט אנהאלטן בעזהשי"ת די כאראקטער פונ'ם פלאץ אלס א סאטמארע שטאט, און אלס א שטאט וואס באלאנגט פאר די קהלה, אזוי וועט יעדער וואס טראכט פון אהינמופן וויסן אז ער קומט קיין "קרית יטב לב" און נישט קיין בלומינגבורג נ.י. און דאס וועט פארזיכערן אז ס'קומען בעזהשי"תץ בלויז אזעלכע וואס זענען גרייט זיך ציצישטעלן צו די סטאנדארד פון קרית יטב לב.
מען זעהט וויאזוי יעדער פארשטייט די כוח וואס א הייליגע נאמען גיבט פאר א פלאץ, און די וויכטיגקייט אויב מען וויל פארזיכערן די עתיד פון א שטאט עס צו רופן מיט די נאמען וואס שטעלט אוועק די ליניע און די סטאנדארד פון די פלאץ
איז דאך א קל וחומר ביי אונז די שטאט וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט מייסד געווען און געלייגט דערויף זיין נאמען האבן מיר פיל א גרעסערע חיוב עס צו מוזן באשיצן דורכ'ן בלויז עס רופן מיט די נאמען וואס דער רבי האט ארויפגעלייגט.
נאך אזא פעולה קבל עולם ומלואו צו רופן איבעראל אן אייגן געמאכטע שטאט איבעראל מיט די אידישע נאמען איז שווער צו גלייבן אז איינער וועט זיך נאך טרויען צו נעמען דעם רבינ'ס שטאט און דוקא פראבירן אויסצימעקן די 2 הייליגע ווערטער" קרית יואל" סיי וועלכע תירוצים!
און ווער נעמט אויף זיך די אחריות צו מאכן דעם רבינ'ס שטאט פאר א מקום הפקר רח"ל דורכ'ן אראפנעמען זיין הייליגע נאמען וואס דאס גיבט א רושם פאר די גאנצע וועלט אז אונזער גאנצע ריזיגע געגנט פון 27 סקווער מייל איז אן אפענע פלאץ פאר אלע שיכטן, קרייזן און קהילות, און דורכדעם ציברעכן דעם רבינ'ס כוח און האפענונג פון זיין הייליג שטאט וואס ער האט אויפגעבויט מיט בלוט, יגיעה עצומה, און מסירת נפש, לאמיר אלע געדענקען: הוי זהיר בגחלתן!
פיילס
Capture.JPG
Capture.JPG (35.6 KiB) געזען געווארן 1108 מאל
מערקבאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 9:36 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מערקבאר »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:13 pm
בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:21 pm
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:40 pm

מיטן זאגן אז דו האלטסט נישט אזויווי אים בנוגע וואכנשריפט ווערט ער נאך נישט קיין שקרן... ווער סקען אביסל וואכנשריפט פארקריפעלטע מהלך ווייסט אז ס'מאכט אסאך סענס אדער זאל טון די סארט זאכן.
איך האב קלאר געזאגט נעכטן אז כ'האב נישט גערעדט צום וואכנשריפט, און נישט צו לאנדאס, נאר אז זיינע ווערטער שטימען נישט
קוק איבער זיין תגובה אויף וואס כ'האב עס געשריבן און זאג מיר צו ס'שטימט, מיט די פאקטן אדער אפילו צו ס'שטימט מיט זיינע נאכפאלגנדע תגובות
איך קען אויך די וואכנשריפטס פארקריפעלטע מהלך און איך ווייס אז זיי קענען דאס טון (בעיקר ווען די העכסטע פון קהל - די וואס זארגן זיך יעצט פאר די קדושה פון בלומינגגראוו - האבן געסטראשעט פירמעס נישט צו אדווערטייזן דארט), ער האט אבער געזאגט אלץ פאקט אז ער ווייסט אז דאס האבן זיי דא געטון, האב איך ארויסגעברענגט אז זיין פאקט שטימט נישט מיטן מציאות ביי דעם פאל
אויב איינער וויל קען איך אים ווייזן פרוף אין אישי אז זיין פאקט שטימט נישט, אבער כ'האב עס גענוג קלאר געשריבן דא אויך.
איך בין פשוט עמעיזט ווי ער גייט ווייטער אן מיט זיין שרייבעריי כאילו לא הי'
דעציט
לגופו של ענין איז אזוי : לו יהא אז אייערע ווערטער זענען יא אמת איז דאס נישט קיין שום באווייז אויף די מיינונג פון תושבי שכונת דברי חיים/שאגת ארי' וכו', סך הכל איז דא א צייטונג וואס א טייל תושבי קרית יואל ליינען, און זיי מאכן א געוויסע ווינט, איז יתכן אז היות זיי פראבירן פאר יעדע פרייז צו חרוב מאכן די הנהגה אין קרית יואל, אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף די לאנדא פארוואלטונג צו אדווערטייזן אוון דאן וועלן זייערע אנהענער איינקויפן דארט , און קען זיין אז סהאט אויסגעמאכט און עס מוז אפילו נישט זיין דורך תושבי המקום, גראדע איך גלייך איינצקויפן אין די נייע געשעפט צוליב די געשמאקייט און שטילקייט דארט, און געוויסע מענטשן מיט די זעלבע ציל ווי די וואכנשריפט ארבעטן אויך אויף די אגענדע,

און חוץ מזה איז שוין ווי געשמועסט אז עס איז נישט דא אזא מושג אז תושבי בלומינגראוו זענען מחליט, קרית יואל באלאנגט צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע און תושבי קרית יואל זענען מחליט

דעיס איז זייער א ראנג בליק
מען קען נישט צונעמען די רעכטן פון אונז איינוואוינער אין א שטאט און אנדערע זאלן פארן אונז טראכטן און זאגן וויאזוי צו אנרופן זאכן
די ציבור דא איז זיכער נישט ביי די מייננונג, אז די מאכסט היינט וואוטס דערויף האסטו מסתמא 97 פראצענט עולם פאר די זעלבסשטענדיקייט פינעם דעת הציבור קעגן 3 פראצענט וואס וויל אוועקגעבן זייער מהלך מחשבה פאר אנדערע שטעט צו מחליט זיין פאר זיי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4903

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

מערקבאר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:57 pm

"צונעמען די רעכטן"... "אנדערע שטעט"....

איימעניט איימעניט...

viewtopic.php?p=64893#p64893
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 37

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קמיאל »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:01 pm

יא יא דאס טאקע די מיינונג פון די אידן פון די אנדערע שטעט, אז עס איז נישט קיין אנדערע שטאט, אזא בחינה פון גיטו וידו באין כאחד.

קמיאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:10 pm

קוק מיין געברענגטע לינק
.
כהאלט נאך פאר דעם שמועס

משה זרח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:48 pm
Location: Kiryas Yoel
x 279

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך משה זרח »

איך מיין מ'דארף פרעגן רוב תושבים פון שכונת יואל משה צו זיי האלטן אז ס'איז קרית יואל אדער נישט אויב רוב גייען וואויטען אז נישט איז נישט, וואספארא דיקטאטארשאפט איז דאס? הא? מ'קען איינטיילן מענטשן ווי זיי וואוינען?
עטרת חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
Location: קרית יואל
x 159

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך עטרת חיים »

כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א וועט אי"ה פראווענען דאהי דעם שבת קודש לרגל השמחה בבית נכדו הרה"ג ר' ברוך שליט"א
תרומה.jpg
תרומה.jpg (117.46 KiB) געזען געווארן 661 מאל
טיש תרומה שלום זכר.jpg
טיש תרומה שלום זכר.jpg (96.57 KiB) געזען געווארן 661 מאל
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 37

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קמיאל »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:12 pm
קמיאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:10 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:01 pm
"צונעמען די רעכטן"... "אנדערע שטעט"....

איימעניט איימעניט...

viewtopic.php?p=64893#p64893
יא יא דאס טאקע די מיינונג פון די אידן פון די אנדערע שטעט, אז עס איז נישט קיין אנדערע שטאט, אזא בחינה פון גיטו וידו באין כאחד.
קוק מיין געברענגטע לינק
.
כהאלט נאך פאר דעם שמועס
לאמיר זעהן צו דו גייסט פארשטיין וואס איך שרייב, אז נישט איז אויך גארנישט. די רבי זי״ע האט געמאכט א ״ישוב״ מיטן נאמען קרית יואל פאר די איינע סיבה צו זיין אוועק פון די שטאט מיט אירע איבלענישן, ער האט עס נישט געמאכט צו האבן אן אייגענעם שטעטל אזוי ווי אנדערע, די אנדערע פון וואס איך רעדט האבן א פראבלעם מיט מענטשן וואס קומען וואוינען אין די מייל, צוליב דעם וואס עס ווערט אויס ״אייגענעם שטעטל״, אבער די רבי האט - פארקערט ווי דעם - געוואלט אז אלע היימישע קהלות זאלן קומען דא וואוינען, ר׳ אהרן פאללאק האט פארציילט אז ער האט געבעטן די וויענע אידן צו קומען.

יעצט, עס איז אמת אז ווי אידן וואוינען אינדרויסן פון שטאט, איז עס דעם רבינ׳ס קרעדיט, און מיר תלמידים פונעם רבין גייען אינגאנצן אין זיינע וועגן, און אין געדאנק איז דאס א חלק פונעם רבינ׳ס ציהל צו וואוינען אינדרויסן פונעם שטאט, אבער אין די זעלבע צייט די אידן וואס וואוינען אין מאנסי, שיכון סקווירא אדער בלומינגבורג, זענען אויך א חלק פון דעם רבינ׳ס ציהל, און זיי קען מען דאס אויך רופן ״קרית יואל״.

היינטיגע צייטן האט אבער ״קרית יואל״ גאר אן אנדערע משמעות, עס מיינט א חלק פון די רבנות און פון די הנהגה, בכלל נישט וואס דער רבי האט געמיינט (איך ווייס אז דו האלסט אנדערש), פונקט ווי דו פארשטייסט אז די אידן פון ״אחדות״ קאנטרי זענען נישט געקומען וואקאציע קיין קרית יואל, נאר נעבן קרית יואל, די זעלבע זאך ״בלומינג גראוו״ איז נעבן קרית יואל (קענסט דן זיין אויב עס גייט אריין אין גלילות וכדומה), און דאס אז זיי באנוצן זיך מיט די סערוויסעס פון דערנעבנדיגע שטאט, מיינט נישט גארנישט, פונקט ווי שיכון סקווירא באנוצט זיך מיט סערוויסעס פונעם דערנעבנדיגע מאנסי.

סך הכל, רופן קרית יואל אויף אן אופן צו דערמאנען דעם רבי זי״ע איז איין זאך, אבער ביי רוב פון מענטשן וואס שרייבן דא, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 373

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

קמיאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:41 pm

זייער שטארק ארויסגעברענגט די צווייטע זייט, פון די אידן וואס זענען געקומען אויף וואקאציע פונעם אייבערשטן אין בלומינג-גראוו.
(אנדערע רופן דאס אן אויף לשה"ק פריקת עול)
Pager
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:13 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Pager »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:26 pm
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:23 pm @ פופציגער ביים מעמד האט מען אדרעסירט די פראבלעימעין וואס פלאגן די דירות פראיעקטן נישט סוכות וכו'
פון די גרעסטע פראיעקטן וואס ווארט אויף אידישע הילף איז די קלאוו פראיעקט.
איי געס איר זענט נישט געווען ביים מעמד.

מ'האט נישט גערעדט פון פראבלעמען וואס פלאגן דעוועלאפמענטס ספעציפיש, נאר פונעם פאקט אז פרייזן זענען הויך. אין אנדערע ווערטער, מ'האט גערעדט מער פונעם פראבלעם וואס די דעוועלאפער ברענגען פאר'ן ציבור...

מ'האט נישט גערעדט פון דעם אז ווערצבערגער ווארט אויף סוער אפראוועלס און נישט פון דעם אז אין שכונת ויואל משה ווארט מען אויף א פארשלעפטע ארדער פון טיילס.
גראדע איז עס געווען א געוואלדיגער רייכער מעמד, און אויך זייער "היסטאריש" בקורת העיר קרית יואל.

עס האט הערליך אפגעשפיגלט דעם כאראקטער פון הכרת הטוב ווען מען האט ארויסגעברענגט דעם ישר כח פאר עסקני קיט"ל בלומינג גראוו ובראשם הרב ר' בערל מרגליות וואס איז א געטרייער סאלדאט פאר רבינו שליט"א און דער שליח מהימן ויד ימינו פונעם חשוב'ן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין שליט"א פאר כל קדשי בלומינג גראוו.

הרב מרגליות האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע אבער גאר טרעפליכע דרשה בנוגע די לייסטונגען פון קהל אז בלומינג גראוו זאל בלייבן אידיש.

גראדע האלט איך אז מצד קהל קומט זיך באמת אויך א ישר כח פאר די שותפים פון רבי בערל ה"ה העסקנים החשובים הנקודין בשמותם ר' יואלי לאנדא פון וומ"ס, ר' הערשי לעווי ושותפו בדומה לו ר' נתן קארפיל מרגליות וואס האבן שוין אריינגעלייגט א יגיעה רבה למען קדושת הקהלה דאהי. ועוד חזון למועד

ווער עס קען ביטע ארויפלייגן א לינק צו ר' בערל'ס דרשה, ס'איז כדי אויסצוהערן.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

אין די פריערדיגע תגובות האט איינער באשריבן פארוואס דער רבי האט געמאכט אן ישוב, אזויווי ס'איז נישט אקוראט די פאקטן זענען אביסל אנדערש וועל איך דא אויסבעסערן עטליכע פאקטן:
1) דער רבי האט קלאר געזאגט ער וויל א שטאט ווי מען זאל זיך פירן אינגאנצן אויף די וועג וואס ער האט געלערנט מיט די שיטה אין ציונות אפגעטיילט פון די אידישע וועלט.
און דאס וואס דער שרייבער פארשטייט מיט א ליבעראלע געדאנקענגאנג אז ס'קען נישט זיין און דער רבי האט נישט געבויט א ישוב פאר זיין קהלה נאר האט געוואלט האבן אלע קהילות איז פאלש, דער רבי האט געוואלט האבן אלע סארט אידן וואס גייען בשיטתו און וועלן זיך צישטעלן צו די הנהגה פון די קהלה.
2) די פאקט איז דער רבי זי"ע האט אויפגענימען ז' טובי העיר מטעם הקהלה צו פירן די שטאט און זיי געגעבן די פולע פאוער און נישט געלאזט "יעדע קהלה" פירן זייער קרעמל אין די שטאט.
3) דער רבי האט אין וומסב"ג זייער געבאדערט אויב מען גייט דאווענען אין "פרעמדע" בתי מדרשים, ער האט אינקלודעט אין "פרעמדע" גאר היימישע, אפי' אזעלכע וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר זיינע תלמידים ואכמ"ל.
4) דער רבי האט ביים זיכן א פלאץ פאר קרית יואל נישט געוואלט בשו"א גיין נעבן אן אנדערע גאר פרומע אידישע חסידישע ישוב און אפי' נישט זייער ווייט אין עניני ציונות כאטשיק מען האט נאך דאן נישט געטראפן עפעס אנדערש און די גאנצע חלום פון רבי'ן האט זיך אפגעשטעלט, האט דער רבי נישט געוואלט גיין מיט יענע אפפער אויף יענע לאט זיך אויסדרוקנדיג "איך קען מיין עולם אויב זיי קענען ערגעץ וועלן זיי גיין" און דער רבי האט בשו"א נישט געוואלט מען זאל אהינגיין, וויבאלד למעשה זענען זיי נישט אינגאנצן באמונות ודיעות מיט אונז וואס דאז איז געוועהן די עיקר ציל מיט'ן בויען די שטעטל.
יעצט נאכ'ן ארויסהאבן די אמת'ע היסטארישע פאקטן וועסטו פארשטיין די אויסטערלישע ווייטאג פון חסידי סאטמאר תלמידי רביה"ק זי"ע וואס זענען נאך נישט אריינגעפאלן אין #שנאה מקלקלת און זיי זעהען אז מען נעמט דעם רבינ'ס חלום און מען טראגט עס אוועק, מען ציברעכט זיין חלום וד"ל ואכמ"ל.
דערפאר איז א חיוב פאר זיינע תלמידים זיך אנצוגארטלען מיט מסירת נפש און קעמפן מיט אלע כוחות אז די פלאץ זאל בלייבן אזויווי דער רבי זי"ע האט געוואלט זיין שטעטל זאל אויסקוקן,
ווער דען זאל זיך אננעמען פאר'ן רבי'ן ווען זיין הארעוואניע איז אין א סכנה אויב נישט זיינע אייגענע תלמידים?.
Pager
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:13 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Pager »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:33 pm אין די פריערדיגע תגובות האט איינער באשריבן פארוואס דער רבי האט געמאכט אן ישוב, אזויווי ס'איז נישט אקוראט די פאקטן זענען אביסל אנדערש וועל איך דא אויסבעסערן עטליכע פאקטן:
1) דער רבי האט קלאר געזאגט ער וויל א שטאט ווי מען זאל זיך פירן אינגאנצן אויף די וועג וואס ער האט געלערנט מיט די שיטה אין ציונות אפגעטיילט פון די אידישע וועלט.
און דאס וואס דער שרייבער פארשטייט מיט א ליבעראלע געדאנקענגאנג אז ס'קען נישט זיין און דער רבי האט נישט געבויט א ישוב פאר זיין קהלה נאר האט געוואלט האבן אלע קהילות איז פאלש, דער רבי האט געוואלט האבן אלע סארט אידן וואס גייען בשיטתו און וועלן זיך צישטעלן צו די הנהגה פון די קהלה.
2) די פאקט איז דער רבי זי"ע האט אויפגענימען ז' טובי העיר מטעם הקהלה צו פירן די שטאט און זיי געגעבן די פולע פאוער און נישט געלאזט "יעדע קהלה" פירן זייער קרעמל אין די שטאט.
3) דער רבי האט אין וומסב"ג זייער געבאדערט אויב מען גייט דאווענען אין "פרעמדע" בתי מדרשים, ער האט אינקלודעט אין "פרעמדע" גאר היימישע, אפי' אזעלכע וועלכע האבן זיך געהאלטן פאר זיינע תלמידים ואכמ"ל.
4) דער רבי האט ביים זיכן א פלאץ פאר קרית יואל נישט געוואלט בשו"א גיין נעבן אן אנדערע גאר פרומע אידישע חסידישע ישוב און אפי' נישט זייער ווייט אין עניני ציונות כאטשיק מען האט נאך דאן נישט געטראפן עפעס אנדערש און די גאנצע חלום פון רבי'ן האט זיך אפגעשטעלט, האט דער רבי נישט געוואלט גיין מיט יענע אפפער אויף יענע לאט זיך אויסדרוקנדיג "איך קען מיין עולם אויב זיי קענען ערגעץ וועלן זיי גיין" און דער רבי האט בשו"א נישט געוואלט מען זאל אהינגיין, וויבאלד למעשה זענען זיי נישט אינגאנצן באמונות ודיעות מיט אונז וואס דאז איז געוועהן די עיקר ציל מיט'ן בויען די שטעטל.
יעצט נאכ'ן ארויסהאבן די אמת'ע היסטארישע פאקטן וועסטו פארשטיין די אויסטערלישע ווייטאג פון חסידי סאטמאר תלמידי רביה"ק זי"ע וואס זענען נאך נישט אריינגעפאלן אין #שנאה מקלקלת און זיי זעהען אז מען נעמט דעם רבינ'ס חלום און מען טראגט עס אוועק, מען ציברעכט זיין חלום וד"ל ואכמ"ל.
דערפאר איז א חיוב פאר זיינע תלמידים זיך אנצוגארטלען מיט מסירת נפש און קעמפן מיט אלע כוחות אז די פלאץ זאל בלייבן אזויווי דער רבי זי"ע האט געוואלט זיין שטעטל זאל אויסקוקן,
ווער דען זאל זיך אננעמען פאר'ן רבי'ן ווען זיין הארעוואניע איז אין א סכנה אויב נישט זיינע אייגענע תלמידים?.
אקוראט און צום פינטל.

זייער גוט ארויסגעברענגט.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

אויף די לעצטע תגובה פון PAGER ווי ער רעדט פון די מעמד קהלא קדישא וויל איך נישט מגיב זיין בפרטיות, איך האף נאר אז @טיפע טאשן פארשטייט שוין די שארפע רעאקציע געשריבן געווארן דורך מיר, איך קען (ליידער) זייער גוט די היגע שפראך און גלייך געזען מיט וואס מען דיעלט דא.
איך וועל נישט נאכאמאל איבערשרייבן נישט שווער צו מאכן אויף די הנהלה...
ס'איז אינטרעסאנט ווי די שפראך און לענגוויזש דערמאנט פשוט פון בן גוריון ביים חזון איש וד"ל.
Pager
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:13 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Pager »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:43 pm אויף די לעצטע תגובה פון PAGER ווי ער רעדט פון די מעמד קהלא קדישא וויל איך נישט מגיב זיין בפרטיות, איך האף נאר אז @טיפע טאשן פארשטייט שוין די שארפע רעאקציע געשריבן געווארן דורך מיר, איך קען (ליידער) זייער גוט די היגע שפראך און גלייך געזען מיט וואס מען דיעלט דא.
איך וועל נישט נאכאמאל איבערשרייבן נישט שווער צו מאכן אויף די הנהלה...
ס'איז אינטרעסאנט ווי די שפראך און לענגוויזש דערמאנט פשוט פון בן גוריון ביים חזון איש וד"ל.
דהיינו?
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

אלע לאנגע תגובות דא, און אלע סתירות פון צייטונגען און צעטלעך ווערט פארענטפערט מיט איין פשוטע תירוץ, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיטן קדושה פונעם שם קר"י, נאר מיט דעם קאנטראל וואס דו ווילסט האבן דערמיט, ווי למשל סידור קידושין אלס איין משל.

איבערשרייבן אומצאליגע מאל אז מען האט יא א פראבלעם מיטן קדושת קר"י מאכט עס נישט אמת, אפילו ווען געזאגט אין א מייק.

(וואס דער יעניגער ברענגט פון בלומינבורג איז בפירוש נישט קיין ראי', זיי שרייבן קרית יט''ל בלויז פאר זייער קהילה, און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם אז נאדווארנא און די אנדערע דארט רופן זיך בלומינבורג).
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

קרית יואל און בני ברק
מיט בערך 12 יאר צריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין ארץ ישראל אויף א לענגערע באזוך, איך בין דאן געוועהן אין פילע חרדישע געגנטער, נאך א שיינע פאר טעג זיין דארט איז געקומען די צייט פאר בני ברק,
ווי באקאנט איז בני ברק די שפיגעלע פון די ליטווישע וועלט, דאס איז א סימבאל פון אן עיר התורה, יעדע ערליכע ליטווישע שטאט וואס וויל ארויסברענגען זייער ציל פון זיין א חרדישע שטאט וועט זיך אידענטיפיצירן אז דא איז ממש בני ברק, די מחזירים בתושבה ווען זיי ווילן רעדן פון די ערהאבענע חרדישע לעבנס שטייגער וועלן זיי ניצן בני ברק ארויסצוברענגען די שיינקייט פון כלל ישראל, די לעכטיגקייט פונ'ם עם הנבחר.
געדענק איך די שאק וואס האט מיר באנימען קומענדיג פונ'ם הייליגן שטאט קרית יואל, הערנדיג אזויפיל פון בני ברק האב איך זיך פארגעשטעלט אן אנדערע סארט בילד, קרית יואל איז באווואינט מיט אידן מענער און פרויען ווואס פירן זיך בצניעות עפ"י הוראת רביה"ק זי"ע, די קינדערלאך שפילן זיך אין די גאסן מיט די געקרייזלטע פיאות, גרויסע קאפל, רעדן מאמע לשון, און האבן אריגנאלע אידישקייט פון די אנדערע זייט בני ברק טראץ וואס ס'איז באמת א הערליכע שטאט כלפי די וועלט אבער כלפי קרית יואל, א גרויסע ציבור האט נישט געהעריג קיין בערד, קינדער כמעט וואס די פיאות זעהט זיך נישט אן, העברעאיש איז די פירסט לענגוויזש, ציוניסטישע סימבאלן איבעראל (אולי בלויז בעפאר ה' אייר), די פרויען זענען גאר ווייט פון די איידלקייט און צוריקגעצויגנקייט וויאזוי אידישע טעכטע אין קרית יואל פירן זיך אינדרויסן אויפ'ן גאס בקדושה,
זעענדיג אט די בילד האב איך אנגעהויבן פארשטיין די ריזיגע פעולה פון רביה"ק זי"ע, ער האט געבויט א גאנצע ריזיגע ישוב וואס פירט זיך בקדושה וטהרה עפ"י רצונו, מיילן ווייט וואס יעדער איד האט די אריגינאלע אמת'ע אידישע חן,
אין די גאנצע וועלט איז נישט דא אזא מציאות פון א גאנצע הייליגע שטאט וואס פירט זיך אזוי בקדושה עפ"י הוראת רביה"ק זי"ע,
אנדערע קרייזן וואס האבן נישט די אישוס האבן פארשידענע שטעט ווי זיי זענען זייער היימיש, אבער סאטמארע רב האט בלויז 1 שטאט וואס פירט זיך אינגאנצן לויט ווויזאוי ער האט געהאלטן אידישקייט דארף אויסקוקן, ווי דער ויואל משה איז דער פוסק אחרון און די שולחן ערוך פאר מאורעות הזמן.
זאלן מיר זיינע געטרייע תלמידים וחסידים דאס לאזן ווערן אויסגעריסן?
Pager
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:13 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Pager »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:23 am קרית יואל און בני ברק

זאגסט דאך מורא'דיג, איין פאוסט בעסער פונעם צווייטן.

נו, אבער די שאלה איז הארב אין די קשיא שרייט פאר זיך אליינס: ווי קען מען צוקוקן ווי סאטמארע אינגעלייט תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע מייסד העיר שנקראת על שמו זאלן בשאט נפש פארדינגען דירות אין הארץ פון שטאט פאר ביליגע געמיינע גוים? ווי קענען זיי מזלזל זיין אין דעם הייליגן רבינ'ס ירושה מיטן אריינברענגען גילו עריות און ניאוף דא אין שטאט? שומו שמים על זאת
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4903

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

קמיאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:41 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:12 pm
קמיאל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:10 pm
יא יא דאס טאקע די מיינונג פון די אידן פון די אנדערע שטעט, אז עס איז נישט קיין אנדערע שטאט, אזא בחינה פון גיטו וידו באין כאחד.
קוק מיין געברענגטע לינק
.
כהאלט נאך פאר דעם שמועס
לאמיר זעהן צו דו גייסט פארשטיין וואס איך שרייב, אז נישט איז אויך גארנישט. די רבי זי״ע האט געמאכט א ״ישוב״ מיטן נאמען קרית יואל פאר די איינע סיבה צו זיין אוועק פון די שטאט מיט אירע איבלענישן, ער האט עס נישט געמאכט צו האבן אן אייגענעם שטעטל אזוי ווי אנדערע, די אנדערע פון וואס איך רעדט האבן א פראבלעם מיט מענטשן וואס קומען וואוינען אין די מייל, צוליב דעם וואס עס ווערט אויס ״אייגענעם שטעטל״, אבער די רבי האט - פארקערט ווי דעם - געוואלט אז אלע היימישע קהלות זאלן קומען דא וואוינען, ר׳ אהרן פאללאק האט פארציילט אז ער האט געבעטן די וויענע אידן צו קומען.

יעצט, עס איז אמת אז ווי אידן וואוינען אינדרויסן פון שטאט, איז עס דעם רבינ׳ס קרעדיט, און מיר תלמידים פונעם רבין גייען אינגאנצן אין זיינע וועגן, און אין געדאנק איז דאס א חלק פונעם רבינ׳ס ציהל צו וואוינען אינדרויסן פונעם שטאט, אבער אין די זעלבע צייט די אידן וואס וואוינען אין מאנסי, שיכון סקווירא אדער בלומינגבורג, זענען אויך א חלק פון דעם רבינ׳ס ציהל, און זיי קען מען דאס אויך רופן ״קרית יואל״.

היינטיגע צייטן האט אבער ״קרית יואל״ גאר אן אנדערע משמעות, עס מיינט א חלק פון די רבנות און פון די הנהגה, בכלל נישט וואס דער רבי האט געמיינט (איך ווייס אז דו האלסט אנדערש), פונקט ווי דו פארשטייסט אז די אידן פון ״אחדות״ קאנטרי זענען נישט געקומען וואקאציע קיין קרית יואל, נאר נעבן קרית יואל, די זעלבע זאך ״בלומינג גראוו״ איז נעבן קרית יואל (קענסט דן זיין אויב עס גייט אריין אין גלילות וכדומה), און דאס אז זיי באנוצן זיך מיט די סערוויסעס פון דערנעבנדיגע שטאט, מיינט נישט גארנישט, פונקט ווי שיכון סקווירא באנוצט זיך מיט סערוויסעס פונעם דערנעבנדיגע מאנסי.

סך הכל, רופן קרית יואל אויף אן אופן צו דערמאנען דעם רבי זי״ע איז איין זאך, אבער ביי רוב פון מענטשן וואס שרייבן דא, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
איר פארדרייט היסטאריע. א שאד צו ענטפערן אויף אזאנס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2020
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4903

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

יונה טויב האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:13 am אלע לאנגע תגובות דא, און אלע סתירות פון צייטונגען און צעטלעך ווערט פארענטפערט מיט איין פשוטע תירוץ, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיטן קדושה פונעם שם קר"י, נאר מיט דעם קאנטראל וואס דו ווילסט האבן דערמיט, ווי למשל סידור קידושין אלס איין משל.

איבערשרייבן אומצאליגע מאל אז מען האט יא א פראבלעם מיטן קדושת קר"י מאכט עס נישט אמת, אפילו ווען געזאגט אין א מייק.

(וואס דער יעניגער ברענגט פון בלומינבורג איז בפירוש נישט קיין ראי', זיי שרייבן קרית יט''ל בלויז פאר זייער קהילה, און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם אז נאדווארנא און די אנדערע דארט רופן זיך בלומינבורג).
חחח...

האסט א פראבלעם מיט דעם, מיט יענץ, וואס גענוי מאכט עס אויס?

viewtopic.php?p=64893#p64893
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

מערקבאר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:57 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:13 pm
בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 2:21 pm

איך האב קלאר געזאגט נעכטן אז כ'האב נישט גערעדט צום וואכנשריפט, און נישט צו לאנדאס, נאר אז זיינע ווערטער שטימען נישט
קוק איבער זיין תגובה אויף וואס כ'האב עס געשריבן און זאג מיר צו ס'שטימט, מיט די פאקטן אדער אפילו צו ס'שטימט מיט זיינע נאכפאלגנדע תגובות
איך קען אויך די וואכנשריפטס פארקריפעלטע מהלך און איך ווייס אז זיי קענען דאס טון (בעיקר ווען די העכסטע פון קהל - די וואס זארגן זיך יעצט פאר די קדושה פון בלומינגגראוו - האבן געסטראשעט פירמעס נישט צו אדווערטייזן דארט), ער האט אבער געזאגט אלץ פאקט אז ער ווייסט אז דאס האבן זיי דא געטון, האב איך ארויסגעברענגט אז זיין פאקט שטימט נישט מיטן מציאות ביי דעם פאל
אויב איינער וויל קען איך אים ווייזן פרוף אין אישי אז זיין פאקט שטימט נישט, אבער כ'האב עס גענוג קלאר געשריבן דא אויך.
איך בין פשוט עמעיזט ווי ער גייט ווייטער אן מיט זיין שרייבעריי כאילו לא הי'
דעציט
לגופו של ענין איז אזוי : לו יהא אז אייערע ווערטער זענען יא אמת איז דאס נישט קיין שום באווייז אויף די מיינונג פון תושבי שכונת דברי חיים/שאגת ארי' וכו', סך הכל איז דא א צייטונג וואס א טייל תושבי קרית יואל ליינען, און זיי מאכן א געוויסע ווינט, איז יתכן אז היות זיי פראבירן פאר יעדע פרייז צו חרוב מאכן די הנהגה אין קרית יואל, אז זיי האבן געלייגט פרעשור אויף די לאנדא פארוואלטונג צו אדווערטייזן אוון דאן וועלן זייערע אנהענער איינקויפן דארט , און קען זיין אז סהאט אויסגעמאכט און עס מוז אפילו נישט זיין דורך תושבי המקום, גראדע איך גלייך איינצקויפן אין די נייע געשעפט צוליב די געשמאקייט און שטילקייט דארט, און געוויסע מענטשן מיט די זעלבע ציל ווי די וואכנשריפט ארבעטן אויך אויף די אגענדע,

און חוץ מזה איז שוין ווי געשמועסט אז עס איז נישט דא אזא מושג אז תושבי בלומינגראוו זענען מחליט, קרית יואל באלאנגט צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע און תושבי קרית יואל זענען מחליט

דעיס איז זייער א ראנג בליק
מען קען נישט צונעמען די רעכטן פון אונז איינוואוינער אין א שטאט און אנדערע זאלן פארן אונז טראכטן און זאגן וויאזוי צו אנרופן זאכן
די ציבור דא איז זיכער נישט ביי די מייננונג, אז די מאכסט היינט וואוטס דערויף האסטו מסתמא 97 פראצענט עולם פאר די זעלבסשטענדיקייט פינעם דעת הציבור קעגן 3 פראצענט וואס וויל אוועקגעבן זייער מהלך מחשבה פאר אנדערע שטעט צו מחליט זיין פאר זיי.
:roll: :roll: :roll:
א טיפיקל UJC סטייל ספין...
3 פראצענט קומט אויס לויט'ן חשבון פון 400 איינוואוינער פונקטליך 12 מענטשן, דהיינו אין גאנץ בלומינגראוו זענען בלויז דא 12 מענטשן וואס פארשטייען אז די געגנט איז באמת קרית יואל... :roll: :roll: :roll:
טייערער מר. מערקבאר וועקט אייך אויף, יא כ'געדענק נאך ווען מען האט פראבירט אזוי צו ספינען מען האט גערעדט בשם דער "יעדער" מיט דער "קיינער", אלעס ביז די וואוטס וואס האט געטוישט די מאפע פון "יעדער" און "קיינער" אבער נישט ביי יעדן, יא, ס'איז נאך אלס דא אזעלכע וואס האלטן זיך שטארק, זיי וועלן ווייטער ספינען און ספינען קעגן אלע מציאות'ן וואס פראסקען אין פנים, נו, אויב ס'העלפט דיר צו לעבן אין דינייעל, קיפ אן...
וואס יא?...
אזווי אין א געווענליכע ביהמ"ד איז דא א מזרח וואנט וואס הייבט אויף די ביהמ"ד און טראגט עס ארויף, דערנאך איז דא א מערב אין פארשידענע פעלער פון אזעלכע וואס פארקערט זיי זענען טראבל מעיקערס וואס שלעפן די ביהמ"ד אויף אראפ, און דערנאך איז דא א ריזיגע מיטל עולם דער ציבור פון אינמיטן ביהמ"ד וואס קומען פשוט דאווענען און שלעפן נישט אויף קיין שום וועג, זיי גייען זיך זייער וועג וזהו, וויאזוי די ביהמ"ד פירט זיך ווערן זיי מיטגעפירט.
די זעלבע איז אין בלומינגראוו, ס'איז דא א ריזיגע מזרח וואנט א גרויסע פראצענט תושבי בלומינגראוו וואס ס'גייט זיי בנפש אז ס'זאל זיין פאראייביגט אז דא איז קרית יואל, איינער זאגט עס העכער און איינער שטילער אבער הצד השוה שבהם זיי ווילן זיך זעהן וואוינען אין קרית יואל און ציטערן ס'זאל נישט דא ווערן קיין נייע בלומינגראוו המעטירה.
דערנאך איז דא גאר א גרויסע פראצענט וואס זיי פארשטייען און ווייסן אז דא איז קרית יואל און זיכן עס נישט צו לייקענען אבער זיי פייערן נישט, פשוט וויבאלד זייער שטייגער אין עבודת ד' איז נישט צו פייערן, זיי נעמען עבודת ד' סמוט.
דערנאך איז דא די ריזיגע מיטל עולם, א גרויסער ציבור פון מענטשן וואס ווילן לעבן רואיג האבן זייער הויז, זיי וועט באדערן אויב מען בויט אזוי ווי מען האט יעצט אנגעהויבן צו עפראוון צו בויען, דאס וועט זיי אנצינדן, אדער אנדער סארט קארופציע, אבער דאס צו ס'איז יא אדער נישט קרית יואל, דאס איז בכלל נישט זייער נושא, זיי זענען נישט קיין אידעאלאגן צו אויספיגורן פונקטליך וואס דער רבי האט יא אדער נישט געוואלט, זיי גייען זיך זייער וועג, און ווילן לעבן רואיג, זיי באדערט אויב מען טוישט זאונינג, אדער אויב זיי פילן איבערגעפארן פון UJC.
דערנאך איז דא די מערב זייט, א גרופע וואס האט א שנאה כבושה צו קרית יואל און ווילן עס אויסרייסן בכל מחיר און אוועקשטעלן די געגנט ווי אן אייגענע שטאט, די ליידיגע וואגן, די גרופע איז פיל קלענער ווי די מזרח גרופע וואס גייט אין פייער פאר קרית יואל.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

און יעצט לגופו של ענין, די פריערדיגע תגובה האב איך בלויז געשריבן צו ווייזן די לעכערליכקייט פון די ספין'ס וואס מען לופטערט ארויס יעדע שטיק צייט, מען גיבט 3 פראצענט וכו',
אבער לאמיתו של דבר דארף זיין זייער קלאר, אפי' אויב 100% בלומינגראוו מאכט אפ אז עס איז נישט קרית יואל, מאכט עס גארנישט אויס,
ווען 100% פון איך מיט מיינע חברים וועלן יעצט אפמאכן אז אפסטעיט איז נישט ניו יארק, אדער אז ביידען איז נישט פרעזידענט אין ווייסן הויז וועט זיך די מציאות גארנישט טוישן, זילטש.
אונזער ישוב באלאנגט פאר רביה"ק זי"ע, ווי שוין מערערע ממאל געשריבן מער באריכות, פריי דיך אז דער רבי האט דיר ציגעשטעלט א שטאט זאלסט האבן דא אלע דיינע צרכים און דיר ערמעגליכט צו קויפן אן אייגענע הויז, אבער דא בלייבט עס באקומסט נישט קיין שום כוח יעצט אפצימאכן אז די גאס ווי דו וואוינסט איז נישט אונטער זיין רוחניות'דיגע הנהגה,
נישט קיין חילוק צו דו האסט אן אייגענע HOA, א קאנדאמיניום אדער א ווילעזש, קיין איינס פון די זענען נישט קיין בלאקערס צו קענען זאגן פאר'ן רבי'ן און פאר קרית יואל עד פה תבא, דא איז מער נישט דיינס, און בפרט ווען רוב איינאווינער זענען מעמבערס אין קרית יואל קהל, וואס א קהל איז די גרעסטע מסגרת צו אוועקשטעלן ווי מען באלאנגט.
ממילא איז פשוט נישט רעלעוואנט, די דעת פון די פאר הונדערט אידן וואס וואוינען אין קרית יואל ברוחניות דורכ'ן שיקן קינדער קין קרית יואלער מוסדות און זיין א חלק פון די קהלה און ווילן זיך יעצט אפטיילן, ניין איר האט נישט די כוח דערצו.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 725

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

יונה טויב האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:13 am אלע לאנגע תגובות דא, און אלע סתירות פון צייטונגען און צעטלעך ווערט פארענטפערט מיט איין פשוטע תירוץ, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיטן קדושה פונעם שם קר"י, נאר מיט דעם קאנטראל וואס דו ווילסט האבן דערמיט, ווי למשל סידור קידושין אלס איין משל.

איבערשרייבן אומצאליגע מאל אז מען האט יא א פראבלעם מיטן קדושת קר"י מאכט עס נישט אמת, אפילו ווען געזאגט אין א מייק.

(וואס דער יעניגער ברענגט פון בלומינבורג איז בפירוש נישט קיין ראי', זיי שרייבן קרית יט''ל בלויז פאר זייער קהילה, און האבן בכלל נישט קיין פראבלעם אז נאדווארנא און די אנדערע דארט רופן זיך בלומינבורג).
שטותים און דמיונות
1) ס'איז שקר! די עסקנים לשם שמים מיינען בלויז אך ורק די קדושה פון קרית יואל. גארנישט מיט סידור קידושין.
2) לגבי בלומינגבורג אזעלכע שטותים צי רעדן דארף מען שוין זיין אן עקספערט, זאגסט אז זיי שרייבן עס "בלויז" פאר זייער קהלה, דאס מיינט אין אלע זייערע צייטונגען וואס זיי געבן ארויס פאר די וועלט ווי ס'שטייט למעשה קרית יטב לב, נו, סך הכל פון דעם רעדט מען, איבעראל ווי אט די זעלבע צייטונגען רעדן פון בלומינגראוו זאלן זיי עס רופן קרית יואל, אזויווי די פארשטייסט ביי בלומינגבורג טוה דא, מען ערווארט בכלל נישט מער...
3) איך ווייס בידיעה אז ס'באדערט יא, איך וויל נישט אריינגיין דערין יעצט אבער פרעג זיך נאך אביסעלע וואס דארט גייט פאר מיט די וואס אנערקענען נישט די קהלה ודי בזה.
4) און אז מען רעדט שוין... וויאזוי קען עס הייסן קרית יטב לב ווען די וויליזש הייסט וויליזש אף בלומינגבורג, נו, אז דו פארשטייסט דארט אז די ווילעזש נאמען איז נישט די נאמען וואס מען רופט די פלאץ, ביטע שפיל נישט דא "תמימות" אז דו דארפסט רופן דעם פלאץ לויט'ן ווילעזש.
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

Pager האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:05 pm
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:26 pm
פרייליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:23 pm @ פופציגער ביים מעמד האט מען אדרעסירט די פראבלעימעין וואס פלאגן די דירות פראיעקטן נישט סוכות וכו'
פון די גרעסטע פראיעקטן וואס ווארט אויף אידישע הילף איז די קלאוו פראיעקט.
איי געס איר זענט נישט געווען ביים מעמד.

מ'האט נישט גערעדט פון פראבלעמען וואס פלאגן דעוועלאפמענטס ספעציפיש, נאר פונעם פאקט אז פרייזן זענען הויך. אין אנדערע ווערטער, מ'האט גערעדט מער פונעם פראבלעם וואס די דעוועלאפער ברענגען פאר'ן ציבור...

מ'האט נישט גערעדט פון דעם אז ווערצבערגער ווארט אויף סוער אפראוועלס און נישט פון דעם אז אין שכונת ויואל משה ווארט מען אויף א פארשלעפטע ארדער פון טיילס.
גראדע איז עס געווען א געוואלדיגער רייכער מעמד, און אויך זייער "היסטאריש" בקורת העיר קרית יואל.

עס האט הערליך אפגעשפיגלט דעם כאראקטער פון הכרת הטוב ווען מען האט ארויסגעברענגט דעם ישר כח פאר עסקני קיט"ל בלומינג גראוו ובראשם הרב ר' בערל מרגליות וואס איז א געטרייער סאלדאט פאר רבינו שליט"א און דער שליח מהימן ויד ימינו פונעם חשוב'ן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין שליט"א פאר כל קדשי בלומינג גראוו.

הרב מרגליות האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע אבער גאר טרעפליכע דרשה בנוגע די לייסטונגען פון קהל אז בלומינג גראוו זאל בלייבן אידיש.

גראדע האלט איך אז מצד קהל קומט זיך באמת אויך א ישר כח פאר די שותפים פון רבי בערל ה"ה העסקנים החשובים הנקודין בשמותם ר' יואלי לאנדא פון וומ"ס, ר' הערשי לעווי ושותפו בדומה לו ר' נתן קארפיל מרגליות וואס האבן שוין אריינגעלייגט א יגיעה רבה למען קדושת הקהלה דאהי. ועוד חזון למועד

ווער עס קען ביטע ארויפלייגן א לינק צו ר' בערל'ס דרשה, ס'איז כדי אויסצוהערן.
יעצט וועל איך איבערלייגן אייערע ווערטער, אבער אן קוואוטס, נאר ווי כאילו איך שרייב עס. וד"ל

עס האט הערליך אפגעשפיגלט דעם כאראקטער פון הכרת הטוב ווען מען האט ארויסגעברענגט דעם ישר כח פאר עסקני קיט"ל בלומינג גראוו ובראשם הרב ר' בערל מרגליות וואס איז א געטרייער סאלדאט פאר רבינו שליט"א און דער שליח מהימן ויד ימינו פונעם חשוב'ן ראש הקהל ר' דוד עקשטיין שליט"א פאר כל קדשי בלומינג גראוו.

הרב מרגליות האט אויפגעטרעטן מיט א קורצע אבער גאר טרעפליכע דרשה בנוגע די לייסטונגען פון קהל אז בלומינג גראוו זאל בלייבן אידיש.

גראדע האלט איך אז מצד קהל קומט זיך באמת אויך א ישר כח פאר די שותפים פון רבי בערל ה"ה העסקנים החשובים הנקודין בשמותם ר' יואלי לאנדא פון וומ"ס, ר' הערשי לעווי ושותפו בדומה לו ר' נתן קארפיל מרגליות וואס האבן שוין אריינגעלייגט א יגיעה רבה למען קדושת הקהלה דאהי. ועוד חזון למועד

ווער עס קען ביטע ארויפלייגן א לינק צו ר' בערל'ס דרשה, ס'איז כדי אויסצוהערן.

ע"כ

אביסל מסביר צו זיין אין איין ווארט, ביז יעצט האב'ן די אויבדערמאנטע אידן געשריגן אז זיי מיינען לשם שמים ולשם רביה"ק זי"ע.
ביי דעם מעמד האט זיך ארויסגעשטעלט אפן די אמת'ן ציל (וואס מיר תושבים האבן שוין געוויסט פון כמעט באלד אנפאנג)
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 265

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

אגב, א דאנק פאר אלע אידן דא וואס ראטעווען בלומינגגראוו צו בלייבן אידיש. זינט די נייע נעמען אין די אנדערע טהאטן זעהט מען טאקע א ריזיגן שינוי. פילע אידן זענען דא ב"ה צוריק מקורב געווארן צו אידישקייט, ס'נאך טאקע דא א לאנגע וועג צו גיין אבער חזק ואמץ!
מ'דארף נעמען קאנטרי האללאו פאר א סעמפל וואס דארט פארשטייען די עסקנים אז ס'פעלט נישט אויס קיין שום שינוים ווייל אידישקייט איז דארט אויפן העכסטן פארנעם, אין בלומינגראוו מאידך גיסה איז אידישקייט ממש אין א סכנה!, לערנט אייך אפ פון קאנטרי האללאו! דאן וועלן די עסקנים נישט דארפן זיין אזוי פארנומען דא.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יום טוב »

בלומען האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 10:30 am אגב, א דאנק פאר אלע אידן דא וואס ראטעווען בלומינגגראוו צו בלייבן אידיש. זינט די נייע נעמען אין די אנדערע טהאטן זעהט מען טאקע א ריזיגן שינוי. פילע אידן זענען דא ב"ה צוריק מקורב געווארן צו אידישקייט, ס'נאך טאקע דא א לאנגע וועג צו גיין אבער חזק ואמץ!
מ'דארף נעמען קאנטרי האללאו פאר א סעמפל וואס דארט פארשטייען די עסקנים אז ס'פעלט נישט אויס קיין שום שינוים ווייל אידישקייט איז דארט אויפן העכסטן פארנעם, אין בלומינגראוו מאידך גיסה איז אידישקייט ממש אין א סכנה!, לערנט אייך אפ פון קאנטרי האללאו! דאן וועלן די עסקנים נישט דארפן זיין אזוי פארנומען דא.
גראדע קאנטרי האלאו האט אויך באקומען א נאמען, און חוץ מזה איז קאנטרי האלבום נישט אזוי ווייט מסכן גאנץ קרית יואל, דו ווייסט גאנץ גוט אז עס איז דא אזא האפענונג פון געוויסע אז בלומינגראוו וועט איינשלינגען קרית יואל , און נאך א פאקט איז אז אין בלומינגראוו זענען ב"ה דא אסאך ערליכע עסקנים ווטס זענען גרייט צו ארבעטן צו אפראטעווען דעם מצב משא"כ אין קאנטרי האלאו , און אין בלומינגראוו ווילאנג עס איז נישט געווען דארט א געהעריגע באזע פון ערליכע עסקנים האט מען דארט אויך גארנישט געטון
שרייב פאוסט