פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:48 am
קלוגער חכם האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:22 am
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:20 am
אינטערסאנט צו הערן, אדרבה, וואס זאגן יענע טעראפיסטן?
כהאב שוין אסאך געפילעוועט אין דעם נושא אבער נישט געהערט אזעלכיגס.
דיין לעצטע שורה שיינט צו מיר אבסורד. דו גייסט מיר זאגן מיין שיטה?
איך זאג נאר וואס איך האב פארשטאנען פון דיינע ווערטער. קענסט מיר פאררעכטן
גוט.
איך זאג אז די רפואה איז נישט אזוי קאמפליצירט. ס'האט א מהלך, אפשר זענען דא עטליכע מהלכים, אבער יעדע טעראפיסט ווייסט וואס ער טוט און וויאזוי ער באפאסט זיך דערמיט.
דער עיקר "שוועריגקייט" איז צו אידענטיפיצירן דעם פראבלעם.
מיינט אבער נישט אז נאכן אידענטיפיצירן איז דער פראבלעם פארביי.
--
ביטע ערקלער וואס דו האסט געזאגט וועגן אנדערע מיינונגען וואס טראומא איז.
לאמיר זיך באציען צו טראומא פון "אביוז אלץ קינד".
א קינד וואס וואקסט אויף אין אן אביוסיוו שטוב, וואקסט אויף דירעקט, אדער בעקיפין, אז ער איז א דורכפאל,און ער איז גארנישט ווערד.און ער באשולדיגט זיך אין אלעס ארום, און קלאפט זיך אז ער איז נישט קיין מצליח.
א יעדע מענטש מוז פילן עפעס ווערד צו קענען אנגיין. דאס ערגסטע זאך וואס מען קען זאגן פאר א מענטש, איז אז דו ביסט א דורכפאל, דו ביסט גארנישט ווערד. דערמיט נעמט מען אים צו זיין גאנצע אידענטיטעיט, ער ווערט א גארנישט, דאס ערגסטע זאך פאר א מענטש איז צו פילן ווי א גארנישט (דאס טוט מען אין תפיסה). ער וועט טון כל מה שביכלתו נישט צו שפירן קיין ווערדלאזע הרגשים
עס איז דא אסאך וועגן צו רעאגירן דערצו (פייט, פלייט, א.א.וו) ד.ה אדער וועט ער עס דערשטיקן אין זיך און אנגיין אין אזא סורווייוול מאוד. אדער עס פייטן א גאנצע צייט זיך צו איבערצייגן אז "עכט בין איך יא געלונגען". ער וועט נעמען פארשידענע זאכן פאר זיין אידענטיטעיט, למשל ער וועט פרובירן צו קאנטראלירן (א בולי אין חדר). אלעס צו שפירן אז איך בין עפעס ווערד. אבער א די גאנצע צייט לויפט אים אין זיין קאפ אז איך בין ווערדלאז און זעלבסט קאנטראל'לאז.
און וויבאלד ער איז אגאנצע צייט אין אן אינערליכע פייט צווישן די מעססעדזשעס וואס ער האט באקומען אויפוואקסנדיג (אז ער איז גארנישט), און די נאטורליכע קאנטער רעקאציע פונעם נפש נישט צו וועלן אזוי שפירן. מאכט עס אז ער זאל נישט קענען אנגיין. און דאס קען פירן צו שטארקע "ענקזייעטי" ,"או סי די" אדער פארלירן "פאוקעס" וכדו'. אין געוויסע פעלער קען עס אויך מאכן אז ער זאל נישט האבן קיין מאטיוואציע אנצוגיין, און טון זאכן. ווייל ער פילט איז סייווי א דורכפאל. א געווענליכע מענטש טוט דאס וואס ער דארף טון, וויבאלד דאס גיבט אים דער געפיל אז ער ער איז א גוטע מענטש, און ער איז א מוצלח. משא"כ איינער וואס איז מיאוש, פילט אז ער איז שוין סיי ווי דערנאךאון פון אים וועט שוין גארנישט ווערן, וועט ער נישט זיין אינטערעסירט (ברצון יא אבער למעשה נישט) צו טון וואס ער דארף. עס איז א "ווישעס סייקל", ער שפירט אז ער איז א דורכפאל, וויל ער אנהייבן טון וואס עס איז ריכטיג, אבער למען השם ווי הייבט ער אן, ער האט צופיל זאכן צו פאררעכטן. גיבט ער אויף, און גייט שלאפן. און יעצט פילט ער דאפלט ערגער, ווייל ער טוט ווייטער נישט וואס עס איז ריכטיג. וועט ער פרובירן נאכאמאל, און אודך די זעלבע מעשה.
דאס שפירן ווערדלאז וועט אים מאכן דערביטערט, אדער צוריקגעצויגן, און כסדר אוועקלויפן פון זיך אליינס. "זיין גרעסטע פיינט, איז ער אליינס". דאס קען אים פירן צו "דראגס" און אנדערע סארט פארטייבונג'ס מעטאדן, אדער שמוץ, אדער חלילה נעמען דאס לעבן אין די היינט אריין ה"י.
און די רפואה דערפאר איז זייער פשוט. קלאר מאכן פאר'ן מענטש וואס עס באדערט אים און אים גיבן די ריכטיגע וועג צו אדרעסירן די הרגשים.
עס זען, און נישט אוועקלייגן.
עס אקצעפטירן, און נישט עס אפפרעגן.
און מען קען נאך אסאך מאריך זיין דערינען