שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

נייעס אין אונזער קווארטאל
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 125

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך פישל שווארץ »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:07 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 3:01 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:40 am

וואס הייסט פארוואס? אלעס מוז יעדער טוען? קרית יואל האט זיך זייערע זאכן וואס זיי שטעלן צו און וויליאמסבורג זייערע, אים קרית יואל איז דאניעדע וואך הערליכע שבתים מיטן רבין ובנוסף לזה ימים טובים ויומי דפגרא מיט הערליכע טישן און וויליאמסבורג איז דאס נישט דא אזוי ווייט , במילא פאר זיי פעלט מער אויס א שבת צוזאם צו ברענגען און מחזק זיין דעם עולם אינאיינעם , אוודאי איז א שבת התוועדות אן אנדערע געדאנק ווי טישן און ימים טובים אבער עס איז פארשטענדליך פארוואס וויליאמסבורג שטעלט דאס ענדערש צו ווי קרית יואל, און איינער וואס וויל דווקא אין קרית יואל א שבת התוועדות איז דא די שבת מיט ר' יוסף חיים גרינוואלד וואס דארט פארן הונדערטער יודען
אינו דומה, והמבין יבין, והיבין מבין, וד"ל, ודי לחכימא ברמיזא, וכו' וכו'.
טאקע נישט דומה אבער עס איז דאך עפעס , אלעס אינאיינעם נישט דא ביי קיינעם , די לאקאלע בתי מדרשים מאכן שבתים ,די טעגליכע שיעורים מאכן אויך
וויאזוי זאגט יענער, ווען די רבי וואלט געוויסט ווי שיינע שבת סאיז ווען די רבי איז נישט אין שטעטל וואלט די רבי אויך דא געבליבן.
ר' מנשה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 159

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך ר' מנשה »

אנדערער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:43 am רעקארדינגס?
אויף די בארימטע קול התאחדות אבריכם 7186822020-5-13
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1172

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך איך »

אביסל בילדער פונעם שבת

די זאל צוגעגרייט צום סעודות ליל שב"ק
unnamed (9).jpg
unnamed (9).jpg (165.43 KiB) געזען געווארן 731 מאל
ברכם המזון ביי של"ש
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (207.82 KiB) געזען געווארן 731 מאל
פאנעלן /דרשות מוצאי שבת
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (180.98 KiB) געזען געווארן 731 מאל
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1172

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך איך »

מלוה מלכה פאר די בחורים
unnamed (10).jpg
unnamed (10).jpg (213.22 KiB) געזען געווארן 729 מאל
מלוה פארן ציבור
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (216.54 KiB) געזען געווארן 729 מאל
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1172

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך איך »

נאך פון די דרשות

הרב יחזקאל ווייס שליט"א / שיעור לבחורים נגינה בהלכה והשקפה
https://www.dropbox.com/scl/fi/odsn4hb8 ... y5o40&dl=0

הרב הערשל הארוויטץ שליט"א / נואם הכבוד מוצש"ק אצל מלוה מלכה
https://www.dropbox.com/scl/fi/6pocpq7o ... 5zgmo&dl=0

סך הכל דרשה פון אלע מגידים / מלוה מלכה
https://www.dropbox.com/scl/fi/nbbwpnvu ... r4cum&dl=0
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

קרעדיט בחצרות סאטמאר
גייסטרייכער שבת "לדורותם" אפגעראכטן געווארן דורך
חברי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג מיט גרויס התרוממות
בראשות הגה"צ רב ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א

מעין עולם הבא יום שבת מנוחה, דאס געבט אראפ אין קורצע ווערטער וואס קרוב צו פופצן הונדערט! אנשי שלומינו תושבי וומסב"ג האבן געשפירט דעם פארלאפענעם שבת שירה אינעם ארמון זאל אין קאנעטיקוט, וואס דער גאנצער איבער א מעת לעת האט מען געשפירט א מעין עוה"ב, און ס'איז געווען א 'יום שבת מנוחה', ווען דער גוף האט גערוהט, און בלויז די נשמה האט געארבעט צו קונה זיין ווי מער מושגים און השקפות וואס זאל באגלייטן דעם גאנצן לעבן.
די עסקנים האבן אריינגעלייגט קאפ און מח אויפן גאנצן סדר השבת, באזונדער די סדר פון ער"ש, און פון מוצ"ש, עקסטערע מעמדים פאר די בחורים, אזוי אז יעדער זאל קענען קונה זיין ממקום שלבו חפץ, ספעציעלע מגידים אויף יעדן ענין, און אלע בעלי דרשנים מסלתה ומשמנה פון קהלתינו הק' מיט א שטארקע כח המגידות און השפעה וואס האט אויסגענומען ביי יעדן איינעם.
דער פראגראם האט זיך אנגעהויבן פרייטאג נאכמיטאג בשעה 2:00 ווען ס'איז פארגעקומען א הערליכער שמועס פון הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א מגי"ש בקהלתינו איבער די נפלאות הבורא אינעם טאג טעגליכן לעבן. אין אן אנדערן ווינקל אינעם זאל איז געווען א הערליכע שיעור פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו, איבער די נושא: וואס איז א נשמה, און וואס איז א נשמה יתירה. שפעטער בשעה 2:40 האט הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מגי"ש בקהלתינו געהאלטן א ספעציעלע דרשה פאר בחורים וואס מיינט א פרייטאג ביי א כמעט-ערוואקסענער בחור, און באזונדער איז געהערט געווארן פון הרה"ג רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א מרבני קהלתינו אויפן אני מאמין באמונה שלימה שכל דברי נביאים אמת.
ביים זמן הדלקה"נ איז שוין דער ביהמ"ד געווען איבערגעפולט מקצה לקצה ווען דער ציבור זאגט צוזאמען שיר השירים בנעימות יתירה. הגה"צ דער רב שליט"א האט אריינגעברענגט דעם עולם אין א געהויבענע אטמאספערע מיט א ווארעמע תפלת מנחה, און דערנאך האט הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה רב טוב בק"י איינגעלייטעט דעם שבת. מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א ר"מ במתיבתא.
דער סעודת ליל שב"ק איז אנגעפירט געווארן דורכן רב שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים און פארגעזונגען ווארימע ניגונים לכבוד שב"ק, און האט אויפגערופן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פארן שבת צו משמיע זיין פארן ציבור, און ר' יחזקאל האט מיט פערל ווערטער ארויסגעברענגט אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי "אן אמעריקאנער איד", דאס איז א סתירה... נאך די זופ האט הגה"צ רבי מאיר צוויבעל שליט"א ארומגערעדט איבערן ענין פון ריקודין של שמחה בפרט ביום שב"ק, און תיכף דערנאך האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף די ניגוני שירת הים. שפעטער האט מען געהערט א לענגערע דרשה בעניני חינוך פון הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א מארה"ק. נאכן סעודה איז פארגעקומען א פאנעל מיוחד בעניני חינוך דורך הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א און דער חשובער גאסט הרה"ג ר' רפאל גריינימאל שליט"א וואו עס איז אויסגעקלארט געווארן צענדליגער שאלות בעניני חינוך.
פאר די בחורים איז געפראוועט געווארן א באזונדערע סעודה בראשות הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א וועלכער האט בנועם שיח געהאלטן געשפאנט די בחורים בדברי חן און הערליכע ניגונים. באזונדער איז געהערט געווארן א לענגערע דרשה דורך הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א. און נאך די סעודה איז פארגעקומען א פאנעל מיוחד דורך הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, איבער אלע סארט שאלות וואס שאפט זיך ביי בחורים.
שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א פארגעלערנט א שיעור נפלא בפסוקי שירת הים, און באזונדער האט הגה"צ דער רב שליט"א געגעבן א הערליכער שמועס פאר די בחורי חמד בדברי הכנה צום שירת הים. עס האט נאכגעפאלגט א פלאמעדיגע דאווענען, ווען הונדערטער אידן קאכן זיך ביים דאווענען וואס ווערט פארגעדאווענט בקול המעורר דורכן רב שליט"א פארזאגנדיג פסוק בפסוק הלל הגדול, שירת הים און הכל יודוך. ביים ליינען זענען נתכבד געווארן רבני קהלתינו און די נגידי קהלתינו וועלכע האבן מנדב געווען סכומים הגונים לכבוד השבת.
ביי די סעודה האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א גאר יסודות'דיגע דרשה וויאזוי צו קענען שפירן א טעם אינעם שבת, א טעם אין אידישקייט, און זיין פון די מחנה אלקים און נישט פון די מחנה מגושמים, און זיך פירן במסורת אבות. אויך האט מען געהערט א הערליכע דרשה פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א און הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א. די סעודה פאר בחורים איז געפירט געווארן דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבעל שליט"א וועלכער האט געגאסן פערל ווערטער פאר די בחורים, און באזונדער האט ר' יחזקאל ווייס שליט"א ארויסגעברענגט וואס דארף זיין דער ציל פון א בחור.
מי ימלל פון די געהויבענע מאמענטן בעת רעווא דרעווין שטייענדיג אין סאמע ברען פון די ימי השובבי"ם, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות, און פאר בבואו מאדום האט הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א אויפגעפלאמט די הערצער זיך צו אויסבעטן אויף ערליכע קינדער אינעם זמן המסוגל. אויך דער רב שליט"א האט שטארק מרעיש געווען זיך צו אויסבעטן אויף ערליכע אידישע קינדער, און שטארק מאריך געווען בעניני קדושה ועניני תשובה.
גלייך נאך הבדלה איז פארגעקומען א רייכער פאנעל בעניני רפואת הנפש דורך הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א און הרב ר' אלכסנדר אורנשטיין שליט"א, און הרב אברהם מרדכי שאלאמאן שליט"א. פאר עלטערע יונגעלייט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, און פאר אברכים הרה"ג ר' חיים פריעדמאן שליט"א, און פאר די בחורים הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א.
נאך קרוב צו דרייסיג שעה וואס דער ציבור האט געשלונגען מיט דורשט פון די חשובע מגידים, האט מען זיך געזעצט צום רייכן מלוה מלכה, וואו מ'האט נאך עטליכע שעה קונה געווען א שלל מיט חיזוק, הדרכה והשקפה פון די חשובע מגידים אין שפיץ פונעם רב שליט"א. נאכן זינגען די זמירות האט רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א אין קורצע ווערטער מלקט געווען גאר אסאך ענינים וואס מ'האט אלס געהערט במשך דעם שבת, און אויפגערופן אלע בעלי דרשנים זאלן קומען זאגן אין צוויי מינוט וואס מ'זאל אהיימנעמען פונעם שבת. גאר אינטערסאנט האט זיך יעדער צוגעהערט צו די חשובע מגידים; רבי מאיר צוויבעל שליט"א, רבי רפאל גריינימאן שליט"א, רבי אלעזר יונה זילבערמאן שליוטא, ר' לוי יצחק האניג שליט"א, און רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, וואס יעדער האט מיט גרויס התרגשות איבערגעגעבן שטארקע יסודות וואס זאל באגלייטן דעם ציבור.
דאן האט דער נואם הכבוד הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנה"ר פון ישיבה לצעירים משמיע געווען א הערליכע דרשה, און מיט דברי סיום האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז במחשבה וועט זיכער טוישן דעם גאנצן פנימיות פון אלע משתתפים. און דער רב שליט"א האט זיך באדאנק פאר די הנהלת הקהלה און פאר אלע עסקנים פונעם שבת. דערנאך האט ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו דערציילט די מעשה המסוגל, און ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו גזבר הקהלה האט אויפגערופן אלע גבאי בתי מדרשינו צו קומען אפנעמען פונעם רב א זילבערנע בעכער אלץ אות הכרת הטוב אויף זייער שווערע ארבעט רונדע דעם יאר. ס'איז שוין געווען לאנג נאך חצות הלילה ווען דער ציבור איז אהיימגעפארן אנגעפולט מיט חיזוק והתרוממות הנפש.
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

עסקני קהלתינו ועסקני התאחדות אברכים ביים ענטפאנגען דעם ציבור ערב שב"ק
פיילס
unnamed (33).jpg
unnamed (33).jpg (105.73 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (32).jpg
unnamed (32).jpg (56.37 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (31).jpg
unnamed (31).jpg (76.03 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

נאכ'ן געהויבענעם סעודת רעווא דרעווין
פיילס
unnamed (37).jpg
unnamed (37).jpg (74.56 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (35).jpg
unnamed (35).jpg (64.72 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (34).jpg
unnamed (34).jpg (95.58 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

תפילת מעריב והבדלה
פיילס
unnamed (40).jpg
unnamed (40).jpg (82.56 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (39).jpg
unnamed (39).jpg (112.61 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (38).jpg
unnamed (38).jpg (96.24 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

ספעציעלע דרשות און רייכע פאנעלן אין פארשידענע נושאים פאהרגעקומען לתועלת הציבור
דרשת הרה"ג רבי רפאל גריינימאן שליט"א מחנך נפלא מארה"ק
פיילס
unnamed (41).jpg
unnamed (41).jpg (35.56 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (42).jpg
unnamed (42).jpg (57.14 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

דרשת הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א מחנך נפלא פון שיכון סקווירא
פיילס
unnamed (44).jpg
unnamed (44).jpg (52.89 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (43).jpg
unnamed (43).jpg (79.01 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

רפואת הנפש פאנעל
דורך: הרה"ג רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד סא. אכט ד'קהלתינו וומסב"ג, הר"ר אלכסנדר אורנשטיין הי"ו און הר"ר אברהם מרדכי שאלאמאן הי"ו
פיילס
unnamed (47).jpg
unnamed (47).jpg (73.91 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (46).jpg
unnamed (46).jpg (76.71 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (45).jpg
unnamed (45).jpg (61.23 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

ספעציעלער מלוה מלכה פאר די בחורי חמד
פיילס
unnamed (50).jpg
unnamed (50).jpg (53.48 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (49).jpg
unnamed (49).jpg (69.88 KiB) געזען געווארן 690 מאל
unnamed (48).jpg
unnamed (48).jpg (89.65 KiB) געזען געווארן 690 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

גרויסארטיגער סעודת מלוה מלכה רבתי
פיילס
unnamed (53).jpg
unnamed (53).jpg (85.01 KiB) געזען געווארן 684 מאל
unnamed (54).jpg
unnamed (54).jpg (63.36 KiB) געזען געווארן 684 מאל
unnamed (64).jpg
unnamed (64).jpg (68.55 KiB) געזען געווארן 684 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

גרויסארטיגער סעודת מלוה מלכה רבתי
פיילס
unnamed (51).jpg
unnamed (51).jpg (92 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (52).jpg
unnamed (52).jpg (102.65 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (56).jpg
unnamed (56).jpg (103.09 KiB) געזען געווארן 683 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

גרויסארטיגער סעודת מלוה מלכה רבתי
פיילס
unnamed (58).jpg
unnamed (58).jpg (71.04 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (59).jpg
unnamed (59).jpg (78.26 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (60).jpg
unnamed (60).jpg (72.94 KiB) געזען געווארן 683 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

גרויסארטיגער סעודת מלוה מלכה רבתי
פיילס
unnamed (62).jpg
unnamed (62).jpg (69.24 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (61).jpg
unnamed (61).jpg (77.81 KiB) געזען געווארן 683 מאל
unnamed (55).jpg
unnamed (55).jpg (76.34 KiB) געזען געווארן 683 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 814

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Joel »

גרויסארטיגער סעודת מלוה מלכה רבתי
פיילס
unnamed (65).jpg
unnamed (65).jpg (109.02 KiB) געזען געווארן 682 מאל
unnamed (63).jpg
unnamed (63).jpg (65.03 KiB) געזען געווארן 682 מאל
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1172

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך איך »

Joel האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 6:51 pm קרעדיט בחצרות סאטמאר
גייסטרייכער שבת "לדורותם" אפגעראכטן געווארן דורך
חברי קהלתינו הק' פון וויליאמסבורג מיט גרויס התרוממות
בראשות הגה"צ רב ד'קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א

מעין עולם הבא יום שבת מנוחה, דאס געבט אראפ אין קורצע ווערטער וואס קרוב צו פופצן הונדערט! אנשי שלומינו תושבי וומסב"ג האבן געשפירט דעם פארלאפענעם שבת שירה אינעם ארמון זאל אין קאנעטיקוט, וואס דער גאנצער איבער א מעת לעת האט מען געשפירט א מעין עוה"ב, און ס'איז געווען א 'יום שבת מנוחה', ווען דער גוף האט גערוהט, און בלויז די נשמה האט געארבעט צו קונה זיין ווי מער מושגים און השקפות וואס זאל באגלייטן דעם גאנצן לעבן.
די עסקנים האבן אריינגעלייגט קאפ און מח אויפן גאנצן סדר השבת, באזונדער די סדר פון ער"ש, און פון מוצ"ש, עקסטערע מעמדים פאר די בחורים, אזוי אז יעדער זאל קענען קונה זיין ממקום שלבו חפץ, ספעציעלע מגידים אויף יעדן ענין, און אלע בעלי דרשנים מסלתה ומשמנה פון קהלתינו הק' מיט א שטארקע כח המגידות און השפעה וואס האט אויסגענומען ביי יעדן איינעם.
דער פראגראם האט זיך אנגעהויבן פרייטאג נאכמיטאג בשעה 2:00 ווען ס'איז פארגעקומען א הערליכער שמועס פון הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א מגי"ש בקהלתינו איבער די נפלאות הבורא אינעם טאג טעגליכן לעבן. אין אן אנדערן ווינקל אינעם זאל איז געווען א הערליכע שיעור פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו, איבער די נושא: וואס איז א נשמה, און וואס איז א נשמה יתירה. שפעטער בשעה 2:40 האט הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א מגי"ש בקהלתינו געהאלטן א ספעציעלע דרשה פאר בחורים וואס מיינט א פרייטאג ביי א כמעט-ערוואקסענער בחור, און באזונדער איז געהערט געווארן פון הרה"ג רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א מרבני קהלתינו אויפן אני מאמין באמונה שלימה שכל דברי נביאים אמת.
ביים זמן הדלקה"נ איז שוין דער ביהמ"ד געווען איבערגעפולט מקצה לקצה ווען דער ציבור זאגט צוזאמען שיר השירים בנעימות יתירה. הגה"צ דער רב שליט"א האט אריינגעברענגט דעם עולם אין א געהויבענע אטמאספערע מיט א ווארעמע תפלת מנחה, און דערנאך האט הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה רב טוב בק"י איינגעלייטעט דעם שבת. מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א ר"מ במתיבתא.
דער סעודת ליל שב"ק איז אנגעפירט געווארן דורכן רב שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים און פארגעזונגען ווארימע ניגונים לכבוד שב"ק, און האט אויפגערופן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען פארן שבת צו משמיע זיין פארן ציבור, און ר' יחזקאל האט מיט פערל ווערטער ארויסגעברענגט אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי "אן אמעריקאנער איד", דאס איז א סתירה... נאך די זופ האט הגה"צ רבי מאיר צוויבעל שליט"א ארומגערעדט איבערן ענין פון ריקודין של שמחה בפרט ביום שב"ק, און תיכף דערנאך האט זיך דער גאנצער עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ אויף די ניגוני שירת הים. שפעטער האט מען געהערט א לענגערע דרשה בעניני חינוך פון הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א מארה"ק. נאכן סעודה איז פארגעקומען א פאנעל מיוחד בעניני חינוך דורך הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א און דער חשובער גאסט הרה"ג ר' רפאל גריינימאל שליט"א וואו עס איז אויסגעקלארט געווארן צענדליגער שאלות בעניני חינוך.
פאר די בחורים איז געפראוועט געווארן א באזונדערע סעודה בראשות הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א וועלכער האט בנועם שיח געהאלטן געשפאנט די בחורים בדברי חן און הערליכע ניגונים. באזונדער איז געהערט געווארן א לענגערע דרשה דורך הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א. און נאך די סעודה איז פארגעקומען א פאנעל מיוחד דורך הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א, איבער אלע סארט שאלות וואס שאפט זיך ביי בחורים.
שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט הרה"ג ר' לוי יצחק האניג שליט"א פארגעלערנט א שיעור נפלא בפסוקי שירת הים, און באזונדער האט הגה"צ דער רב שליט"א געגעבן א הערליכער שמועס פאר די בחורי חמד בדברי הכנה צום שירת הים. עס האט נאכגעפאלגט א פלאמעדיגע דאווענען, ווען הונדערטער אידן קאכן זיך ביים דאווענען וואס ווערט פארגעדאווענט בקול המעורר דורכן רב שליט"א פארזאגנדיג פסוק בפסוק הלל הגדול, שירת הים און הכל יודוך. ביים ליינען זענען נתכבד געווארן רבני קהלתינו און די נגידי קהלתינו וועלכע האבן מנדב געווען סכומים הגונים לכבוד השבת.
ביי די סעודה האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א גאר יסודות'דיגע דרשה וויאזוי צו קענען שפירן א טעם אינעם שבת, א טעם אין אידישקייט, און זיין פון די מחנה אלקים און נישט פון די מחנה מגושמים, און זיך פירן במסורת אבות. אויך האט מען געהערט א הערליכע דרשה פון הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א און הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א. די סעודה פאר בחורים איז געפירט געווארן דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבעל שליט"א וועלכער האט געגאסן פערל ווערטער פאר די בחורים, און באזונדער האט ר' יחזקאל ווייס שליט"א ארויסגעברענגט וואס דארף זיין דער ציל פון א בחור.
מי ימלל פון די געהויבענע מאמענטן בעת רעווא דרעווין שטייענדיג אין סאמע ברען פון די ימי השובבי"ם, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות, און פאר בבואו מאדום האט הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א אויפגעפלאמט די הערצער זיך צו אויסבעטן אויף ערליכע קינדער אינעם זמן המסוגל. אויך דער רב שליט"א האט שטארק מרעיש געווען זיך צו אויסבעטן אויף ערליכע אידישע קינדער, און שטארק מאריך געווען בעניני קדושה ועניני תשובה.
גלייך נאך הבדלה איז פארגעקומען א רייכער פאנעל בעניני רפואת הנפש דורך הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א און הרב ר' אלכסנדר אורנשטיין שליט"א, און הרב אברהם מרדכי שאלאמאן שליט"א. פאר עלטערע יונגעלייט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, און פאר אברכים הרה"ג ר' חיים פריעדמאן שליט"א, און פאר די בחורים הרה"ג ר' רפאל גריינימאן שליט"א.
נאך קרוב צו דרייסיג שעה וואס דער ציבור האט געשלונגען מיט דורשט פון די חשובע מגידים, האט מען זיך געזעצט צום רייכן מלוה מלכה, וואו מ'האט נאך עטליכע שעה קונה געווען א שלל מיט חיזוק, הדרכה והשקפה פון די חשובע מגידים אין שפיץ פונעם רב שליט"א. נאכן זינגען די זמירות האט רבי שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א אין קורצע ווערטער מלקט געווען גאר אסאך ענינים וואס מ'האט אלס געהערט במשך דעם שבת, און אויפגערופן אלע בעלי דרשנים זאלן קומען זאגן אין צוויי מינוט וואס מ'זאל אהיימנעמען פונעם שבת. גאר אינטערסאנט האט זיך יעדער צוגעהערט צו די חשובע מגידים; רבי מאיר צוויבעל שליט"א, רבי רפאל גריינימאן שליט"א, רבי אלעזר יונה זילבערמאן שליוטא, ר' לוי יצחק האניג שליט"א, און רבי חיים אהרן אונגאר שליט"א, וואס יעדער האט מיט גרויס התרגשות איבערגעגעבן שטארקע יסודות וואס זאל באגלייטן דעם ציבור.
דאן האט דער נואם הכבוד הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנה"ר פון ישיבה לצעירים משמיע געווען א הערליכע דרשה, און מיט דברי סיום האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז במחשבה וועט זיכער טוישן דעם גאנצן פנימיות פון אלע משתתפים. און דער רב שליט"א האט זיך באדאנק פאר די הנהלת הקהלה און פאר אלע עסקנים פונעם שבת. דערנאך האט ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו דערציילט די מעשה המסוגל, און ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו גזבר הקהלה האט אויפגערופן אלע גבאי בתי מדרשינו צו קומען אפנעמען פונעם רב א זילבערנע בעכער אלץ אות הכרת הטוב אויף זייער שווערע ארבעט רונדע דעם יאר. ס'איז שוין געווען לאנג נאך חצות הלילה ווען דער ציבור איז אהיימגעפארן אנגעפולט מיט חיזוק והתרוממות הנפש.
איך ווייס נישט ווער די שרייבער איז אבער ביים שבת איז ער נישט געווען..
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1433

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

נא, אז עס איז נישט דא קיין קאפי רייט... קען מען דאך עס נאכמאכן.... און מיטן זעלבן נאמען....
פיילס
לדורותם.jpg
לדורותם.jpg (466.01 KiB) געזען געווארן 577 מאל
אוועיטער
איך
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1075
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1172

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך איך »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:36 pm נא, אז עס איז נישט דא קיין קאפי רייט... קען מען דאך עס נאכמאכן.... און מיטן זעלבן נאמען....
מי הוא זה ?
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 627

פאוסט דורך אויגעלעך »

קאפי רייט מילא
מיר וואונדערט די סאטמאר לאגא וואס זיי האבן גענוצט..

אויגעלעך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:54 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:36 pm נא, אז עס איז נישט דא קיין קאפי רייט... קען מען דאך עס נאכמאכן.... און מיטן זעלבן נאמען....
קאפי רייט מילא
מיר וואונדערט די סאטמאר לאגא וואס זיי האבן גענוצט..
פארדעים פרעג איך
די גרעפיגערס מאכן לעצנס א מיש מאש
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1433

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

איך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:38 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 3:36 pm נא, אז עס איז נישט דא קיין קאפי רייט... קען מען דאך עס נאכמאכן.... און מיטן זעלבן נאמען....
מי הוא זה ?
שבת לדורותם פאר קהילת סאטמאר מהרי"י פון א"י, בראשות מורינו שליט"א.
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 380
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 627

Re: שבת לדורותם #2 - סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך אויגעלעך »

נאר אין אר"י קען זיך מאכן אזעלכע טעותים
שרייב פאוסט