בן תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:41 pm
פינטל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:13 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:07 pm
אה ממש דאס האב איך געזאגט אז די בתי מדרשים באקומען 50% נאר בשעת'ן קאמפיין די אלע וואס צאלן שפעטער אדער די לעצטע פאר טאג פונעם קאמפיין באקומט די שוהל נישט.
אין די 50% פראצענט ליגט אויך די קאמישן פארן שמש.
אין קרית יואל האלטן זיך די שוהלן ב"ה אליינס אויס, איינעם קומט עס אן שווערער, איינעם גרינגער, אבער מען האט נישט געדארפט העכערן ב"ה מעמבערשיפ אויסצוהאלן די שוהלן, קרעדיט קומט זיך פאר די איבערגעגבענע הנהלות בתי מדרשים מחברי קהלתינו וואס זענען נושא בעול יעדער אויף זיין לאקאלן בית המדרש.
דאס אז אין וויליאמסבורג גיבט מען אוועק האלב פארן ביהמ״ד און אין קרית יואל גארנישט, האט קיין שייכות מיטן מציאות אויב דער ביהמ״ד קען זיך אליינס אויסהאלטן אדער נישט….. ודו״ק

@פישפיקלאדיין לייגט עס אראפ כאילו די הנהלות בתי מדרשים האבן געלאזט וויסן פאר די קהיליה אז זיי נעמען די עול אויף זיך כדי מזאל נישט דארפן ארויפגיין מיט מעמבערשיפ... א ברירה האבן זיי? אז מ'באקומט נישט פון קהל מוז מען אטאמאטיש אליינס דעקן די בודזשעט.
אזוי ווי דו האסט אן אגענדע אראפצורייסן דיין קהלה ווייס איך נישט צו דו ווילסט בכלל פארשטיין.
איך האב געזאגט אז ב"ה אז קהל דארף נישט אריינקומען צוהילף און העכערן מעמבערשיפ, ווייל די שוהלן גיבן זיך ב"ה אן עצה
יעצט לאמיר הערן פון דיר ווען דו וואלסט געדארפט פירן קהל פון ווי וואלסטו גענומען געלט צו קאווען 25 שוהלן?
דו וואלסט לכאורה געטוהן איינס פון די 2:
געהעכערט די מעמבערשיפ צו 1500 א מענטש אדער מער.
געשטעלט הנהלות פאר אלע שוהלן וואס זיי זאלן שאפן נדבות אדער אינקאם פאר יעדע שוהל באזונדער.