היימישע זייגער האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 9:24 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 6:11 pm
לייבל פריש האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 5:52 pm
חזרה אויף די גאנצע נושא וואס הערט נישט אויף צי פארקריכן:
קיינער פארקריכט נישט, מען באציעט זיך אויף וואס איז געשטאנען יעצט אין דורותינו.
דארט שטייט אז עס איז א פראבלעם לעגאל ווען מען נעמט א פעטוועי ווייל מיט דעם זאגט מען אז מען וויל זיין עקוויוועלנט, אויף דעם שרייבט דער גרויסער ריזיגער לויער אז פראקטיצירן אונטער א בעדס קאוד איז דער זעלבער לעגאלער פראבעלעם.
וואס מיינט די זעלבע פראבלעם? מען זאגט אויך ביי בעדס קאוד אז מען גייט זיין substantially עקוויוועלנט? סא פארוואס דארף מען נעמען א פעטהוועי? עפעס פעלט דא.
אפשר ברענגסטו זיין בריוו?
פארוואס מען דארף נעמען איז א צווייטע זאך.
דא רעדט מען אז די ברענעדיגע פאקטן טענה'ט, אז אויב ענפערט מען א פעטוועי דערקלערט מען אז מען איז פולשטענדיג עקוויוועלנט.
זאג איך דיר, איז די לויער איז זיין בריוו, שרייבט קלאר אז אויב פראקטיצירט מען אונטער א בעדס קאוד, דערקלערט מען פונקט אזוי אז מען איז פולשטענדיג עקוויוועלנט. און ער זאגט אז אויב במציאות וויל די מוסד נישט זיין עקוויוועלנט, און זיי האבן א בעדס קאוד אדער א פעטוועי, וואס מיט דעם דערקלערן זיי אז זיי זענען יא עקוויוועלנט, קען מען זיי קלאגן פארן פראקטיצירן פאלשע ביזנעס.
די בריוו איז געווען דא אויבן, קענסט עס אויפזוכן.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.