מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן

ווער איז גערעכט, דער געשעפסטמאן וואס וויל מאכן געלט, אדער דער קאסטומער וואס וויל נישט נכשל ווערן?

געשעפטסמאן
29
45%
קאסטומער
36
55%
 
Total votes: 65

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1874
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5170

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:01 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:13 pm
► Show Spoiler
אויב איז א זאך נישט בצניעות ע"פ הלכה דאן קען זיין אפילו אז זי הייסט אן עוברת על דת , איז דאס לפני עור! און אויב איז מען דורך דעם מכשיל אידן מיט הרהורים רעים איז דאס לפני עור! און אויב איז דאס משנה דעם מקום לרעה איז ער מפסיד דעם ציבור !
לא תלכו בחוקות הגוי איז א דאורייתא
בנוגע די ערשטע צוויי קריג איך נישט מיט דיר. א זאך וואס איז לכל הדעות נישט צניעות, איז לדעתי הקלושה נישט אויסגעהאלטען.

אבער בנוגע די נעקסטע צוויי, קען נישט איינער מחליט זיין וואס עס גייט אריין בכלל חוקת הגוי אדער מפסיד הציבור, און אסר'ן צו פארקויפען. א זאך וואס פאר דיר איז נישט אויסגעהאלטען קען זיין ביי יענעם א לכתחילה.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 327

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך Programming »

ווי געשמועסט, מעגן אדער נישט (הלכה'דיג) קומט ממילא נישט אריין דא, און דאס דארף מען פרעגן פוסקי הלכה. באופן כללי קען יעדער פארקויפער און קונה טענה'ן קים לי ווי א שיטה וואס האלט אז מען מעג.

פארשטייט זיך אז דער שמועס איז בעיקר אויף א אנדערע נקודה, צי עס איז עטיש אויסגעהאלטן און מענטשליך דאס צו טאן.

א מסתבר'דיגע הכרעה אין דעם איז, אז ווען א געשעפט אייגנטומער האלט דעם אייטעם אויפן פארלאנג פון די קונים וואס בעטן דאס, קען קיינער נישט האבן קיין טענות. וועם עס שטערט גאר שטארק, מעג ער אפשר באיקאטירן דעם געשעפט און לאזן וויסן דעם געשעפט'ס מאן אז פונקט ווי עס איז דא א געוויסער פראצענט קונים וואס פארלאנגען דאס, איז אויך דא אנדערע וואס עס גייט זיי אין לעבן ער זאל דאס נישט פארקויפן, און אויב פארקויפט ער עס ווייטער וועט ער אויפהערן דא איינצוקויפן, און זאל דער געשעפט אייגנטומער מאכן אליין זיין פינאנציעלן חשבון וועלכע מהלך וועט אים ענדערש לוינען אין די לאנג ראן.

(ד.ה. אז בעצם איז דא נישט עכט קיין מחלוקה מיטן געשעפט, נאר א 'tyrany of the majority' ווי מען רופט דאס אין ענגליש, ווי דער רוב פרובירט בעצם ארויף צו צווינגן זייער סטאנדארט אויפן מיעוט און קלאר מאכן פאר זיי אז זייער אנוועזנהייט אין דעם געגנט איז נישט וועלקאם און זייערע געברויכן וועלן מער נישט סערווירט ווערן דא פולשטענדיג. דער געשעפט מאן איז בלויז נאך א היכי תמצא, נאך א פראנט אינעם קאמף צווישן די פארשידנארטיגע גרופעס איבער די דאמינאנץ פון א ספעציפישע געגנט).

אבער ווען עס רעדט זיך פון א אייטעם וואס קיינער בעט נישט און דארף נישט און עס איז אפגעפרעגט אין יענע געגנט, נאר דער סטאר קיפער ברענגט דאס יעצט אריין אינעם געשעפט (צו מאכן געלט לאמיר זאגן), און דאדורך וועט ער טוישן דעם סטאנדארט פון די געגנט, אריינברענגן א 'פירצה' ווי מען רופט דאס, אויף דעם איז ער שוין נישט בארעכטיגט סתם פאר זיינע פאר דאלער צו גיין קעגן דעם רצון פונעם ציבור וואס ער סערווירט און לעבט פון זייער ביזנעס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1874
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5170

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

Programming האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 12:10 am ווי געשמועסט, מעגן אדער נישט (הלכה'דיג) קומט ממילא נישט אריין דא, און דאס דארף מען פרעגן פוסקי הלכה. באופן כללי קען יעדער פארקויפער און קונה טענה'ן קים לי ווי א שיטה וואס האלט אז מען מעג.

פארשטייט זיך אז דער שמועס איז בעיקר אויף א אנדערע נקודה, צי עס איז עטיש אויסגעהאלטן און מענטשליך דאס צו טאן.

א מסתבר'דיגע הכרעה אין דעם איז, אז ווען א געשעפט אייגנטומער האלט דעם אייטעם אויפן פארלאנג פון די קונים וואס בעטן דאס, קען קיינער נישט האבן קיין טענות. וועם עס שטערט גאר שטארק, מעג ער אפשר באיקאטירן דעם געשעפט און לאזן וויסן דעם געשעפט'ס מאן אז פונקט ווי עס איז דא א געוויסער פראצענט קונים וואס פארלאנגען דאס, איז אויך דא אנדערע וואס עס גייט זיי אין לעבן ער זאל דאס נישט פארקויפן, און אויב פארקויפט ער עס ווייטער וועט ער אויפהערן דא איינצוקויפן, און זאל דער געשעפט אייגנטומער מאכן אליין זיין פינאנציעלן חשבון וועלכע מהלך וועט אים ענדערש לוינען אין די לאנג ראן.

(ד.ה. אז בעצם איז דא נישט עכט קיין מחלוקה מיטן געשעפט, נאר א 'tyrany of the majority' ווי מען רופט דאס אין ענגליש, ווי דער רוב פרובירט בעצם ארויף צו צווינגן זייער סטאנדארט אויפן מיעוט און קלאר מאכן פאר זיי אז זייער אנוועזנהייט אין דעם געגנט איז נישט וועלקאם און זייערע געברויכן וועלן מער נישט סערווירט ווערן דא פולשטענדיג. דער געשעפט מאן איז בלויז נאך א היכי תמצא, נאך א פראנט אינעם קאמף צווישן די פארשידנארטיגע גרופעס איבער די דאמינאנץ פון א ספעציפישע געגנט).

אבער ווען עס רעדט זיך פון א אייטעם וואס קיינער בעט נישט און דארף נישט און עס איז אפגעפרעגט אין יענע געגנט, נאר דער סטאר קיפער ברענגט דאס יעצט אריין אינעם געשעפט (צו מאכן געלט לאמיר זאגן), און דאדורך וועט ער טוישן דעם סטאנדארט פון די געגנט, אריינברענגן א 'פירצה' ווי מען רופט דאס, אויף דעם איז ער שוין נישט בארעכטיגט סתם פאר זיינע פאר דאלער צו גיין קעגן דעם רצון פונעם ציבור וואס ער סערווירט און לעבט פון זייער ביזנעס.
איך בין מיט אייך איינשטיגמיג הונדערט פראצענט. א מוכר דארף זיך מאכן א חשבון פון וועלכע סארט מענטשען מאכט ער מער געלט, און וועמען ער וויל צופרידען שטעלן.

אבער ווען עס קומט למשל צו א געשעפט וואס פארקויפט געוויסע ליין מאטריאל וואס א גרויס חלק פון דיינע שכנים ליינען, און די ווילסט בויקאטען דעם געשעפט ווייל ער איז נישט אויף דיינע סטאנדארטען. איז עס א סימפטעם פון פארדארבענע מידות!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 121

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך פישל שווארץ »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 3:35 pm @נקודות טובות
מ'רעדט נישט פון צווינגען און נישט פון לפני עור דאוריתא, די דיון איז אויב עס איז נארמאל מענטשליך אויסגעהאלטן.
עגרי, א דיסרעספעקט איז עס זיכער.
נעם למשל ראקלענד קאושער, ער האט גענצטע פראדוקטן וואס האב נאר א OU הכשר, קען זיין אין וויזניץ איז אנגענומען צו עסן OU, אבער אויב נישט, די ביסט דאך די חסידישע אינגערמאן וואס פארקויפט פאר חסידישע אידן, אויב די הכשר ווערט נישט געגעסן ביי א גרויס חלק פונעם ציבור איז עס א דיסרעספעקט אינעם ציבור.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:08 pm אבער ווען עס קומט למשל צו א געשעפט וואס פארקויפט געוויסע ליין מאטריאל וואס א גרויס חלק פון דיינע שכנים ליינען, און די ווילסט בויקאטען דעם געשעפט ווייל ער איז נישט אויף דיינע סטאנדארטען. איז עס א סימפטעם פון פארדארבענע מידות!
אויב האלט ער אז די ליין מאטריאל איז נישט אויסגעהאלטן און ער האט אסאך רבנים צו זיין זייט און ער זעהט אז אסאך פון זיין קרייז וואס געווענליך פאלגן זיי די זעלבע רבנים קענען אבער נישט עומד בנסיון מעג ער נישט האלטן אז יענער איז א מכשיל את הרבים און באיקאטירן?
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 327

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך Programming »

פונקט פארקערט - ער איז א גראסערי אין מאנסי וואס סערווירט דעם גאנצן עולם איינוואוינער, און ער שטעלט צו פאר יעדן. און יעדער ברויך אליין וויסן וועלכע סטאנדארטן ער האלט זיך צו, און דאס ווייטער איבערגעבן פאר די קינדער. אפשר זאל ער נאר פארקויפן בית יוסף גלאט כדי נישט צו דיסרעספעקטירן די ספרדישע איינוואוינער? ווער עס האט די סארט טענות האט לכאורה געמאכט א שטיקל טעות מיטן מופן קיין מאנסי, עס איז דא אנדערע ישובים וואס זענען יא מער געקנאטן פון איין טייג און ער וואלט בעסער געפארן דארטן.

-----

אנדערער האקט

יענער איז נישט קיין מכשיל את הרבים, עס איז נישט זיין אחריות אז אלע זיינע קונדן זאלן פאלגן אלע הדרכות און הנהגות טובות וואס זייערע רבנים זאגן זיי, פונקט ווי א פיצא סטאר איז נישט קיין מכשיל את הרבים בלויז ווייל איידעלע אידן זענען נישט אזוי צופרידן מיט עסן דארט.

איך זעה אבער נישט פארוואס ער זאל נישט מעגן לאזן הערן זיין מיינונג / שיטה, אויב פילט ער אז ער קען האבן א השפעה דורך באיקאטירן דעם געשעפט, געזונטערהייט, (געווענליך מיט די סארט באיקאטירער עסט מען גאל סיי ווי, איז גיי טאקע לחיים ולשלום און לאז דעם עולם מנוחה). איך פארשטיי אז דאס איז נישט דער דרך ישרה שיבור לו האדם, אבער יעדער איינער האט זיך זיין מאיר'קע (פון ר'"ש שבדרון'ס מעשה) וואס גייט אים בנפשו, און פאר יענעם איז דאס די זאך.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך אנדערער »

Programming האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:15 pm יענער איז נישט קיין מכשיל את הרבים, עס איז נישט זיין אחריות אז אלע זיינע קונדן זאלן פאלגן אלע הדרכות און הנהגות טובות וואס זייערע רבנים זאגן זיי
א בור ברשות הרבים איז ער
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 69

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך בעריש סגל »

ווי אנדערע האבן געשריבן, אויב איז עס עפעס וואס איז אסור מדינא (אפילו מדרבנן), איז דא א מקום מחמיר צו זיין. אבער סתם ווייל דיינע פרעפרענצן זענען אנדערש, מוז יענער זיך נאכנישט צושטעלן.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1920
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2291

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך שבת קודש »

די עמי/משפחה וואס האבן אויף די פראנט קאווער א ריזיגע בילד פון א שמוציגע גוי איז א עוולה צו פארקויפן אין היימישע חסידישע געגנטער
אפילו ס'איז דא מענטשען וואס קויפן עס פונקט ווי ס'איז א עוולה צו פארקויפן די נ.י. טיימס אפילו אויב ס'גייט זיין מענטשען וואס גייען עס קויפן
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1874
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5170

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:27 pm די עמי/משפחה וואס האבן אויף די פראנט קאווער א ריזיגע בילד פון א שמוציגע גוי איז א עוולה צו פארקויפן אין היימישע חסידישע געגנטער

נוי יארק טיימס איז א גוי'שע שמוציגע צייטונג, בילדער פון אויסגעלאנסענע גוי'טעס, די געמיינסטע שרייבער, די געמיינסטע ארטיקלען, און איז געשריבען פאר די שפלי האומות, א שטיק זוהמא פון די גוי'שע גאס...

ווען מיר זאגן המבדיל בין קודש לחול ''בין ישראל לעמים'' נעמען מיר מיט די עמי אידן אויף אונזער זייט, און מען טיילט זיך אפ פונעם גוי. צווישען איד און איד האבן מיר נישט קיין הבדלה. מיר דארפן נישט זיצען און פארברענגען צוזאמען, אונזערע השקפות זענען נישט די זעלבע, און דערפאר איז גוט זיך צו אפהאלטען פון ליינען זייערע באשרייבונגען.

אבער מדמה זיין די עמי צו די נ.י. טיימס איז אן עולה גדולה! דאס איז א 'אידישע'' מאגעזין, אידישע שרייבערס, מיט אידישע תוכן. אויב איר שפירט אז דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייערע השקפות דאן קויף עס נישט, ותבא עליך ברכה!
דער אויבערשטער פריידט זיך אייניג מיט אונזער תורה ווי מיט זייער. מיט אונזער ברכות ווי מיט זייער. און מיט אונזער צדקה ווי מיט זייער. און משיח וועט אונז אינאיינעם אויסלייזען פון גלות און ארויף טראגען אויף א''י.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm

די אידן זענען טאקע זייער פיין אבער אויב צוליב דעם וועלן פרעמדע השקפות וואס זענען לשיטתו נגד התורה והמסורה און קילט אפ אידישקייט ענינים לויט אונזער סטאנדארט ברעמגט ער אראפ די מצב היהדות , אודאי דער וואס האלט טז דאס איז בכלל נישט נגד התורה והמסורה וועט צו דעם נישט מודה זיין אבער דער וואס זעהט די צייטונגען א פירצה אין אידישקייט איז דאס לשיטתו אן עולה צו פארקויפען אין א היימישע געגנט

איך האלט נישט עס איז אזוי שלעכט מדמה צו זיין דעם עמי צו ני"ט, אבער עס פעלט נישט אויס. מען קען רעדן פונם עמי דירעקט, אז עס איז א טרייפענע מאגאזין.

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:48 pm

כנגד דיין מסורה יא, אבער תורה נישט. עמי איז אן הלכה פראבלעם?
מיין מיינונג נאכאמאל. ווי לאנג ס'איז נישט א פראבלעם תורה'דיג, איז דער מוכר בארעכטיגט. בפרט ווען אסאך היימישע אידן קויפן דאס יא.

און נאכאמאל, אזא שטאט ווי קרית יואל וכדו', וואס די גאנצע ציל פון די שטאט איז געווען צו זיין אפגעטיילט פון די גאס. פארשטיי איך אויך אז מען קען צווינגען א מוכר, ווייל ער ברענגט אונטער די יסוד פונעם שטאט. אבער א שטאט ווי מאנסי, בארא פארק, לעיקוואד, און אפי' וויליאמסבורג וואס קיינער האט נישט בידים אויפגעשטעלט דעם שטאט מיט א ציל פון זיין אפגעטיילט פון די גאס. האט קיינער נישט קיין רעכט צו פארלאנגען פונעם מוכר וואס צו פארקויפען! וי לאנג א עס איז דא א געוויסע פראצענט אין שטאט וואס קויפט עס.

קיינער זאגט נישט אז זיי זענען די זעלבע,

נאר אזווי דו פארשטייסט אז מ'טאר נישט פארקויפן די נ.י.טיימס אין א אידישע סטאר אפילו ס'איז דא קאסטמערס פאר דעם און דער מוכר קען נישט טענעהן אז למעשה איז דא א פארלאנג פאר דעם אזוי אויך טאר מען נישט פארקויפן אין א היימישע חסידישע געגנט א מאגעזין וואס איז פסול פאר א חסידישע איד אפילו ס'איז דא וואס קויפן עס,
א מאגזין וואס האט אין די פראנט קאווער א ריזיגע בילד פון א שמוציגע גוי פון אויבען ביז אונטען איז פסול פאר חסידישע אידן

בעריש סגל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:48 pm

אזוי טריפה ווי חלב עכו''ם מיינט איר אודאי צו זאגן. נישט אזוי?

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:55 pm

אבער לשיטת אז דאס איז נגד המסורה איז דאס אויך נגד התורה נישט יעדער האט אנגענומען ביי יעדע אידישקייט ענין אז יעדע פירצה איז אין כלל פון אלו ואלו דא"ח,
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1874
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5170

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:55 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm
► Show Spoiler

קיינער זאגט נישט אז זיי זענען די זעלבע,

נאר אזווי דו פארשטייסט אז מ'טאר נישט פארקויפן די נ.י.טיימס אין א אידישע סטאר אפילו ס'איז דא קאסטמערס פאר דעם און דער מוכר קען נישט טענעהן אז למעשה איז דא א פארלאנג פאר דעם אזוי אויך טאר מען נישט פארקויפן אין א היימישע חסידישע געגנט א מאגעזין וואס איז פסול פאר א חסידישע איד אפילו ס'איז דא וואס קויפן עס,
א מאגזין וואס האט אין די פראנט קאווער א ריזיגע בילד פון א שמוציגע גוי פון אויבען ביז אונטען איז פסול פאר חסידישע אידן
נ.י. טיימס איז א סיעף אין שלחן ערוך אז דאס איז אסור.
מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.
די מוכר קען נישט טענה'נען אז ער האט מענטשען וואס קויפן דאס. אויב יא איז ער בכלל מחטיא הרבים. משא''כ די עמי/משפחה, וואס אה''נ לויט דיינע סטאנדארטען און גדרים איז דאס נישט אויסגעהאלטען. איז עס אבער פארט נישט אין דעם כלל.

און בדרך אגב, איר לייגט יעצט אויפציעל ארויס אן איסור אויף אידן וואס גייען מעט שטריימלעך צו ליינען די עמי/משפחה? ווייל זיין זיידע פלעגט פארן אויף בעלזא איז עס ביי אים אסור, די אנדערע וואס זיינע זיידעס זענען געפארן אויף שקלאב איז עס מותר?

יעדער האט די רעכט אליינס אפצומאכען זיין מיינונג בנוגע וואס ער לאזט אריין אין שטוב און וואס נישט. פארשטייט זיך חוץ אויב אלע חסידישע רבנים קומען ארויס מיט א קו''ק קעגן דעם, וואס דעמאלט באקומט עס א דין פון פשוטו של מקרא...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:03 pm

איז איר האלט אז דאס גייט נישט אין כלל האלט איר אזוי , אבער אנדערע אידן האלטן אז דאס עכטע דברים אסורים, און ווער זאגט אז יענער מעג יא ? ווייל ער טוט אזוי ? און די וואס גייען פריצותדיג האבן א היתר? לאו דוקא אפשר די היתר פון עבר ושנה הותרה לו
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1920
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2291

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:03 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:55 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm
► Show Spoiler

קיינער זאגט נישט אז זיי זענען די זעלבע,

נאר אזווי דו פארשטייסט אז מ'טאר נישט פארקויפן די נ.י.טיימס אין א אידישע סטאר אפילו ס'איז דא קאסטמערס פאר דעם און דער מוכר קען נישט טענעהן אז למעשה איז דא א פארלאנג פאר דעם אזוי אויך טאר מען נישט פארקויפן אין א היימישע חסידישע געגנט א מאגעזין וואס איז פסול פאר א חסידישע איד אפילו ס'איז דא וואס קויפן עס,
א מאגזין וואס האט אין די פראנט קאווער א ריזיגע בילד פון א שמוציגע גוי פון אויבען ביז אונטען איז פסול פאר חסידישע אידן
נ.י. טיימס איז א סיעף אין שלחן ערוך אז דאס איז אסור.
מליצות ומשלים של שיחת חולין ודברי חשק כגון ספר עמנואל וכן ספרי מלחמות אסור לקרות בהם בשבת ואף בחול אסור משום מושב לצים ועובר משום אל תפנו אל האלילים לא תפנו אל מדעתכם ובדברי חשק איכא תו משום מגרה יצר הרע ומי שחיברן ומי שהעתיקן ואין צריך לומר המדפיסן מחטיאים את הרבים.
די מוכר קען נישט טענה'נען אז ער האט מענטשען וואס קויפן דאס. אויב יא איז ער בכלל מחטיא הרבים. משא''כ די עמי/משפחה, וואס אה''נ לויט דיינע סטאנדארטען און גדרים איז דאס נישט אויסגעהאלטען. איז עס אבער פארט נישט אין דעם כלל.

און בדרך אגב, איר לייגט יעצט אויפציעל ארויס אן איסור אויף אידן וואס גייען מעט שטריימלעך צו ליינען די עמי/משפחה? ווייל זיין זיידע פלעגט פארן אויף בעלזא איז עס ביי אים אסור, די אנדערע וואס זיינע זיידעס זענען געפארן אויף שקלאב איז עס מותר?

יעדער האט די רעכט אליינס אפצומאכען זיין מיינונג בנוגע וואס ער לאזט אריין אין שטוב און וואס נישט. פארשטייט זיך חוץ אויב אלע חסידישע רבנים קומען ארויס מיט א קו''ק קעגן דעם, וואס דעמאלט באקומט עס א דין פון פשוטו של מקרא...
ביי וועלעכע חסידיש קרייז איז אויסגאבעס אנגעפילט מיט ריזיגע בילדער פון גוים נישט קיין פראבלעם?

די רבנים זענען כסדר מעורר איבער נישט אויסגעהאלטענע ליין מאטריאל איך גלייב נישט אז זיי רעדן פון גוי'שע צייטונגען
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3633
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5894

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm ווען מיר זאגן המבדיל בין קודש לחול ''בין ישראל לעמים'' נעמען מיר מיט די עמי אידן אויף אונזער זייט, און מען טיילט זיך אפ פונעם גוי. צווישען איד און איד האבן מיר נישט קיין הבדלה.
אופס, דא האסטו מיר פארלוירן...
ביי אונז האט מען יא געמאכט א שטארקע הבדלה צווישן ערליכע און אזעליכע וואס זענען אפעציעל ארויסגעפאלן פון ערליכקייט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!‎
נאציאנאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:33 pm
x 74

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך נאציאנאל »

א גראסערי אין א היימישע געגנט וואס וויל ציען קונדן איז ראטזאם נישט צו פארקויפן אייסעס און סיריעל מיט (אנגענומען-ביי-רוב-ציבור-אלץ) שוואכע השגחות, בפרט ווען ס'ליגט צאמגעמישט מיט די הימישע קאמפעניס, ווייל דאס האלט צוריק אסאך מענטשן פון שיקן די קינדער אהין איינקויפן און אנשטאט גייט מען אביסל ארויפציר.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך יום טוב »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm ווען מיר זאגן המבדיל בין קודש לחול ''בין ישראל לעמים'' נעמען מיר מיט די עמי אידן אויף אונזער זייט, און מען טיילט זיך אפ פונעם גוי. צווישען איד און איד האבן מיר נישט קיין הבדלה.
אופס, דא האסטו מיר פארלוירן...
ביי אונז האט מען יא געמאכט א שטארקע הבדלה צווישן ערליכע און אזעליכע וואס זענען אפעציעל ארויסגעפאלן פון ערליכקייט.
כמו שנאמר המבדיל בין" קודש לחול " בין ישראל לעמים עס איז דא סיי א הבדלה בין ישראל לעמים און עקסטער בין קודש לחול
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 69

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך בעריש סגל »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:56 pm
בעריש סגל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:48 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:41 pm

נוי יארק טיימס איז א גוי'שע שמוציגע צייטונג, בילדער פון אויסגעלאנסענע גוי'טעס, די געמיינסטע שרייבער, די געמיינסטע ארטיקלען, און איז געשריבען פאר די שפלי האומות, א שטיק זוהמא פון די גוי'שע גאס...

ווען מיר זאגן המבדיל בין קודש לחול ''בין ישראל לעמים'' נעמען מיר מיט די עמי אידן אויף אונזער זייט, און מען טיילט זיך אפ פונעם גוי. צווישען איד און איד האבן מיר נישט קיין הבדלה. מיר דארפן נישט זיצען און פארברענגען צוזאמען, אונזערע השקפות זענען נישט די זעלבע, און דערפאר איז גוט זיך צו אפהאלטען פון ליינען זייערע באשרייבונגען.

אבער מדמה זיין די עמי צו די נ.י. טיימס איז אן עולה גדולה! דאס איז א 'אידישע'' מאגעזין, אידישע שרייבערס, מיט אידישע תוכן. אויב איר שפירט אז דאס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייערע השקפות דאן קויף עס נישט, ותבא עליך ברכה!
דער אויבערשטער פריידט זיך אייניג מיט אונזער תורה ווי מיט זייער. מיט אונזער ברכות ווי מיט זייער. און מיט אונזער צדקה ווי מיט זייער. און משיח וועט אונז אינאיינעם אויסלייזען פון גלות און ארויף טראגען אויף א''י.
איך האלט נישט עס איז אזוי שלעכט מדמה צו זיין דעם עמי צו ני"ט, אבער עס פעלט נישט אויס. מען קען רעדן פונם עמי דירעקט, אז עס איז א טרייפענע מאגאזין.
אזוי טריפה ווי חלב עכו''ם מיינט איר אודאי צו זאגן. נישט אזוי?
אזוי פארדארבן ווי כותח.
שרגא ליפשיץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:10 pm
Location: בארא פארק
x 31

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך שרגא ליפשיץ »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:08 pm אבער ווען עס קומט למשל צו א געשעפט וואס פארקויפט געוויסע ליין מאטריאל וואס א גרויס חלק פון דיינע שכנים ליינען, און די ווילסט בויקאטען דעם געשעפט ווייל ער איז נישט אויף דיינע סטאנדארטען. איז עס א סימפטעם פון פארדארבענע מידות!
אויב האלט ער אז די ליין מאטריאל איז נישט אויסגעהאלטן און ער האט אסאך רבנים צו זיין זייט און ער זעהט אז אסאך פון זיין קרייז וואס געווענליך פאלגן זיי די זעלבע רבנים קענען אבער נישט עומד בנסיון מעג ער נישט האלטן אז יענער איז א מכשיל את הרבים און באיקאטירן?
בית שמאי און בית הלל האבן זיך געקריגט אויף מערערע הלכות, דאך זאגט די גמרא אז זיי האבן זיך פולשטענדיג געטרויעט איינער די צווייטע, און יעדער האט געוויסט און געהאלטן אז דער צווייטער איז ערליך און וואיל. סאו וואט, איך האלט אנדערש. פארוואס אבער מוז יענער זיין א שגץ?

נאך א ביישפיל, איך עס נישט א געוויסע הכשר און לדעתי איז דאס ממש טריף, ס'מיינט נאכנישט אז יענער טאר דאס נישט עסן, און יענער ווערט נאכנישט קיין שגץ.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1920
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2291

Re: מעגן געשעפטן פארקויפן זאכן וואס א מערהייט פונעם געגנט האלט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן?

פאוסט דורך שבת קודש »

שרגא ליפשיץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:47 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:05 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:08 pm אבער ווען עס קומט למשל צו א געשעפט וואס פארקויפט געוויסע ליין מאטריאל וואס א גרויס חלק פון דיינע שכנים ליינען, און די ווילסט בויקאטען דעם געשעפט ווייל ער איז נישט אויף דיינע סטאנדארטען. איז עס א סימפטעם פון פארדארבענע מידות!
אויב האלט ער אז די ליין מאטריאל איז נישט אויסגעהאלטן און ער האט אסאך רבנים צו זיין זייט און ער זעהט אז אסאך פון זיין קרייז וואס געווענליך פאלגן זיי די זעלבע רבנים קענען אבער נישט עומד בנסיון מעג ער נישט האלטן אז יענער איז א מכשיל את הרבים און באיקאטירן?
בית שמאי און בית הלל האבן זיך געקריגט אויף מערערע הלכות, דאך זאגט די גמרא אז זיי האבן זיך פולשטענדיג געטרויעט איינער די צווייטע, און יעדער האט געוויסט און געהאלטן אז דער צווייטער איז ערליך און וואיל. סאו וואט, איך האלט אנדערש. פארוואס אבער מוז יענער זיין א שגץ?

נאך א ביישפיל, איך עס נישט א געוויסע הכשר און לדעתי איז דאס ממש טריף, ס'מיינט נאכנישט אז יענער טאר דאס נישט עסן, און יענער ווערט נאכנישט קיין שגץ.
דא איז אבער נישט דא קיין צוויי זייטן אלע רבנים האלטן אז די מאגעזינן מיט ריזיגע בילדער פון גוים זענען פראסטע מאגעזינן און באלאנגט נישט אין קיין היימישע שטוב
שרייב פאוסט