► Show Spoiler
ווי הגה''צ דער רב שליט''א האט געפראוועט די שבת התאחדות בקרב תלמידי המתיבתא בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק מרן רבינו הגה''ק מסאטמאר שליט''א
ערש''ק ביים זמן הדלקת הנרות איז די רב אנגעקומען אין בנין הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רב האט עוסק געווען בתורה בחדרו הפרטי.
ארום 5:25 איז די רב אריינגעקומען אין היכל הביהמ''ד צום דאווענען און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילות מנחה ווי די רב האט פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הב' קלמן אליעזר ב''ר ציון סאאל ני''ו - ק''י
מזמור לדוד הבו לה' האט דער רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בקול חוצב להבות אש כנהוג,
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען זאגן גוט שבת און שלום נעמען, מ'האט געענדיגט אום 6:45.
דער רב איז אריבער צום בנין הישיבה סניף ברך משה ווי די רב איז אריין אין חדרו הפרטי.
ארום 7:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד צום סעודות ליל שב''ק ווי דער רב האט מעריך געווען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין במשך די קומענדיגע איבער פיר שעה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבה ווי דער רב האט מיט א ברען אנגעפירט מיט די ניגונים לבית סיגוט-סאטמאר, און משמיע געווען דברי תורה פינף מאל, מיט אן התלהבות אש קודש אריין געבנדיג א נעימות'דיגער טעם שבת קודש.
ביים אנקומען אויפ'ן פלאץ האט דער רב צוערשט אנגעהויבן מיטן באקאנטן ניגון 'גוט שבת', דערנאך האט דער רב אנגעהויבן שלום עליכם און מען האט געזינגען ווייטער די זמירות.
מיט הגבהת הכוס צו קידוש איז מכובד געווארן הבה''ח חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים ני''ו בן הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך די פיש האט דער רב געוואונטשן לחיים פאר'ן גאנצן ציבור דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני שבת קודש.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בדברי מוסר והתחזקות ווי דער רב האט געזאגט דריי פשטים אויפן פסוק מצות יאכל את שבעת הימים ולא יראה לך חמץ,
ערשטע פשט: דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט פונעם אמרי נועם אז ביים דאווענען זאל מען זיך נישט וויסענדיג מאכן פונעם יצר הרע וואס רעדט איין אז די ביסט גארנישט ווערד און דו האסט נישט פארוואס צו דאווענען בדחילו ורחימו מיט א פייער און מיט א ברען, און ביים עסן זאל זיין פונקט פארקערט, דעמאלט זאל מען שפירן אז מען איז גארנישט און נישט מאכן קיין עסק פון די עסן, האט דער רב ארויסגעברענגט אז משא''כ א אכילה של מצוה דארף יא זיין בדחילו ורחימו און מיט כוונה, און געטייטשט מצות יאכל את שבעת הימים, ווען דו עסט מצה, ולא יראה לך חמץ, זאלסטו זיך נישט וויסענדיג מאכן פון די יצר הרע
צווייטע פשט: אסאך מאל ווען א איד טוט אן עבירה לייגט ער אן די שולד אויף א צווייטן אדער אויפ'ן אויבערשטן, אבער דורך עסן אן אכילה של מצוה זעהט מען איין אז באמת איז מען אליין שולדיג, האט דער רב געטייטשט, מצות יאכל את שבעת הימים, זאלסט עסן מצה ווייל ביז יעצט איז געווען, ולא יראה לך חמץ ,שלך אי אתה רואה אבל אתה רואה של אחרים.
דריטע פשט: דער רב האט נאכגעזאגט דעם באקאנטן מסורה אז מרחוק ה' 'נראה' לי, אויב זאכן וואס זענען ווייט פונעם אויבערשטן געפעלט מיר, איז א סימן אז כנגע 'נראה' לי בבית, האט דער געזאגט אז עסן אכילה של מצוה מאכט אז זאכן וואס געפעלט נישט פאר'ן אויבערשטן זאל דיר אויך נישט געפעלן, האט דער געטייטשט, מצות יאכל את שבעת הימים, און דורכדעם וועט זיין ולא יראה לך חמץ.
די זמירות האט דער רב אליינס אנגעהויבן בהתלהבות אש מיטשלעפנדיג דער גאנצער ציבור אינעם ווארימען שבת'דיגער אטמאספער.
במשך די סעודה האבן זיך אנגעזען הונדערטער בעה"ב ואברכים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הערליכע סעודה בראשות הגה"צ דער רב שליט"א, מתובל מיט דברי תורה, מוסר, התחזקות, התעוררות, התבוננות, ועוד, און די עסקנים האבן געארבעט איבערמידליך צוצושטעלן גענוג זיץ און שטיי פלעצער פאר דער ריבוי עם כ"י.
נאך מנוחה ושמחה האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די וואכעדיגע סדרה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דבר נא באזני העם וישאלו וכו' ופירש''י שלא יאמר אותו צדיק אברהם ועבדום וענו אותם קיים בהם, ואחרי כן יצאו ברכוש גדול לא קיים בהם, דער רב שליט"א האט געפרעגט "צו האט דען אברהם אבינו געדארפט די געלט אז ער וועט האבן טענות אויפ'ן אויבערשטן פארוואס ער האט נישט מקיים געווען דאס וואס ער האט צוגעזאגט אז די אידן וועלן ארויסגיין ברכוש גדול?" און די רב האט עס פארענטפערט אויף זיבן וועגן, בדרך פשט, בדרך רמז, דריי אופנים בדרך דרוש, בדרך סוד, און בדרך חסידות
בדרך פשט: אז אברהם אבינו וואלט געהאט טענות אז די עינוי איז געווען סיי אויף די מענער און סיי אויך די פרויען, און די רכוש גדול איז געווען נאר פאר די מענער, דאס איז פשט אין רש"י שלא יאמר אותו צדיק אברהם ועבדות וענו אותם קיים בה"ם - אפילו אויף די פרויען, ואחרי כן יצאו לא קיים בה"ם, און וועגן דעם האט משה רבינו געזאגט וישאלו וגו' ואשה מאת רעותה.
בדרך רמז: עס איז א מחלוקה צו א וי"ו איז א מוסיף צו א מחלק, ממילא וואלט דער אויבערשטער געקענט זאגן אז עס איז א מחלק און ער וועט נאר מקיים זיין די ערשטע האלב "וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי", אבער אברהם אבינו וואלט געהאט טענות אז ביי ועבדום ו'ענו אותם איז עס געווען א וי"ו המוסיף, ממילא מוז עס דא אויך זיין א וי"ו המוסיף, דאס איז פשט אין רש"י שלא יאמר אות"ו - אות ו', צדיק אברהם, אברהם זאל נישט האבן טענות פונעם אות ו'.
בדרך דרוש: בענין דרשינן טעמא דקרא, אז פון דעם וואס דער באשעפער האט געזאגט פאר אברהם אבינו ביי מצות מילה 'אותו' ולא אותה זעהט מען דרשינן טעמא דקרא. און אויף נאך צוויי וועגן האט דער רב פארענפערט דעם רש"י בדרך דרוש אין די סגיא פון טעם כעיקר.
בדרך סוד: אז די כוונה פון די הבטחה איז געווען אז די אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן מיט חסד ורחמים צוזאמען, ברכו"ש איז בגימטריא די שם ע"ב, צוזאמען מיט שם מ"ה במילואו וואס ווייזן אויף רחמים, צוזאמען מיט'ן שם אלקים במילואו וואס דאס ווייזט אויף דין.
בדרך חסידות: אז די כוונה פון די הבטחה ואחרי כן יצאו ברכוש גדול איז געווען אז אידן זאלן וויסן מתפלל צו זיין אפילו ווען זיי האבן עשירות, און אויף דעם וואלט אברהם אבינו געהאט טענות אויב עס וואלט נישט מקויים געווארן, און די רב האט געטייטשט דב"ר א לשון פון אריינפירן (דבר אחד לדור וכו'), נ"א לשון תפילה, אז דער אויבערשטער האט געבעטן משה רבינו זאל אריינפירן די כח פון תפילה פון אידישע קינדער, וישאל"ו זיי זאלן מתפלל זיין, מאת רעה"ו פונעם אויבערשטן (ריע וריע אביך וגו').
נאך ויהיו רחמיך האט דער רב משמיע געווען א דריטע מאל דברי תורה ווי דער רב האט ארומגערעדט דברי מוסר והתחזקות איבער דאווענען בקול, און דער רב האט פארציילט די באקאנטע מעשה מיט הרה"ק ר' מרדכי לעכאוויטשער וואס די לונג האט אים געפלאצט פונעם דאווענען אזוי הויעך,
ווי אויך איבער לימוד התורה ביום הראשון, דער רב האט געטייטשט אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם, מ'זאל אויסרוימען די יצר הרע וואס וויל ממעט זיין דעם יום ראשון.
דערנאך האט די רב פארגעזינגען אודה לאל בהתעורות רב .
פאר'ן בענטשן האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם אז ביי די תלמידי בעל שם איז די התלהבות געווען אזוי גרויס אזויווי יו"ט פסח אז מען האט געזאגט הלל אום פרשת בא, און אז איינמאל ווען מען איז אהיימגעקומען פון ביהמ"ד האט מען זיך געוואונדערט פארוואס עס איז דא חלות אויפ'ן טיש...
מיט'ן בענטשן האט די רב מכבד געווען הבה''ח חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים ני''ו בן הגה"צ ר' יואל שליט"א רב דביהמ"ד בית ברוך.
נאכ'ן בענטשן האט מען געזינגען צמאה לך.
נאכדעם האט דער רב פארציילט מעשיות פון הרה"ק המהרש"ם מבריזשאן וואס זיין יארצייט געפאלט דעם דינסטאג - י"ג שבט, דער רב האט פארציילט איבער דעם וואס א משכיל האט אים אריינגעשלעפט צו לערנען דקדוק, אויף דעם האט דער רב פארציילט אז הרה"ק ר' שאול בראך קאשוי רב איז געגאנגען באזוכן בעלזא רב אין שפיטאל, און דער בעלזא רב האט דארט געטייטשט פארוואס עס שטייט א לשון יחיד ביי 'ולמען תספר באזני בנך' – וויבאלד די ערשטע יאר נאך יציאת מצרים האט קיינער נישט געקענט פארציילן די סיפור יצי"מ פאר זיינע קינדער ווייל זיי האבן דאך עס מיטגעהאלטן חוץ משה רבינו'ס קינדער ווייל זיי זענען געווען אין מדין, און דערנאך האט בעלזא רב געטייטשט וואס איז די חילוק פון די רשע וואס זאגט לכם (לכם ולא לו) און דער חכם וואס זאגט אתכם – ווייל די חכם לערנט נישט קיין דקדוק, אבער די רשע וואס לערנט דקדוק זאגט עס בכוונה, ווען ר' שאול בראך איז ארויסגעקומען האט אים די כתב סופר פארגעהאלטן פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין ישיבה, האט ער אים איבערגעזאגט די צוויי תורות, דער כתב סופר האט זייער הנאה געהאט און ער איז אליין געגאנגען באזוכן בעלזא רב.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און די חתנים פון די לעצטע עטליכע וואכן זענען אריבערגעגאנגען נעמען פירות, און די רב האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דערנאך האט מען געזינגען צור משלו.
דער רב האט געוואונטשן גוט שבת פאר'ן גאנצן עולם צוזאמען. מען האט געענדיגט 11:20.
*
שבת אינדערפרי ארום 9:50 איז די רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד צו תפילת שחרית.
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הב' משה יודא ב''ר יואל אפרים פריעד ני''ו - ק''י.
צו שחרית איז די רב צוגעגאנגען צום עמוד װי די רב האט פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הבה''ח יואל ב''ר אברהם הערש וויינבערגער ני''ו - ק''י.
פסוקי שמע ישראל האט פארגעזאגט הבה''ח אברהם בן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א – מאנטשעסטער.
בשעת קריאת התורה איז די רב געשטאנען אויפ'ן באלעמער און מיטגעהאלטן די קריאה אינעווייניג.
כהן: הבה"ח ברוך בענדיט ב''ר יעקב גליק ני''ו - וומ''ס.
לוי: הב' שלום יעקב ב''ר זלמן יוסף גאלד ני''ו - ק''י.
שלישי: הבה''ח מאיר אליעזר בן הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה.
רביעי: הבה''ח חיים יחזקאל שרגא בן הגה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך.
חמישי: הב' דוד דוב בן הגה''צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה.
שישי: הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר נכדי רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע – תלמידי ישיבתינו הק'.
שביעי: הב' יואל בן הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה.
הוספות:
הב' נפתלי בן הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ רב דק' 15עוו. שליט''א.
הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה.
הב' יואל בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד דק' 18עוו. חתן הגה''צ רב דק' 15עוו. שליט''א.
אחרון: הב' יצחק אייזיק בן הגה''צ ר' יואל טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך.
מפטיר: הבה''ח יצחק ב''ר יואל בר''ל פריעדמאן ני''ו - ק''י.
הגבה: הב' אהרן זאב ב''ר אלי' הערשקאוויטש ני''ו - וומ''ס.
גלילה: הב' ארי' צבי ב''ר מרדכי שטערנליכט ני''ו - לאנדאן.
מוסף: הב' שלמה ב''ר מנחם ווייס ני''ו - מאנטריאל.
פתיחה לאנעים זמירות: האברך ר' מרדכי הערש ליכטענשטיין הי''ו - וומ"ס.
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
.עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריינגעקומען בהיכל ביהמ''ד צום קידוש,
דער רב האט געזאגט די זמירות, און קידוש געמאכט בקול און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב טועם געווען מזונות און פיש,
דער רב האט אנגעהויבן אז נעכטן נאך די סעודה האט אים איינער צוגעוויזן אז אין די קונטרס וואס איז ארויסגעקומען אויף שבת דורך די תלמידי הישיבה ווי עס איז אריינגעדרוקט די תורות וואס דער רב האט געזאגט פאראיאר שבת פרשת בא בקרב תלמידי הישיבה שטייט שוין די תורה וואס דער רב האט נעכטן געזאגט על דרך פשט, סוד, און חסידות, דעריבער האט דער רב פריש אויסגעטייטשט די זעלבע פסוק אויף נייע אופנים בדרך פשט אין חסידות,
בדרך פשט: אז די כוונה פון די הבטחה 'ואחרי כן יצאו ברכוש גדול' איז געווען אז די אידן וועלן האבן מידת החסד, און אויף דעם וואלט אברהם אבינו געהאט טענות אויב עס וואלט נישט מקויים געווארן.
בדרך חסידות: אז די כוונה פון די הבטחה פון ואחרי כן יצאו ברכוש גדול איז געווען אז אידן וועלן דאווענען בקול וואס האט א מעלה פון קול מעורר הכוונה און פון מעורר זיין די שכנים, און דאס האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו: דבר נ"א (לשון תפילה), דו זאלסט דאווענען, כדי וישאל"ו, כדי די אידן זאלן אויך נתעורר ווערן צו בעטן.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט א לאקשן קוגל, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט שיריים,
מען געענדיגט ארום 1:00 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אין באגלייטונג פון מאות תלמידי הישיבה וועלכע האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אהיים שפאצירנדיג מיט דער רב אנצופרעגן פארשידענע מנהגים און סיפורי צדיקים.
דערנאך איז די רב אריבער צום שמחת הקידושא רבא לרגל די עלי' לתורה פון החתן בן הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א רב ביהמ''ד ברכת נפתלי צאנז ק"י, ומנהל בישיבתינו הק' סניף קדושת יואל אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים אנקומען האט דער רב טועם געווען קוגל און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און פאר'ן גאנצן ציבור.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און די רב האט משמיע געווען דברות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויאמר ה' אל משה בא אל פרעה, זאגט די מדרש הה''ד אשרי העם יודע תרועה ה' באור פניך יהלכון, און ארויסגעברענגט אז פונקט ווי ביי תקיעת שופר בלאזט מען מאה קולות צוליב וואס מען ווייסט נישט פונקטליך די הלכות, און וויבאלד מען טוט וואס מען קען רופט עס די פסוק אן אשרי העם יודעי תרועה, די זעלבע זאך איז אויך ביי סיפור יציאת מצרים – ביים דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן, וואס מען קען נישט געדענקן אלע חסדים וואס דער אויבערשטער האט געטוהן פאר א מענטש, ש'כן ח'ובת כ'ל ה'יצורים איז ר"ת שכחה, אבער מען דארף טוהן וואס מען קען, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
וױ אויך האט די רב אנגעוואונטשן פאר הרה''ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי''ו - גבאי ביהמ''ד צאנז, לרגל הכנסת בנו לעול התורה והמצוות.
אויפ'ן וועג ארויס האט אפגעווארט דעם רב שליט"א הרה"ח ר' אהרן ב"ר אלימלך שווארץ הי"ו וואס האט אפגענומען ברכת קדשו לרגל נישואי בתו וואס די שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין די דערנעבנדיגע זאל אין קרן ויואל משה.
די סעודת יום שבת קודש האט דער רב געפירט אינדערהיים אויף א פריוואטע פארנעם.
*
שבת נאכמיטאג ארום 5:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד בבנין ישיבה"ק סניף ויואל משה צו תפילת מנחה.
עס איז צוגעגאנגען צום עמוד האברך ר' הלל פאגעל הי''ו - ק''י.
פתיחה: הרה''ח ר' יודל כ''ץ הי''ו.
כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א - מנהל בישיבתינו הק' סניף ויואל משה.
לוי: הרה''ג ר' יואל גרובער שליט''א - ר''מ בישיבתינו הק'.
שלישי: הרה''ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי''ו.
הגבה: הגה''צ אב''ד ור''מ שליט''א.
גלילה: הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א - מנהל במוסדותינו הק' ק''י.
די רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות און טועם געווען פיש און געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן גאנצן ציבור דערנאך האט די רב אנגעהויבן זינגען די זמירות בעת וואס די בהמ''ד איז איבער געפילט עד אפס מקום די רב האט פארגעזאגט ה'מלך און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגינה התעוררות ודביקות וועלכע האט אריינגעשלעפט די ציבור הגדול, הונדערטער אידן
זקנים עם נערים בחורים אינגעלייט אין בעלי בתים צו מרבה זיין בתשובה ותיקון המעשים און זיך אויסצובעטן אלעס גוט'ס לנו ולדורתינו ובפרט אין די הייליגע מינוטן בעת רעווא דרעווין בימי השובבי''ם דערנאך האט די רב אונגעהויבן די פייערדיגע דברי מוסר והתעורורת ווי די רב האט ארומגערעדט קרוב צו א שעה צייט בבכיות עצומות און מעורר געווען את הלבבות לתשובה ותיקון המעשים בפרט בעניני קדושה שטייענדיג בימי השובב''ם.
די רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
צווישן אנדערע האט די רב ארויסגעברענגט אז די אידן אין מצרים זענען געווען נאר אין די מ"ט שערי טומאה און נישט אין די שער הנ' ווייל זיי האבן געזעהן די צורות קודשו פון משה ואהרן, אבער די גלות אמעריקע איז אסאך ערגער,
א איד ווייסט נישט ווי ביטער זיין מצב איז, ווויפיל מזיקים און מלאכים רעים שטייען ארום אים, דער באשעפער האט געמאכט אז מען זאל עס נישט זעהן ווייל מ'וואלט עס נישט געקענט אויסהאלטן,
קיין איין איד זאגט נישט קיין לשם יחוד פאר ער טוט אן עבירה, נאר מען האט א צובראכן הארץ, דער אויבערשטער רעכנט זיך מיט דעם, און דאס האט דער רבי ר' זושא געזאגט אז ער האט נאכנישט געזעהן קיין איין מלאך שלם פון אן עבירה פון א איד,
משה רבינו באשווערט א יעדע אידישע נשמה פאר ס'קומט אראפ אויף דער וועלט: "תהי צדיק ואל תהי רשע", אבער אויב מען דערהערט נישט דעם בת קול, ווערט די הייליגע נשמה אויפגעטוישט,
אז מען פירט זיך אויף בקדושה ובטהרה איז די שם הוי"ה שורה מלגאו - אין א איד, אויב ח"ו נישט ווערט איבערגעדרייט פון בשר צו שבר, און פון ברית צו תביר, דאס איז געווען די כוונה פון די הבטחה ואחרי כן יצאו ברכו"ש גדול, אז די שם הוי"ה (כ"ו) זאל זיין מלגאו - אינעם ווארט בשר,
דער אויבערשטער שטרעקט אויס א האנט מקבל צו זיין א איד בתשובה, לאמיר נישט לאזן דעם אויבערשטן ווארטן,
אז מען היט זיך דאס מויל, מען לערנט און מען דאווענט, ווערט די מויל אזויווי א כלי שרת, און מען באקומט די כח פון דיבור כמעשה,
ווען משיח וועט קומען וועלן די קינדער און אייניקלעך פרעגן: וויאזוי האסטו דיך געקענט האלטן אין דעם שווערן גלות אמעריקע, וועלן מיר ענטפערן: "עס איז טאקע געווען זייער שווער", אבער מען וועט עס פארציילן מיט א שמחה אז מיר האבן עס דורכגעשוויצט,
די רב האט צוגעענדיגט מיט ברכת הקודש, בפרט אז מיר זאלן זוכה זיין צו א ריכטיגע תשובה, און צו ביאת משיח צדקינו בב"א.
און ביים סוף אונגעווינטשן ברכות לרוב. בפרט אז מיר זאלן זוכה זיין צו א ריכטיגע תשובה. און צוגענדיגט אז די טאטע זאל זיין געזונט זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בב''א .
.דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגונים און דערנאך האט מען געזינגען ידיד נפש און אל מסתתר
מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט''א - ר''מ בישיבתינו הק'.
אויפ'ן וועג צו מעריב האט זיך דער רב ווארעם באגריסט מיט די מרביצי תורה בישיבתינו הק', און מיט די בעלי בתים החשובים חברי אהבת קדומים אויפ'ן אויבן אן, צווישן אנדערע האט זיך דער רב ווארעם באגריסט מיט הרה"ח ר' אלימלך הכהן דייטש הי"ו חבר הנהלת ישיבתינו הק' שיעור ד', און מיט הר''ר ישעי' רובין שליט''א חתן הגה''צ ר' דוד דוב דושינסקי שליט''א רב דבהמ''ד אהל פיגא וחדב''ן. און מיט הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א מנהל ישיבת דרך התורה סניף א', און מיט הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א מנהל ישיבת דרך התורה סניף ב'.
מעריב האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א - מו''ץ בקהילתינו הק'.
נאך מעריב האט דער רב ווארעם באגריסט הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א – ר"מ בישיבה"ק, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב לרגל שמחות נישואי נכדתו למז''ט. אזױ אויך האט הרה''ח ר'דוד פארקאש הי''ו מנאמני בית כ''ק מרן רבינו שליט''א אפגענומען ברכות מזל טוב פונעם רב שליט''א לרגל הכנסת בנו לבריתו של אאע''ה ביום שב''ק
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ''ד,
די נר הבדלה האט געהאלטן הילד בן הרה''ח ר' יואל ב''ר קלמן עקשטיין הי''ו.
נאך ויתן לך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רב ווארעם באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן אהערגעשטעלט דעם גאנצן שבת, ווי דער רב האט צווישן אנדערע ארומגערעדט מיט גרויס התרגשות פון די דערהויבענע של''ס ווי א ריזיגער ציבור איז געזעצן פאר שעות ארוכות בצוותא חדא זיך נישט קענענדיג געזעגענען פונעם הייליגן שבת.
דערנאך איז די רב ארויסגעגאנגען פארנט פונעם בנין הישיבה ווי דער רב האט געמאכט קידוש לבנה, נאך קידוש לבנה האט דער רב אנגעווינטשן א גוטע וואך און א גוטן חודש,
מען האט געענדיגט 8:50 און דער רב איז אהיים לביתו אין קרית יואל.
*
מוצאי שבת קודש פרשת בא בצל מורינו:
ארום 10:30 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון שאפינג סענטער צו די שמחות השבע ברכות פון אן אייניקל פון מחותנו הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א - בעל אגלי דבש, צוגעשטעלט דורכן דיין שליט''א.
דער רב איז ספעציעל געקומען בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וואס געפינט זיך אין די יעצטיגע וואכן אויף אפרוה און פאלם ספרינגס קאליפארניע און האט זיך נישט געקענט פערזענליך באטייליגן ביים שמחה.
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, פארן אבי החתן הרה''ג ר' יואל בערגער שליט''א - ר''מ בישיבתינו הק', פארן אבי הכלה הרה''ג ר' משה הערש בערקאוויטש שליט''א, און פאר די אנדערע זיידעס, הרה''ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א - אב''ד הוניאד, הגה''צ ר' שמואל בערגער שליט''א - אב''ד מישקאלץ, און הרה''ח ר' אלישע הורוויץ שליט''א.
דערנאך האט דער דיין מכבד געווען דער רב אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, צום ערשט האט די רב ארום גערעדט דברי תורה בעניני שמחות חתן וכלה . דערנאך האט דער רב א לענגערע צייט ארויס געברענגט די זכיה פונעם דיין וואס דינט שוין אלס דיין פארן שטאט קרית יואל פאר גאנצע פופציג יאר זינט איר גרונדונג. און די איינציגע דיין וואס לעבט נאך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט ממנה געווען אלס דיין און האט זיך פארלאזט אויף זיינ'ס א פסק . און צוגענדיגט מיט ברכות לרוב אז די דיין זאל קענען ווייטער שטיין לימין קדשו פנעם מרא דאתרא אביו הגדול כ''ק מרן רבינו שליט''א.
דערנאך האט זיך דער רב האט זיך ארויס געלאזט אין א ריקוד מיט די חתן מחותנים און זיידעס, און א באזונדערע ריקוד מיט מחותנו הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א.
דערנאך האט די דיין שליט''א ארויס באגלייט דער רב. די רב פארלאזט די זאל .ארום 11:00
א גוטע וואך..