איינע פון די סימנים פון א איד, פון די טיפסטע כאראקטורן מיט וואס א איד טוט זיך אינדערטיפיצירן און שטאלצירן, איז מדת הבושה. בעפאר מתן תורה שטייט אין פסוק 'ובעבור תהיה יראתו על־פניכם לבלתי תחטאו' זאגט רש"י זו מדת הבושה. א איד איז א ביישן, א צוריקגעצויגענער, ער האט א איידלקיט צו זיך, די ווייטסטע וואס שייך פון א עזות פנים ועזות מצח. א ערליכע איד האט א איידלקייט , ער קען נישט שטויסן א צווייטן אוון קומען מיט א זיס שמייכל שפילן מיט איהם טאמעוואטע, פארפאלן דאס איז נישט א אידישע טאלאנט.
דעריבער גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי געוויסע אידן, באמת ערליכע אידן, האבן די גאט"ס צו האקן און אראפרייסן געוויסע קהלות מיט די ארגסטע און דערנאך אריינשפאצירן אין זייערע בתי מדרשים מיט די גאנצע פשטות און האלטן דרשות, פארלערנען שיעורים כאילו לא היה.
איך פארשטיי נישט, וויזאוי ווערסטו נישט רויט אריינצושפאצירן אין א שול וואס האסט נעכטן ברבים געשריגן אויף זייערע מנהיגים און מוסדות? וויאזוי זינקסטו נישט איין פאר בושה שטייענדיג און געבנדיג א שיעור אין א ביהמ"ד וואס די דערקלערסט ברבים אז די ארויפגעקוקטע דיינים און רבנים פון די קהלה פירן אפ די קהלה פון ערליכן וועג?
עס איז מיר פשוט אן עקל.
ישראל ביישנים הם
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 06, 2024 11:19 pm
- x 26
Re: ישראל ביישנים הם
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין
845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!

- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: ישראל ביישנים הם
כלפי מה הדברים אמורים?
צווייטנס, וואס א מין טענה איז דאס אויפן ספעציפישן רעדנער? ער האט אויסגעדרוקט זיין מחאה / מיינונג ללא חת וללא משא פנים, און יעצט קומט ער זאגן א שיעור פאר אידן מתפללי הביהמ"ד וואס ווילן אים הערן אבוויעסלי (והא ראיה זיי זיצן ביי זיין שיעור). זאל ער נישט פארלערנען וויבאלד ער האט א אנדערע מיינונג ווי די ראשי קהילה? גייט מיר נישט אין קאפ וואס די טענה דא קען זיין
אנלעס די טענה איז געווידמעט צום ריכטונג פון די ראשי קהילה פארוואס זיי לאזן דאס צו, און דער אמת איז אבער אז עס איז פיל מער געוואונטשן - פאליטיש גערעדט - דאס צו לאזן און נישט מאכן קיין סקאנדאל, עטליעסט ווי לאנג אינעם ביהמ"ד זעלבסט רעדט ער נישט איבער די נושא, ווי איידער אים צו 'טעראריזירן' און ארויס ווארפן, עפעס וואס ברענגט קודם כל מער אויפמערקזאמקייט צו די טענות וואס יענער האט, עס ערוועקט ווידערווילן ביים אייגענעם ציבור, וכו' וכו'. בקיצור - דברים חכמים בנחת נשמעים, מען דארף זיך נישט דערשרעקן אז איינער האלט אנדערש, און זיכער נישט אינפארסירן מיט א אייזערנע פויסט, וויבאלד דאס ברענגט בלויז עס זאל שטארק בעקפייערן אויף די קהילה.

איך מיין אז עס איז זייער קלאר פון מיינע קורצע רייד אז איך טו נישט אדרעסירן צו די ראשי קהלה זאלן נעמען שריט דערויף, ווי די ערווענסט איז אין די היינטיגע 'נארמאלע' וועלט וועט ווערן א שטורעם דערוועגן. מיין וואונדער איז אויף דער מגיד, אפשר מאכסטו חשבונות פארוואס ער זאל 'מעגן', איך האב אויך נישט געזאגט אז ער טאר נישט, איך האב מיר נאר געוואונדערט הויעך וויאזוי ער האט די העזה 'די גאט"ס' נאטכן שרייען אז די קהלה איז די ערגסטע און פירט אפ כלל ישראל אן קיין בושה און דערנאך שפאצירט ער אריין אין זייער שול כאילו לא היה.Programming האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 1:01 am כלפי מה הדברים אמורים?
צווייטנס, וואס א מין טענה איז דאס אויפן ספעציפישן רעדנער? ער האט אויסגעדרוקט זיין מחאה / מיינונג ללא חת וללא משא פנים, און יעצט קומט ער זאגן א שיעור פאר אידן מתפללי הביהמ"ד וואס ווילן אים הערן אבוויעסלי (והא ראיה זיי זיצן ביי זיין שיעור). זאל ער נישט פארלערנען וויבאלד ער האט א אנדערע מיינונג ווי די ראשי קהילה? גייט מיר נישט אין קאפ וואס די טענה דא קען זיין
אנלעס די טענה איז געווידמעט צום ריכטונג פון די ראשי קהילה פארוואס זיי לאזן דאס צו, און דער אמת איז אבער אז עס איז פיל מער געוואונטשן - פאליטיש גערעדט - דאס צו לאזן און נישט מאכן קיין סקאנדאל, עטליעסט ווי לאנג אינעם ביהמ"ד זעלבסט רעדט ער נישט איבער די נושא, ווי איידער אים צו 'טעראריזירן' און ארויס ווארפן, עפעס וואס ברענגט קודם כל מער אויפמערקזאמקייט צו די טענות וואס יענער האט, עס ערוועקט ווידערווילן ביים אייגענעם ציבור, וכו' וכו'. בקיצור - דברים חכמים בנחת נשמעים, מען דארף זיך נישט דערשרעקן אז איינער האלט אנדערש, און זיכער נישט אינפארסירן מיט א אייזערנע פויסט, וויבאלד דאס ברענגט בלויז עס זאל שטארק בעקפייערן אויף די קהילה.
א איידעלע איד קען דאס נישט טון. פינטל.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 273
Re: ישראל ביישנים הם
די ביהמ"ד באלאנגט פאר די עולם.. ביפ מיר ווען מען מאכט וואלן, דערנאך וועלן מיר דן זיין...
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.