הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 419

הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן ו' שבט - פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל, באקאנט אויף די נאמען פון זיין ספר "דער הייליגער עצי חיים".
ער איז געבוירן אין יאר תר"מ אין די שטאט "טעטש", ווי זיין טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זצ"ל האט דארט געדינט אלס רב אסאך יארן.
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' יואל אשכנזי זצ"ל בן הרה"ק רבי משה יוסף זצ"ל, א איידעם פונעם הייליגען ייטב לב זצ"ל.

די עצי חיים איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד, א זוהן פונעם הייליגען צאנזער רב זצ"ל, כידוע האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזען די שינאווא רב ביי די חתונה (ער איז געווען א שוואגער ביי די חתונה).

אין יאר תרס"ד ווען זיין טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן איז ער געווארן מ"מ אין די שטאט סיגעט - עיר שאבותיו השתמשמו ברבנות.

ער איז נסתלק געווארן ביי די 46 יאר שנת תרפ"ו זי"ע - ומנו"כ בסיגעט

זי"ע
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1967

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט

פאוסט דורך יום טוב »

מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 169
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 181

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט

פאוסט דורך dev »

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 am מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך, האט אים דער עצי חיים געפרעגט, איר האט שוין אמאל געזעהן די שכינה...? , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2663

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט

פאוסט דורך נקודות טובות »

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 am מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
איך האב נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע, אבער געהערט האב איך אז דאס איז פון א מלמד אין שטאט סיגעט מיטן נאמען ענגיל. אזוי אויך האב איך געהערט אז עטליכע תלמידים פון עצי חיים האבן געלייקענט דעם בילד.
איך ווייס נישט מער, נאר דאס איז וואס איך האב געהערט... אבער באמת קוקט די צורה נישט אויס אזוי סיגעטליך, עפעס שטימט עס נישט מיט די צורה פון זיין זון און זיין ברודער...
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך מירון »

אוהל הקדוש
פיילס
ציון.jpg
ציון.jpg (191.61 KiB) געזען געווארן 257 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך מירון »

די נייע רענעווירטע ביהמ"ד אין סיגוט יע"א
פיילס
בהמדjpg.jpg
בהמדjpg.jpg (209.95 KiB) געזען געווארן 257 מאל
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 344

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

שמעתי אז די עצי חיים זוהן זושא'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?

פאראכטן
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 677

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך דעת קדשי »

באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 235
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 344

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:38 am
באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
טעיתי זושא'לע אדער אפשר חילי'ש- יחיאל מיכל
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 677

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך דעת קדשי »

באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:50 am
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:38 am
באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
טעיתי זושא'לע
ער איז ל''ע געהרגט געווארן אין קריג אלץ בחור
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 169
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 181

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך dev »

שמעתי אז איין זוהן פונעם עצי חיים איז נעלם געווארן ביים קריג, מ'האט קיינמאל נישט געוויסט ווי ער איז אהינגעקומען, און ביי איינע פון די נסיעות וואס דער ברך משה זי''ע איז געפארען צו די מקומות האט ער געבעטן מ'זאל פארשפרייטן אין אלע גוי'אישע צייטונגען אז דער סיגוט'ער רב'ס זוהן פון אמעריקע קומט צופארען, אז אויב איז ער ערגעטץ ווי פארזינקען אפשר וועט עס אים דערמאנען און ער וועט אפירקומען,

האט אמאל איינער געהערט דערוועגן?
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 516
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 677

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך דעת קדשי »

dev האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:34 pm שמעתי אז איין זוהן פונעם עצי חיים איז נעלם געווארן ביים קריג, מ'האט קיינמאל נישט געוויסט ווי ער איז אהינגעקומען, און ביי איינע פון די נסיעות וואס דער ברך משה זי''ע איז געפארען צו די מקומות האט ער געבעטן מ'זאל פארשפרייטן אין אלע גוי'אישע צייטונגען אז דער סיגוט'ער רב'ס זוהן פון אמעריקע קומט צופארען, אז אויב איז ער ערגעטץ ווי פארזינקען אפשר וועט עס אים דערמאנען און ער וועט אפירקומען,

האט אמאל איינער געהערט דערוועגן?
מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 169
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 181

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך dev »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm

לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'

dev האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm

הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1645
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1512

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך אנדערער »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:40 pm
dev האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm

מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'
הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?
געווען באקאנט דער איד וואס האט ל"ע געמוזט אריינלייגן דעם גוף קדוש אין קראמעטאריאם
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 169
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 181

Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו

פאוסט דורך dev »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:40 pm
dev האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm

מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'
הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?
די קשיא קענסטו פרעגן אויף אלע קדושים, ווי אזוי ווייסט מען ווען צו האלטן די יארצייט? ווער ווייסט קלאר?

נאר די תירוץ איז פשוט, די סדר בערך איז געווען, עכ''פ אין אונגארן, מ'האט צוזאמגענומען די גאנצע שטאט אין געטא, פון דארט איז מען צוזאמען געפארן אויף אוישוויץ מיט די באנען, יעצט דיע וואס איבערגעלעהבט האבן געוויסט צו זאגן וואס ס'איז געשעהן מיט די אידן וואס זיי זענען געווען באנאזאם, דער איד איז געגאנגן לינקס, דעם האט מען ל''ע געשאסן אין לאגער, וכוי', און פון די פלעצער ווי קיינער איז נעבעך נישט צירוק געקומען, ווייסט מען עכ''פ וועלכע טאג די שטאט איז אנגעקומען אין אוישוויץ און מ'רעכענט די יארצייט בערך לויט דעם,

משא''כ אויף דעם קינד האט מען - כפי ידיעתי - פארלוירן טרעק גראד אנפאנג ווי ער איז אהינגעקומען,
שרייב פאוסט