אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

געזונטע שמועסן און ידיעות
חדר האוכל
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:58 pm

אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך חדר האוכל »

דיסקלעימער: איך מיין נישט קיינעם ספעציפיש דא.

יעצט צום ענין:

ביי אונז אין ביהמ"ד דרייט זיך א יונגערמאן, אן איידעלער, עטוואס מער צו די די שטילע זייט, האט קיינמאל נישט געצויגן קיין באזונדערע אויפמערקזאמקייט, א פשוט'ער איד. איך האב נישט מיט אים קיין ספעציעלער שייכות, בסך הכל דא און דארט אויסגעטוישט מיט אים א ווארט דאווענעדיג אינעם זעלבן פלאץ פאר עטליכע יאר. אויסערליך האט ער געמאכט גאנץ א גוטן רושם, זיין הלוך ילך איז געווען העכסט נארמאל, און פון די געציילטע קורצע שמועסן וואס כ'האב געהאט מיט אים האט ער מיר דווקא אויסגעזען זייער צום זאך.

די לעצטע שטיק צייט דרייט ער זיך ארום אינגאנצן פארקלאצט, שפאצירט ארויף און אראפ אויף אן אויפפאלנדן אופן, און קען זיצן שעות ארוכות, מיט אן אפענע גמרא צי מיט א ליידיגן טיש, און קלאצן אויפ'ן דאך. זיינע אויגן קאמוניקירן נישט, ווי ער זאל ווען זיין אוטיסטיש, און פון זיין געזיכט שרייט ארויס פיין און אומבאהאלפנקייט. ווי ערווענט איז ער נישט א מענטש וואס ציט צופיל אויפמערקזאמקייט צו זיך, איז ווייס איך נישט וויפיל עס האבן בכלל באמערקט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אים, אבער איך האב יא באמערקט, און דער מצב איז ווייט נישט אין ארדענונג.

פון זיין גאנצע אויפפירונג איז זייער קלאר אז דער יונגערמאן איז אונטער עפעס אן איינפלוס, ער נעמט מעדיצין וואס שלעפט איין זיין מוח און לעשט אויס זיין סיסטעם.

יעצט, איך בין זיכער אז דער באשלוס אים ארויפצולייגן אויף פילן איז געפאסט געווארן בלויז נאך וואס ס'איז נישט געווען קיין צווייטע אויסוועג, מען האט זיכער שוקל ודורש געווען אלע צדדים ביז מען האט אים פארארדנט צו נעמען אזעלכע שטארקע דראגס. און דער אמת איז אז איך קען טאקע נישט וויסן פון וואס דא האט זיך גערעדט און וואס דער מצב איז געווען בעפאר, אזויפיל ווייס איך אבער יא מיט'ן גרעסטן קלארקייט אז אזוי ווי ס'איז יעצט איז נישט גוט.

איך שאץ אז דער יונגערמאן האט נישט קיין טעראפיסט וועלכער באגלייט אים דורכאויס דעם פראצעדור, ווייל ווען יא וואלט דאך יענער געזען אז ס'טויג נישט און מ'דארף טוישן מעדיצין; אזוי האף איך על כל פנים. זיין קעיס ווערט ווארשיינליך געפירט דורך חשוב'ע עסקנים וועלכע זענען דא צו העלפן אידישע קינדער ווען אימער עס פעלט זיך נאר אויס, און ער איז געשיקט געווארן צו עפעס א שוסטער הנקרא פסיכיאטאר וועלכער האט אים פארשריבן א מעדיצין וואס ווירקט אזוי שטארק אז די זייטיגע עפעקטן זענען שטערקער ווי דער זאך אויף וואס עס איז געשטעלט צו העלפן.

דעם עסקן קען מען נישט עכט באשולדיגן, דער יונגערמאן איז איינס פון צענדליגער צי הונדערטער קעיסעס וואס ער באגלייט, און ער קען נישט נאכגיין יעדע פרטיות'דיגע קעיס ווי א בן יחיד.

אבער יעצט שוין נאכ'ן נישט באשולדיגן, שטעלט זיך די פראגע, ווער נעמט יא אחריות אויף דעם יונגערמאן? די בני המשפחה, דאס ווייבל און זיינע עלטערן אויב האלטן זיי מיט, זענען פארלוירן און זענען געווענליך נישט ביכולת צו העלפן, און בכלל איז אסאך מאל שווער פאר נאנטע צו באטראכטן די סיטואציע מיט אן אביעקטיוון בליק. דער יונגערמאן אליין איז דאך אינגאנצן נישט בעה"ב אויף זיך, אויב האט ער נאך ביז יעצט עטוואס געקענט שטיין אויף זיינע רעכטן איז ער שוין יעצט נאכ'ן ארויפגיין אויף פילן אינגאנצן א געשאכטענער.

אלזא טייערער עסקן, אייער עסקנות שלא על מנת לקבל פרס איז זייער חשוב אין הימל, אבער דא מוז עפעס געטון ווערן צו העלפן דעם יונגערמאן און אלע אנדערע אין זיין מצב. איך ווייס נישט וואס מ'קען יא טון, אפשר זאל מען שטעלן באזונדערע מענטשן צו באגלייטן איטליכן פאל, מעגליך אז מ'זאל נאכאמאל אין באטראכט נעמען צי דאס ארויפלייגן מענטשן אויף פילן איז נישט צו איבערגעאיילט, איך בין נישט דער עקספערט, איך קען נאר זאגן וואס מיינע אויגן זעען.

זאל שוין דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף אלע אידישע קינדער.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך ווירקליך »

טאקע א רחמנות...

אבער לאמיר פארשטיין אביסל; איר האט בסך הכל געזען אן אינגערמאן פארקלאצט און לאמיר עס אנרופן ’פארביי’.

אויף דעם האט איר געבויט א געביידע מיט טעאריעס... מסתם איז יענער אויף פילן, מסתם האט ער נישט קיין פראפעסיאנאלע הילף, מסתם איז דא אן עסקן אינוואלווד, מסתם איז די משפחה נישט געהעריג באוואוסטזיניג, און איר קומט צום אויספיר מיט א בקשה צום עסקן...

נעמט אין באטראכט אז דער אינגערמאן קען זיין פארביי און פארקלאצט ווייל:
ער ליגט נעבעך אין חובות.
זיין שלום בית איז כאדאראם.
צער גידול בנים.
לעגאלע פראבלעמען.
און נאך פילע אפציעס..

עס קען גאר זיין אז ער האט טאקע גייסטישע פראבלעמען, אבער זיין פארקלאצטקייט מוז נישט קומען פון א פראבלעם וואס ווערט נישט גוט קעיר גענומען, נאר קען זיין פון א פראבלעם וואס ווערט בכלל נישט קעיר גענומען...
קען גאר זיין אז עס ברויך ווען זיין אויף פילן, און ער ברויך ווען האבן באגלייטונג פון אן עסקן, און דערווייל האט ער גארנישט...

בקיצור, דיין געבויטע טעאריע איז איינס פון א מיליאן זאכן וואס קענען זיין דא, און איז ניטאמאל די מערסטע מסתבר צו זאגן לענ”ד.

אלזא, אפשר פרובירט איר צו אויסקלארן אביסל מער?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3218

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך מסתמא »

נניח די מעשה איז אמת. איר האט געזעהן דעם יונגערמאן בעפארן נעמען די מעדיצינען? איר ווייסט פון וואס די א”ג שעדליכע מעדיצינען ראטעוועט אים? מעגליך אז דא ווערט פארמיטן א טראגעדיע? איר רעדט פון די ווייב און קינדער.. מעגליך אז אן די פילן וואלט די ווייב שוין לאנג געווען ביים טאטן אין שטוב? אדער גאר דער טאטע פארשפארט אינעם פסיכיאטרישער יוניט אין שפיטאל רח”ל. וואס מאכט אייך טראכטן אז עפעס אן עסקן טוט דא וואס ער וויל? אפשר איז דאס געפירט פון א דעת תורה און פון לייסענסד דאקטוירים און ארגאניזאציעס. סאיז זיכער נישט פשוט.

כזעה ליידער אסאך מער וועלכע דארפן נעמען הילף און נעמען עס נישט ווי אזאלעכע סארט פעלער. הגם הגם, יתכן אז סמאכט זיך אמאל אזא מעשה אויכעט, איז עס פארט נאר א זעלטענע מינדערהייט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ערשטנס, ווי @מסתמא זאגט, פון וואנעט ווייסטו וואס ס'האט זיך אפגעטון צווישן זיינע 4 ווענט בעפאר.

רוב מענטשן וואס נעמען מעדיקעישן דערקענסטו גארנישט אויף זיי. וואס גארנישט? דו דערקענסט שוין איינמאל!.. זיי שיינען אויף און לייכטן ווי די זון.

סוי אויב איז ער אנדערשט, מוז ע"כ זיין אז ער האט געליטן אויף עפעס אזוי שרעקליך, אז מ'האט אים געמוזט געבן שרעקליכע - לאמיר עס רופן - פעין קילערס פשוט אז ער זאל עס דערלעבן, אז ער זאל נישט פארבייגיין טאטאל. אלזא, וויאזוי ער זעט יעצט אויס קען גאר זיין אז דאס איז געווען די צווייטע אפציע, די ערשטע איז געווען שפרינגען אויפ'ן בריק וכדו' ח"ו.

צווייטנס, ביסט גערעכט מיט די עצם זאך אז א קעיס דארף זיין באגלייט, און ליידער איז מענטאל העלט נישט אנערקענט גענוג, ס'נישטא גענוג ארגאניזאציעס און עסקנים, לפי ערך פונעם געברויך/ארגאניזאציעס וואס איז דא ביי פיזיקל העלט.

נו, מי יתן והיה.
חדר האוכל
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:58 pm

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך חדר האוכל »

ווירקליך האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 6:58 pm טאקע א רחמנות...

אבער לאמיר פארשטיין אביסל; איר האט בסך הכל געזען אן אינגערמאן פארקלאצט און לאמיר עס אנרופן ’פארביי’.

אויף דעם האט איר געבויט א געביידע מיט טעאריעס... מסתם איז יענער אויף פילן, מסתם האט ער נישט קיין פראפעסיאנאלע הילף, מסתם איז דא אן עסקן אינוואלווד, מסתם איז די משפחה נישט געהעריג באוואוסטזיניג, און איר קומט צום אויספיר מיט א בקשה צום עסקן...

נעמט אין באטראכט אז דער אינגערמאן קען זיין פארביי און פארקלאצט ווייל:
ער ליגט נעבעך אין חובות.
זיין שלום בית איז כאדאראם.
צער גידול בנים.
לעגאלע פראבלעמען.
און נאך פילע אפציעס..

עס קען גאר זיין אז ער האט טאקע גייסטישע פראבלעמען, אבער זיין פארקלאצטקייט מוז נישט קומען פון א פראבלעם וואס ווערט נישט גוט קעיר גענומען, נאר קען זיין פון א פראבלעם וואס ווערט בכלל נישט קעיר גענומען...
קען גאר זיין אז עס ברויך ווען זיין אויף פילן, און ער ברויך ווען האבן באגלייטונג פון אן עסקן, און דערווייל האט ער גארנישט...

בקיצור, דיין געבויטע טעאריע איז איינס פון א מיליאן זאכן וואס קענען זיין דא, און איז ניטאמאל די מערסטע מסתבר צו זאגן לענ”ד.

אלזא, אפשר פרובירט איר צו אויסקלארן אביסל מער?
די זאכן קען מען זען. ליגן אין חובות קען פירן צו דעפרעסיע און אנדערע פראבלעמען, אבער די סארט פאר'חלומ'טקייט פון וואס איך רעד איז בלויז א תוצאה פון פארשריבענע מעדיצינען.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך ווירקליך »

חדר האוכל האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:43 pm

פונעם ’פארשריבענע מעדעצינען” הנחה ביז בויען א גאנצע מעשה אזש כמעט ביז נעמען און טעלעפאן נומערן איז פארט א גאנג
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
חדר האוכל
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:58 pm

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך חדר האוכל »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:06 pm נניח די מעשה איז אמת. איר האט געזעהן דעם יונגערמאן בעפארן נעמען די מעדיצינען? איר ווייסט פון וואס די א”ג שעדליכע מעדיצינען ראטעוועט אים? מעגליך אז דא ווערט פארמיטן א טראגעדיע? איר רעדט פון די ווייב און קינדער.. מעגליך אז אן די פילן וואלט די ווייב שוין לאנג געווען ביים טאטן אין שטוב? אדער גאר דער טאטע פארשפארט אינעם פסיכיאטרישער יוניט אין שםיטאל רח”ל. וואס מאכט אייך טראכטן אז עפעס אן עסקן טוט דא וואס ער וויל? אפשר איז דאס געפירט פון א דעת תורה און פון לייסענסד דאקטוירים און ארגאניזאציעס. סאיז זיכער נישט פשוט.

כזעה ליידער אסאך מער וועלכע דארפן נעמען הילף און נעמען עס נישט ווי אזאלעכע סארו פעלער. הגם הגם, יתכן אז סמאכט זיך אמאל אזא מעשה אויכעט, איז עס פארט נאר א זעלטענע מינדערהייט.
רוב פון דיינע פראגעס זענען אויסגעשמועסט אין מיין ערשטע תגובה. ווי געשריבן ווייס איך נישט וואס דער יונגערמאן איז דורך איידער ער איז אנגעקומען צו זיין יעצטיגן געסעטלטן פארקלאצטן דעסטינאציע, הגם פונדרויסן האט אלעס אויסגעזען בסדר. און דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז מעגליך נישט געווען קיין אנדערע אפציע, איז מיר א שטיקל חידוש, ווייל דווקא די וועלכע פראמאוטן שטארק מעדיקעישאן זאגן כסדר אז מ'קען פאר יעדן צוטרעפן די ריכטיגע מעדיצין אן קיין סייד עפעקטס, און זיכער נישט אזעלכע שטארקע בולט'ע סייד עפעקטס. און אויף אזויפיל קען איך נאך וויסן בלויז פון אים קענען אביסל אז קיין שטאטס משוגענער איז ער זיכער נישט געווען און ער וואלט נאך לכאורה געדארפט אריינפיטן אין די געווענליכע קאטאגאריע.

ואגב, דער פאל איז נאר איין דוגמא, איך קען אנדערע פעלער, מער פון דער נאנט, וואו די מעשה איז אקוראט ווי מיין שפעקולאציע אויף דעם יונגערמאן, כ'האב בכוונה געניצט א לייכטערע משל באופן טעאריע.

ווירקליך האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:53 pm
חדר האוכל האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:43 pm
ווירקליך האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 6:58 pm טאקע א רחמנות...

אבער לאמיר פארשטיין אביסל; איר האט בסך הכל געזען אן אינגערמאן פארקלאצט און לאמיר עס אנרופן ’פארביי’.

אויף דעם האט איר געבויט א געביידע מיט טעאריעס... מסתם איז יענער אויף פילן, מסתם האט ער נישט קיין פראפעסיאנאלע הילף, מסתם איז דא אן עסקן אינוואלווד, מסתם איז די משפחה נישט געהעריג באוואוסטזיניג, און איר קומט צום אויספיר מיט א בקשה צום עסקן...

נעמט אין באטראכט אז דער אינגערמאן קען זיין פארביי און פארקלאצט ווייל:
ער ליגט נעבעך אין חובות.
זיין שלום בית איז כאדאראם.
צער גידול בנים.
לעגאלע פראבלעמען.
און נאך פילע אפציעס..

עס קען גאר זיין אז ער האט טאקע גייסטישע פראבלעמען, אבער זיין פארקלאצטקייט מוז נישט קומען פון א פראבלעם וואס ווערט נישט גוט קעיר גענומען, נאר קען זיין פון א פראבלעם וואס ווערט בכלל נישט קעיר גענומען...
קען גאר זיין אז עס ברויך ווען זיין אויף פילן, און ער ברויך ווען האבן באגלייטונג פון אן עסקן, און דערווייל האט ער גארנישט...

בקיצור, דיין געבויטע טעאריע איז איינס פון א מיליאן זאכן וואס קענען זיין דא, און איז ניטאמאל די מערסטע מסתבר צו זאגן לענ”ד.

אלזא, אפשר פרובירט איר צו אויסקלארן אביסל מער?
די זאכן קען מען זען. ליגן אין חובות קען פירן צו דעפרעסיע און אנדערע פראבלעמען, אבער די סארט פאר'חלומ'טקייט פון וואס איך רעד איז בלויז א תוצאה פון פארשריבענע מעדיצינען.
פונעם ’פארשריבענע מעדעצינען” הנחה ביז בויען א גאנצע מעשה אזש כמעט ביז נעמען און טעלעפאן נומערן איז פארט א גאנג
א טעאריע געבויט אויף אמת'ע פאקטן. לאז ארויס נעמען און טעלעפאון נומערן.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: אכטונג: א איד וואס פונקציאנירט נישט

פאוסט דורך ווירקליך »

חדר האוכל האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:56 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 7:06 pm נניח די מעשה איז אמת. איר האט געזעהן דעם יונגערמאן בעפארן נעמען די מעדיצינען? איר ווייסט פון וואס די א”ג שעדליכע מעדיצינען ראטעוועט אים? מעגליך אז דא ווערט פארמיטן א טראגעדיע? איר רעדט פון די ווייב און קינדער.. מעגליך אז אן די פילן וואלט די ווייב שוין לאנג געווען ביים טאטן אין שטוב? אדער גאר דער טאטע פארשפארט אינעם פסיכיאטרישער יוניט אין שםיטאל רח”ל. וואס מאכט אייך טראכטן אז עפעס אן עסקן טוט דא וואס ער וויל? אפשר איז דאס געפירט פון א דעת תורה און פון לייסענסד דאקטוירים און ארגאניזאציעס. סאיז זיכער נישט פשוט.

כזעה ליידער אסאך מער וועלכע דארפן נעמען הילף און נעמען עס נישט ווי אזאלעכע סארו פעלער. הגם הגם, יתכן אז סמאכט זיך אמאל אזא מעשה אויכעט, איז עס פארט נאר א זעלטענע מינדערהייט.
רוב פון דיינע פראגעס זענען אויסגעשמועסט אין מיין ערשטע תגובה. ווי געשריבן ווייס איך נישט וואס דער יונגערמאן איז דורך איידער ער איז אנגעקומען צו זיין יעצטיגן געסעטלטן פארקלאצטן דעסטינאציע, הגם פונדרויסן האט אלעס אויסגעזען בסדר. און דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז מעגליך נישט געווען קיין אנדערע אפציע, איז מיר א שטיקל חידוש, ווייל דווקא די וועלכע פראמאוטן שטארק מעדיקעישאן זאגן כסדר אז מ'קען פאר יעדן צוטרעפן די ריכטיגע מעדיצין אן קיין סייד עפעקטס, און זיכער נישט אזעלכע שטארקע בולט'ע סייד עפעקטס. און אויף אזויפיל קען איך נאך וויסן בלויז פון אים קענען אביסל אז קיין שטאטס משוגענער איז ער זיכער נישט געווען און ער וואלט נאך לכאורה געדארפט אריינפיטן אין די געווענליכע קאטאגאריע.

ואגב, דער פאל איז נאר איין דוגמא, איך קען אנדערע פעלער, מער פון דער נאנט, וואו די מעשה איז אקוראט ווי מיין שפעקולאציע אויף דעם יונגערמאן, כ'האב בכוונה געניצט א לייכטערע משל באופן טעאריע.
אגב, איז וויכטיג צו וויסן אז אין אסאך פעלער, ווען פראבלעמען זענען דייקא אזעלכע וואס דערקענען זיך נישט פון אינדרויסן, איז וויכטיג צו נעמען דעם מענטש און שטאפן אביסל מיט מעדעצינען וואס וועלן אים טאקע אביסל אויספלאגן, אבער וועלן עוועטועל ברענגען גוטע רעזולטאטן.

איך בין נישט באקאנט מיט דעם ספעציפישן פאל, און ווי מיר זעען ביסטו אויך נישט עכט באקאנט דערמיט, נאר שאצט אפ לויט וואס דו זעסט...

דאס איז זיכער אז מענטל העלט הילף איז נאך אין די ווינדלען בעת ווען דער פראבלעם איז שוין גרויס ווי אן עלעפאנט. דער נושא פון מענטל העלט פאדערט א מאסיוון אויפשאקלונג.

שרייב פאוסט