איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא

איז שוין טאקע צייט צו סטאפן די רבישע פארענטשע'ס?!...

יא
11
24%
ניין
31
69%
איך האב א עצה...
3
7%
 
Total votes: 45

אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1015
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2982

איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך עדיטאריעל »

קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 221
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 285

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:23 pm קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...

דאס קען מען מיטהאלטן ביי יעדע רבישע שמחה אין קרית יואל אין היכל ראזענבערג
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 22

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך מים חיים »

אויך אין וויזשניצע כולל זעט אזוי אויס די דאך ביי יעדע חתונה
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1130
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3813

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן קארס, דו ווייסט וויפיל עקסידענטן עס פאסירן טעגליך?
איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן צו שפילן קעטש אין חדר, דו ווייסט וויפיל קינדער צובלוטיגן זיך דערפון יעדן טאג?
איך האלט למשל אז מען זאל פארבאטן צו נוצן מעסער'ס, דו ווייסט ווי דעינזשרעס עס איז?

אלא מאי? מען דארף טון די מערסטע השתדלות אז עס זאל זיין סעיף, אבער מן הזהירות שלא תרבה להיזהר, ועיין דיין ערשטע ווערטער כמובן.
אן פארענטשעס קען עס קאסטן א סטעמפיד, סאו ביסט אידעוועי אנגעוויזן אין רחמי שמים...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 86

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

עדיטאריעל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:23 pm קרלין סטאלין געדענקט יעדער איינער...
ביי הקפות פאלט נאר איין פארענטשע אין כמעט אלע חצרות הקודש...
אין טאהש ביי די חתונה אין כמעט איינגעפאלן די דאך פון די שטארקע טענצערייען...

לייגט אראפ פאר א פאקט אז די דאך איז כמעט איינגעפאלן און ער מאכט שוין אנקעטעס.

מאך ענדערש א אנקעטע אויב מ'זאל ברענגען א אינדשעניר צו זיכער מאכן אז די בנין קען דערהייבן הויכשטאקיגע טאנצענדיגע פארענטשעס, און שוין. פארשטייט זיך אז די פארענטשעס דארף אויך זיין געבויעט סעיף.

כמעט אלע חצרות הקודש פאלט יערליך איין פארענטשע? קיינמאל געהערט.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך בן חיים »

גראדע האב איך געהערט אז מען האט גערופן א אינדשיניר פאר די חתונה
און די סיבה פארוואס די פלאר/דאך האט זיך אזוי געשאקלט ווייל ווען מען האט איבערגעבויט די ביהמ"ד האט מען אריינגעלייגט ספרינגס און די פלאר
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 925

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך איטשע »

מ'זאל ווייטער בויען הויכשטאקיגע פארענטשעס און טאנצן ווייטער מיט אן אימפעט, אבער פארדעם זאל מען אראפברענגן אן אינדזשעניר
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

פארוואס איז נישט דא קיין אפציע " ס'גייט מיר נישט אן"?..
אז מ'טויגט טויגט מען...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3242
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3747

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשע'ס?!...

פאוסט דורך שמח »

מ'דארף סתם אזוי אן אינזשעניר צו דעזיינען פון פריש די פארענטשעס לויט די הייעך פון די היינטיגע שטריימלעך....
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1015
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 2982

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך עדיטאריעל »

ניסים אין אמשינוב: ווען פארענטשע צוזאמגעפאלן אבער קיין געשעדיגטע ב"ה

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=5 ... xA7MgEQar9
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך משה רבינו »

די סכנה אן פארענטשעס איז איום ונורא, סיי די שטיפערע צו קענען זעהן, און סיי די סכנהדיגע האנט געמאכטע פארענטשעס פון א באנק אויף צוויי טישן

די אלטערנערעוו פון אראפ נעמען פארענטשעס איז א פאר הונטערט פראצענט א גרעסערע סכנה
וואס איך זאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
x 74

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך וואס איך זאג »

מעשה פונעם הייליגן צאנז רב זיע ווען מען האט זיך געשטיפט אין איינער האט געשריגן סכנת נפשות האט די הייליגע רב געזאגט תקנת נפשות
אוועיטער
איש ציון
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:09 am
x 54

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך איש ציון »

עדיטאריעל האט געשריבן: דינסטאג מערץ 26, 2024 12:56 pm ניסים אין אמשינוב: ווען פארענטשע צוזאמגעפאלן אבער קיין געשעדיגטע ב"ה

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=5 ... xA7MgEQar9
געווען ניסים בעיקר אז קיינער איז נישט געשטאנען אינטער די פארענטשעס
די רבי האט געזאגט מען זאל צוריק שטעלן די פארענטשעס און מען האט ממשיך געווען די טיש כלא היה

(דרך אגב נישט צוזאמגעפאלן, נאר זיך איבערגעדרייט)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: איז שוין צייט צו סטאפן פארענטשעס?

פאוסט דורך פופציגער »

קודם א לייק פאר @עדיטאריעל פאר די דריטע אפציע...

@משה רבינו זאגט גוט, ס’טאקע נישט גוט, אבער בעסער ווי אן דעם
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שרייב פאוסט