אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 131

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ר' מנשה »

איך וויל חלילה נישט שטערן פון די טענהריי וואס מאנכע ענדשויען איך וויל נאר פרעגן איין שאלה און מען קען נאכדעם ממשיך זיין:
איז דא איינער דא וואס ווייס קלאר ווער עס האט שוין גענימען אין די סיטי א פעטוועי ? אויב יא ביטע ענטפערען, און אצינדער קען מען ממשיך זיין זיך איבערצושרייען איינער דעם צווייטען, ENJOY.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לייבל פריש »

ר' מנשה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 1:12 am איך וויל חלילה נישט שטערן פון די טענהריי וואס מאנכע ענדשויען איך וויל נאר פרעגן איין שאלה און מען קען נאכדעם ממשיך זיין:
איז דא איינער דא וואס ווייס קלאר ווער עס האט שוין גענימען אין די סיטי א פעטוועי ? אויב יא ביטע ענטפערען, און אצינדער קען מען ממשיך זיין זיך איבערצושרייען איינער דעם צווייטען, ENJOY.
שמעתי היבש קראנט אז בלויז 39 בעטס קאודס האבן גענומען
דאס איז די אלע 39 וואס פערלס האט געארבעט מיט זיי איבער די קלאגעס וואס רוב פון זיי וועט מען נישט אננעמען ווייל זיי זענען אינטער די ריוויא פון די 28 מוסדות אדער וועט מען עס נאר קענען ניצן נאך א לענדערע תקופה פון אויפווייזן אז מהאט געטוישט דעם סיסטעם

לכאורה איז דא אין סיטי כאטש 200 בעטס קאודס אויב נישט מער
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

איינער שרייבט וואס ער האט געהערט די אנדערע באשטעטיגט די דריטער ווייסט שוין פארוואס אויך און די פערטער האט שוין קשיות און די פיפטער איז שוין מוחה. אזוי ארבעט די וועלט ענדזשויטס די רייד
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 368

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה רבינו »

דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:54 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:52 pm וואס טוט זיך מיט קרית יואל ?
בלומענבערג ?
ווער האט גענומען און ווער נישט ?
אין ק''י איז די דעדליין קומענדעגע וואך
זיי האבן נאך צייט
אין די קרית יואל סקול דיסטריקט געפינט זיך אינגאנצן 1 מוסד, אין יענע מוסד זאגט קלאר אז זיי גייען נישט נעמען
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

די ענטפער וואס סאטמאר מהר”יי האט אריינגעשיקט
פיילס
IMG_2395.png
IMG_2395.png (196.69 KiB) געזען געווארן 710 מאל
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:52 am
דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:54 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:52 pm וואס טוט זיך מיט קרית יואל ?
בלומענבערג ?
ווער האט גענומען און ווער נישט ?
אין ק''י איז די דעדליין קומענדעגע וואך
זיי האבן נאך צייט
אין די קרית יואל סקול דיסטריקט געפינט זיך אינגאנצן 1 מוסד, אין יענע מוסד זאגט קלאר אז זיי גייען נישט נעמען
געמיינט מאנרא והגלילות
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דורכגעטראכט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:29 pm איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין ביידע צדדים.

אויף די צד פון די איגנארירן שיטה וויל איך פארשטיין:

אויב מגייט נישט אריין לאזן די שטאט אין די מוסדות וועט עס גיין אין קאורט, די טענה וועט זיין אז די לימורים זענען קעגן אונזער רעליגיע, וואס איז אויב די קאורטס וועלן נישט אננעמען אונזערע טענות? דעמאלטס וועט די שטאט האבן סאך א גרעסערע כח! ווייל זיי ווען וויסן אז אונז האמיר נישט קיין שום שאנס אין קאורט מער.

איז מען טאקע גרייט אז מען זאל ארויף לייגן א שלאס אויף אונזערע מוסדות? די קאורט האט טאקע דערווייל געפסקנט אז מען קען נישט צושפארן די מוסדות ווייל די חוב ליגט אויפן טאטן (זיי פארשטייען אויכעט אז ושננתם לבניך איז די חוב אויפן טאטע...), ועל זה יש שתי תשובות בדבר, א. די אפיעל קען עס נאך צורוקדרייען, ב. וואס איז אויב די שטאט וועט זיך נעמען אויפן טאטע און ארויפלייגן גרויסע פיינס אויפן טאטע, סנישט אזוי פשוט.

ביטע ענטפערן אבזשעקטיוו און נישט סאבזשעקטיוו, און נישט צורוק שרייען לויט ווי דיין פארטיי האט אנגענומען. ייש"כ

*
איך וויל אויך וויסן אויב אין די היסטאריע איז נישט געוועהן ענליכע גזירות און וויאזוי האבן די ערליכע רבנעם דעמאלטס געהאנדעלט.
כלהגדיל ועוד לקרוא אין מיינע ווערטער, די צד איז לענ"ד אזוי, סאיז קלאר אז די רעגירונג (עדזשוקעישן דיפארטמענט) וויל דורכפירן שינוים אינעם חינוך, וואס דאס איז א זאך וואס מיר זענען גרייט צו גיין עד הסוף און נישט טוישן.

שתדלנות און זיי איבערווייזן אז ס'לוינט זיך זיי נישט דאס געשעפט האט מען שוין געטון, און זיי האלטן נישט דערביי, פאפן, הסכימים אונטערן טיש איז א פארגאנגענהייט, איז יעצט האבן מיר איין זאך צו זאגן: מיר טוישן נישט גארנישט! און מיר איגנארירן אייער גזירה כליל. יעצט קענט עטץ טוען וואס איר ווילט, זיי גייען אנהייבן מיט זייער פראצעדור און פרובירן צווינגען דורך געזעץ, געריכט, און מיר וועלן פארשטייט זיך קעמפן אקארדינגדלי, צו קענען בלייבן דא בעז"ה.

אויב ח"ו ס'וועט קומען צו דעם אז מען וועט נישט קענען מער מחנך זיין דאהי, דאן יא, א שלאס אויף די מוסדות (בנינים), כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א שליט"א האט געזאגט פאר א קאנגרעסמאן דוכט זיך, און אים געפרעגט צו די שטאט איז שוין גרייט פאר די טרעפיק פון די 100'טער באסעס מיט תשב"ר וואס גייען זיך ארויסלאזן טעגליך קיין ניו דזשורסי אויב ס'וועט זיך אויספעלן.

זייער זייער שווער צו גלייבן אז זיי זאלן מצליח זיין ביז דא, אבער אפי' אויב ח"ו יא איז דאס לכאו' די ערגסטע שטאפל וואס קען געשען, דארפן איבערפלאנצן די חינוך ערגעץ אנדערש, ווייל קיין שייטער הויפן גלייב איך נישט אז זיי וועלן בויען.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2306

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אנדערער »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:07 am די ענטפער וואס סאטמאר מהר”יי האט אריינגעשיקט
זייער שטארקע ווערטער און בכלל נישט אריינגעשמוגלט. די פעטוועי איז אריינגעשמוגלט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1042
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3472

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

► Show Spoiler
זייער שיין צאמגענומען
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 729
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1309

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דעת קדשי »

דער איד
פיילס
19567.jpeg
19567.jpeg (51.54 KiB) געזען געווארן 595 מאל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דורכגעטראכט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:29 pm איך וויל אויך וויסן אויב אין די היסטאריע איז נישט געוועהן ענליכע גזירות און וויאזוי האבן די ערליכע רבנעם דעמאלטס געהאנדעלט.
לגבי וואס מ'קען זיך לערנען פון היסטאריע, האב איך געברענגט דא נעכטן א העתקה פון ס' דברי תורה מונקאטש, א בערך'דיגע אפטייטש פון וואס ער שרייבט דארט, אז אין סאוויעט רוסלאנד ביי די באלשעוויקן ווען זיי האבן אנגעהויבן מיט די גזירות פון העברת הדת האבן זיי נישט געגלייבט אז זיי וועלן מצליח זיין, זיי האבן געמיינט אז די אידן וועלן זיך מוסר נפש זיין פאר די תורה, אבער ווען זיי האבן געזען - לויט זייערע רייד - אז מ'האט זיי אויסגעהערט (דאס מיינט לכאו' אז די גוים זוכן אויסצוטייטשן אז מ'ברעכט זיך, אפי' געוויס איז געווען אסאך מסירות נפש אידן, אבער פון די אנדערע זייט איז געווען וואס האבן זיך געבראכן האבן זיי זיך אנגעכאפט און גענומען חיזוק אז די גזירה ארבעט) דעמאלס האבן זיי נאך שווערער געמאכט ביזן גוזר זיין עקירת הדת כולו ח"ו, און וועגן דעם האבן זיי מצליח געווען אין זייער רשעות מער און מער.

ער טייטש מיט דעם די מדרש אין איכה, אימתי גזרה המלכות גזירה ומתקיימת, בשעה שישראל משליכין תורה לארץ

דאס לערנט אונז אז אויב מ'וועט זיך האלטן פעסט און צוזאמען וועט אונז קיינער נישט קענען צוברעכן בעז"ה

---
אדרבה זאלן די היסטאריקער אריינקומען מיט היסטאריע, פון אמאליגע היסטאריע איז דא אסאך גזירות, גזירות הינים, רבי עקיבא מקהיל קהילות, ראשונים ואחרונים אין אלע דורות ווי מען האט געלערנט מיט מסירות נפש.

אין די מאדערנע היסטאריע איז עס לכאו' די ערשטע מאל, אבער די תורה בלייבט די זעלבע
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:59 am
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:07 am די ענטפער וואס סאטמאר מהר”יי האט אריינגעשיקט
זייער שטארקע ווערטער און בכלל נישט אריינגעשמוגלט. די פעטוועי איז אריינגעשמוגלט
הייסט די רעגירונג וועט עס אפווארפן... שטיי מיר אייניג

מה הועילו בתקנתן / קלקלתן
זאל זיין אזוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 06, 2024 11:19 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך זאל זיין אזוי »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 am מערקט די געווענדליכע צעטלעך מיט א נומבער אדרעס, ניטעמאל דאס האט מען געלייגט
איך פארשטיי אז יעדע בנין איז לעגאל ווי א מוסד פאר זיך און אויב מען שרייבט 82 ליע רעדט עס נשיט אין נאמען פון אלע מוסדות, הן אינגלעך און הן מיידלעך, דעריבער שרייבט מען די נאמען אן אן אדרעס, וואס ווי שוין ערווענט איז נישטא נאך א מוסד מיט די לעגאלע נאמען 'UTA'. והנוטים לאמת יבינו והמדובקים לשקר יפטפטו.
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:59 am
משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:07 am די ענטפער וואס סאטמאר מהר”יי האט אריינגעשיקט
זייער שטארקע ווערטער און בכלל נישט אריינגעשמוגלט. די פעטוועי איז אריינגעשמוגלט
הייסט די רעגירונג וועט עס אפווארפן, שטיי מיר אייניג

מה הועילו בתקנתן / קלקלתן
ניין, ווייל מען האט געהעריג גענומען א פעטוועי, עיין, בהמודעה של שמואל מרדכי ואייזיק דאסקאל...

די בריוו איז נישט נוגע,

איך וועל שפעטער שיקן די לינק פון די פארום ווי מען וועלט א פעטעווי, עס איס ניטעמאל דא ווי צו לייגן דארט א בריוו... עס איז א געהעריג גאגאל פארום

קענסט אויסוועלן איינע פון די זיבן...
בראקען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:49 pm
x 64

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך בראקען »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:07 am די ענטפער וואס סאטמאר מהר”יי האט אריינגעשיקט
איבערגעטייטשט אין אידיש:

מאכטפולע בריוו געשיקט צום עדיוקעישען דעפארטמענט מיט אונזער אנטווארט איבער די פארלאנג אויסצווועהלן א פעטהוועי.


די בריוו איז געשריבן ווארט ביי ווארט צום עדיוקעישען דעפארטמענט בפקודת כ''ק מרן רבינו שליט''א מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה.




יאנואר 5 2024

לכבוד די ניו יארק סיטי דעפארטמענט אף עדיוקעישען.

באגריסונגען.

מיר האבן באקומען אייער בריוו איבער אויסקלויבן א פעטהוועי אפצושאצן אונזער שולע.
פאלגענד איז אונזער אנטווארט.


אונזער שולעס מיסיע איז אויפציען קינדער וואס זאלן פארזעצן אויף די רעליגיעזע און מסורה'דיגע פיסטריט פון זייערע עלטערן, און צו זיין צוגעגרייט מיט אלעם וואס איז נויטיג אנצוהייבן משפחות, און צו זיין געזעץ היטענדע פראדאקטיווע מיטגליד פונעם געזעלשאפט.


פאר דעם ציל האבן מיר א צווייפאכיגן לערן פראגראם וועלכע לייגט דעם דגוש אויף רעליגיעזע לימודים. מיט א טייל פונעם טאג וואס איז געווידמעט פאר לימודי חול.
אזויווי ממשיך זיין אונזער רעליגיע איז אונזער עיקר מיסיע ממילא טוט רעליגיע דורכדרינגען אלע אספעקטן פון אונזער שולע און די גאנצע לערן פראגראם ווערט געפירט דורך אונזער רבני'שע אוטאריטעיטן, מיר קענען זיך נישט אוועקרירן א פינטל פון זייערע אינסטרוקציעס.


מיט דעם געזאגט, ווילן מיר אנמערקן אז מיר האבן א שטארקע און גוט מקיף'דיגע ערציאונגס פראגראם. אונזערע שולע סטודענטן ווערן אפגעשאצט יערליך און מיר פלאנען פארצוזעצן צו געבן טעסטס דורך נוצן די ארויסגעשריבענע אסעסמענטס.

זאל עס אבער זיין קלאר.
בעת וואס מיר זענען גרייט צו נוצן די באשטעטיגטע אסעסמענטס קענען מיר און ווילן נישט פארשטעלן פאר אונזערע קינדער סיי וועלכע סאבדזשעקס, ערציאונגס מאטריאל, לעקציעס אדער קורסן וועלכע שטימען נישט מיט אונזער רעליגיעזע גלויבינגען, וועלכע ווערן דירעקטירט דורך אונזערע רעליגיעזע פירער.

דער ערשטער אמענדמענט פון די פאראייניגטע שטאטן קאנסטיטוציע גאראנטירט פאר עלטערן פון אונזערע סטודענטן דאס פאנדומענטואלע רעכטן צו דירעקטירן וויאזוי זייערע קינדער ווערן אויפגעצויגן.
די פאראייניגטע שטאטן סופרים קאורט האט אנערקענט די פונדומענטואלע אינטערעסן פון די עלטערן אין קעגנזייט פון די רעגירונג צו באשליסן די רעליגיעזע צוקונפט און חינוך פון זייערע קינדער.


אונזערע שולעס האבן אויך פראדוצירט טויזענטער מוצלח'דיגע געוועזענע סטודענטן. די פרינציפן און תוצאות זענען מאכטפולע סיבות פאר די רעגירונג זיך נישט אריינצומישן אין די הייליגע מיסיע פון רעליגיעזע שולעס.


וויאזוי איר ווייסט זיכער זענען מיר יעצט א פארטי מיטגליד אין די אנגייענדע קלאגעס זיך קעגנשטעלנדיג די רעליגואציעס אן בלייבן ווייטער זיך קעגן צושטעלן די רעגאלאציעס. און ענטפערן אויף אייער בריוו זאל נישט ווערן אויסגעטייטשט אויף סיי וועלכע וועג ווי איינצושטימען מיט די רעגולאציעס.

א דאנק.
זאל זיין אזוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 06, 2024 11:19 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך זאל זיין אזוי »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:59 am

זייער שטארקע ווערטער און בכלל נישט אריינגעשמוגלט. די פעטוועי איז אריינגעשמוגלט
הייסט די רעגירונג וועט עס אפווארפן, שטיי מיר אייניג

מה הועילו בתקנתן / קלקלתן
ניין, ווייל מען האט געהעריג גענומען א פעטוועי, עיין, בהמודעה של שמואל מרדכי ואייזיק דאסקאל...

די בריוו איז נישט נוגע,

איך וועל שפעטער שיקן די לינק פון די פארום ווי מען וועלט א פעטעווי, עס איס ניטעמאל דא ווי צו לייגן דארט א בריוו... עס איז א געהעריג גאגאל פארום

קענסט אויסוועלן איינע פון די זיבן...
און די בריוו הייבן זיי טאקע אן אז בלויז דאס איז די רעספאנס.
שולחן.
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:32 pm
x 113

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שולחן. »

זאל זיין אזוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:21 am
זאל זיין אזוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:17 am

די צעטל איז געווארן הענט דעליווערט? זיי ווייסן נישט פון ווי עס קומט?
און אגב דוכט זיך אז די חסידי מהר״א האבן אן אנדערע ליגאל נאמען
נאכאמאל די צעטל אליין שטייט קלאר אז מען גייט געבן אלע טעסטס, און אלע סאבזשעקטס אויף וואס מען גיבט די טעסטס זענען שינוים אין די חינוך

אבער לשיטתך קענסט מיר שיקן די גאנצע אימעיל? דארט האט מען געהעריג געשריבן אז מען נעמט א פעטוועי, און אזוי האט מען געמאלדן אויף מערכת, אין די לוחות ראשונות ביי די ערשטע מודעות

בקיצור איין גרויסע חושעריי פאר די קעלבער...
אז די קענסט נישט ליינען קיין ענגליש אדער אז דיין זכרון ספען ציעט נישט פונעם ליינען ביזן אפקלאפן א תגובה פויק עס נישט אויס ברבים.

דא שטייט קלאר אז מען גייט נישט צולייגן קיין שום לימוד אויף קיין שום וועג וואס די רבנים לאזן נישט.
נישט נאר דא שטייט עס קלאר נאר אויך אין דער איד... די שאלה איז צו מען האט יא אדער נישט גענומען א פעטוועי, און דאס צולייגן פרישע טעסטס ווי ר שמואל מרדכי האט געמאלדן, און פרישע לימודים ווי מען קען הערן אין די אינטערוויא,
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:18 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:59 am

זייער שטארקע ווערטער און בכלל נישט אריינגעשמוגלט. די פעטוועי איז אריינגעשמוגלט
הייסט די רעגירונג וועט עס אפווארפן, שטיי מיר אייניג

מה הועילו בתקנתן / קלקלתן
ניין, ווייל מען האט געהעריג גענומען א פעטוועי, עיין, בהמודעה של שמואל מרדכי ואייזיק דאסקאל...

די בריוו איז נישט נוגע,

איך וועל שפעטער שיקן די לינק פון די פארום ווי מען וועלט א פעטעווי, עס איס ניטעמאל דא ווי צו לייגן דארט א בריוו... עס איז א געהעריג גאגאל פארום

קענסט אויסוועלן איינע פון די זיבן...
סתם פאר דיין ידיעה מען האט נישט אריינגעשיקט די גוגל דאק. די בריוו איז די ענטפער. און ס׳איז טאקע נאך נישט זיכער אז זיי גייען עס בכלל עקסעפטן.
זאל זיין אזוי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יאנואר 06, 2024 11:19 pm
x 26

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך זאל זיין אזוי »

שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:26 am
זאל זיין אזוי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:23 am
שולחן. האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:21 am

נאכאמאל די צעטל אליין שטייט קלאר אז מען גייט געבן אלע טעסטס, און אלע סאבזשעקטס אויף וואס מען גיבט די טעסטס זענען שינוים אין די חינוך

אבער לשיטתך קענסט מיר שיקן די גאנצע אימעיל? דארט האט מען געהעריג געשריבן אז מען נעמט א פעטוועי, און אזוי האט מען געמאלדן אויף מערכת, אין די לוחות ראשונות ביי די ערשטע מודעות

בקיצור איין גרויסע חושעריי פאר די קעלבער...
אז די קענסט נישט ליינען קיין ענגליש אדער אז דיין זכרון ספען ציעט נישט פונעם ליינען ביזן אפקלאפן א תגובה פויק עס נישט אויס ברבים.

דא שטייט קלאר אז מען גייט נישט צולייגן קיין שום לימוד אויף קיין שום וועג וואס די רבנים לאזן נישט.
נישט נאר דא שטייט עס קלאר נאר אויך אין דער איד... די שאלה איז צו מען האט יא אדער נישט גענומען א פעטוועי, און דאס צולייגן פרישע טעסטס ווי ר שמואל מרדכי האט געמאלדן, און פרישע לימודים ווי מען קען הערן אין די אינטערוויא,
קודם זעה איך אז עס ארבעט דו ביסט פריש און אקטיוו....
זיי שרייבן דאך קלאר אין די בריוו אז זיי האבן נישט גענומען א פעטוועי אויסער דורך די בריוו, ווי זייי הייבן אן 'דאס איז אונזער ענטפער'.
מיר האבן שוין פריער געזעהן ווי ווייט דיין זכרון ארבעט, הער איבער די שמועסן וועסטו הערן אז הרב שטערן זאגט נישט אז מען גייט אצינד צולייגן לימודים. לעת עתה איז דאס די גאנצע תירוץ פאר די רעגירונג.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פארוואס האט @בלייב געזונט און אנדערע געדארפט אנציען דא אז מען האט באשטימט צו נעמען פעטוועי 6?
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:32 am פארוואס האט @בלייב געזונט און אנדערע געדארפט אנציען דא אז מען האט באשטימט צו נעמען פעטוועי 6?
וואס מיינט פעטוועי 6 ?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 646

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פעטוועי 6 מיינט פעטוועי 6, א בריוו מיינט א בריוו, קלויב אויס וואס מען האט געקליבן
משה שלום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 337
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:16 pm
x 102

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך משה שלום »

מענטשן זענען נעבעך אזוי צומישט מ׳ווייסט אפילו נישט די באדייט פון די ווערטער וואס מ׳זאגט אבער מ׳שרייט אלעס נאך בלינדערהייט.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

משה שלום האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:36 am מענטשן זענען נעבעך אזוי צומישט מ׳ווייסט אפילו נישט די באדייט פון די ווערטער וואס מ׳זאגט אבער מ׳שרייט אלעס נאך בלינדערהייט.
נא פארדעם האבן מיר דיך דא אויסצוקלארן די זאך
אישׁ יהודי
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:01 pm
Location: brooklyn
x 1

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך אישׁ יהודי »

בעט דיין אינגעל זאל בגניבה אהיימברענגן זיין בוקלוט פון די וואך
שרייב פאוסט