משה שלום האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:57 am
אויגעלעך האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:37 am
משה שלום האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:09 am
סא וואס די זאגסט איז אז מהר״א האט געוואלט ארויסשלעפן סקווירא פון פערלס און פערלס האט געבעטן זיי זאלן בלייבן און סקווירא האט געמאכט א החלטה ענדערש צו בלייבן מיט פערלס איא ?
וויאזוי איז מען אין פערלס?
ווען מ'דארף געלט מאכט מען ס"ה א קאמפיין, נאך וואס ווילאנג עס איז נישט דא נאך א ארגאניזאציע און פערלס איז די איינציגסטע קען פערלס רעדן בשם יעדעם.
ס"ה האדמו"ר מהר"א האט געוואלט עפענען א עקסטערע ארגאניזאציע וואס וועט זיין געבעיסט אין אפסטעיט ממילא וואלט פערלס שוין נישט געקענט רעדן בשם גאנץ כלל ישראל, און עס איז זייער פארשטענדליך אז סקווירא און וויזשניץ מאנסי זאלן זיך נישט זוכן די קאפ וויי ווייל ביז יעצט זענען זיי געווען אפיציעל אונטער פערלס הגם זיי זענען גארנישט משועבד פאר פערלס און פאר די החלטות וואס פערלס מאכט אפ והא ראיה דאס וואס עס גייט יעצט פאר, ס"ה איז פערל א סאטמארע זאך וואס רעדט בשם גאנץ כלל ישראל.
אבער אויב זיי גייען זיך צושטעלן צו האדמו"ר מהר"א און עפענען א אפסטעיט ארגעניזעישן גייען זיי דארפן עס ארויס העלפן פינאנציעל און פאליטיש, און אזוי אויך גייען זיי בקום ועשה גיין אנטקעגן א ארגאניזאציע און די קאפ וויי האבן זיי זיך נישט געזוכט, ממילא זענען זיי געבליבן בשב ואל תעשה.
יעצט צו זאגן אז זיי האבן געוואלט בלייבן אונטער פערלס, עס קען זיין אבער עס מוז נישט זיין ווייל זיי האבן גארנישט געטוהן צו בלייבן ס"ה האבן זיי בשב ואל תעשה נישט געפענט א עקסטער אפסטעיט ארגאניזעישן ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט איינרייסן מיט א צווייטע קהלה
סא זיי זענען קיינמאל נישט געווען אונטער פערלס נאר אפציעיל. פערלס פארטרעט נישט קיינעם נאר סאטמאר אבער מהר״א האט געוואלט עפענען א נייע סא זיי זאלן נישט קענען פארטרעטן כלל ישראל און סקווירא האט נישט געוואלט. די ווערסט נישט צומישט ?
פערלס צווינגט קיינעם נישט צו זיין אונטער זיי זיי פארטרעטן נאר ווער עס בעט. די געלט קומט מער ווייניגער פון 2 מוסדות און רוב מוסדות סיי פון די סיטי און סיי פון אפסטעיט האבן שוין געניצט זייערע סערוויסעס. אמעריקע איז א פרי קאנטרי יעדער קען טוהן וואס ער וויל אבער מ׳דארף אויך באצאלן די בילס און דאס איז נישט יעדער גרייט. ווי ווייט מיין היסטאריע געדענקט האט קיין איינער פון 3 דערמאנטע קהילות נישט קיין מורא פון טעראר אדער א פראבלעם צו זיך איינרייסן מיט א אנדערע קהילה ווען זיי האלטן פאר וויכטיג. גענוג געזאגט אויף א איינגעהאלטענע וועג.
ניין איך בין ב"ה נישט צומישט!
לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
פערלס איז געגרינדעט געווארן דורך די צוזאמענארבעט פון 28 מוסדות, למעשה כהיום הזה ווערט עס געפירט בעיקר דורך 1 קהלה און עס גייט מיט די ניגון אז פערל רעדט בשם כלל ישראל.
מיט וואס נאך זענען אלע קהילות אונטער פערלס חוץ מיט די פרט אז יעדער האט שוין גענוצט זייער סערוויסעס? כהיום הזה ליידער מיט גארנישט! און סערוויסעס מיינט נישט אז עס איז זייער ארגאניזאציע, און ווייל די קהילות האבן אמאל גענוצט פערלס סערוויסעס מיינט עס נישט אז פערלס פארטרעט יעצט די קהילות, עס איז א כלל ישראל ארגאניזאציע א שטייגער ווי די התאחדות הרבנים און לויט ווי עס זעהט אויס וועט עס אנקומען דארט ווי די התאחדות איז אנגעקומען, און די סיבה איז אויך די זעלבע סיבה ווי די התאחדות, ווייל איין קהלה האט זיך משתלט געווען אויף די כלל ישראל ארגאניזאציע און אטאמאטיש בעקט יעדער איינער ארויס דערפון און זייערע החלטות איז קיינעם נישט מחייב אזוי ווי די מציאות איז יעצט ביי די פעטוועיס.
עס איז ריכטיג אז פערלס צווינגט נישט קיינעם צו זיין אונטער זיי, און זיי שטערן נישט ארויס צו גיין פון אונטער זיי, (ווי אויסגעשמועסט איז נישט דא א וועג ארויס צו גיין פון אונטער זיי, ווייל מ'טוט נישט עפעס ספעציעל צו זיין אונטער זיי) ווייל זיי פארדינען גארנישט פון דעם אז יענער איז אונטער זיי און זיי דערלייגן גארנישט ווען יענער איז נישט אונטער זיי, פארשטייט זיך נאר ווילאנג יענער עפענט נישט קיין אייגענע ארגאניזאציע, דעמאלטס וועלן זיי שוין איין מאל שטערן ווייל עס שטערט זייער מאטא אז זיי רעדן בשם כלל ישראל.
עס איז ריכטיג אז די דריי קהילות האבן נישט מורא פון טעראר, אבער די מציאות איז אז ביי וויזשניץ מאנסי און סקווירא שפילט דיפלאמאטיע א ראלע און זיי זוכן זיך נישט קיין דיפלאמאטישע קריגערייען, און סאטמאר מהר"א אליינס האט נישט געוואלט עפענען א ארגאניזאציע אליינס, ווייל אויף צו טוהן אליין פעלט זיך נישט אויס קיין ארגאניזאציע
איך האף אז אלעס איז קלאר.