אין קאמף פאר'ן שלאף

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3003
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8633

אין קאמף פאר'ן שלאף

פאוסט דורך פופציגער »

מיין קליינטשיגס אינעם וויגל, זי וועקט שוין ווידער. זי פארלאנגט שפייז, א קורצע איבעררייס פון איין שלאף און דאס צווייטע, וויינען אביסל, עסן, און צוריק גיין שלאפן רואיג.

שעפעלע, דו האסט בכלל אן אנונג וואו דו ביסט? שמייכלסט צו מיר… וואלטסטו געוואוסט אין וואספארא וועלט איך האב געדינט אלס שליח דיר צו ברענגען, וואלטסטו מעגליך בייז געווען. בעל כרחך אתה חי. זאל עס זיין צום גוטן. איך ווינטש דיר זאלסט נישט אנטוישט ווערן פון דעם וועלט, און נישט אנטוישן די וועלט. א זיס לעבן.

גיי פארצייל איר אז פון ווען זי האט פאריגעס מאל געגעסן האט נאך טאטי נישט געקענט מצליח זיין דעם שלאף צו כאפן. פארוואס? איי איי איי… לאמיר נישט צומישן דיין צארטע מח’ל. זיסקייט, שמייכל נאר ווייטער.

איך שמייכל אויך צומאל ווי א נאַר.

עס צונעמט מיר דאס קוקן ווי די קליינטשיגע אפרוחים שלאפן… א זארגלאזע געזיכט, קיינע דאגות, ניטאמאל ווייסט זי וואס דאגות זענען, און וואס פארא מאנסטערן פארשלייערן זיך דערין.

איך קלער, וואס טראכט דאס קינד? וואס האט זי דען צו טראכטן? יא אדער ניין? הצלחה אדער דורכפאל? ירידות און עליות? גארנישט. זי ווייסט נישט וואס זארג מיינט.

זי מאכט פאקסן אין שלאף. קענסטו מיר זאגן וואס זי חלומ'ט? צדיקת'ל, וואס קענסטו שוין חלומ'ען דארט?

ציכטיג און רואיג.

הלואי אויף מיר אזא רואיגקייט.

שלאף ווערט אנגעקוקט צומאל ווי אן אנטלויפס מיטל. אנטלויפן פונעם הווה, אריין אינעם עולם הדמיון. אוועק פון דא. קודם אוועק.

א בליק אין מיר, אין מיין נפש, אין מיין נשמה, אין מיין פנימיות, אין מיין אויפריכטיגע שטאנד, אין מיין הארץ… לאז אפ! בעסער אז נישט.

פארמאך דעם טירל, פארמאך די אויגן, קוק נישט, מאך זיך כאטש ווי דו זעהסט נישט, שפיל ווי גארנישט גייט פאר, לאז נאטורליך. א ברירה האב איך? בעסער אזוי.

וואס פארדינסטו פון טראכטן?? נישט גענוג געטראכט? נישט גענוג אריינגעקוקט? יא יא, אמת’דיג, אויפריכטיג, גרויסע בושות. נישט געברענגט גארנישט חוץ פון ווייטאג אין הארץ.

גיי רוק דעם וואנט, הויכע כוואליעס פון געפילן, מחשבות, מחשבות זרות, מחשבות וואס מאנען יא אריינצוקוקן אינעם מציאות. וואס ווילט איר?? לאזט צורוה!

זיי זענען דא. פארפאלן. זיי פאטשן אין פנים.

אוי געוואלד, ס'גלוסט זיך עס דורכצושלאפן.
דער געפילן אויסברוך דורכשווימען מיט א דרימעלע…

זיי לאזן נישט שלאפן.

שרייבן זיך שורה'לעך אן קיין ציהל, עצבות צווישן די ווערטער אזש עס קען זיין שעדליך. גיי פארצייל אז נישט די געשריבענע ווערטער זענען דא שולט. ווי א שאטן פונעם פראבלעם שפיגלט אפ דער טאג, איך און דו ווייסן אז דער געפיל אויסברוך איז נישט אליינס געקומען, דאס איז א רעאקציע צו דאס וואס דו ווילסט נישט רעדן. גיי רעד. נע, זיי שטיל. שלינג אראפ, בורא נפשות.

קוק אוועק פון די שיין איינגעפאקטע אויסברוכן. רעד זיך נישט איין אז דאס זענען בלויזע געפילן. שפיל נישט מיט דיר אליינס. קוק דעם שורש פונעם פראבלעם אין פנים אריין.

ניין, דער פראבלעם איז קיין פראבלעם. דאס איז נאך איינע פון די סטאנציעס וואו דער הייליגע אלמעכטיגער באשעפער האט דיר געהייסן זיך אפשטעלן.

כרחם אב על בנים… זי שלאפט רואיג… איי די קנאה… רואיג, אן קיין דאגות… ממש אזוי? אן דאגות? זי ברויך דאך עסן, זי ברויך מען זאל איר קעיר נעמען.

אבער יא, זארגלאז. ווייל זי ליגט אין מאמיס ארעמעס… זי לאכט פון די וועלט… מאמי נעמט שוין קעיר, נישט געדאגה’ט.

ווער קלאפט מיר מיין פלייצע?
וועק זיך אויף!!!
ערוועק זיך פון דעם פארשווארצטן חלום!
יעצט דריי זיך צוריק צו די אנדערע זייט, און שלאף…
שלאף אויך ווי א בעבי… זארגלאז…
דו ביסט נישט אליינס. דו פירסט גאאארנישט. ביסט אין טאטי’ס ארעמעס. ער פירט דיר, ער טוט דיר נאר גוטס, נאר גוט! נאר גוט! הערסט?? נאר גוט!!

זאג עס איבער, נאר גוטס!!!

יעצט גיי צוריק שלאפן. א גוטע נאכט.
זיסע חלומות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1025
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1419

Re: אין קאמף פאר'ן שלאף

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

אריינגעפירט אין מחשבות... זייער שיין ארויס געברענגט! פופציגער בתפארתו.
ניין, דער פראבלעם איז קיין פראבלעם. דאס איז נאך איינע פון די סטאנציעס וואו דער הייליגע אלמעכטיגער באשעפער האט דיר געהייסן זיך אפשטעלן.
אזוי ריכטיג,
Off Topic
ווי לאנג ביסטו געווען אויף די נאכט?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3945
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5131

Re: אין קאמף פאר'ן שלאף

פאוסט דורך שמח »

@פופצי

מיר ווארטן אויף נאך....

יעדע פון דיינע ארטיקלען דא זענען אן עקסטערע הנאה!
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
שרייב פאוסט