סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:13 pm
קישטא קאי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:49 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:28 pm וויפיל קאסט די יערליכע מעמבערשיפ?
$395
+ יערליכע חוב פון קמחה דפסחא $54
די טייערסטע פון אלע אנדערע מקומות
ריכטיג, קרית יואלע מעמבערס צאלן דאס מערסטע, ווייל זייער געלט ווערט צוטיילט פאר די מערסטע צוועקן פון סיי וועלכע קהלה אין די וועלט.

אין איין ווארט קודם:
קרית יואל איז אנדערש פון יעדע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי טראגט אן אחריות אויף אלע רוחניות איינהייטן פון "א שטאט"
קרית יואל איז אויך אנדערש פון יעדע סאטמערע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי פירט אן מיט די "סאטמארע מלוכה" די סדר היום בצל הקודש באגלייט מיט א ריזן צאל טישן ומאורעות ומעמדים פאר טויזענטער חסידים.

יעצט אין דיטעילס:
בית הוראה קרית יואל איז היינט א ריזן פאבריק און א צענטרום פארא מערערע רוחניות'דיגע ועדות אינהאלב די שטאט, קהל האלט אויף א סטעף וואס פירט אן מיט אלע ועדות און באגלייט דאס פון אויבן.

30 מורי צדק וואס זיצן אין די בתי הוראה וואס קהל האלט אויס. דאס ווערט אויסגעהאלטן בלויז פון מעמבערשיפ
ועד העירובין אינטערן בית הוראה איז באחריות אויף 25 עירובין אין די נייע געגנטער אין אלע זייטן קרית יואל.
ועד המקואות איז באחרין אויף צענדליגע מקואות און כלים מקואות אינהאלב די גאנצע שטאט.
ועד דיני ממונות וועלכער ענפערן הונדערטער קאמפליצירטע שאלות א יאר, און פארשפארט די עגמת נפש אז זאכן זאלן זיך נישט דארפן עסקאלירן צו א דין תורה.
ועד רבית ועיסקא
ועד שעטנז
ועד טעכנעלאגיע

מקוה טהרה
א חוץ די מקוה געלט און פאנדרעיזינג, ווערט נאך באצאלט א ריזן סכום פון מעמבערשיפ.

בית נאמן
האט מענטשן אויף געהאלט און א פולע שטאק אין בית המדרש הגדול פאר מדריכים וכו' וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

מפעל קביעות עיתים
ווערט פולשטענדיג אויפגעהאלט פון מעמבערשיפ.

ועד הצניעות
האט מענטשן אויף געהאלט אפצוהיטן קדושת העיר וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

התאחדות אברכים
די נייע פריש-געגרינדעטע מפעל ווערט פולשטענדיג אנגעפירט פון קהל'ס אפיס, און ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

בית רבינו אויף אוהעל
דער תךל תלפיות יעדע נאכט פאר טויזענטער אנ"ש ווערט אויפגעהאלטן פון מעמבערשיפ.

געהאלט פאר רבנים פון די בתי מדרשים
ווערט פולשטענדיג געדעקט פון מעמבערשיפ.

טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש

חנוכה, זאת חנוכה, חמשה עשר, פורים קטן, חתונות, מים שלנו, ל"ג בעומר, כ"ו אב, כ"ו ניסן, און נאך.
ווערט פולשטענדיג באצאלט פון קהל, און ווען די נדבות קאווערט נישט גייט דאס פון מעמבערשיפ.
לעצטנס געהערט אזפארגאנגענע יאר האט דאס אפגעקאסט חוץ ר"ה ש"ת און שבועות קרוב צו א מיליאן טאלער!)

אפיס שטאב
אנצופירן מיט די אלע פעולות, און אויך די טעגליכע ווירטשאפט אינערהאלב די קהלה, קאסט אויך א געוואלד מיט געלט, און גאנץ לעצטנס האט צוגענומען פרישע גרויסע כוחות, און דאס ווערט פולשטענדיג באצאלט פון מעמבערשיפ.

וועד הכשרות
ווערט אויפגעהאלטן דורך די קליענטן און קאסט גארנישט פאר די מעמבערס.

אויב זאל מען פאר אלע אויבנדערמאנטע זאכן איינקאסירן מעמבערשיפ וואלט דאס אויסגעקומען ארום $1800 א יאר אדער פיל מער פער מעמבער, דערפאר האלט קהל אויפ א שטאב פון פאנדרעיזערס און פרובירן דאס מערסטע שייך צו פארקויפן זכותים צו דעקן די גרעסערע טייל, ווי אויך בעט מען פון די מער פארמעגליכע אנצושליסו אלס גאלד מעמבער וכו.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

הוהא! @פישפיקלאדיין דאס ערשטע מאל וואס איך זע אזאנס אזוי קלאר אפגעשריבן!

דארף מען עס שיקן פאר קהל זאל עס אויפהענגען אין ביהמ"ד...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

@פישפיקלאדיין האסט פארגעסן צושרייבן גמח מהריט שבת אחים...
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

וועד הצניעות און מקוה טהרה ווערט געפאנדרעיזט דורך פריוואטע יחידים וואס מאכן זיכער אז סקאווערט זיך. בית נאמן צאלט יעדע חתן וכו...
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1234

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

אה!.. ענדליך א אשכול פאר ק''ק קרית יואל..

די קהלה איז לכאורה די גרעסטע קהלה אין די וועלט, 5,000 חברי הקהלה, 23 בתי מדרשים, 30 מורה צדק, וכו'

די גולת הכותרת איז פארשטייט זיך די גרויסע בית המדרש וואס איז ממש די צענטער פונקט פאר שווערע טויזנטער אידן אויף א טעגליכע פארנעם לתורה תפילה וטהרה. ובפרט שבתים ווי טויזנטער אידן מקרוב ומרחוק קומען אראפ צי מיטהאלטן די זעלטן ווארימע תפילות בצ''ק.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1226
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@פישפיקלאדיין איינס ביי איינס

בית הוראה אין וויליאמסבורג איז אויך דא, און זיי האלטן זיך אויף פון אפיעל/פאנדרעזער

מקוה טהרה אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

בית נאמן - דארף מען זען וויפל בלייבט אויף קהל,

קביעת עיתים/ התאחדות אברכים אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

וועד הצניעות גייט עקסטער נאך געלד, קען זיין קהל דעקט א חלק,

בית רבינו לפי ידיעתי דעקט נישט קהל די שמחה זאל, אפשר די לעקטער,

געהאלט פאר רבנים איז נישט דא אין וויליאמסבורג?

בלייבט איבער אפיס וואס איז נישט דא אין וויליאמסבורג?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 667

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך איך »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:32 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:13 pm
קישטא קאי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:49 pm

$395
+ יערליכע חוב פון קמחה דפסחא $54
די טייערסטע פון אלע אנדערע מקומות
ריכטיג, קרית יואלע מעמבערס צאלן דאס מערסטע, ווייל זייער געלט ווערט צוטיילט פאר די מערסטע צוועקן פון סיי וועלכע קהלה אין די וועלט.

אין איין ווארט קודם:
קרית יואל איז אנדערש פון יעדע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי טראגט אן אחריות אויף אלע רוחניות איינהייטן פון "א שטאט"
קרית יואל איז אויך אנדערש פון יעדע סאטמערע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי פירט אן מיט די "סאטמארע מלוכה" די סדר היום בצל הקודש באגלייט מיט א ריזן צאל טישן ומאורעות ומעמדים פאר טויזענטער חסידים.

יעצט אין דיטעילס:
בית הוראה קרית יואל איז היינט א ריזן פאבריק און א צענטרום פארא מערערע רוחניות'דיגע ועדות אינהאלב די שטאט, קהל האלט אויף א סטעף וואס פירט אן מיט אלע ועדות און באגלייט דאס פון אויבן.

30 מורי צדק וואס זיצן אין די בתי הוראה וואס קהל האלט אויס. דאס ווערט אויסגעהאלטן בלויז פון מעמבערשיפ
ועד העירובין אינטערן בית הוראה איז באחריות אויף 25 עירובין אין די נייע געגנטער אין אלע זייטן קרית יואל.
ועד המקואות איז באחרין אויף צענדליגע מקואות און כלים מקואות אינהאלב די גאנצע שטאט.
ועד דיני ממונות וועלכער ענפערן הונדערטער קאמפליצירטע שאלות א יאר, און פארשפארט די עגמת נפש אז זאכן זאלן זיך נישט דארפן עסקאלירן צו א דין תורה.
ועד רבית ועיסקא
ועד שעטנז
ועד טעכנעלאגיע

מקוה טהרה
א חוץ די מקוה געלט און פאנדרעיזינג, ווערט נאך באצאלט א ריזן סכום פון מעמבערשיפ.

בית נאמן
האט מענטשן אויף געהאלט און א פולע שטאק אין בית המדרש הגדול פאר מדריכים וכו' וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

מפעל קביעות עיתים
ווערט פולשטענדיג אויפגעהאלט פון מעמבערשיפ.

ועד הצניעות
האט מענטשן אויף געהאלט אפצוהיטן קדושת העיר וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

התאחדות אברכים
די נייע פריש-געגרינדעטע מפעל ווערט פולשטענדיג אנגעפירט פון קהל'ס אפיס, און ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.

בית רבינו אויף אוהעל
דער תךל תלפיות יעדע נאכט פאר טויזענטער אנ"ש ווערט אויפגעהאלטן פון מעמבערשיפ.

געהאלט פאר רבנים פון די בתי מדרשים
ווערט פולשטענדיג געדעקט פון מעמבערשיפ.

טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש

חנוכה, זאת חנוכה, חמשה עשר, פורים קטן, חתונות, מים שלנו, ל"ג בעומר, כ"ו אב, כ"ו ניסן, און נאך.
ווערט פולשטענדיג באצאלט פון קהל, און ווען די נדבות קאווערט נישט גייט דאס פון מעמבערשיפ.
לעצטנס געהערט אזפארגאנגענע יאר האט דאס אפגעקאסט חוץ ר"ה ש"ת און שבועות קרוב צו א מיליאן טאלער!)

אפיס שטאב
אנצופירן מיט די אלע פעולות, און אויך די טעגליכע ווירטשאפט אינערהאלב די קהלה, קאסט אויך א געוואלד מיט געלט, און גאנץ לעצטנס האט צוגענומען פרישע גרויסע כוחות, און דאס ווערט פולשטענדיג באצאלט פון מעמבערשיפ.

וועד הכשרות
ווערט אויפגעהאלטן דורך די קליענטן און קאסט גארנישט פאר די מעמבערס.

אויב זאל מען פאר אלע אויבנדערמאנטע זאכן איינקאסירן מעמבערשיפ וואלט דאס אויסגעקומען ארום $1800 א יאר אדער פיל מער פער מעמבער, דערפאר האלט קהל אויפ א שטאב פון פאנדרעיזערס און פרובירן דאס מערסטע שייך צו פארקויפן זכותים צו דעקן די גרעסערע טייל, ווי אויך בעט מען פון די מער פארמעגליכע אנצושליסו אלס גאלד מעמבער וכו.
אבער דעיס איז נישט די סיבה לכוארה פון די טייערע פרייז ווייל פאר 3 -4 יאר צוריק ווען עס איז נאכנישט געווען די אלע זאכן איז מען דא אויך געווען די טייערסטע
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 40

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

ועד העירובין אין די גלילות ווער נישט געצאלט דורך קהל איעדע געגנט פאנדרעיזט פין די איינוואוינער א יערלעכע סכום פאר די עירוב.
קביעות עתים איז דא איין מענטש אויף פעיראלל אין ער מיט יושע טעללער פאנדרעיזן פאר אלע מארקעטינג וכד'
די כולל חושן משפט פאר די דיני ממנות ווער געפאנדעד דורך ר'משה גאלדשטיין אין ר'משה גאלדבערגער
ועד השטנז צאלט יעדער פאר הרב שטיינבערג ווען מ'וויל עפעס בודק זיין.
טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש איז געוועינטליך פארקויפט אלע זכותים מיט א שמיץ אריבער.
אין אזוי ווייטער.
דיסקלעימער, איך צאל שוין יארן מעמבערשיפ ווייל איך האלט אז מ'דארף צאלן.
אבער די פרייז איז איבערגעשאצט אין כ"ש פאר איינער וואס טרעט נישט דורך די שוועל פון ביהמ"ד הגדול פין א סליחות ביז א סליחות.....
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:20 pm @פישפיקלאדיין איינס ביי איינס

בית הוראה אין וויליאמסבורג איז אויך דא, און זיי האלטן זיך אויף פון אפיעל/פאנדרעזער

מקוה טהרה אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

בית נאמן - דארף מען זען וויפל בלייבט אויף קהל,

קביעת עיתים/ התאחדות אברכים אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

וועד הצניעות גייט עקסטער נאך געלד, קען זיין קהל דעקט א חלק,

בית רבינו לפי ידיעתי דעקט נישט קהל די שמחה זאל, אפשר די לעקטער,

געהאלט פאר רבנים איז נישט דא אין וויליאמסבורג?

בלייבט איבער אפיס וואס איז נישט דא אין וויליאמסבורג?
טשיל...

וויליאמסבורג האלט דען אויס כלים מקואות??..

בכלל האט נישט וויליאמסבורג עקפענס פון ועד העירובין וואס איז באחריות אויף 25 עירובין...
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

פאוסט דורך משה רבינו »

האסלער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:20 pm ועד העירובין אין די גלילות ווער נישט געצאלט דורך קהל איעדע געגנט פאנדרעיזט פין די איינוואוינער א יערלעכע סכום פאר די עירוב.

קביעות עתים איז דא צווישן 10 און 15 מענטשן
פארקויפן זכותים מיט א שמיץ אריבער? גאר שווער צו זאגן אזוי איך גלייב גאר שווער אז א נדבן קאווערט א טיש, למשל א גרעסערע טיש קען נישט קאסטן אינטער 25 אלפים א טיש, גאר שווער צו גלייבן אז זיי האבן א נדבן פון 25000 פאר א איינמאליגע טיש כמעט נישט במציעות כל שכן נישט וועכענטליך
די זעלבע יעדע וואך ביי של''ש איך גלייב זייער שווער אז עס קאסט אזא אפערעשען אינטער 10,000 און איך גלייב זייער שווער אז זיי פארקויפן של''ש יעדע וואך פאר 5,000

אויב דארף קהל נישט די געלט, פארוואס האלטסטו אז מ' דארף צאלן?
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:32 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:13 pm
קישטא קאי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:49 pm

$395
+ יערליכע חוב פון קמחה דפסחא $54
די טייערסטע פון אלע אנדערע מקומות
ריכטיג, קרית יואלע מעמבערס צאלן דאס מערסטע, ווייל זייער געלט ווערט צוטיילט פאר די מערסטע צוועקן פון סיי וועלכע קהלה אין די וועלט.
► Show Spoiler
האסט פארגעסן אויסצורעכענען די שווערע הוצאות וואס קאסט אויפצוהאלטן די ביה"ח.
און אויך די קידושים וואס בעלי שמחה מאכן אין מבצר הכוללים קאסט א געוואלד מיט געלט, (איינער האט מיט געזאגט, אז די קידושים פארלאפענע יאר, האט געקאסט ארום 75 טויזענט דאלער)
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

האסלער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:20 pm ועד העירובין אין די גלילות ווער נישט געצאלט דורך קהל איעדע געגנט פאנדרעיזט פין די איינוואוינער א יערלעכע סכום פאר די עירוב.
קביעות עתים איז דא איין מענטש אויף פעיראלל אין ער מיט יושע טעללער פאנדרעיזן פאר אלע מארקעטינג וכד'
די כולל חושן משפט פאר די דיני ממנות ווער געפאנדעד דורך ר'משה גאלדשטיין אין ר'משה גאלדבערגער
ועד השטנז צאלט יעדער פאר הרב שטיינבערג ווען מ'וויל עפעס בודק זיין.
טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש איז געוועינטליך פארקויפט אלע זכותים מיט א שמיץ אריבער.
אין אזוי ווייטער.
דיסקלעימער, איך צאל שוין יארן מעמבערשיפ ווייל איך האלט אז מ'דארף צאלן.
אבער די פרייז איז איבערגעשאצט אין כ"ש פאר איינער וואס טרעט נישט דורך די שוועל פון ביהמ"ד הגדול פין א סליחות ביז א סליחות.....
סא דו האלסט אז איימער לייגט געלט אין טאש? זיי שרייבן אז האבן א בודטשעט פון 5,500,000 א יאר, און די ביהמ'ד הגדול איז נאך 3 מיליאן
ס''ה מעמבערשיפ אויב יעדער צאלט איז בערך 1,5 מיליאן

עס קען זיין אז פון וועד הכשרות מצה בעקערי זיצן און פאנדרעזינג עליות וכדו' מאכן זיי נאך 10 מיליאן א יאר און זיי בלייבן מיט א סער פלאס, און קען זיין אז זיי מאכן נאר 2 מיליאן
און בלייבן מיט א לאך פון 6,000,000
ווי לאנג די נומבעאס איז נישט פאבליק קען מען נישט וויסן אבער עב איז מסתבר אז עס איז ערגעץ אינצוווישן און עס ווענדט זיך לכאורה ווי א יאק
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 169
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 225

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך פלעשלייט »

משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:52 pm
האסלער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:20 pm ועד העירובין אין די גלילות ווער נישט געצאלט דורך קהל איעדע געגנט פאנדרעיזט פין די איינוואוינער א יערלעכע סכום פאר די עירוב.
קביעות עתים איז דא איין מענטש אויף פעיראלל אין ער מיט יושע טעללער פאנדרעיזן פאר אלע מארקעטינג וכד'
די כולל חושן משפט פאר די דיני ממנות ווער געפאנדעד דורך ר'משה גאלדשטיין אין ר'משה גאלדבערגער
ועד השטנז צאלט יעדער פאר הרב שטיינבערג ווען מ'וויל עפעס בודק זיין.
טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש איז געוועינטליך פארקויפט אלע זכותים מיט א שמיץ אריבער.
אין אזוי ווייטער.
דיסקלעימער, איך צאל שוין יארן מעמבערשיפ ווייל איך האלט אז מ'דארף צאלן.
אבער די פרייז איז איבערגעשאצט אין כ"ש פאר איינער וואס טרעט נישט דורך די שוועל פון ביהמ"ד הגדול פין א סליחות ביז א סליחות.....
קביעות עתים איז דא צווישן 10 און 15 מענטשן
פארקויפן זכותים מיט א שמיץ אריבער? גאר שווער צו זאגן אזוי איך גלייב גאר שווער אז א נדבן קאווערט א טיש, למשל א גרעסערע טיש קען נישט קאסטן אינטער 25 אלפים א טיש, גאר שווער צו גלייבן אז זיי האבן א נדבן פון 25000 פאר א איינמאליגע טיש כמעט נישט במציעות כל שכן נישט וועכענטליך
די זעלבע יעדע וואך ביי של''ש איך גלייב זייער שווער אז עס קאסט אזא אפערעשען אינטער 10,000 און איך גלייב זייער שווער אז זיי פארקויפן של''ש יעדע וואך פאר 5,000
אינטערגעשאצט.

איך גלייב נישט אז א גרעסערע טיש קאסט אונטער 50 אלפים.

און די אפערעשאן פון של"ס קאסט לכאורה אזא זעקס טויזענט דאלער די בילקעלעך אליינס, + ארום צוויי אלפים די גוים, 1500 די וואסער מיט וואס די עולם וואשט זיך, נאך א 1500 די פאפיר מיט וואס מ' ווישט זיך אפ די הענט, דערנאך די קאצקע פיש, נאך אזא פינף אלפים זיכער, האלט מען שוין ביי 16 אלפים, און דאס ווערט געדעקט פון מעמבערשיפ...
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:59 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:32 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:13 pm

די טייערסטע פון אלע אנדערע מקומות
ריכטיג, קרית יואלע מעמבערס צאלן דאס מערסטע, ווייל זייער געלט ווערט צוטיילט פאר די מערסטע צוועקן פון סיי וועלכע קהלה אין די וועלט.
► Show Spoiler
האסט פארגעסן אויסצורעכענען די שווערע הוצאות וואס קאסט אויפצוהאלטן די ביה"ח.
און אויך די קידושים וואס בעלי שמחה מאכן אין מבצר הכוללים קאסט א געוואלד מיט געלט, (איינער האט מיט געזאגט, אז די קידושים פארלאפענע יאר, האט געקאסט ארום 75 טויזענט דאלער)
א ביה''ח אויפצוהאלטן קאסט טאקע שווערע הוצאות, נישט אינטער א האלב מיליאן דאלער א יאר זיכער נישט, זיכער קומט אריין אויך גאר אסאך אבער שווער צוזאגן אז עס קומט אריין מער ווי א האלבע מיליאן דאלער א יאר חוץ אויב איז דא איבער הונדערט מתים א יאר אין א חלקה קאסט 10,000 א חלקה איש ואישתו דאן קען עס שטימען, אבער איך גלייב שווער אז זיי האבן 100 לויות א יאר און אז עס קאסט 10 אלפים א חלקה

און די קדישים און כולל האט גארנישט מיט קהל די אינקאם גייט פארן כולל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 223

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

אזוי אויך זייט קהל האט שווער געארבעט (נאכן זיין איבערצייגט פון די סה”כ פון שבועות) אהער צו ברענגען די הוצאה פון שמחת תורה בצל הקודש, קאסט עס א געוואלד פאר קהל,

אין א זייטיגע נאטיץ: כמיין אז די שמות פאר די דברי יואל’ס מאכט די דעפיציט.....
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

פלעשלייט האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:07 am
משה רבינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:52 pm
האסלער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:20 pm ועד העירובין אין די גלילות ווער נישט געצאלט דורך קהל איעדע געגנט פאנדרעיזט פין די איינוואוינער א יערלעכע סכום פאר די עירוב.
קביעות עתים איז דא איין מענטש אויף פעיראלל אין ער מיט יושע טעללער פאנדרעיזן פאר אלע מארקעטינג וכד'
די כולל חושן משפט פאר די דיני ממנות ווער געפאנדעד דורך ר'משה גאלדשטיין אין ר'משה גאלדבערגער
ועד השטנז צאלט יעדער פאר הרב שטיינבערג ווען מ'וויל עפעס בודק זיין.
טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש איז געוועינטליך פארקויפט אלע זכותים מיט א שמיץ אריבער.
אין אזוי ווייטער.
דיסקלעימער, איך צאל שוין יארן מעמבערשיפ ווייל איך האלט אז מ'דארף צאלן.
אבער די פרייז איז איבערגעשאצט אין כ"ש פאר איינער וואס טרעט נישט דורך די שוועל פון ביהמ"ד הגדול פין א סליחות ביז א סליחות.....
קביעות עתים איז דא צווישן 10 און 15 מענטשן
פארקויפן זכותים מיט א שמיץ אריבער? גאר שווער צו זאגן אזוי איך גלייב גאר שווער אז א נדבן קאווערט א טיש, למשל א גרעסערע טיש קען נישט קאסטן אינטער 25 אלפים א טיש, גאר שווער צו גלייבן אז זיי האבן א נדבן פון 25000 פאר א איינמאליגע טיש כמעט נישט במציעות כל שכן נישט וועכענטליך
די זעלבע יעדע וואך ביי של''ש איך גלייב זייער שווער אז עס קאסט אזא אפערעשען אינטער 10,000 און איך גלייב זייער שווער אז זיי פארקויפן של''ש יעדע וואך פאר 5,000
אינטערגעשאצט.

איך גלייב נישט אז א גרעסערע טיש קאסט אונטער 50 אלפים.

און די אפערעשאן פון של"ס קאסט לכאורה אזא זעקס טויזענט דאלער די בילקעלעך אליינס, + ארום צוויי אלפים די גוים, 1500 די וואסער מיט וואס די עולם וואשט זיך, נאך א 1500 די פאפיר מיט וואס מ' ווישט זיך אפ די הענט, דערנאך די קאצקע פיש, נאך אזא פינף אלפים זיכער, האלט מען שוין ביי 16 אלפים, און דאס ווערט געדעקט פון מעמבערשיפ...
איך פארשטיי דאן ליצנות זייער שטארק און איך שיס אויך נאר נומערן ווייל ווי לאנג זיי שטילן נישט ארויס די קוויק בוקס קלאר וועט מען קיינצאל נישט וויסן
די חילוק איז נאר אז איך בעיס מיינע נומערן לויט די קוויק בבוקס פון א מיטילע סייז שול קען איך אביסל די מומערן ווייס איך ווי אזוי אזעלכע נומערן לויפן בערך
לאמיר טראכטן א מינוט
בילקעלעך שאץ איך פאר בערך 1.25 א בילקעלע לאמיר זאגן 3000 בילקעלעך איז עס 3750
לאמיר זאגן 10 גוים פאר 8 שעה צו מאכן די ביהמ''ד, 4 שעה אהין און 4 צוריק צושטעלן
עס 80 שעה עס איז נישט קיין רעגעלע גוים צאלן זיי נישט אינטער 25 א שעה ( איך גלייב צוריק צושטעלן ביינאכט צאלן זיי אסאך מער) איז עס מינעמים 2000 האלסטו שוין 5750
די מלמדים פאר די קינדער / ספרים פאקער / קליניג גיום / אידישע עומד על הגים /טישאס / וועכענטליכע מענטענענס/ מצות / פיש סעלצער וכדו'
איז שווער צוזאגן זײַ האלטן אינטער 10 אלפים
לאכעדיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:50 am
Location: Spring valley
x 1

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך לאכעדיג »

פארוואס מער ווי אין וויליאמסבורג?
יואל ל.
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 10:27 am
x 19

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך יואל ל. »

@פישפיקלאדיין
די גרעסטע הוצאה אינערהאלב קהל זענען די אומבאצאלטע ריקשטאנדן - וואס פאר סיי וועלעכע סיבה שרייבט מען נישט דערוועגן.
איך דענק נאך ווען מהאט געמאכט די גענעראל פארזאמלונג און ישעי' סאמעט האט אראפ געלייגט שיינע דייעגראמס פון אלע הוצאת - אלעס אויסער די מספר פון אוטסטענדינג באלאנסן -

און ווי ערווענט. רוב סערוויסעס ווערן עקסטער באצאלט... פון די באנוצער (ואני בתוכם)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך מאטאווירט »

עקסטער באצאלט ענדיגט זיך אלעמאל מיט א "חוץ".

כהאב גערעדט מיט עטליכע איינגעשטעלטע אין די ועדים און מפעלים וואס קאווערן זיך אליינס... איבעראל ליגט אויף קהל אויך א ריזן טייל דערפון, ווען ביי די וואס קהל קומט אפ ביליג רעדט מען נאר זיבעציג אלפים א יאר, אדער נאר הונדערט, א.א.וו.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
חיים יעקב
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:21 pm
x 3

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך חיים יעקב »

יואל ל. האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:44 am @פישפיקלאדיין
די גרעסטע הוצאה אינערהאלב קהל זענען די אומבאצאלטע ריקשטאנדן - וואס פאר סיי וועלעכע סיבה שרייבט מען נישט דערוועגן.
איך דענק נאך ווען מהאט געמאכט די גענעראל פארזאמלונג און ישעי' סאמעט האט אראפ געלייגט שיינע דייעגראמס פון אלע הוצאת - אלעס אויסער די מספר פון אוטסטענדינג באלאנסן -

און ווי ערווענט. רוב סערוויסעס ווערן עקסטער באצאלט... פון די באנוצער (ואני בתוכם)
אויב קהל האט נישט קיין הוצאות ווען האט זיך אנגעהויבן די ריקשטאנדן עס דארף ווען זיין איבריגע געלט יעדע יאר, ניין?

איך מיין אז די גאנצע מעמבערשיפ איז פלעין א פלעי עכט נעמט מען די געלט נאכדעם און מען פלאשט עס אראפ אין טוילעט.....
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 223

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

וויפל מעמבערס צאלן עכט מעמבער שיפ? לויט די מארקעטינג וואס גייט אריין אין דעם, זעהט אויס ווי נישט א גרויסע פראצענט.
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:03 am וויפל מעמבערס צאלן עכט מעמבער שיפ? לויט די מארקעטינג וואס גייט אריין אין דעם, זעהט אויס ווי נישט א גרויסע פראצענט.
געווענלעך אויב חזרט מען איבער א זאך מיינט אז עס ארבעט, ווען נישט וואלט מען עס נישט איבער געחזרט
אויב נאך א פאר יאר ספענדן פאר מארקעטינג וואלטן זיי געזעהן אז די עולם צאלט נישט עכט,.
וואלטן זיי נישט געמאכט נאכאמאל קיין קאמפיין, אויב מאכט מען א קאמפיין מיינט אז די עולם צאלט. פינקטליך וויפיל פראצענט ווייס איך שוין נישט
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 40

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך האסלער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:46 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:20 pm @פישפיקלאדיין איינס ביי איינס

בית הוראה אין וויליאמסבורג איז אויך דא, און זיי האלטן זיך אויף פון אפיעל/פאנדרעזער

מקוה טהרה אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

בית נאמן - דארף מען זען וויפל בלייבט אויף קהל,

קביעת עיתים/ התאחדות אברכים אין וויליאמסבורג איז אויך דא,

וועד הצניעות גייט עקסטער נאך געלד, קען זיין קהל דעקט א חלק,

בית רבינו לפי ידיעתי דעקט נישט קהל די שמחה זאל, אפשר די לעקטער,

געהאלט פאר רבנים איז נישט דא אין וויליאמסבורג?

בלייבט איבער אפיס וואס איז נישט דא אין וויליאמסבורג?
טשיל...

וויליאמסבורג האלט דען אויס כלים מקואות??..

בכלל האט נישט וויליאמסבורג עקפענס פון ועד העירובין וואס איז באחריות אויף 25 עירובין...
:lol: :lol: :roll: :roll:
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 392

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך ענותן »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:32 pm מקוה טהרה
א חוץ די מקוה געלט און פאנדרעיזינג, ווערט נאך באצאלט א ריזן סכום פון מעמבערשיפ.
זיי ביטע מסביר מיט וואס קהל העלפט ארויס די מקוה טהרה? סיי מיט די גרויסע געבן זיי קוים 10% פון די יערליכע קאסטן און סיי מיט די לאקאלע וואס לעצטנס ווען מהאט געבויעט נעבן שכונת ויואל משה האט קהל נישט צוגעלייגט קיין פינגער נישט מיט געלט און נישט אויפצונעמען איינער וואס זאל זעהן עס זאל ווערן, און אזוי אויך מיט די נייע העלפן זיי אויך גארנישט.
איך האלט נישט אז קהל בלייבט איבער מיט געלט סוף יאר ווען נישט וואלטן זיי געגעבן פאר אסאך זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט און קהל גיבט כמעט גארנישט אבער שרייב נישט שטותים, די אלע וועדים האט נישט קיין עקספענס פאר קהל כו'
איך צאל בעז"ה אויך מעמבערשיפ.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
שרייב פאוסט