ריכטיג, קרית יואלע מעמבערס צאלן דאס מערסטע, ווייל זייער געלט ווערט צוטיילט פאר די מערסטע צוועקן פון סיי וועלכע קהלה אין די וועלט.
אין איין ווארט קודם:
קרית יואל איז אנדערש פון יעדע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי טראגט אן אחריות אויף אלע רוחניות איינהייטן פון "א שטאט"
קרית יואל איז אויך אנדערש פון יעדע סאטמערע קהלה אין די וועלט, נאך וואס זי פירט אן מיט די "סאטמארע מלוכה" די סדר היום בצל הקודש באגלייט מיט א ריזן צאל טישן ומאורעות ומעמדים פאר טויזענטער חסידים.
יעצט אין דיטעילס:
בית הוראה קרית יואל איז היינט א ריזן פאבריק און א צענטרום פארא מערערע רוחניות'דיגע ועדות אינהאלב די שטאט, קהל האלט אויף א סטעף וואס פירט אן מיט אלע ועדות און באגלייט דאס פון אויבן.
30 מורי צדק וואס זיצן אין די בתי הוראה וואס קהל האלט אויס. דאס ווערט אויסגעהאלטן בלויז פון מעמבערשיפ
ועד העירובין אינטערן בית הוראה איז באחריות אויף 25 עירובין אין די נייע געגנטער אין אלע זייטן קרית יואל.
ועד המקואות איז באחרין אויף צענדליגע מקואות און כלים מקואות אינהאלב די גאנצע שטאט.
ועד דיני ממונות וועלכער ענפערן הונדערטער קאמפליצירטע שאלות א יאר, און פארשפארט די עגמת נפש אז זאכן זאלן זיך נישט דארפן עסקאלירן צו א דין תורה.
ועד רבית ועיסקא
ועד שעטנז
ועד טעכנעלאגיע
מקוה טהרה
א חוץ די מקוה געלט און פאנדרעיזינג, ווערט נאך באצאלט א ריזן סכום פון מעמבערשיפ.
בית נאמן
האט מענטשן אויף געהאלט און א פולע שטאק אין בית המדרש הגדול פאר מדריכים וכו' וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.
מפעל קביעות עיתים
ווערט פולשטענדיג אויפגעהאלט פון מעמבערשיפ.
ועד הצניעות
האט מענטשן אויף געהאלט אפצוהיטן קדושת העיר וואס ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.
התאחדות אברכים
די נייע פריש-געגרינדעטע מפעל ווערט פולשטענדיג אנגעפירט פון קהל'ס אפיס, און ווערט באצאלט פון מעמבערשיפ.
בית רבינו אויף אוהעל
דער תךל תלפיות יעדע נאכט פאר טויזענטער אנ"ש ווערט אויפגעהאלטן פון מעמבערשיפ.
געהאלט פאר רבנים פון די בתי מדרשים
ווערט פולשטענדיג געדעקט פון מעמבערשיפ.
טישן יומי דפגרא ומאורעות בצל בקודש
חנוכה, זאת חנוכה, חמשה עשר, פורים קטן, חתונות, מים שלנו, ל"ג בעומר, כ"ו אב, כ"ו ניסן, און נאך.
ווערט פולשטענדיג באצאלט פון קהל, און ווען די נדבות קאווערט נישט גייט דאס פון מעמבערשיפ.
לעצטנס געהערט אזפארגאנגענע יאר האט דאס אפגעקאסט חוץ ר"ה ש"ת און שבועות קרוב צו א מיליאן טאלער!)
אפיס שטאב
אנצופירן מיט די אלע פעולות, און אויך די טעגליכע ווירטשאפט אינערהאלב די קהלה, קאסט אויך א געוואלד מיט געלט, און גאנץ לעצטנס האט צוגענומען פרישע גרויסע כוחות, און דאס ווערט פולשטענדיג באצאלט פון מעמבערשיפ.
וועד הכשרות
ווערט אויפגעהאלטן דורך די קליענטן און קאסט גארנישט פאר די מעמבערס.
אויב זאל מען פאר אלע אויבנדערמאנטע זאכן איינקאסירן מעמבערשיפ וואלט דאס אויסגעקומען ארום $1800 א יאר אדער פיל מער פער מעמבער, דערפאר האלט קהל אויפ א שטאב פון פאנדרעיזערס און פרובירן דאס מערסטע שייך צו פארקויפן זכותים צו דעקן די גרעסערע טייל, ווי אויך בעט מען פון די מער פארמעגליכע אנצושליסו אלס גאלד מעמבער וכו.