דוד: אנזעץ איט איז. האלא, וואס גייט דא פאר?! וואס מאכט מען מיך אנגדעזעצט? אונז עמיר חסידישע אידן! צהלתו בפניו!
משה: נו, 9 טעג.
דוד: 3 וואכן, 9 טעג, פיין און וואויל, אלעס האט הלכות! קוק אריין אין שו"ע, און האלט אלעס. טויש נישט קיין וועש. אבער מיט א שמייכל! וואסידע אנזעץ?!
משה: אוי דוד, ווער רעדט פון אנזעץ ח"ו? מ'רעדט דאך פון צער השכינה, שפיר אביסל די אבילות.
דוד: נישט אנזעץ, נאר צער מיט אבילות. העלא?! כ'בין גרייט צו זיין אנגעזעצט! אבער חסידישע אידן זענען פרייליך.
משה: אוי נעבעך! דו פארשטייסט נישט! ביסט אויסגעפלאגט! איינער וואס האט ליב דעןם אויבערשטן איז יעצט בימי אבילות!
דוד: בקיצור, צווינגסט מיר הייסט. אקעי: אנזעץ!!!! פראטאקאלירט. אנזעץ.
ווער איז גערעכט?
אה, כפארשטיי, ביידע... יא. זאגסטעך אייביג אזוי. "ענק זענען ביידע געכעט"... חחח, אבער באמת: וואס איז די מעשה דא?! מ'פארשטייט זיך נישט. וואס איז ריכטיג און וואס נישט?
אקעי, ביסט אויך גערעכט...
אבער נאך ווי גערעכט. די צוויי אידן פארשטייען זיך פשוט נישט. אבער עס האט א סיבה. ווען מ'פארשטייט די סיבה פארוואס זיי פארשטייען זיך נישט, פארשטייט מען אטאמאטיש וואס דער ריכטיגער וועג איז.
*
לאמיר עס נישט מאכן קאמפליצירט, נאר זייער קורץ און פשוט.
ס'געווען אמאל א אינגערמאן, משה פעפערקארן, ער האט געהאט איין אינגערע ברודער מיט וועמען ער איז זייער נאנט געווען. דער ברודער האט זיך אסאך געמוטשעט מיט פארשידענע זאכן, אבער לבסוף מיט אלעמענס הילף האט ער ב"ה חתונה געהאט, און אויפגעשטעלט א בית נאמן בישראל. ביז 3 יאר איז ער ב"ה געהאלפן געווארן מיט א בן זכר! די שמחה איז געווען ריזיג גרויס. עד לב הרקיע.
א קורצע צייט שפעטער איז אנטדעקט געווארן אז דאס קינד איז עפעס נישט אינגאנצן אקעי, ס'איז אריין און ארויס פון שפיטאל, אבער ביי די 11 חדשים איז עס ל"ע נפטר געווארן צו די אומבאשרייבליכע צער פון די עלטערן, אוי. און, פארשטייט זיך אז די צער ביי אלע באקאנטע איז געווען אויסטערליש.
ס'איז אריבער די שבעה, מ'האט זיך פרובירט מחזק צו זיין מיט וואס מ'האט יא, און דאס לעבן האט אנגעהויבן פארן ווייטער, מיט די האפענונג אז נאך אביסל וועט קומען א צווייטע קינד, און ס'וועט זיין נתרפא כל המשפחה.
נאך א שטיק צייט האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינגערמאן, משה'ס ברודער, האט עס גענומען זייער שווער, ער איז שוין אזויפיל אריבער און שוין געזען די ליכטיגקייט און למעשה פארלוירן זיין איינציג קינד, ער האט עס גענומען צום הארצן גאר שטארק. מ'האט אים פרובירט צו העלפן, אבער זיין מוט איז נישט געווען גענוג שטארק צו איבערקומען די שוואכקייטן פון זיין שוין-אזוי-אויך שוואכע גוף, און, ס'איז אנגעקומען ביז'ן ליידן ערנסט אויפ'ן הארץ. אונזער משה האט עס נישט געקענט צוקוקן, ער האט באגלייט זיין ברודער און אים געברענגט יעדע סארט הילף וואס נאר שייך, ווארטנדיג אויפ'ן טאג וואס זיין בליבטע ברודער גייט זיך צוריקכאפן און מיט א פרישקייט דערלעבן א פרישע דור!. אבער אבער, ליידער ליידער, איין אינדערפרי הערט מען יעלות פון אמבולאנסן און הצלה, און ליידער באשטעטיגן זיי: ער האט עס נישט איבעגעלעבט. א ביטערע הארץ אטאקע ל"ע, און דער ברודער איז נסתלק געווארן! צו מסביר זיין די צער פון די משפחה? נע, בכלל נישט שייך. די צער שפירט זיך נאך יעצט, יארן שפעטער. אזויפיל געטון, אזויפיל אהבה איז געווען, אזויפיל השתדלות, אזויפיל האפענונג, איי איי איי, עס רייסט. עס האט איבערגעלאזט א לאך אין הארץ!
*
אין די זעלבע צייט איז געווען א צווייטער איד, דוד מינקאוויטש. דער דוד האט געהאט א שווערע בעקראונד, ער קומט פון צוטיילטע עלטערן ל"ע. זיין שטיף טאטע איז געקומען אהער פון מאנשעסטער, און ער האט איבערגעלאזט א שטוב דארט אין מאנשעסטער פון קינדער וואס וואקסן אויף מיט זייער מאמע די גרושה, אבער ער בויט דא זיין נייע שטוב בשעטו"מ אין בארא פארק. דוד וואקסט אויף מיט זיין נייע טאטע, וואוסנדיג אז ער האט שטיף ברודער אין מאנשעסטער, וועלכע האבן אויך נישט קיין גרינג לעבן, אבער ער קען זיי נישט עכט. אמאל אמאל אויף א חוה"מ קומען זיי צו וויזיטן זייער עכטע טאטע, און ער זעט זיי דעמאלס.
לימים הערט מען אין די משפחה א שווערע בשורה: דער טאטע'ס א קינד איז ל"ע אוועק פון דער וועלט! פלוצלינג. אוי וויי. "טאטי גייט זיצן שבעה".
ניין! נישט טאטי! דו אויך! יענער איז געווען דיין ברודער... פון איין טאטע עכ"פ...
"וואס? איך דענק ניטאמאל וואזוי ער הייסט! איך דארף זיצן שבעה?!". יא, יא. אזוי איז די הלכה. פאר א ברודער פון איין טאטע זיצט מען געהעריג שבעה.
נו נו. איך טו וואס די תורה באפעלט! איך זעץ מיך שבעה. דוד זיצט. דוד איז מקבל תנחומין. תנחומין? תנחומין מיינט טרייסט, ער דארף נישט קיין טרייסט עכט, ער שפירט נישט בכלל זיין שטיף ברודער אין הארץ, באט וואטעווער, ס'קומט פאר ניחום אבלים.
*
יעצט, שטעלט אייך פאר ווען איך, פּאָליש, קום אריין צו דוד'ן און איך זע ווי ער שמועסט דארט און שמייכלט, און איך זאג אים "נו! אבילות אויף א ברודער! מ'דארף זיין טרויעריג!".
פארוואס ווייסט ער נישט וואס איך וויל פון זיי לעבן? פארוואס ענטפערט ער מיר אז ער טוט אלעס וואס שטייט אין שו"ע? פארוואס אויב רעד איך ווייטער האט ער נאר איין ברירה "צו ווערן אנגעזעצט"?!
דער ענטפער איז: "השגה ווערסעס טרויער".
דער וואס האט די "השגה", ער שפירט עס, דער ווערט נישט אנגעזעצט פון דאס ווארט אבילות. דאס ווארט אבילות שלעבט זיך ארויף אויפ'ן השגה וואס ער שפירט ממילא, און עס קלעבט און קלאפ, בשעת זיין לעבן בעצם האט זיך נישט געענדיגט, עס פארט בע"ה ווייטער! ווידער דער וואס האט נישט די "השגה" נאר פשוט דו ווילסט פון אים "אבילות", וואו זאל זיך די אבילות אויסטייטשן?! ער האט נישט וואו דאס אריינצולייגן אין א כלי נאר אויף איין וועג: אנזעץ! ער קען דיר א טובה טון און אריינגיין אין "אנזעץ מאוד", עפעס אנדערש איז נישט שייך במציאות.
דאס זענען אונזער משה און דוד, משה האט געהאט א פארלוסט, ער שפירט עס אין הארץ, און זיין אבילות איז א עכטע זאך, אבער אנזעץ קומט נישט בכלל אריין דארט. ער גייט אן, ער גייט ווייטער אנגיין, זאגאר מיט שמחה! אבער ער האט אן ערנסטע אבילות, עפעס פעלט אים, ער שפירט א לאך אין הארץ. דוד אבער הייבט נישט אן צו זיין טרויריג, עס פעלט אים גארנישט, ממילא קען ער נאר פאלגן די הלכות. אבער "נו זיי טרויעריג" גייט אים נאר מאכן אנגעזעצט. ס'נישטא עפעס אנדערש מיט וואס צו זיין טרויעריג אויסער אנזעץ...
*
דער בוכ"ע האט באשאפן א וועלט! פארוואס? אה, בשביל ישראל שנקראו ראשית. 2000 יאר שפעטער הערשט האט ער ארויסגעצויגן די אידן פון מצרים, און אנגעקומען צום שפיץ: די אידן זענען די אויסדערוועלטע פאלק! עם הנבחר! זיי גייען אריין קיין אר"י, זיי פירן די וועלט, די אומות ציטערן אוועק, כלל ישראל איז די וועלט פירער, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געוואלט. "וועלט איז וועלט"!
דער אויבערשטער זאגט נישט "אנכי ה' וכו' אשר בראתיך", נאר "אשר הוצאתיך מארץ מצרים". דאס איז עס, גארנישט עפעס אנדערש, די גאנצע בריאה איז געווען א דזשאוק, א הכנה, א טעכנישע הכנה צום געשעעניש פון אפאר טויזנט יאר שפעטער אז כלל ישראל איז געווארן דער עם הנבחר וואס איז שולט אויף די וועלט, פשוטו כמשמעו, זיי זענען די העכסטע און זיי מאכן א כבוד שמים אויף דער וועלט. יעדע אומה האט זיך זיין נעבעכדיגע עבודה זרה, דער ע"ז בשותף און יענער ע"ז פלעין, אבער יעדער ווייסט אז כלל ישראל איז דער שפיץ! זיי זענען דער פאלק פון דעם בורא עולם אליינס!
די אידן זענען אין אר"י, עס איז דא א ביהמ"ק מיט השראת השכינה, דער אויבערשטער האט דארט אן ארמיי פון עבדי ה' וואס פירן אדורך יעדן טאג הייליגע און מלכות'דיגע מארשן מיט קרבנות, עס לביטשקעט, עס שפירט זיך די השראת השכינה, כבוד שמים איז לעבעדיג אויף דעם עולם!!!
ויהי היום, דאס קינד פון אויבערשטן איז קראנק געווארן! אידן האבן אנגעהויבן זינדיגן, איו נעבעך, ס'איז געווארן א מאכט-געראנגל אויף כהנים ולויים, אלעס דערבהויבענע זאכן זענען געווארן ווי מגושמדיגע כוחי ועוצם ידי ענינים, מלכי ישראל זענען געווארן ווידערשפעניגער. די ערליכע אידן האבן פרובירט מוסר צו זאגן, מ'האט פרוביר צו היילן, ביז ביז, ס'איז געווען אן הסתלקות! אוי! דאס ביהמ"ק איז אויס, כלל ישראל ווערט דערהארגעט און צובלוטיגט, עס גיסט זיך אידיש בלוט אין די גאסן און די אומות העולם הייבן זיך דעם קאפ, דער הסתרת פנים איז עד לב השמים! צדיק ורע לו רשע וטוב לו ווערט א חלק פונעם לעבן. מלכות שמים ווערט א זאך וואס ליגט אין ספרים שאנק. עוה"ז דומה לפרוזדור ווערט א זאך וואס איז נישט מעגליך משיג צו זיין מכח הגשם וואס האט זיך אראפגעלאזט.
אוי! דער צער השכינה איז נישט עפעס א ווייטע שטיף ברודער, ס'איז מיין אייגענע צער פונקט אזוי. ווי קען איך אויסהאלטן ווי דער עיר אלוקים איז מושפלת עד שאול תחתי'?! אין מקום המקדש געפינען זיך עקלדיגע טמא'נע אראבער, אין גאנץ ירושלים איז פול מיט אויסגעלאסענע אוכלי חזיר מזרע ישראל, אוי נעבעך, די זוהמה און טומאה! אוי נעבעך די פנים פון כלל ישראל! אוי נעבעך די הסתרת פנים אויף די גאנצע וועלט! אוי נעבעך די אידישקייט שפירט זיך אזוי נישט אין הארצן, עס בענקט צו די צייטן פון התגלות אזש מ'קען זיך שוין פארשטעלן וואס דאס ווארט התצגלות מיינט!
אה, דאס איז א השגה. דאס שפירט רבי משה. מיט אזא השגה דארף מען נישט זאגן "נו! אבילות!". וואס אבילות? ס'איז א געהעריגע לאך אין הארץ! און ווען עס קומט די צייט אין יאר וואס איז מיוחד דערפאר, וועקט מען א טראפ אויף די מחשבה, און דער צער השכינה איז מיין צער.
ווידער אויב איז פאראן א איד וואס איז בבחינת רבי דוד, ער הייבט עס נישט אן צו משיג זיין, ער שפירט עס בכלל נישט, האסטו נישט וואס אים צו זאגן "האלא, טרויער פליז!". ווייל ער קען דיר גארנישט טון אויסער אנהייבן א אנזעץ מאוד. און נישט דאס מיינט דער פסוק... גערעכט איז דוד! אונז זעמיר חסידישע אידן! אונז זעמיר נישט קיין אנזעץ, אונז גיימיר אן מיט'ן צהלתו בפניו, מיט א שמחה בה'!
וואס קען איך אים יא זאגן? איך וויל נישט ער זאל נאר טון וואס שטייט אין שו"ע, פאלגן די טרוקענע הלכות "מר"ח אב עד אחר ט' באב וכו'" און פארטיג. וויאזוי מאך איך אים טרויען ווי א איד?! אה, פשוט! זאג אים נישט "טרויער"! נאר, מאך אים אויס שטיף ברודער! מאך אים פארשטיין, גיב אים צו שפירן די נאנטקייט, זיי אים מסביר וואס דא גייט פאר, מאך ער זאל "משיג זיין" וואס כלל ישראל איז געווען, וואס כבוד השכינה איז געווען, און וואס ס'האט פאסירט. נאר דאס! גיב אים די השגה. פון דא און ווייטער וועט זיך זיין הארץ לעכערן, און די אבילות וועט זיין א פאקט, אן קיין ברעקל "אנזעץ"!
לחיים לחיים, די אבילות איז גרויס, און מיר גייען אנגיין ווייטער! אזוי ווי דער בורא עולם וויל!