דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:33 pm
כ'בין נישט קיין קאנטראקטאר און כ'ווייס נישט די פראסעס, כ'קען מברר זיין.
אבער כפי ידיעתי איז נישט ריכטיג אז מ'מוז אפיציעל גיין צו אים. נאר די בילדערס ווייסן אז אויב גייט מען צו אים ווערט עס שנעלער אפראווד, ווייל מ'האט טראסט אין אים.
סתם ליגענט, סאיז נישט דא אזא זאך אז עפעס זאל ווערן עפפראווט אדער באקומען פערמיטס טאמער מען גייט נישט צו אים, יעדער וואס איז אין ביזנעס פון בויען אין קרית יואל פשוט ווייסט וואס ער האט צוטין, די קענסט גיין צו א צווייטען און גיין צו די ווילעדש פאר פערמיטס און עס קען זיך שלעפן יארן, פארשטייט זיך די ווילעדזש זאגט נישט דארט צו גיין, ווען די גייסט דארט און די צאלסט 3 מאל די פרייז פון די טייערסטע אידישע ארכיטקט, ווערסטו עפפראווט איינס צוויי, סאיז בכלל נישט קיין סוד , און דאס גייט שוין אן יארן לאנג, און גראדע נישט דאס איז די קריים, וועגן אזוי ארבעט די ביזנעס וועלט אז מען ברויך שמירן, אבער די וואס ווילן שרייבן ליגענט דא אז די ווילעדש און די באערדע ארבעטן לשם שמים, דאס איז הוילע פאנטאזיעס, משה רבינו האט שוין נישט געטראפן קיין שונאי בצע, כאב עס געשריבן אלס ראיה לדבר , ווי נישט ווי קען מען נישט אלעס שרייבן דא, די פאקט איז א די ווילעדזש טוט אלעס אין די וועלט שווערער צו מאכן בויען אינדרויסן, סיי מיטן העלפן מיט די געזעץ און סיי וואס סקאופיס פייניגט קלאוו דעוועלעפמענט, בעסיקלי ער האט געווינען די וואוטס דורך די ווילעדזש האט ער געמאכט אניד אחת און פאלגט וואס מען הייסט אים,
אבער אונז האב מיר אונזער ירושה פון יארן אז כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, עס וועט זיין טויזענטער דירות לארכה ולרחבה , פשוט אידן דארפן האבן ווי צו וואינען, און מיט סייעתא דשמיא קומט מען אן אפילו די ווילעדש וויל אנדערש