קענסט דאך שוין פאר די געלט שרייבן 100 פראצענט פאר מהר״א אין פארטיג ?פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:40 amאיך כאפ נישט וואס דו רעדסט פונקטליך, דו ווילסט דענייען די פאקט אז א רוב פון תושבים אינעם ווילידזש זענען נישט צופרידן מיט די באהערדע (צוליב מערערע סיבות)?Yankel האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:36 am סדא איין זאך וואס איז מיר אביסעל אומפארשטענדליך מיט די גאנצע העיט וואס סקומט דא פאר,
אלץ איינער וואס פלעגט וואוינען אין אלט שכונת קרית יואל און נישט געווען א חלק פון די דאמענירנדע פארטיי וואס איז קאנטראל פון די לאקאלע גאווערמענט, און מאיז יארען לאנג געווארען אביוזט פון די באערדע (געוויסע זאכען גייען נאך אן עד היום הזה למשל קאמיוניטי רום וואס איז עפעס וואס יעדער צאלט ווען מקויפט א דירה און סגייט פאר איין פארטיי) און ווען מהאט געליינט די הקרי׳ איז אלעס געווען גאלד סאיז נישט דא קיין שום פראבלעמען די ווילעדש פאבליק ווארקס דיפארטמענט האט אייביג אראפגעלייגט א געלונגענע ארבעט די שניי איז אייביג געווארען געפיצט עפעס אויסערגעווענליך גוט וכו׳ וכו׳ אויב האט זיך יא אמאל געמאכט עפעס א פראבלעם איז פארשטיי זיך געווען די שילד פון יונייטעד מאנרא און זייערע היימישע נאכשלעפער די מכם ובכם וכו׳ וכו׳ איז במילא וויל איך פארשטיי פארוואס דארטען פארשטייסטו אז זיי האבען די רעכט אזוי צו שרייבען און אין בלומינגראוו נישט?
וועסטו ענטפערען אז אין די דערנעבענדע ווילעדש איז דאך טאקע אלעס גאלד כשר וישר דעס האב איך טאקע געמיינט סך הכל פארשטייסטו אז אויב סאיז די פלאץ וואס די באלאנגסט מעג אבער יענער רח״ל ער האט נישט מורא פון שקר…..?
צו ווייסטו נישט אז אין ווילידזש אוו קרית יואל זענען די חסידי מהר"א א סופער מאדזשאריטי?
יעדע פאליטישאן ווען עס וועט זיין א הייקעלע דעסיזשן צו מאכן, און עס איז קלאר איין פארטיי גייט ארויסגיין אומצופרודן, וועט אלעמאל אויסקלויבן צופרודן צושטעלן די מאדזשאריטי.
קאמיוניטי רומס איז זייער א פשוטע זאך, די געזעץ איז אז אין יעדע דעוועלאפמענט דארף מען בויען א קאמיוניטע רום, די ווילידזש וועט אייביג קוקן ווער עס וועלן זיין רוב איינוואוינער אינעם געגנט און אזוי דאס אויסשטעלן, עס מאכט פשוט נישט קיין סענס אין קיין שום געגנט צו געבן די קאמיוניטי רום פאר די מינאריטי.
עכ"ז איז דא איין פלאץ ווי עס איז גראדע יא געגאנגן פאר די מינאריטי דאס איז ביי מענדל שווימערס דירוס.
אין ווילידזש אוו קרית יואל זענען היינט די נומערן צוטיילט בערך אזוי:
65% חסידי מהר"א
20% קהל מהר"יי
10% בני יואל
5% שאר ירקות
אין די אנדערע געגנטער אינדרויסן פון קרית יואל ווילידזש זענען די נומערן אינגאנצן אנדערש, חסידי מהר"א זענען ארום 55% אלע געגנטער אינאיינעם.
אויך איז אינטערעסאנט צו וויסן אז אריבער 25% פון קהל מהר"יי וואוינען היינט אין די ווייטע געגנטער, וואס מיט דעם וועט איר בעסער פארשטיין פארוואס עסקני מהר"יי זענען אזוי אנגעדרייט צו בויען אזעלכע טייערע שוהלן אין די קליינע געגנטער, ווייל אויב נישט דאס מיינט בעסיקלי אז מען פארלירט ריזן חלקים פונעם ציבור.
וואס הייסט די ווילידזש גיט ? ווי קומט די ווילידזש אריין און א לאקאלע קאמיוניטי רום איינצוטיילן ? לאז די קאמיוניטי וועלן א באורד און זיי וועלן באשליסן ווי אזוי צו פירן די זאך. נישט דאס מיינט א קאמיוניטי רום ?
לאמיר שוין זאגן די ווילידזש קומט יא אריין די אינטערשריפט פון די בילדער איז נאך פארן פארקויפן די דירות סא פון ווי ווייסטי שוין ווער עס גייט זיין די רוב דארט ?