מילי דברכות - ברכת עוטר ישראל בתפארה

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1384
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2662

מילי דברכות - ברכת עוטר ישראל בתפארה

פאוסט דורך נקודות טובות »

די מקור פאר די ברכה איז אין דו גמרא מסכת ברכות ס: כי פריס סודרא על רישיה לימא ברוך עוטר ישראל בתפארה.

קודם וועלן מיר אביסעל אנרירן דעם שפיץ פונעם ענין פון צודעקן דעם קאפ.

דער מקור פון גיין מיט א קאפעל איז די גמרא אין קידושין דף לא. אמר רבי יהושע בן לוי אסור לאדם שיהלך ארבע אמות בקומה זקופה שנא' מלא כל הארץ כבודו, רב הונא בריה דרב יהושע לא מסגי ארבע אמות בגילוי הראש אמר שכינה למעלה מראשי.

מפשטות הגמרא איז משמע אז דאס איז באמת צוויי עקסטערע זאכן. א) אן איסור להלך בקומה זקופה, און דער טעם דערפון איז וויבאלד עס איז נישט קיין כבוד השכינה צו גיין בקומה זקופה. ב) אז רב הונה בריה דר' יהושע האט מוסיף געווען און זיך געפירט א מידת חסידות שלא לילך ד' אמות בגילוי הראש, וויבאלד די שכינה רוהט אויף די קאפ פון א איד. אבער די צוויי קפידא'ס האבן נישט קיין שייכות.

ווי אויך זעהען מיר אין די גמרא מסכת שבת קנו: אז דער זעלבער רב הונא בריה דרב יהושע האט זיך אויפגעטוהן ''תיתי לי דלא סגינא ד' אמות בגילוי הראש''. וואס פון דעם איז משמע אז אנדערע זענען יא געגאנגען בגילוי הראש.

נאך א גמרא האבן מיר אין מסכת שבת דף קנו: דארט פארציילט די גמרא די באקאנטע מעשה פון ר' נחמן בר יצחק וואס די מאמע האט אים אנגעטאהן עפעס אויפן קאפ, אלץ א סגולה פאר יראת שמים.
אימיה דר"נ בר יצחק אמרי לה כלדאי בריך גנבא הוה לא שבקתיה גלויי רישיה אמרה ליה בכסי רישיך כי היכי דתיהוו עלך אימתא דשמיא ובעי רחמי לא הוה ידע אמאי קאמרה ליה יומא חד יתיב קא גריס תותי דיקלא נפל גלימא מעילויה רישיה דלי עיניה חזא לדיקלא אלמיה יצריה סליק פסקיה לקיבורא בשיניה.
(אולם עיין מהרש''א אז מען רעדט נישטא פון א קאפעל, נאר פון א צודעק אויפן קאפעל)

אין רמב''ם הלכות דעות ברענגט דאס דער רמב''ם אויך נאר אלץ א מילי דחסידתא וז''ל. צניעות גדולה נוהגים תלמידי חכמים בעצמן לא יתבזו ולא יתגלו ראשן ולא גופן.
אין הלכ' תפילה פרק ה' הל' ה' לייגט ער שוין יא צו אביסעל מער, תקון המלבושים כיצד מתקן מלבושיו תחלה ומציין עצמו ומהדר שנאמר השתחוו לה' בהדרת קדש ''ולא יעמוד בתפלה באפונדתו ''ולא בראש מגולה''.

פון דא זעהן מיר שוין יא עפעס א חיוב אויף כיסוי הראש, עכ''פ ביים דאווענען.
אזוי שטייט שוין באמת אין מסכת סופרים (פי"ד, הט"ו) בראשו מגולה אינו רשאי להוציא הזכר' מפיו.

אין שלחן ערוך אורח חיים סימן ב' גייט די בית יוסף נאך א שטאפעל ווייטער. אסור לילך בקומה זקופה, ולא ילך ארבע אמות בגילוי הראש (מפני כבוד השכינה).



עוטר ישראל בתפארה.
די גמרא ברכות ס: כי פריס סודרא על רשיה לימא ברוך עוטר ישראל בתפארה.

תוס' לייגט צו, אז דאס איז לאו דוקא א סודר (טיכעל) נאר יעדן מין צודעק וואס איז דער סדר אנצוטוהן אויפן קאפ דהיינו א היט, קאפעל, אדער סיי וואס.

די טעם פארוואס חז''ל האבן מתקן געווען די ברכה, איז ווייל ווי געזאגט איז די סיבה פארוואס נישט צו גיין בגילוי הראש וויבאלד די שכינה רוהט אויפן קאפ. משא''כ א גוי וואס די שכינה רוהט נישט אויף זיין קאפ, דארף ער טאקע נישט קיין כיסוי הראש. און אויף דעם דאנקען מיר אז מיר זענען מער ווי די גויי הארצות, און די שכינה איז יא למעלה מראשינו. (אבודרהם)

אין טור סימן כ''ה ברענגט ער אז די מנהג פון זיין טאטע דער רא''ש איז געווען אז ער האט געלייגט תפילין פאר די ברכה עוטר ישראל בתפארה, וויבאלד תפילין ווערט אנגערופען פאר און דער לשון הברכה איז ''בתפארה''.
נאך א טעם פארוואס ער האט געלייגט תפילין דעמאלט, איז וויבאלד תפילין איז די עדות אז דער אויבערשטער רוהט אויף די קאפ פון א איד, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וראו כל עמי הארץ כי שם ד' נקרא עליך וואס די גמרא אין מנחות זאגט אז דאס גייט ארויף אויף די תפילין של ראש.
זייט'ס מיר אלע געזונט און שטארק! עס איז געווען א פארגעניגען צו פארברענגען מיט אייך!
שרייב פאוסט