אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:38 pm ארויסגעברענגט איינזייטיג
די סכנה פון ענטפערן בכלל נישט איקלודעד אראפגעלייגט א מציאות כאילו קרית יואל האט נישט קיין פראבלעם, אז די גאנצע אינטעווינירונג פון די עדיוקעישן דעפארטמענט איז נאר צוליב די פעלדער געזעץ
גאנץ א גוטע ארבעט
אויב גייט קרית יואל נישט ענטפערן פאר זייער אייגענע LSA האבן זיי די זעלבע פראבלעם ווי איבעראל...

וואס איז די סכנה פון ענטפערן?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 222
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 279

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך dev »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm כו"ע מודי אז עס וווען עס קומט צו א געוויסע פוינט, דארף די רעגירונג פשוט לאזן לויפן, און גיין די אייגענע וועג.

די קאנסעקווענצן זענען זייער שטארק, פיגורירן עמטליך אין אומלעגאלע מוסדות איז נישט די בא'טעמ'טסטע זאך, אבער פאר די תורה גייט מען זיך נישט רוקן.

די שאלה איז ווען דער מצב האלט שוין דארט..
טייל האבן געשריגן אזא ס'האט שוין געהאלטן דארט פאר דריי יאר צוריק, טייל טענה'ן אז שוין פאר 50 יאר צוריק... טייל זאגן אז יעצט, טייל זאגן אז נאכנישט... און דא קומט דעת תורה אריין.

לאמיר זען ווי מ'האלט יעצט, וועלן מיר קענען פארשטיין די צדדים.

די רעגירונג האט ארויסגעגעבן גיידליינס, באזירט אויפ'ן פעלדער געזעץ (וואס די עקסנים פון פעירלס צופעליג געוויינט דערויף בשעתו), וואס מען דארף נאכקומען.
די פעלדער געזעץ האט אריינגעברענגט נייע מענטשן צום טיש, דאס זענען די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט, ביז יעצט זענען זיי נישט געווען אינוואלווד בכלל אין די גאנצע גזירת החינוך.

א חלק פון די גיידליינס איז ארויסגעבן אן אפשאצונג אויף יעדן מוסד, וויפיל פראצענט זיי זענען עקיוועלענט, און וויפיל נישט.
לויט די קאורט, די פראצענט וואס דער מוסד קומט נישט נאך דארפן די עלטערן משלים זיין. לויט די רעגירונג'ס שטעלונג איז דאס א פראבלעם פאר'ן מוסד.

ווער דארף ארויסגעבן די אפשאצונג?

נארמאלערווייז, דארפן די לאקאלע סקול אויטאריטעטן (LSA) דאס טון, און אויב עס קומט אריין א קאמפלעינט אויף זיי, גייט עס אריבער צו די סטעיט עד. דעפ.

די סטעיט האט אבער זיי געוואלט גרינגער מאכן, האבן זיי ארויסגעגעבן נאך 6 מהלכים וואס קענען אפשאצן די מוסדות, און איבערגעבן זייער באריכט פאר די סטעיט.

וואס פאסירט נאך די באריכט?

אויב א מוסד קומט נישט נאך די גיידליינס, איז דא א גאנצע פראצעדור אין די גיידליינס וויאזוי מען קען צעביסלעך יא נאכקומען. און אויב צום סוף קומען זיי נישט נאך גייט עס צוריק צו די דערמאנטע פראגע, וואס איז אין אצינד אין אפיעלס קאורט.

וויאזוי ווערט די אפשאצונג באזירט?

לויט ווי איך פארשטיי, איז נישטא קיין באשטימטע כללים דערויף, און איז תלוי כפי ראות עיני המורה.

אין פאקט, איז פארהאן א צאל היימישע סקול, וואס זענען יא אפראווד געווארן דורך די LSA בעבר.
און אויב איז שייך אויסצוארבעטן אז אן משנה זיין דעם חינוך, זאל מען קענען אפראווד ווערן דורך איזה אופן שהוא, אויף דעם זענען מיר אין גלות. (עגעין, מען דארף א דעת תורה דערויף, איך שמועס נאר אויס די צדדים).

יעצט לעניננו,
די טאון אוו KJ, האט לכאורה נישט קיין פראבלעם מיט LSA, זיי האבן ב"ה א חרדישע סקול באורד און קענען זיך גרינג אן עצה געבן מיט דעם.

די שאלה איז ביי די אנדערע מוסדות.

איז בכלל ווערן אפגעשאצט דורך די רעגירונג א פראבלעם, און מען דארף זיי שוין איגנארירן און פירן א קאמף?
אדער זאל מען ווארטן ביז זיי הייסן עפעס טוישן, און דאן זאגן לא מיט אן א'?

ע"ז אנו דנין, און דאס לאמיר לאזן פאר דעת תורה.

וואס טוט זיך מיט אנדערע אפשאצונגען וואס ווען נישט אנגעפירט דורך זיי דירעקט, נאר דורך אנדערע וואס האבן א גינסטיגערע בליק אויף אונז, איז עס נישט בעסער?

און אויב איז פארהאן אן מהלך, ווי די אפשאצונגען ווערן אויסגעפירט דורך טעסטס איז עס נישט ענדערש ווי לאזן די אינספעקטארס אריינקומען?

אויב ענטפערט מען בכלל נישט מיינט עס ווערן אויסגעשטעלט צו אינספעקשאנס דורך די LSA.
גייט מען בכלל נישט אריינלאזן די אינספעקטארס, מיינט עס לכאורה א זיכערע באשטעטיגונג אז די מוסדות קומען נישט נאך.
דאס הייסט מקדים געווען די גזירה מיט עטליכע יאר.

מען קען עס אנקוקן אז היות ענד אוו די געים, גייען געוויסע מוסדות בכלל נישט ווערן אפראווד, ממילא זאל מען שוין תיכף ומיד נישט קאאפערירן, און זיי לאזן ארויסגעבן די ערגסטע באריכטן, און אונז לאך מיר א גוטס, און שוין.

פון די אנדערע זייט קען מען אנקוקן, אז ווילאנג זיי הייסן נאכנישט טוישן, דארף מען פרובירן אויסצונוצן די גרינגערע מהלכים, און זיי האלטן אינדרויסן פון די מוסדות דאס מערסטע שייך. און מעגליך אז באיזה אופן וועט מען באווייזן זיך ארויסצודרייען פון זיי, אן משנה זיין א טראפ פון אונזער חינוך.

דאס זענען א טייל פון די צדדים וואס איך טראכט יעצט מיט מיין ארעמע דעת בעה"ב, און פארשטייט זיך אז מיר וועלן לאזן די גדולי ישראל, אויספרעגן זייערע לויערס און עסקנים, און זאלן זיי מכריע זיין אויף אזוינע הארבע שאלות.
איר קענט די מעשה, רבי וואס טייטש כצפיחית בדבש?

בערך אזוי איז דיין פאוסט...

מ'הייבט אן מישן און רעדן היפאלע באלאש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6474
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14872

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm יעצט לעניננו,
די טאון אוו KJ, האט לכאורה נישט קיין פראבלעם מיט LSA, זיי האבן ב"ה א חרדישע סקול באורד און קענען זיך גרינג אן עצה געבן מיט דעם.
פאלש.

קרית יואל דארף צושטעלן די זעלבע פארהער - לויט פעטוועי 6 - פאר די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:43 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm יעצט לעניננו,
די טאון אוו KJ, האט לכאורה נישט קיין פראבלעם מיט LSA, זיי האבן ב"ה א חרדישע סקול באורד און קענען זיך גרינג אן עצה געבן מיט דעם.
פאלש.

קרית יואל דארף צושטעלן די זעלבע פארהער - לויט פעטוועי 6 - פאר די סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט.
ווי קומט דא אריין פעטוועי 6?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

dev האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:43 pm איר קענט די מעשה, רבי וואס טייטש כצפיחית בדבש?
ניין. בקיצור נמרץ?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:12 pm און בנוגע דעם מיטינג אין וויזניץ מאנסי, האט @צווייזייטיג געשריבן א גאר איינזייטיגע באריכט... טאטאל פאלש לויט ווי איך הער יעצט.

ווי איך הער זענען געווען אנוועזנד מערערע רבנים און מוסדות אדמיניסטרעיטארס, צווישן אנדערן פון: וויזניץ מאנסי, סקווירא, און וויזניץ וויליאמסבורג.

דער איינציגער וואס איז געקומען דארט פאדערן מ'זאל יא אננעמען פעטוועי 6, איז געווען דער אדמיניסטראטאר פון וויזניץ וומסב"ג, הרב ראזענבערג. חוץ מזה האבן אלע אנדערע בכלל נישט געפלאנט אזוי, און נאכ'ן מיטינג קוקט אויס ווי אלע האבן דוקא באשלאסן 'נישט' צו ענטפערן. (אויסער וויזניץ וומסב"ג וואס ווייסט נאך נישט).
און וואס איז געווען היינט אין בארא פארק?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6474
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14872

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm איז בכלל ווערן אפגעשאצט דורך די רעגירונג א פראבלעם, און מען דארף זיי שוין איגנארירן און פירן א קאמף?
אדער זאל מען ווארטן ביז זיי הייסן עפעס טוישן, און דאן זאגן לא מיט אן א'?

ע"ז אנו דנין, און דאס לאמיר לאזן פאר דעת תורה.
פאלש. און דא איז דער הויפט יסוד.

מען האלט שוין "נאך" די גזירה. זיי האבן שוין געהייסן טוישן! און זיי האבן נאכנישט אראפגעטרעטן דערפון אפילו א אינטש!

דערפאר האלטן רובם ככולם פון די גדולי ישראל אז מען דארף יעצט זיין אין א "קאמף", נישט אין א "שפיל". אויב ארבעטסטו מיט און דו וועלסט אויס א פעטוועי, האסטו זיך צוגעשטעלט צום גאנצן גזירה, ביסט נישט אין קאמף נאר ביסט - אין בעסטן פאל - אין א לעגאלע געפעכט שפיל.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:46 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm איז בכלל ווערן אפגעשאצט דורך די רעגירונג א פראבלעם, און מען דארף זיי שוין איגנארירן און פירן א קאמף?
אדער זאל מען ווארטן ביז זיי הייסן עפעס טוישן, און דאן זאגן לא מיט אן א'?

ע"ז אנו דנין, און דאס לאמיר לאזן פאר דעת תורה.
פאלש. און דא איז דער הויפט יסוד.

מען האלט שוין "נאך" די גזירה. זיי האבן שוין געהייסן טוישן! און זיי האבן נאכנישט אראפםגעטרעטן דערפון אפילו א אינטש!

דערפאר האלטן רובם ככולם פון די גדולי ישראל אז מען דארף יעצט זיין אין א "קאמף", נישט אין א "שפיל".
נעמען ביטע?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:42 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:38 pm ארויסגעברענגט איינזייטיג
די סכנה פון ענטפערן בכלל נישט איקלודעד אראפגעלייגט א מציאות כאילו קרית יואל האט נישט קיין פראבלעם, אז די גאנצע אינטעווינירונג פון די עדיוקעישן דעפארטמענט איז נאר צוליב די פעלדער געזעץ
גאנץ א גוטע ארבעט
אויב גייט קרית יואל נישט ענטפערן פאר זייער אייגענע LSA האבן זיי די זעלבע פראבלעם ווי איבעראל...

וואס איז די סכנה פון ענטפערן?
אקעי מסכים מיט די ערשטע פאינט אז קר"י איז נישט אינדרויסן פונעם פראבלעם ווייל זיי פלאנען נישט צו ענטפערן
די סכנה פון יא ענטפערן האט מען שוין מאריך געווען פריער עיין שם ותמצא נחת ולא שנו רבנן בכפילא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6474
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14872

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:46 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:32 pm איז בכלל ווערן אפגעשאצט דורך די רעגירונג א פראבלעם, און מען דארף זיי שוין איגנארירן און פירן א קאמף?
אדער זאל מען ווארטן ביז זיי הייסן עפעס טוישן, און דאן זאגן לא מיט אן א'?

ע"ז אנו דנין, און דאס לאמיר לאזן פאר דעת תורה.
פאלש. און דא איז דער הויפט יסוד.

מען האלט שוין "נאך" די גזירה. זיי האבן שוין געהייסן טוישן! און זיי האבן נאכנישט אראפםגעטרעטן דערפון אפילו א אינטש!

דערפאר האלטן רובם ככולם פון די גדולי ישראל אז מען דארף יעצט זיין אין א "קאמף", נישט אין א "שפיל".
נעמען ביטע?
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:48 pm די סכנה פון יא ענטפערן האט מען שוין מאריך געווען פריער עיין שם ותמצא נחת ולא שנו רבנן בכפילא
זאגסט דאך גוט, היות מען האט שוין אדרעסירט אז ס'איז נישטא קיין שום סכנה.. האב איך עס נישט געדארפט אדרעסירן אין מיין תגובה.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2003

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:50 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:48 pm די סכנה פון יא ענטפערן האט מען שוין מאריך געווען פריער עיין שם ותמצא נחת ולא שנו רבנן בכפילא
זאגסט דאך גוט, היות מען האט שוין אדרעסירט אז ס'איז נישטא קיין שום טענה.. האב איך עס נישט געדארפט אדרעסירן אין מיין תגובה.
וועל איך יא איבער זאגן צוליבן פארזען סיי וואספארא ענטפער
אז דאס ענטפערן אז איך גיי מיט א פעטוועי איז שטארק עלול צו שטערן בעתיד די טענה אין געריכט אז מיר קענען נישט אריינלאזן די סטעיט אין אונזער חינוך סיסטעם מטעמי דת און אויך עפענסטו א פתח פאר די וואס ווילן אריין רעדן און משנה זיין אונזער חינוך
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 340

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך גראסערי »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
נו וואס?
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:54 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:50 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:48 pm די סכנה פון יא ענטפערן האט מען שוין מאריך געווען פריער עיין שם ותמצא נחת ולא שנו רבנן בכפילא
זאגסט דאך גוט, היות מען האט שוין אדרעסירט אז ס'איז נישטא קיין שום טענה.. האב איך עס נישט געדארפט אדרעסירן אין מיין תגובה.
וועל איך יא איבער זאגן צוליבן פארזען סיי וואספארא ענטפער
אז דאס ענטפערן אז איך גיי מיט א פעטוועי איז שטארק עלול צו שטערן בעתיד די טענה אין געריכט אז מיר קענען נישט אריינלאזן די סטעיט אין אונזער חינוך סיסטעם מטעמי דת און אויך עפענסטו א פתח פאר די וואס ווילן אריין רעדן און משנה זיין אונזער חינוך
אין די פעטוועיס זאגט מען נישט וואס מען גייט יא לערנען און וואס נישט. בלויז וועלכע מהלך די באריכטן אן אפשאצונגען זאלן צוגיין.
אבי שיק, האט נאך צוגעלייגט אז מען זאל צושרייבן קלאר א הערה, אז דאס איז בלויז אויף מיר לערנען יעצט, און מ'גייט גארנישט טוישן.

פארקערט, ביים מיטינג אין מאנסי, הער איך, האט מען געוויזן א בריוו פון א געוויסע לויער (וואס ר' יודל גרובער האט איר שטארק אויסגערימט) אז פונקט פארקערט, אויב ענטפערט מען נישט גייט עס זיין א פראבלעם אין קאורט.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

גראסערי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:58 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
נו וואס?
מ'גייט יא קלאר ענטפערן פאר די רעגירונג

דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1214
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2794

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דעת קדשי »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:03 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:58 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm

אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
נו וואס?
מ'גייט יא קלאר ענטפערן פאר די רעגירונג
אזויווי וויזניץ מאנסי???...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6474
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14872

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
האסט געשריבן א לאאאאאנגע תגובה, מסביר צו זיין פארוואס מען דארף יא ענטפערן.

היות אבער איך האב ארויסגענומען דיין נקודה און איין ווארט, און מסביר געווען אז ס'איז זייער ראנג, ווילסטו יעצט רעדן פון רבנים, און פון א מיטינג אין בארא פארק וואס איך ווייס נישט צו ס'איז געווען אנדערש ווי די מאנסיע וואו דו האסט באריכטעט אז ס'איז געבליבן מען זאל ענטפערן, ווען דער מציאות איז געווען פארקערט.

ביטע צוערשט ענטפערן צום ענין.
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 684
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 373

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואסאפשט »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:03 pm
גראסערי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:58 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm

אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
נו וואס?
מ'גייט יא קלאר ענטפערן פאר די רעגירונג
דאס הייסט זיי רעכענען זיך בכלל נישט מיט האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וואס האט שוין געזאגט זיין מיינוג פונקט פארקערט
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6474
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14872

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:02 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:54 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:50 pm
זאגסט דאך גוט, היות מען האט שוין אדרעסירט אז ס'איז נישטא קיין שום טענה.. האב איך עס נישט געדארפט אדרעסירן אין מיין תגובה.
וועל איך יא איבער זאגן צוליבן פארזען סיי וואספארא ענטפער
אז דאס ענטפערן אז איך גיי מיט א פעטוועי איז שטארק עלול צו שטערן בעתיד די טענה אין געריכט אז מיר קענען נישט אריינלאזן די סטעיט אין אונזער חינוך סיסטעם מטעמי דת און אויך עפענסטו א פתח פאר די וואס ווילן אריין רעדן און משנה זיין אונזער חינוך
אין די פעטוועיס זאגט מען נישט וואס מען גייט יא לערנען און וואס נישט. בלויז וועלכע מהלך די באריכטן אן אפשאצונגען זאלן צוגיין.
אבי שיק, האט נאך צוגעלייגט אז מען זאל צושרייבן קלאר א הערה, אז דאס איז בלויז אויף מיר לערנען יעצט, און מ'גייט גארנישט טוישן.

פארקערט, ביים מיטינג אין מאנסי, הער איך, האט מען געוויזן א בריוו פון א געוויסע לויער (וואס ר' יודל גרובער האט איר שטארק אויסגערימט) אז פונקט פארקערט, אויב ענטפערט מען נישט גייט עס זיין א פראבלעם אין קאורט.
די פעטוועי'ס זענען די כלי גומרים פאר "א גזירה וואס איז שוין ארויסגעקומען".

סוי אויב באקעמפט מען די גזירה בדרך מלחמה, איגנארירט מען די פעטוועיס. סימפל און קלאר. ס'גארנישט נוגע צו נאכ'ן ביטול הגזירה וועט נאך אויך שיין זיין פעטוועי'ס צו נישט.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:08 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
@צווייזייטיג פארדריי נישט די שמועס.
אקעי, לאמיר נישט פארדרייען, לאמיר אנהייבן א נייע...

וואס האבן מוסדות באבוב, וויניץ, מונקאטש פאפא האבן געלאזט הערן ברבים די מיינוג פון זייערע מנהיגים וואס זענען געזיצן און דן געווען בכובד ראש כדת מה לעשות, היינט אין ב"פ?
האסט געשריבן א לאאאאאנגע תגובה, מסביר צו זיין פארוואס מען דארף יא ענטפערן.

היות אבער איך האב ארויסגענומען דיין נקודה און איין ווארט, און מסביר געווען אז ס'איז זייער ראנג, ווילסטו יעצט רעדן פון רבנים, און פון א מיטינג אין בארא פארק וואס איך ווייס נישט צו ס'איז געווען אנדערש ווי די מאנסיע וואו דו האסט באריכטעט אז ס'איז געבליבן מען זאל ענטפערן, ווען דער מציאות איז געווען פארקערט.

ביטע צוערשט ענטפערן צום ענין.
איך האב נישט געשריבן אז מען דארף יא ענטפערן, איך האב געשריבן די צדדים אויף וואס די רבנים ומנהיגי הקהילות זיצן יעצט און זענען דן, כפי קט שכלי.

די פאראדאקס פון גזירת הגלות, און שעת השמד, איז נישט היינט געבוירן. און די ריכטיגע הכרעה דערין דארף געמאכט ווערן מיט דעת תורה און ישוב הדעת.

דאכט זיך, אז אויף געוויסע פראגראמען דארף מען אינטערשרייבן אז מען איז עקיוועלענט, גייט מען דאס אויפגעבן?

גייט מען נאך פיילן די לעגאלע דאקומענטן, וואס מען געבט איין אלס לעגאלע מוסד?

ענטפערן קום אריין און קוק, דאס לערן איך, און דאס בין איך, קענסט אלעס זען אפן, מער פון דעם גיי איך נישט. הייסט קאאפעראציע?
און אפשר גאר, ווען מען זאגט, קוק נישט, כ'האלט דיר נישט ביים קענען, איז א מרידה בגלות?...

כ'ווייס נישט. אבער צו זאגן וואס הייסט יא זיך אונטערגעבן און וואס נישט, באלאנגט פאר די רבנים המכריעים. כ'האב סך הכל אויסגעשמועסט, די צדדים, אז מיט'ן עטפערן איז מען גארנישט מחייב, און מען נעמט זיך גארנישט אונטער, אלעס איז נאר וויאזוי די אפשאצונגען זאלן גיין.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1292

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך בן תורה »

@צווייזייטיג, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די נושא. וואס גייט געשעהן אויב מגייט יא ענטפערן, גייט די רעגירונג זיין צופרידן און מגייט קענען אנגיין ווייטער פאר די קומענדיגע יארן, אדער זיי גייען צוריקקומען נאך אפאר חדשים אז מאיז נישט אקויווילענד און ממוז טוישן זאכן?

מיין שאלה איז צו ענטפערן קען סאלווען די פראבלעם פון די גזירה אדער סאיז סך הכל א טריק צו קענען שטיפן נאר א יאר.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:10 pm די פעטוועי'ס זענען די כלי גומרים פאר "א גזירה וואס איז שוין ארויסגעקומען".

סוי אויב באקעמפט מען די גזירה בדרך מלחמה, איגנארירט מען די פעטוועיס. סימפל און קלאר. ס'גארנישט נוגע צו נאכ'ן ביטול הגזירה וועט נאך אויך שיין זיין פעטוועי'ס צו נישט.
אדער ענטפערט מען, איך נעם אן א געוויסע פעטוועי, און איך טויש נישט גארנישט.

האט מען שוין ארייגעכאפט אזא לדורון אויכעט... און מען דארף נישט שרייען איני מכיר אין אמעריקא...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 618

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

בן תורה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:20 pm @צווייזייטיג, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די נושא. וואס גייט געשעהן אויב מגייט יא ענטפערן, גייט די רעגירונג זיין צופרידן און מגייט קענען אנגיין ווייטער פאר די קומענדיגע יארן, אדער זיי גייען צוריקקומען נאך אפאר חדשים אז מאיז נישט אקויווילענד און ממוז טוישן זאכן?

מיין שאלה איז צו ענטפערן קען סאלווען די פראבלעם פון די גזירה אדער סאיז סך הכל א טריק צו קענען שטיפן נאר א יאר.
ווי איך פארשטיי, קען קיינער נישט ענטפערן קלאר דערויף. טיים וויל טעל.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1292

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך בן תורה »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:21 pm
בן תורה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:20 pm @צווייזייטיג, איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די נושא. וואס גייט געשעהן אויב מגייט יא ענטפערן, גייט די רעגירונג זיין צופרידן און מגייט קענען אנגיין ווייטער פאר די קומענדיגע יארן, אדער זיי גייען צוריקקומען נאך אפאר חדשים אז מאיז נישט אקויווילענד און ממוז טוישן זאכן?

מיין שאלה איז צו ענטפערן קען סאלווען די פראבלעם פון די גזירה אדער סאיז סך הכל א טריק צו קענען שטיפן נאר א יאר.
ווי איך פארשטיי, קען קיינער נישט ענטפערן קלאר דערויף. טיים וויל טעל.
הייסט סקען זיין אז אונזערע מוסדות שטימען מיט די נייע גיידליינס און די גזירה גייט זיך דא ענדיגן?
שרייב פאוסט