בס"ד
דער אינגל: פארוואס וויל חזקי נישט לערנען מיט מיר? נאר מיט יאסי איז ער גוט! פארוואס וויל יאנקי נישט שלאפן מיט מיר אין איין באנק?
דער בחור'ל: פארוואס האט מיר דער מגיד שיעור נישט ליב? פארוואס פייניגט מיר דער מנהל? דער ראש ישיבה האט מיר געווארפן פון ישיבה, פארוואס?
דער בחור: פארוואס בין איך נאך אן אלטער בחור? קיין איין מחותן דארף מיר נישט פאר קיין איידעם?! איך לערן אזוי פלייסיג!
פארוואס?
דער צוקונפטיגער מחותן: פארוואס וויל ר' בערל זיך נישט משדך זיין מיט מיר? עפעס האט ר' שמואל איינגעזעהן ראנג אין מיר אז ער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר? אין בית המדרש שמייכלט ער צו מיר כאילו ער איז גוט מיט מיר, אבער קיין שידוך וויל ר' אביעזר נישט טון מיט מיר!! פארוואס?
דער אינגערמאן: איך זוך א דזשאב אבער קיינער דארף מיר נישט! איז עפעס ראנג מיט מיר? איך האב צוויי רעכטע הענט, איך האב לייסענס, איך בין נישט קיין נאר, דאן פארוואס הייערט מיר קיינער נישט?
דער בעל הבית: פארוואס האט חיים מאיר אויסגעקליבן אברהם הערש צו זיין זיין שותף? פארוואס האט קהל גענומען מיין קאמפעטישאן צו מאכן דעם דזשאב פאר זיי? פארוואס גייט מיין נאנטער חבר ישראל אשר קויפן ביי מיין קאנקורענט?
דער בדחן / רעדנער / שפילער / אונטערטעינער: פארוואס האט דוד אויסגעקליבן הערשל פאר דעם דזשאב? איך קען נישט דעליווערן אזאנס? פארוואס האב איך נישט נושא חן געווען אין זיינע אויגן?
דער בן תורה ומורה הוראה: פארוואס האט מען אויסגעקליבן הרב ברוך פאר ראש ישיבה? פארוואס האט מען נישט מיר אויסגעקליבן אלס רב אין דעם בית המדרש? איז דען ר' גרשון א בעסערער משפיע ווי מיר אז מען האט אים אויסגעקליבן אלס ראש החבורה?
און אזוי ווייטער מוטשענען זיך מענטשן מיט אזעלכע דערקוטשענדע מחשבות אין זייער אסאך תחומים אין לעבן, יעדער אין זיין מצב.
און דער הייליגער כתב סופר אין פרשת וישב פרעגט די זעלבע קשיא! געוואנדן אין ריכטונג פון פאלנע גוים...
יוסף הצדיק!!! א אינג בחור'ל!!! קוים וואס ער האט א בארד, א בא'חנ'ט בחור'ל, א צארט בחור'ל, א שיין בחור'ל, א יפה מראה, הערליך געקרייזלטע פאה'לעך! ריין און צאמגענומען! א ירא חטא, לויטער און אפגעהיטן! די קדושה שיינט פון זיין פנים! קלוג און פארשטענדליך! א גראדער און ערליכער! וואו ער לייגט נאר צו די האנט איז ער מצליח! סוקסעספול אויף אן אומגלויבליכער פארנעם! פון די אנדערע זייט איז ער נישט קיין בעל גאוה, נאר זיין ענוה און צוגענגליכקייט געבט פאר אלע ארומיגע א גוטן געפיל! מענטשן ווערן משוגע פאר אים!
אלזא וואו קומט צו די ישמעאלים זאלן אים פארקויפן פאר די מדינים? ענק האבן די וועלטס וואונדער ביי ענק און איר לאזט אים ארויס אן קיין פיפס?
מדינים! ענק האבן די וועלטסט פאפולערסטע פערזאן און מיט א גלייכגילטיגקייט פארקויפט איר אים פאר די סוחרים? ענק זענען נארמאל???
סוחרים! ענק האבן אין ענקער חבורה דער מענטש צו וועם די וועלט קראש"ט אוועק! דער מוצלח'דיגסטער מענטש אויפן כדור העולם! און פאר אפאר דאלער פארקויפט איר אים צו פוטיפר? וואו איז ענקער שכל???
א שטארקע קשיא!!!
ענטפערט דער הייליגער כתב סופר!
פאר יוסף הצדיק איז געווען אנגעגרייט אסאך גרעסער'ס! אים ווארט צו זיין משנה למלך אין מצרים! אים ווארט אפ איינס פאר די מאכסטפולסטע פאזיציע איבער די וועלט! מצרים איז דאן געשטאנען אין שפיץ פון די וועלט! אים ווארט צו ווערן דער גרעסטער פון אלע ברודער! וואלט ער געבליבן אלס קנעכט ביי די ישמעאלים וואלט ער נאך היינט געשטאנען פארשווארצט ביים מאמע'ס קבר! וואלט ער נושא חן געווען ביי די מדינים וואלט ער דערצו נישט אנגעקומען! וואלט ער אנערקענט געווארן ביי די סוחרים וואלט ער געבליבן אין זיין דעמאלס'דיגער נידריגער שטאנד! האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ער זאל נישט נושא חן זיין אין זייערע אויגן! זיי זאלן נישט איינזעהן דעם אוצר וואס ליגט ביי זיי אין די הענט טאקע אז זיי זאלן אים שיקן לופטערן כדי ער זאל אנקומען צו אסאך א גרעסערע און בעסערע פאזיציע!
ווען עס דערקוטשעט אזוינע מחשבה'לעך האלט פאר די אויגן! עס ווארט פאר דיר אסאך בעסערס!!! דער באשעפער האט פאר דיר אוועקגעלייגט גליקליכקייט צו וואס דו חלומ'סט נישט! דער גוטער באשעפער נעמט אוועק דיין חן לפי שעה ווייל ער האט פאר דיר אוועקגעלייגט אזוינע גוטע צייטן צו וואס דו האסט ניטאמאל אן אנונג צו בעטן פון אים!!!
ווער נישט צובראכן! עס האט א פלאן און דייקא לטובתך!!!
(זייט כ'האב עס געזאגט פאר עטליכע אידן, האב איך שוין צוריקגעהערט שיין פידבעק, איינס איז דאס וואס האט מיר געמאכט שפענדן דעם שעה צייט עס אראפצושרייבן דא אויך.
א אינגערמאן קאלט מיר: איך האב מיך איינגעשריבן ביי רעקרוטינג פירמע'ס, קיינער! האט מיר נישט געדארפט אלס ארבעטער! כ'האב געזוכט אין א געוויסע פעלד און קיינער האט מיר נישט געדארפט! עס האט מיר געשטאכן! מה עשה הקב"ה? היינט בין איך אויף א פאזיציע וואס איך בין צופרידן! מיינע בע"ב זענען צופרידן! מיינע קאסטומער'ס זענען גאר צופרידן ב"ה! טייל רוקן אריין שיינע טיפס, און איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער איז געווען שאקירט צו געוואר ווערן אז איך בין א בעגינער אין דעם פעלד!)
און אזוי ווייטער!!!
אידן לאמיר ארויסנעמען דעם לימוד פון יוסף הצדיק, זיך האלטן פרייליך און האטס מיר א ליכטיגע געשמאקע חנוכה!
דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2415
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7536
דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- אלכסנדר נחמן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 193
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
- x 126
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
הערליך שיין, שכח
יעדער קען עס אמאל ניצען
יעדער קען עס אמאל ניצען
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
שטארק! און שיין ארויסגעברענגט.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
כאדיר געווארפען א לייק.
אבער נעע... סנישט געניג.
אייזען!
דיין ארטיקעל האט נושא חן געווען ביי מיר, דוינט ווארי סווארט דיר נאך אלץ בעסערס...
אבער נעע... סנישט געניג.
אייזען!
דיין ארטיקעל האט נושא חן געווען ביי מיר, דוינט ווארי סווארט דיר נאך אלץ בעסערס...
Make Gaza Great Again
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
ש'כח! שטארקע און גוטע ווערטער!
יעדער קען לערנען דעם שטיקל כתב סופר, אבער @להגדיל הטראסק האט עס גענומען, ארויסגענומען די לעקציע, און מיטגעטיילט מיט זיינע ברודער.
געבענטשט זאלסטו זיין!
דעס קען גיין ביינעזאם מיט @שמח'ס נייע אינטערשריפט:
ס'איז גרינג דורכצומאכן די גרינגע צייטן. די חילוק צווישן מוצלח'דיגע מענטשן און דעם המון עם איז וויאזוי זיי באהאנדלען די שווערע צייטן.
יעדער קען לערנען דעם שטיקל כתב סופר, אבער @להגדיל הטראסק האט עס גענומען, ארויסגענומען די לעקציע, און מיטגעטיילט מיט זיינע ברודער.
געבענטשט זאלסטו זיין!
דעס קען גיין ביינעזאם מיט @שמח'ס נייע אינטערשריפט:
ס'איז גרינג דורכצומאכן די גרינגע צייטן. די חילוק צווישן מוצלח'דיגע מענטשן און דעם המון עם איז וויאזוי זיי באהאנדלען די שווערע צייטן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15260
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
WOW
@להגדיל הטראסק דו ביסט עס??!!
געוויסט אז ביסט ריזיג, אבער אזוי?!
העערליך! יישר כח!
@להגדיל הטראסק דו ביסט עס??!!
געוויסט אז ביסט ריזיג, אבער אזוי?!
העערליך! יישר כח!
Re: דו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
@להגדיל הטראסק הערליך!
סיי דער נקודה איז שיין, און דער וועג ווי דו לייגסט עס אראפ... אזוי מיט’ן גאנצן טראסק... אהה.. הערליך!!
סיי דער נקודה איז שיין, און דער וועג ווי דו לייגסט עס אראפ... אזוי מיט’ן גאנצן טראסק... אהה.. הערליך!!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.