אין כולל סאטמאר מהרי"י אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מעמד "כא כסליו" אינאיינעם מיט א מסיבת חיזוק פאר די באקאנטע "קרן יששכר בער" וואו די אינגעלייט זענען איינגעשריבן צו געבן א באשטימטע סכום פאר יעדע מנהל מוסד עטה"ק וואס קומט ארויס. אויך האט עס געדינט אלס שבע ברכות פאר איינעם פון די עסקניו הכולל.
ביי דעם מעמד האט דער רב פון די קהילה (מהרי"י) אין קרית יואל אויפגעטרעטן און פראקלאמירט א דערגרייכונג אויף וואס דער רב פערזענליך ארבעט שוין אפאר חדשים, אז די אברכי הכולל זאלן האבן סעלפאן'ס וואס האבן נישט קיין פיקשטער מעיל און גרופעס, ווי די תקנה וואס דער רבי האט שוין אויסגערופן עטליכע יאר צוריק.
יעצט האט מען דערגרייכט א נייע טעכניק (אויף די נייע Pom סעלפאן) אז מ'קען דאס בלאקן מיט א פעסווארד, און מען וועט עס פארקויפן אין כולל פאר גאר א ביליגע פרייז, מיט די הילף פון נדבנים, און דער פעסוואד וועט ליגן ביי די הנהלת הכולל.
דער גאר שטארקער דערגרייכונג קומט נאך חדשים הארעוואניע פונעם רב שליט"א ספעציעל צו שאפן ריזיגע סכומים פאר דעם אונטערנעמונג, און וועט נאכמער הייבן דעם כבוד התורה מיט'ן ערמעגליכן אויסצופירן די וויכטיגע תקנה, וואס פארמיידט איבריגע קאפוויי און צייט-קאסטן פאר די חשובע לומדי התורה.
- Screenshot 2023-12-06 134128.jpg (195.73 KiB) געזען געווארן 2089 מאל
- Screenshot 2023-12-06 132715 copy.jpg (283.61 KiB) געזען געווארן 2089 מאל
- Screenshot 2023-12-06 132603 copy.jpg (214.62 KiB) געזען געווארן 2089 מאל