איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:03 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:37 pm
העי העי! גיי נישט שארפער ווי מען דארף! איך גיי נישט נאכאמאל אנהויבען יעצט מיט מלחמת מצוה וכדו', אבער זאגן אז דאס איז שלא ע''פ תורה האט קיינער נישט געזאגט, אפי' די סאטמאר רבי!
איר האט געלערנט על הגאולה ועל התמורה?
עס איז געווען א בית דין פון ע"א וואס האט גע'פסק'עט אז מען מעג מאכן די מלחמה? מען האט אויסגערופן די הכרזות וואס מען רופט אויס אין א אידישע מיליטער? ולא יראה בך ערות דבר גייט אן אין מיליטער? איינער וואס האט אזא עבירה'לע ווי אויסרעדן צווישן תפילין של יד און תפילין של ראש איז דא אין דעם מיליטער? איר האט שוין דורכגעלערנט רמבם הלכות מיליטער?

איר ווייסט מיט וויפיל טעכנישע הלכות עס איז פארבינדן? אין די צייטן פון די מלכים באגעגנט מען זיך אסאך מיט די הלכות, כידוע יעדער וואס לערנט נך און וויל פארשטיין אביסל טיפער וואס האט זיך דארט אפגעשפילט.

(דאס איז שוין לשיטת אז מדינת הציונים איז מותר, ווייל אין מיין תורה שטייט אז א מדינה פאר ביאת המשיח איז העברה על השבועות וכו' כמבואר בויואל משה)
פארוואס ברענגסטו אריין הלכות פון מלחמת הרשות?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4060

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:14 pm פארוואס ברענגסטו אריין הלכות פון מלחמת הרשות?
א רגע, סאו עס איז א מלחמת מצוה? אויב זענט איר דאס בשיטה איז נישט שייך צו ענטפערן על פי תקנת המקום...
אבער אין מיין רמבם שטייט נישט אז ביי מלחמת מצוה גייען נישט אן די הלכות... עס שטייט דער לשון "אחד מלחמת מצוה ואחד מלחמת הרשות ממנין כהן לדבר אל העם בשעת המלחמה ומושחין אותו בשמן המשחה וזהו הנקרא משוח מלחמה." וכו'

בקיצור, איינער וואס זוכט נישט דעם אמת איז נישט שייך אויפצוקלערן, דעריבער איז מצדי דער שמועס געשלאסן
אויב ווילט איר וויסן דעם אמת , איז דא אן על הגאולה און א ויואל משה, זעצט אייך לערנען! אבער מיט א געשמאק!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4012

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך גיי נישט נאכאמאל אנהויבען, אבער יא איך האב דאס אלעס געלערנט, און מיין הנחה קומט נישט פון חסרון ידיעה.
איך האב שוין אויסגעשמועסט בעבר. אז דו ווילסט זוך אין די ארכיוון.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 787

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך מאטאווירט »

אין קורצן, נאך אן אשכול פאר סאטמארע אידן זיך צו מחזק זיין אינעם שיטה הקדושה.

זייער שטארק!

אבער דער פותח האשכול סקאורט א גרויסן רינדעכיגן זיראו מיט זיין פוינט. סארי עגעין.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:27 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 3:14 pm פארוואס ברענגסטו אריין הלכות פון מלחמת הרשות?
א רגע, סאו עס איז א מלחמת מצוה? אויב זענט איר דאס בשיטה איז נישט שייך צו ענטפערן על פי תקנת המקום...
אבער אין מיין רמבם שטייט נישט אז ביי מלחמת מצוה גייען נישט אן די הלכות... עס שטייט דער לשון "אחד מלחמת מצוה ואחד מלחמת הרשות ממנין כהן לדבר אל העם בשעת המלחמה ומושחין אותו בשמן המשחה וזהו הנקרא משוח מלחמה." וכו'

בקיצור, איינער וואס זוכט נישט דעם אמת איז נישט שייך אויפצוקלערן, דעריבער איז מצדי דער שמועס געשלאסן
אויב ווילט איר וויסן דעם אמת , איז דא אן על הגאולה און א ויואל משה, זעצט אייך לערנען! אבער מיט א געשמאק!!!
אין מיין רמב"ם איז אריינגעדרוקט השגות הראב"ד.

ואפי' הרמב"ם יודה דבמקום שאין כהן משיח מלחמה איז נישטא קיין חיוב זיך צו לאזן הרג'נען.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דאס אריינברענגען דא די נושא פון זיך לאזן הרגנען און הבא להרגך, איז א קלאסישע דוגמא פון תש23 אמעראצעס (וועא"מ, א צווייטע מאל מסביר זיין..). א שאד דאס אויסצושמועסן אפילו.

סארי @תינוק הבורח און @נקודות טובות, גארנישט פערזענליך...
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:45 pm דאס אריינברענגען דא די נושא פון זיך לאזן הרגנען און הבא להרגך, איז א קלאסישע דוגמא פון תש23 אמעראצעס (וועא"מ, א צווייטע מאל מסביר זיין..). א שאד דאס אויסצושמועסן אפילו.

איך נעם עס נישט פערזענליך.

מיני ומינך תסתיים שמעתא.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4012

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך נקודות טובות »

תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:47 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:45 pm דאס אריינברענגען דא די נושא פון זיך לאזן הרגנען און הבא להרגך, איז א קלאסישע דוגמא פון תש23 אמעראצעס (וועא"מ, א צווייטע מאל מסביר זיין..). א שאד דאס אויסצושמועסן אפילו.

סארי @תינוק הבורח און @נקודות טובות, גארנישט פערזענליך...
איך נעם עס נישט פערזענליך.

מיני ומינך תסתיים שמעתא.
עם הארצות ביי אים מיינט אזוי ווי עם הארץ ביי ר' אהרן קאטלער און אפיקורס ביי סאטמאר רבי, ס'איז א שפריכווארט אריין דא.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol:

אין אונזער פיל מיינט אמעראצעס, פארגלייכן לאטקעס צו בלינצעס. ווייל ס'גראמט.

עניוועי, מ'דארף לויפן צינדן.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 404
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 5:04 pm :lol:

אין אונזער פיל מיינט אמעראצעס, פארגלייכן לאטקעס צו בלינצעס.

עניוועי, מ'דארף לויפן צינדן.
זיי זענען דאך ביידע מאכלי חנוכה...
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

מ'האט ר"ל גע'הרג'עט איבער פופצן הונדערט אידן ה"י סא וואס דארף מען יעצט טוהן?! עס לאזן זיך איבערשפילן?! אדער וואס?!
אז מ'טויגט טויגט מען...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4060

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 5:23 pm מ'האט ר"ל גע'הרג'עט איבער פופצן הונדערט אידן ה"י סא וואס דארף מען יעצט טוהן?! עס לאזן זיך איבערשפילן?! אדער וואס?!
דער פראגע באלאנגט פארן אייבערשטן צו פארענטפערן.
ווייל דער ביז איצטיגער תשובה אין פארעם פון מדינת הציונות, אטאקעס איינמאל און נאכאמאל, איבערצייגט מען זיך יעצט אז דאס האט נאך ביז יעצט נישט געארבעט, והא ראיה אז די 70 יאר זייט די מדינה שטייט האט מען שוין כמה פעמים געזאגט אז מיט די "יעצטיגע אטאקע" די יעצטיגע באמבארדירונגען! דאס גייט מאכן די זאך, און? מפטירין כדאתמול ה"י!!!

סאו ערפארונג פון איבער 70 יאר זאגט אז דאס איז נישט קיין מהלך וואס ארבעט.
וואס יא? מתפלל זיין, זיך נישט רייצן מיט קיין גוים, נישט שטיין דעם גוי אונטער די פיס, און מתפלל זיין פאר ישועת ה'.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך וואוילער »

מאטאווירט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 2:14 pm
קיינער ערווארט נישט זאלסט האבן וואס צו ענטפערן, און מיר זענען גליקליך צו האבן טויבע אויערן ווען עס קומט צו אידישקייט נושאים.
מיר זוכן נישט צו "פארשטיין" דאס וואס דו ווילסט מיר זאלן פארשטיין.
דיסלייק
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9976

Re: איין צד, צווייטער צד, ס'איז דא א דריטע…

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 5:23 pm מ'האט ר"ל גע'הרג'עט איבער פופצן הונדערט אידן ה"י סא וואס דארף מען יעצט טוהן?! עס לאזן זיך איבערשפילן?! אדער וואס?!
דאס איז א שאלה פאר זיך. איך רעד וועגן די דינים פון "הבא להרגך" אדער צרים על העיר. דאס מיינט יענער שטייט ביים שוועל און קומט אריין מיט גאנס. דארפסטו נעמען א גאן און שיסן.

דא איז די מעשה פארקערט. יענער "האט" געשאסן. און דו גייסט אים אנלערנען די ביינער. דא קומט נישט אריין די אויבנדערמאנטע הלכות, כלל וכלל.

איי פרעגסטו (מיר לערנען יעצט א חנוכה פשעטל... האלטסט מיט?) אז זיי ווילן דאך ווייטער הארגנען אויך ר"ל? אה, גערעכט, אבער דאס איז א עקסטערע מציאות וואס איז קאי וקיים "אויך נאך" די יעצטיגע נקמה, און ס'איז אויך געווען נאך די עגיפטן מלחמה, אא"וו. דאס איז ליידער די פרייז פון א אידישע לאנד. ותפילתינו שהשי"ת ישמור.
שרייב פאוסט