רבי מנחם קאליש מאמשינוב ז"ל - ט”ז כסליו תרע”ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

רבי מנחם קאליש מאמשינוב ז"ל - ט”ז כסליו תרע”ח

פאוסט דורך מירון »

דער מיטללער אמשינובער רבי מנחם'ל, איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי יעקב דוד – אדמו"ר מאמשינוב ב"ר יצחק מווארקא ז"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי שמואל משה אלבערשטיין מביאלא ז"ל. ער איז געווארן רבי זייענדיג בלוי 18 יאר אלט! ער איז געווען אן איבערגעגעבנער רבי פאר אידן בכלל און פאר זיינע חסידים בפרט. ער האט געדינט דעם אויבישטן בכל לב ובכל נפש דורך די עבודה פון אהבת ישראל.

מעשה: רבי מנחם'ל האט בדרך כלל געדינט דעם רבוש"ע מיט מתינות, מיט גרויס רואיגקייט. ווען עס איז אבער געקומען צו קעמפן קעגן די גזירה פון אפשניידן די בארד איז געווען א בחינה פון "אורייתא הוא דקא מרתחא ליה" אויף א הויכן פארנעם.

ווען די פוילישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן די גזירה און די פרומע-חסידישע אידן האבן זיך ארויסגעשטעלט דערקעגען, האט די רעגירונג געזאגט, אז זיי זענען מסכים צו מאכן אן אויסנאם פאר די פרומע-חסידישע אידן, אבער נאר מיטן תנאי, אז אלע פרומע רבנים שרייבן אונטער אז די תורה פארלאנגט אז מ'דארף גיין מיט א בארד. עס איז אבער געווען איין רב, אן אשכנז, פון יעכישן אפשטאם, וואס ער אליין איז נישט געגאנגען מיט א בארד וואס האט נישט געוואלט אונטערשרייבן. האט מען באשלאסן צו מאכן אן אסיפה, גראדע איז אויסגעקומען ערב יום הקדוש.

רבי מרדכי יוסף פון ראדזין האט געזאגט אז ער איז געזעצן נעבן דעם אמשינובער רבי, "איך האב געזעהן ווי ער האט געקאכט און דער בענקל האט זיך געווארפן, האב איך געוואוסט אז ס'וועט באלד עפעס אויספלאצן" גלייך דערנאך האט זיך דער אמשינובער רבי זיך געגעבן א שטעל אויף און אנגעכאפט זיין בארד און געוואנדן זיינע ווערטער צו יענעם אשכנזישן רב און געזאגט: "די הייליגער בארד ווילסטו טשעפען? איך וועל דיר אויספליקן". דער אשכנזישער רב האט געכאפט אזא אימה ופחד אז ער געכאפט דעם פעדער און תיכף אונטער געשריבן. דערנאך האט אים דער אמשינובער רבי געזעצט נעבן זיך און מכבד געווען מיט א ציגרעטל, איבער צו בעטן דעם רב פאר די שארפע רייד.

מדבריו הקדושים: ער פלעגט צו זאגן אז וועגן דעם מאכט מען סעודה נאכן מסיים זיין א מסכת, כדי אויסצופראבירן דעם 'חתן המסיים' צו ער האט זיך אויסגעלערנט פון די תורה וויאזוי א איד דארף צו עסן (משמיע שלום ע' ס"א).

מנוחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא, פולין. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי מנחם קאליש מאמשינוב ז"ל - ט”ז כסליו תרע”ח

פאוסט דורך מירון »

צורת קדשו
פיילס
89.jpg
89.jpg (14.97 KiB) געזען געווארן 109 מאל
שרייב פאוסט