נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:29 pm לויט סעטעלייט בילדער קוקט אויס האט צפון קארעא אפגעשיקט קיין רוסלאנד בערך 2000 קארגא קאנטענערס פיל מיט בערך 500,000 ארטילעריע שעלס.

די סכום וויפיל שעלס צפון קארעא פארמאגט איז נישט באקאנט.
די סכום קאנאנען וואס זיי האבן מיטגעשיקט (אויב בכלל) איז נישט באקאנט, יעדע קאנאן האט א לימיט וויפיל שעלס סקען ווערן ארויסגעשאסן איידערן ווערן פארדזשאוועט.
נייעס באריכטעט אז זיי האבן צוגעשטעלט א מיליאן שעלס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

א רוסישע געז טאנק איז געווארן געצילט דורך א אוקריינישע אטאקע און דאנעטצק ראיאן
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די אוקריינער פירן יעצט דורך א קאנטער אטאקע העכער Krasnohorivka, זיי האלטן ביי די בלויע רינגל (נישט פארכאפט געווארן ביי די רוסישע OCT אפענסיוו).
קרעדיט @נארמאליזעם
פיילס
Screenshot (5).jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

א פרישע שיפמענט פון...........פאלשע לעמפערט טאנקן איז אנגעקומען אויפן פראנט.
פיילס
F90-vOZXwAArwYB.jpg
F90-vifW0AA1Y-h.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

אוקריינע באריכטעט אז מער פון 260 ציווילע זענען שוין אומגעקומען פון לאנד מינעס אדער אנדערע אויפרייס מאטעריאל זייט די אנהויב פון די קריג.

די מיליטער שאצט אז ארום 174,000 סקווער קילאמעטער (67,000 סקווער מייל) -ארום א דריטל פון די לאנד'ס שטח- איז מעגליך פארפעסטעט מיט מינעס אדער אנדערע אויפרייס מאטעריאל.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די רוסישע פארלוסטן ארום אוודיווקע איז אומגעהויער א סך. 250+ עקוויפמענט וואלט בפשטות נישט געווען איבערגעשאצט. דאס איז בלויז אין דריי קארגע וואכן.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

קליינע פארשריט מצד די אוקריינער ביי Klishchiivka - באכמוט.
פיילס
Screenshot (1014).jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די רוסן האבן א קורצע זכרון... פאריאריגע שחיטות אין וואלאדאר איז נישט געווען געניג.

א פרישע אטאקע מצד די רוסן נעבן וואלאדאר האט זיך אויסגעלאזט מיט גאר שווערע פארלוסטן פאר די רוסן.

לויט דיעפ סטעיט רעדט זיך פון 18 רוסישע עקוויפמענט חרוב. אריינגערעכנט 8 טאנקן.
פיילס
20231102_111304.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

אוקריינישע סאלדאט מיט א מאכטפולע אנטי עירקרעפט וואפן קעגן די רוסן.......... א שאוועל געשאסן פון א RPG שיסער...
F95QtsgXMAACFeK.jpg
F95QtsgXMAACFeK.jpg (102.23 KiB) געזען געווארן 818 מאל
קרעדיט @נארמאליזעם
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די מצב אין אוודיווקע
פיילס
ezgif-4-b1a64338ca.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

אוודיווקע. די לעצטע וואכן טוט זיך ארום אוודיווקע ווי די רוסן האבן זיך ארויס געלאזט אין א פארשטערקערטע לאקאלע קאנטער אטאקע צו פרובירן דעראבערן די שטאט אוודיווקע.

אוודיווקע איז אין דאנעצק אבלעסט און זיצט א פיפציג קילאמעטער הינטער די באקאנטע [געוועזענע] שטאט באכמוט צו דרום זייט. איך זע נישט בעצם די ריזיגע סטראטעגישע ווערד פון אוודיווקע און וואספארא דאמינא אפעקט אזאנס זאל שפילן. אבי מען שלאגט זיך.
אוודיווקע טראגט מער און מער א פאליטישע ווערד.

און אין פאל די רוסן פאלן דורך [און אפי' זיי געוואונען שוין יא] קען די שפיל האבן שווערע קאנסעקווענצן אויף די רוסישע כוחות פאר די ווינטער אריין צום קומענדיגע פרילינג.

אוודיווקע איז געווען די פראנט ליניע שוין לאנגע יארן. זינט 2014. ווי די רוסן זענען געווארן אפגעשטעלט. די אוקריינער האבן זיך גיט אריינגעגרובן דארט די לעצטע 9 יאר.

די רוסן פרובירן די לעצטע דריי וואכן צו קומען פון אויפן פון צפון און פון דרום פון הינטן צו פרובירן צו ענצירקלען די שטאט און ארויסצווינגען די אוקריינער פון דארט. עס הערט זיך שיין אבער אין רעאליטעט אפי' עס זאל געשען געשעט עס נישט אזוי שנעל.

די רוסן האבן געמאכט היפשע פארשריט אבער מיט גאר הויכע פארלוסטן פון עקוויפמענט און פערסאנעל. לויט די אוקריינער האלטן די רוסישע עקוויפמענט פארלוסטן צווישן 1500 און צוויי טויזנט. אין רעאליטעט איז עס לכאורה נישט דארט אבער דאך גאר גרויסע מספרים. באשטעטיגטע רוסישע פארלוסטן ארום אוודיווקע שטייט ביי א ריזן ציפער פון ביילייפיג 200 עקוויפמענט שטיקלעך און איז ערווארטעט צו וואקסן. עס שטייט ווארשיינלעך ביי א שיינע פאר הונדערט פארלוסטן!!!

א בלוטבאד.

ביידע זייטן האבן א גרויסע צאל זעלנער אויפן ארט און אוקריינע ווארפט אריין א צאל בריגאדעס פון אנדערע פראנטן. אפי' די זיבן אין פערציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע וואס איז געווען אקטיוו אויפן ראבאטינע פראנט אין זאפאריזשע איז יעצט געריקט געווארן און איז שטארק אקטיוו אין אוודיווקע אין דאנעצק.

די רוסישע קאנטער אטאקע אויף אזא שטאפל איז בעצם נישט געווען ערווארטעט אין די צייט. אבער האט דאך פאסירט.

די פלאן זעט מיר אויס פארמאגט געראסימאוו'ס פינגער אפדריקן אויף זיך. אין מיין אפיניען איז געראסימאוו פון די בעסטע גענעראלן וואס די אוקריינער פארמאגן...

אוודיווקע איז ארומגענומען פון דריי זייטן וואס איז אקופירט ביי די רוסן און איז אפן פון מערב זייט צו אוקריינער קאנטראלירטע טעריטאריע. די רוסן מיט זייער דרוק האבן באוויזן אביסל צו פארשמעלערן די עפענונג צו אוודיווקע פון מערב זייט. פון א צען קילאמעטער עפענונג צו בערך א זיבן קילאמעטער ברייט.

וואס טוט זיך מיט די סופליי ליניעס פאר די אוקריינער לאגיסטיקס אריין און ארויס פון אוודיווקע? פונקט ווי ביי באכמוט ווי עס איז געווען א צאל הויפט שאסייען וואס זענען אויסגעפלאסטערט, און דערנאך א צאל שוואך געפלאסטערטע בלאטע-שאסייען, איז דא אין אוודיווקע די זעלבע זאך. זייטיגע שאסייען קען מען אויך פירן עקוויפמענט אבער עס איז שווערער צו טראנספארטירן העווי עקוויפמענט און אלעס נעמט לענגער. ווען עס קומט די בלאטיגע סעזאן זענען זיי א נעץ צו פארכאפן טאנקן און אנדערע עקוויפמענט וואס ווערן געשטראנדעט אין די זומפן.


געלע ליניעס: אוודיווקע
אויבערשטע געלע שטיקל: אינדוסטריאלע טייל
גרעסערע אינטערשטע שטיקל: באוואוינטע טייל
אראנדזשע ליניעס: הויפט סופליי ליניעס
ברוינע ליניעס: זייטיגע בלאטע-שאסייען
רויט ליניעס: רוסישע אקופירטע טעריטאריע
בלוי ליניעס: אוקריינער קאנטראלירטע טעריטאריע
בילד

די איינציגסטע הויפט סופליי ליניע וואס לויפט דירעקט ביז אריין אין אוודיווקע איז די 00542 ,שטראז. עס לויפט העכער די שטעטל לאסטאטשקינע. אלעס אנדערש איז זייטיגע בלאטע-שאסייען. יעדע פון זיי אויף א צווייטע שטאפל.

מען דארף רייזן א פיר ביז זעקס קילאמעטער אויף די זייטיגע שוואך געפלאסטערטע שאסייען צו אנקומען אריין קיין אוודיווקע. דאס איז ענליך צו וויאזוי עס איז געווען די איוואניווסקע-באכמוט שאסיי אריין קיין באכמוט.

די הויפט סופליי ליניע וואס לויפט אריין צו מערב אוודיווקע איז פאר דערווייל א זיכערע סופליי ליניע און איז דערווייל נישט אינטער קיין באלדיגע זארג פון ווערן איבערגעהאקט.

די טאפאגראפיע און וויאזוי אוודיווקע איז געפארעמט שפילט אויך א ראלע. די טאפאגראפיע מערב צו אוודיווקע איז א טיפע שיסל ווי די הויפט סופליי ליניע לויפט דורך אין די טאל

רויט איז העכער. גרין, בלוי איז נידריגער.

די אראנדזשע ליניע איז בערך ווי די הויפט שאסיי לויפט דורך אינעם טאל אין ריכטונג פון אוודיווקע.
בילד

די ציל פון די רוסישע אטאקעס אויף די פלאנקען איז צו כאפן די אויבערשטע טיילן פונעם שיסל. דאס הייסט פרובירן דעראבערן די שטעטלעך בערדיטשי און סטעפנע פון צפון זייט און סיווערנע אדער טאנענקע פון דרום זייט. קאנטראלירן די שטעטלעך געבט דיך א ברייטע אבזערוואציע איבער כמעט אלעס וואס טוט זיך אונטער דיר אינדערמיט.

אפי' אז די רוסן דעראבערן די ארום מיינט נישט אז דער הויפט סופליי ליניע נישט ארויס פון באניץ. פאר דעם דארפן די רוסן דערנאך פרובירן צו דריקן פון סטעפנע דירעקציע אראפ דרום צו די הויפט סופליי ליניע.
בילד

די אויסשטעל פון אוודיווקע איז א שמאל לאנגע שטאט. מיט די אינדוסטריאלע טייל פון אויבן צפון זייט און די [אמאל] באוואוינטע טייל צו דרום זייט. אויב זאלן די רוסן מצליח זיין צו שטיפן פון די מיסט-בארג אראפ דרום, פארדינען א געניג שטארקע פיס אין די אינדוסטריאלע טייל פון אוודיווקע קען עס איבערשניידן די שטאט אין צווייען.

אויב זאל אוקריינע פארלירן די הויפט סופליי ליניע אדער די אויבערשטע אינדוסטריאלע טייל פון אוודיווקע, מיינט אז סופלייען אוודיווקע דארף בעיקר גיין דורך זייטיגע בלאטע-שאסייען. וואס די שאסייען, חוץ וואס עס איז אוטאמאטיש שווערער איז עס נאנטער צו ווי די רוסן קאנטראלירן און וועט אויסשטיין שטרויכלונגען שנעלער.

דאס איז פארוואס די דרוק פון צפון זייט באזארגט די אוקריינער א סך מער ווי די פון דרום און טאקע דערפאר איז פארוואס די רוסן פרובירן שטארקער פון צפון. זאל די אויבערשטע מצליח זיין לייגט עס די גאנצע דרום באוואוינטע טייל אין געפאר.

אבער דערווייל האלט עס נישט דארט. אפי' עס זאל יא אנקומען דערצי קען עס נעמען א לאנגע צייט. דאס איז א שטיקל בליק וואס עס טוט זיך. אוודיווקע איז נישט אין קיין זאפארטיגע געפאר.
קרעדיט @נקדימון
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

וסישע וואסטאק גרופע האט אפגעשיקט די ערשטע ליפערונג פון זייער נייע סקאלפאל קאמיקאזי דראון. מיט די סקאלפאל האבן זיי פרובירט צו נאכמאכן די לענסעט דראון אבער אויף פיל ביליגערע קאסטן.

די סקאלפאל דארף לויט די פראדוצירער קענען פליען ביז פערציג קילאמעטער מיט א פינעוו קילאגראם אויפרייס שפיץ
פיילס
20231103_081637.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך מירון »

פארפאלענער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:48 pm וסישע וואסטאק גרופע האט אפגעשיקט די ערשטע ליפערונג פון זייער נייע סקאלפאל קאמיקאזי דראון. מיט די סקאלפאל האבן זיי פרובירט צו נאכמאכן די לענסעט דראון אבער אויף פיל ביליגערע קאסטן.

די סקאלפאל דארף לויט די פראדוצירער קענען פליען ביז פערציג קילאמעטער מיט א פינעוו קילאגראם אויפרייס שפיץ
ס'וואלט כדי געווען צוצישרייבן אלעמאל אז ס'איז ק/פ - קרעדיט פארוועם ס'קומט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3711
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5996

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך וואוילער »

מירון האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:26 pm
פארפאלענער האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:48 pm וסישע וואסטאק גרופע האט אפגעשיקט די ערשטע ליפערונג פון זייער נייע סקאלפאל קאמיקאזי דראון. מיט די סקאלפאל האבן זיי פרובירט צו נאכמאכן די לענסעט דראון אבער אויף פיל ביליגערע קאסטן.

די סקאלפאל דארף לויט די פראדוצירער קענען פליען ביז פערציג קילאמעטער מיט א פינעוו קילאגראם אויפרייס שפיץ
ס'וואלט כדי געווען צוצישרייבן אלעמאל אז ס'איז ק/פ - קרעדיט פארוועם ס'קומט.
יענער נעמט עס אויך פון ערגעץ.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אומבאשטיגטע באריכטן אז די מערב וועלט פארלאנגט א שלום פלאן און אוקריינא
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:15 am אומבאשטיגטע באריכטן אז די מערב וועלט פארלאנגט א שלום פלאן און אוקריינא
זאלענסקי לייקנט דערווייל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

א שטורעם שאטן אטאקע איז פארגעקומען אויפן רוסישן שיף יארד אין Kerch, עס איז דא א געשעדיגטע שיף.
פיילס
F-RJBNKXsAAQWS2.jpg
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1611

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

א געהילף פון Zaluzhny - הויפט גענעראל אין אוקריינע - איז געהרג'ט געווארן דורך א גראנאט באהאלטן אין א געשאנק וואס ער האט באקומען. זיין זון איז פארוואונדעט געווארן
בילד
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

זעלענסקי זאגט אז אוקריינע וועט איין טאג זיך אנשליסן אין דעם אייראפעאישן פאראיין (EU)
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינע זאגט אז זיי זענען אפן פאר די מעגליכקייט פון אטאקירן רוסלאנד'ס אויל און גאז אינפראסטרוקטור, אויב מאסקווע האלט ווייטער אן צו שעדיגן אוקריינע'ס עלעקטריק סיסטעם דעם ווינטער.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינא סאלדאטן האבן באוויזן אריבערצושפרייזן די דינעפרא טייך אין די כערסאן סיטי געגנט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פרעזידענט ביידען זאגט אז דאס שטיצן אוקריינע יעצט מיט מיליטערישע הילף האלט אפ אמעריקע פון דארפן אריינשיקן איר מיליטער צו קעמפן קעגן די אגרעסיווע רוסלאנד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקאנע פארטיידיגונגס מיניסטער אוסטין האט היינט באזיכט אין קיעוו אוקריינא,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:50 pm אמעריקאנע פארטיידיגונגס מיניסטער אוסטין האט היינט באזיכט אין קיעוו אוקריינא,
ער האט געמאלדן א פרישע 100 מיליאן דאלערדיגע משלוח מנות פאר אוקריינא
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29911

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

דייטשלאנד געט פרישע פעקל און ווערד פון 1.3 ביליאן יוראס פאר אוקריינא
שרייב פאוסט