דאקטוירים און שטודיעס אויסשמועס - נאכפאלגנדיג שטודיע איבער אידן און קאוויד

געזונטע שמועסן און ידיעות
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 213

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך איך ווייס »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:20 pm
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:35 am
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:32 am

די מיינסט אז היינט איז נישט דא קיין סייענטיפישע מחדשים? אוודאי איז יא דא. און זיי טוהן טאקע אויפווייזן דורך אוועקגעשטעלטע מהלכים. נאר וואס דען? צומאל קומט איינער, מיט א חידוש וואס איז מפוקפוק, און אנשטאט דאס אויפצווייזן אין די סייענטיפישע וועלט, אדער נאך די סייענטיפישע וועלט ווארפט אפ זיין חידוש , גייט ער צו די פאבליק, און פארדרייעט א קאפ מיט נארישקייטען וואס קלינגן גוט, און דערנאך שרייט ער קאנספיראציע.
ס'איז דא אלע מינע מחדשים, און אלעס און יעדער דארף גענומען ווערן אין קאנסידירעישאן, אבער ס'ווערט נישט, נאר אויב ס'שטיממט מיט די גאווערמענט אנגענומען אגענדעס.

וואס מיינט גיין צו די פובליק? רעדן? געבן לעקטשורס? שרייבן ביכער? שרייבן ארטיקלען? יא, אזוי באלאנגט, און אזוי איז עס אייביג געווען, ביז.

און דעיס איז חוץ פון דעם וואס ס'איז בכלל נישט אמת דיין קלעים. א טעאריע אדער מיינונג וואס קאלערט צו שטארק ארויס פון די אנגענומענע אגענדעס וועט ווערן גלייך געקענסעלד, ניין, ס'וועט נישט זיין קיין דעבאטעס דערינען. און נישט דוקא ווען די טעאריע אדער מיינונג איז עפעס אזוי אףף סייענטיפיש גערעדט אדער סענציבעל גערעדט, נאר אויב ס'איז אףף אגענדע גערעדט און קולטור גערעדט וועט עס נישט האבן קיין מקום פאר א גלייכע דעבאטע און ס'וועט גלייך ארויסגעווארפן און געקענסעלד ווערן און אין אסאך פעלער אינאיינעם מיטן מחבר אליין.
ווער האט אפגעמאכט אז די גאווערמענט אנגענומענע אגענדעס זענען אייביג גערעכט, און מ'דארף זיי טראסטן ווי וואוילע שעפעלעך
איך זאג נישט מ'מוז דוקא טוהן פארקערט, אלמלי מוראה של מלכות וכו', אבער פאר וועלכע ריזן זענען זיי די דעת הקהל צוזאמען מיט די מידיא בראש...
רשב"י זאגט גאר פארקערט, אין די גמ' ביי די רומים זעט מען אז ער האט געהאלטן אז זיי זענען נישט דא פאר אונזער טובה...
די פראדאצוער וואס די גאווערמענט פארלאנגט איז פון יעדער די זעלבע, פון די קליינע פיציעלע מענטש וואס וויל מאכן א מעדעצין, ביז די גרעסטע קאמפיני. די אפיציעלע פראצודער איז פאר יעדעם די זעלבע. די איינציגסטע חילוק איז דראגס און וואקסינען, אז וואקסינען האבן א שטרענגערע פראצודער דורכצוגיין, יעצט אויב דיין טענה איז אז די פראצודער איז נישט ריכטיג, איז זאג וואס איבער די פראצודער איז אומריכטיג, און מען וועט דן זיין. אויב איז דיין טענה אז פאר געוויסע קאמפיניס האלט מען נישט אזוי שטרענג די פראצודער, איז ברענג א ראי' לדבריך. די עצם פראצודער, איז אדזשענדע-לאז, פשוט וויבאלד ס'איז אבסטרעקט, און גייט נישט ארויף אויף א פראדוקט.

ס'איז דא באמת א פראבלעם, אז פאר איינצילע מענטשען איז שווער דורכצופירן סטאדיס (מען דארף קאננעקטשיענס און געלט דערפאר), מילא קומט אויס אז בלויז די גרויסע קאמפיניס זענען ביכולות צו מאכן דראגס. אבער דאס איז א פראבלעם וואס מען קען נישט עכט פאררעכטן, זינט צו עפראווען דראגס אן קיין סטאדיס איז נישט מעגליך.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 185

Re: שטודיע: אשכנזי'שע אידן געווען ווייניגער אויסגעשטעלט צו נעגאטיווע קאוויד אפעקטן

פאוסט דורך אני-הק' »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:46 pm

די פראדאצוער וואס די גאווערמענט פארלאנגט איז פון יעדער די זעלבע, פון די קליינע פיציעלע מענטש וואס וויל מאכן א מעדעצין, ביז די גרעסטע קאמפיני. די אפיציעלע פראצודער איז פאר יעדעם די זעלבע. די איינציגסטע חילוק איז דראגס און וואקסינען, אז וואקסינען האבן א שטרענגערע פראצודער דורכצוגיין, יעצט אויב דיין טענה איז אז די פראצודער איז נישט ריכטיג, איז זאג וואס איבער די פראצודער איז אומריכטיג, און מען וועט דן זיין. אויב איז דיין טענה אז פאר געוויסע קאמפיניס האלט מען נישט אזוי שטרענג די פראצודער, איז ברענג א ראי' לדבריך. די עצם פראצודער, איז אדזשענדע-לאז, פשוט וויבאלד ס'איז אבסטרעקט, און גייט נישט ארויף אויף א פראדוקט.

ס'איז דא באמת א פראבלעם, אז פאר איינצילע מענטשען איז שווער דורכצופירן סטאדיס (מען דארף קאננעקטשיענס און געלט דערפאר), מילא קומט אויס אז בלויז די גרויסע קאמפיניס זענען ביכולות צו מאכן דראגס. אבער דאס איז א פראבלעם וואס מען קען נישט עכט פאררעכטן, זינט צו עפראווען דראגס אן קיין סטאדיס איז נישט מעגליך.
איך האב נישט דוקא געמיינט מעדעצינען אדער וואקסינען, איך האב געמיינט עני מעדיקל עדווייס וואס איז 'אפיציעל' אנגענומען איין וועג, מיינט נישט אז דאס איז דער אמת ווי אסאך ווילן זאגן, אפי' די גאווערמענט עדזשענסיס שרייבן אזוי, (ס'מיינט אויך נישט אז ס'איז נישט אמת ווי מאנכע ווילן אויך זאגן)

און אז מ'רעדט פון מעדעצינען אדער וואקסינען, ביסטו גערעכט אז א פלעינע מענטש אפי' ער האט עפעקטיווע זאכן וואס קען עכט ארבעטן, מאכט מען חוזק פון אים, סתם פאר די חטא אז ער האט נישט די געלט פאר סטאדיס וכדו' ס'זאל ווערן FDA עפראווד,
און אסאך מאל אפי' מ'האט שוין יא געלט, וועלן די פארמאסיעקול (איך האף אז ס'איז גוט געשריבן) קאמפאני'ס אויסגעבן כנגד זה שווערע מיליאנען עס צו פייטן, און אנטקעגן זיי איז זיכער שווערער צו געוואונען.
און אסאך מאל איז די סיבה ווייל אסאך מאל קענען זיין פארשידענע הייל מיטלען, וואס וואלט עכט געקענט ווערן געטעסט צו זעהן אויב עס איז נוצבאר צו היילן מענטשן פאר א געוויסע זאך, אבער די גאווערמענט עידזשענסיס האבן זיך זייערע פארשריפטן פ"וו זיי וועלן עס בכלל נישט קאנסידערן ווי הייל מיטלען, אפי' עס וואלט יא געקענט ראטעווען א וועלט נאך פארשידענע סארט סטאדי'ס.
איך קען פארשטיין פ"וו מ'וויל נישט טראסטן די מענטשן, ווייל אפשר איז עס פארט סתם שטותים, און ס'איז נישטא קיין עכטע פראוו, אבער אז דו מאכסט חוזק, קען זיין אז דא ליגט באגראבן די נעקסטע איינשטיין... (נישט געמיינט דוקא ממש ווי אים, אבער די געדאנק שבו)
און אפי' ביי דעי סוגיא איז אויך דא פארשידענע זאכן וואס די גאווערמענט עידזשענסיס פארשריפטן זענען ווייטער אגענדעס למצחה לשליש ולרביע, נישט אייביג, אבער סאיז דא.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
שרייב פאוסט