אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1585

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארפאלענער »

שטייענדיג אינעם לעצטן טאג וואס די ניו יארק סטעיט רעגירונג האט געהאט די מעגליכקייט אריינצוגעבן אן אפיעל קעגן די גינסטיגע אורטייל איבער די גזירת החינוך, האבן זיי אריינגעכאפט די מינוט און אפיעלט די געזעץ, מיט פארשידענע טענות קעגן דעם ריינעם חינוך פון אידישע קינדער אין ניו יארק.
ווי באקאנט איז די גזירת החינוך א הויפט טעמע ביי כלל ישראל די לעצטע פאר יאר, מיט א האלבע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א אורטייל דורך די סופרים קאורט אין אלבאני וואס לויטעט אז די סטעיט האט נישט קיין רעכט צו פארמאכן ישיבות וואס שטעלן זיך נישט צו צו זייערע רעגולאציעס, א געריכט שטימונג וואס האט אריינגעברענגט א שטיקל רואיגקייט ביי אידישע קינדער אין ניו יארק.
די ניו יארק סטעיט רעגירונג האט געהאט א האלבע יאר צו אפיעל'ן די געזעץ, און אצינד צום לעצטן טאג פון די האלבע יאר, האבן זיי אריינגעגעבן אן אפיעל, מיטן ציהל צו שטערן די קאמף שטעלע פון כלל ישראל אנבאלאנגט די גזירת החינוך. פארשטייט זיך אז אין פאקט האט זיך גארנישט געטוישט, אבער עס שלעפט אריין די גאנצע ענין אין שווערע קאמפן און געריכט סעסיעס וואס איז ווייט פון גרינג.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

די אפיעל איז אפיציעל אקעגן די קלאגע פון די בארימטע פעירלס ארגאניזאציע, וואס דערויף איז ארויסגעקומען דעם פסק פארגאנגעם ר"ח ניסן.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

אויף די טעלעפאן ליין היימישע קרעטשמע האב איך געהערט אז עפעס איז געווען א קאנפערענס פאר אלע מוסדות דורך די עדיוקעישאן דעפארטמענט (נישט אז איך בין זיך מתייחס צו יענעמס שטותים אבער כבין נייגעריג וואס עס איז געווען) אויב איינער וויסט פרטים ביטע לאזן וויסן
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

יום טוב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:36 pm אויף די טעלעפאן ליין היימישע קרעטשמע האב איך געהערט אז עפעס איז געווען א קאנפערענס פאר אלע מוסדות דורך די עדיוקעישאן דעפארטמענט (נישט אז איך בין זיך מתייחס צו יענעמס שטותים אבער כבין נייגעריג וואס עס איז געווען) אויב איינער וויסט פרטים ביטע לאזן וויסן
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=U ... qfY6OTwsoq
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:36 pm אויף די טעלעפאן ליין היימישע קרעטשמע האב איך געהערט אז עפעס איז געווען א קאנפערענס פאר אלע מוסדות דורך די עדיוקעישאן דעפארטמענט (נישט אז איך בין זיך מתייחס צו יענעמס שטותים אבער כבין נייגעריג וואס עס איז געווען) אויב איינער וויסט פרטים ביטע לאזן וויסן
די לאקאלע חברה אין מאנסי האבן עס געמאכט. כמעט קיינער איז נישט אנגעקומען.
דער באאמטער האט חוזק געמאכט פון די וואס זאגן אז אויפהערן פאנדינג איז די ישועה.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1396

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שבת קודש »

וואס גייט יעצט פאר?

עפעס איז געשטאנען אז זיי האבן געגעבן 7 מהלכים פאר די מוסדות וויאזוי נאכצוקומען די גיידליינס, קען אריין קומען קלאר?
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואסאפשט »

אומבאשטעטיגטע באריכטן סאטמאר מהרי"י
נעכטן נאכן מעמד הדעה והדיבור איז פארגעקומען א אסיפה מיט אלע דיינים ורבנים פון די קהילה בבית מרן רבינו שליט"א
איבער די מצב פון די גזירת החינוך איצטערט
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 168

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ר' משה »

וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:20 pm אומבאשטעטיגטע באריכטן סאטמאר מהרי"י
נעכטן נאכן מעמד הדעה והדיבור איז פארגעקומען א אסיפה מיט אלע דיינים ורבנים פון די קהילה בבית מרן רבינו שליט"א
איבער די מצב פון די גזירת החינוך איצטערט
באשטעטיגט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:38 pm וואס גייט יעצט פאר?

עפעס איז געשטאנען אז זיי האבן געגעבן 7 מהלכים פאר די מוסדות וויאזוי נאכצוקומען די גיידליינס, קען אריין קומען קלאר?
אין היימשטאט האב איך געליינט זייער א קלארע באריכט.

ווער עס קען עס לינקן, אדרבה.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3091
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3476

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:49 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:38 pm וואס גייט יעצט פאר?

עפעס איז געשטאנען אז זיי האבן געגעבן 7 מהלכים פאר די מוסדות וויאזוי נאכצוקומען די גיידליינס, קען אריין קומען קלאר?
אין היימשטאט האב איך געליינט זייער א קלארע באריכט.

ווער עס קען עס לינקן, אדרבה.
_storage_emulated_0_Android_data_com.adobe.reader_files_Pictures_Adobe Acrobat Exports_Heimshtut_0308_Chayi_sureh_0.jpg
_storage_emulated_0_Android_data_com.adobe.reader_files_Pictures_Adobe Acrobat Exports_Heimshtut_0308_Chayi_sureh_0.jpg (512.65 KiB) געזען געווארן 753 מאל
_storage_emulated_0_Android_data_com.adobe.reader_files_Pictures_Adobe Acrobat Exports_Heimshtut_0308_Chayi_sureh_1.jpg
_storage_emulated_0_Android_data_com.adobe.reader_files_Pictures_Adobe Acrobat Exports_Heimshtut_0308_Chayi_sureh_1.jpg (237.85 KiB) געזען געווארן 753 מאל
Off Topic
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
--------
איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואסאפשט »

סאטמאר מהרי"י
וְנֹועֲדּו אֵלֶיָך הַנְשִׂיאִׂים רָאשֵי אַלְפֵי יִׂשְרָאֵל!
תיכף נאָך דער הייליגער מעמד אדיר וגדול "הדעה והדיבור" במעמד אלופי אלפי ישראל, תלמידי וחסידי מרן רביה"ק זי"ע, לחזור ולשנן את משנתו הבהירה, ביסודות הדת, באמונה באלוקי ישראל, וואָס איז פאָרגעקומען בהאי אתרא קדישא מקום דקא גרים, בית מדרשו של רבי, וואָס האָט זיך פאַרענדיגט אין די שפּעטע שעות, האָט זיך דער מנהיג העדה הקדושה, מגן חינוך הטהור בארץ ובגולה, כ"ק מרן רבינו שליט"א זיך צאַמגעזעצט בביתו נאוה קודש, צו אַ שטורמישע אסיפה דחופה, לאור דער ביטערער גזירת החינוך
וואָס איז עומד על הפרק, וועגן די רעגולאַציעס וואס לויטעט אַז ביז דעצעמבער מוז'ן אַלע מוסדות איבער די סטעיט אויסקלויבן איינע די מהלכים (פּעטוועיס) וואָס די סטעיט רעגולאַציעס האָבן אַרויסגעלייגט צו באַשטעטיגן אַז זיי קומען נאָך דעם געזעץ.

ביים אסיפה זענען אָנוועזנד געווען כ"ק מרן גאב"ד מאָנסי שליט"א, הגה"צ אבד"ק דקהלתינו ירושלים שליט"א, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א ראש ישיבת תפארת משה, ואתם עמם די שרי ואדירי התורה, מרנן ורבנן חברי הבית דינא רבא דקהלתינו שליט"א אינאיינעם מיט רבני ודייני דקהלתינו שליט"א פון גרעיטאָר ניו יאָרק.

מ'האָט אַ לענגערע צייט ביז אין די גאָר שפּעטע שעות דן געווען איבער דער שטורעמישער תקופה אין וואָס די טויזנטער תלמידי המוסדות געפינען זיך, און מעלה געווען על שלחן מלכים איבער דער חובת השעה וואָס פאַרלאַנגט זיך בהאי זמן, ס'איז געווען אנוועזענד די חשובע געטרייע עסקנים און שפיץ פון די שר העסקנים הרב החסיד רבי משה דוד ניעדערמאן שליט"א, און אזוי אויך ראשי הנהלת המוסדות, און די רבנים האבן נושא ונותן געווען בכובד ראש פאר א לענגערע צייט און אויסגעפרעגט די לאיער ר' אבי שיק, וואס האט מסביר געווען די צדדים, און נאך אריבער א שעה האט מרן רבינו שליט"א ארויסגעשיקט אלע עסקנים ואישי הציבור און די משמשים בקודש, און מיט צוגעמאכטע טירן דן געווען מיט די חשובע רבנים הגאונים שליט"א פאר א לענגערע צייט טראץ ס'איז שוין געווען אין די טיפע נאכט שעות האבן די רבנים שוקל געווען אלע צדדים און דן געווען כדת מה לעשות, און עטליכע מאל האט די רבי שליט"א אריין גערופן פרעגן פון די עסקנים געוויסע פרטים, און די רבי האט געזאגט אז ער וועט לאזן וויסן פאר די עסקנים די החלטה פון די רבנים.
די רבי שליט"א האט נאך די אסיפה זיך באדאנקט פאר די רבנים הגאוה"צ שליט"א וואס זענען געקומען ספעציעל צו פארן אין די שפעטע נאכט שעות דן צו זיין למען עתיד דורותינו, און געזאגט אז ער האט נישט גערעכנעט אז ס'וועט ווערן אזוי שפעט, און תיכף דערנאך אום 2:00 אזייגער האט זיך די רבי צוריק געקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יטב לב ווי די רבי שליט"א האלט זיך אויף אין די טעג.
און די זעלבע צייט איז כלל ישראל מרבה בתפילה ובתחנונים און רייסן איין ביים בורא כל העולמים, חמול עלינו ועל עוללינו וטפינו, אז מיר זאלן ווייטער קענען מחנך זיין אונזערע טייערע קינדערליך אויף די הייליגע וועג וואס רבינו הקדוש והטהור זי"ע האט אוועק געשטעלט על אדמת אמירקא אן קיין שום שינוי, און אז די רשעים זאלן ח"ו נישט האבן קיין שליטה אויף די ריינע חינוך, ולא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און היה נא עם בפיות אז די חשובע עסקנים וואס שלאגן זיך פארן חינוך הטהור זאלן האבן הצלחה און אזוי ווי ביז היינט זאל מען קענען מיט אלע דרכים אויפן פראנט באקעמפען די גזירה.
גזירה עבידי דבטלי!
אבינו מלכינו עשה למענינו! עשה למען תינוקות של בית רבן!
ק\פ מערכת סאטמאר
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@וואסאפשט שכוח פאר דעם פרעס רעליעס...

דאס באדייט אפשר א רמז אז מען גייט אפשר אננעמען איינע פון די 7 פעט-וועי'ס פון די סטעיט. העמיר ווארטן און זען.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פרייליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:53 pm @וואסאפשט שכוח פאר דעם פרעס רעליעס...

דאס באדייט אפשר א רמז אז מען גייט אפשר אננעמען איינע פון די 7 פעט-וועי'ס פון די סטעיט. העמיר ווארטן און זען.
ווי איז מרומז איינע פון די פעט- וועי'ס, איך גלייב שווער
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:53 pm @וואסאפשט שכוח פאר דעם פרעס רעליעס...

דאס באדייט אפשר א רמז אז מען גייט אפשר אננעמען איינע פון די 7 פעט-וועי'ס פון די סטעיט. העמיר ווארטן און זען.
איינע פון די 7 נעמט מען עניוועי, וויבאלד אויב מען נעמט גארנישט מיינט עס אז מ'נעמט די זיבעטע.

אגב, מהר"א האט שוין געזאגט וואס ער טוט?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 383

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ענותן »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm
אגב, מהר"א האט שוין געזאגט וואס ער טוט?
גארנישט.
אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט אז אינז טוה מיר גארנישט.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

ענותן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:04 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm
אגב, מהר"א האט שוין געזאגט וואס ער טוט?
גארנישט.
אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט אז אינז טוה מיר גארנישט.
אוודאי טוישט מען גארנישט. איך פרעג אין וועלכע באקס שרייבט מען א טשעק אין די פעיפערס.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3103
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4099

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואוילער »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:11 pm
ענותן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:04 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm
אגב, מהר"א האט שוין געזאגט וואס ער טוט?
גארנישט.
אויב איך געדענק גוט האט ער געזאגט אז אינז טוה מיר גארנישט.
אוודאי טוישט מען גארנישט. איך פרעג אין וועלכע באקס שרייבט מען א טשעק אין די פעיפערס.
נישט מ'טוישט גארנישט, נאר מ'טוט גארנישט צו ענטפערן, פלעין מ'מאכט זיך נישט וואוסענדיג.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:46 pm נישט מ'טוישט גארנישט, נאר מ'טוט גארנישט צו ענטפערן, פלעין מ'מאכט זיך נישט וואוסענדיג.
ווען האט ער דאס געזאגט?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:53 pm @וואסאפשט שכוח פאר דעם פרעס רעליעס...

דאס באדייט אפשר א רמז אז מען גייט אפשר אננעמען איינע פון די 7 פעט-וועי'ס פון די סטעיט. העמיר ווארטן און זען.
איינע פון די 7 נעמט מען עניוועי, וויבאלד אויב מען נעמט גארנישט מיינט עס אז מ'נעמט די זיבעטע.
ווער זאגט דאס?
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:48 pm

די גיידליינס.

world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 272

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך world champion »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:35 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:48 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm

איינע פון די 7 נעמט מען עניוועי, וויבאלד אויב מען נעמט גארנישט מיינט עס אז מ'נעמט די זיבעטע.
ווער זאגט דאס?
די גיידליינס.
מען טאר זיי נישט גיבן קיין דריסת הרגל
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

world champion האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:24 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:35 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:48 pm

ווער זאגט דאס?
די גיידליינס.
מען טאר זיי נישט גיבן קיין דריסת הרגל
פון ווען?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:35 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 1:48 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:01 pm

איינע פון די 7 נעמט מען עניוועי, וויבאלד אויב מען נעמט גארנישט מיינט עס אז מ'נעמט די זיבעטע.
ווער זאגט דאס?
די גיידליינס.
איז דא נאך אן אפציע אויסער 7 וואס קען ארבעטן פאר די היימישע מוסדות? און אויב נישט וואס פעלט אויס צו ענטפערן?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:58 pm
world champion האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:24 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:35 pm

די גיידליינס.
מען טאר זיי נישט גיבן קיין דריסת הרגל
פון ווען?
נא פירט שוין אויס וואס איר ווילט צו קומען
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 2:53 pm @וואסאפשט שכוח פאר דעם פרעס רעליעס...

דאס באדייט אפשר א רמז אז מען גייט אפשר אננעמען איינע פון די 7 פעט-וועי'ס פון די סטעיט. העמיר ווארטן און זען.
גארנישט פרעזענליך אבער וואס פעלט אויס גלייך צו ציען מסקנות וואס מגייט אפשר טון און אריינקריכן אין זומפ?
שרייב פאוסט