עקסערסייז ביי מענער

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3059
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3975

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך וואוילער »

פשוט וואקן העלפט אבער נישט צו אויפלאזן אלע פארדזאוועטע ביינער, וואס ווערן טייט מיט די צייט, זינט מיר ארבעטן ווייניג פיזיש.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.

טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.

פארוואס זאג איך עס??

דער דרך העולם ביי אונז היימישע חסידישע אידן איז. ווען איינער טרעפט זיך אין א מצב ווי דאס רעקל וואס ער האט געקויפט מיט פונקט זעקס חדשים צוריק מאכט זיך שוין נישט צו (אפילו נאר די אויבערשטע קנעפל שמייכעלט שוין) מאכט ער אפ ביי זיך יהיה מה שיהיה ער גייט פארלירן 30 פונט!!

און יעצט זאל יעדער אריין קלערן, וואס איז פשט אז מען זעהט ווי מען הייבט אן יעדען אסרו חג א פרישען דייעט? מען הערט נישט אויף דורך פאלן. די עוורידזש וואס א דייעט ביי 80% היימישע חסידישע אידן האלט, איז נישט מער ווי צוויי וואכן! פארוואס? וועל איך אייך זאגן!

וואס טוט דער אינגערמאן ווען ער זעהט כי כלתה אליו הרעה. ער סיינט זיך גלייך אויף א מעמבערשיפ אין א דזשים, שאפט זיך א טרעינער פאר טייער געלט אויף צוויי מאל א וואך. אדער באשטעלט ער א טרעדמיל ביי זיך אינדערהיים, מיט א פעסטע צוזאג אז יעדן טאג ער קומט אהיים, נאך אפילו פארן עסן סאפיר גייט ער אויפן טרעדמיל לכל הפחות 45 מינוט!

ער לויפט ער אריבער אין העלט פוד סטאר, ער קויפט זיך איין צוויי פלעווערס פון פראטין שעיקס, ווער דארף לאנטש בכלל? א שעיק איז גענוג און פארטיג!!

גייט אין גראסערי, האנדעלט זיך איין צוויי באקסעס ''ספעלט'' מצה. די היינטיגע ווייץ און בפרט ברויט, איז דאך אבנארמאל אומגעזונט און פעטנינג.
קויפט זיך איין פיינע וועדזשטעבלס מיט פרוכט, און פארטיג, רעדי טא רויל!

איין רגע איך האב פארגעסן, א סקעיל! ער מוז דאך זעהן יעדן טאג ווי אזוי ער פארלירט זיינע פונטען, דאס וועט אים דאך געבן דעם שטיפ!

די ערשטע טאג פרישטאג, וואס עסט מען?
איז אזוי, איין מצה (ווער דארף בכלל מער?) א ''פעפער'' אהן קיין אויל זאלץ אדער עפעס אנדערש (עס איז דאך נישט געזונט) און צוויי אייער אבער חלילה נישט די געילע (חלמון) דערפון, דאס איז ממש א סכנה צו עסן.

פיין, ואכלת ושבעת (?) וברכת, ער גייט ארבעטען...
גייט דורך צוויי שעה, די בויך מאנט זיך דאס זייניגע, ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות, גייט אים גאנץ ווייניג אן אז דיין רעקל מאכט זיך נישט צו...
אינגאנצען איגנארירן קען מען אים נישט. איז נאכן דורכשטיפען א האלבע שעה לויפט מען אראפ אין קאר און מיט איין שמחה ברענגט מען ארויף די פרישע פראטין שעיק....
מישט עס אויס מיט דוקה די בלויע מילך (די רויטע איז געפערליך שעדליך) מען שטאפט זיך צו די נאז און מיט איין שאס איז עס אראפ געזויפט, ולא נשאר בהם עד אחד...

עס העלפט אויף פופצען מינוט, און עודך כי עניתני, דער בויך מאנט דאס זייניגע. גערעכט איז ער, אויב איז ער געווען בעל הבית ביז היינט וועט ער פייטן פאר זיינע רעכטן.

שוין דא ברעכט ער זיך שוין, ער האט דאך פשוט נישט קיין מנוחת הנפש ער קען נישט אנגיין ווייטער. לשם יוחד מען גייט דא טשיטען צום ערשטען מאל, ער לויפט אריבער צום נענסטען גראסערי און טראכט וואס קען מען קויפן ''דייעטעריק'' (דייעטעריק מיינט דאך נאר עפעס וואס מען קען נישט אין מויל נעמען) די אויגען פאלן אים תיכף אויף די גריק יאגורט אן די פלעיווער באצאלט, לויפט צוריק אין אפיס עסט עס אויף און געגאנגען...

ער קומט אהיים, אויסגעהינגערט ער וויל זיך געבן א צולאז אויף די פיינע פרישע גרינבינס וואס זיין ווייב האט ספעציעל געקאכט פאר אים לכבוד זיין ''נייע'' דייעט. אפפסס!!! ער דערמאנט זיך, ער דארף יעצט גיין 45 מינוט אויף די טרעדמיל!!!

אומר ועושה, (ער איז נישט קיין שוואכלינג, זיין ווארט איז א ווארט!!!) אינגאנצען מאכטלאז גייט ער צו צום טרעדמיל נעמט ארויס זיין פריש אנגעפילטע אייפאד מיט מוזיק, און געגאנגען ער ראקט אוועק...

ער לייגט ארויף די פינגער אויף די פלאס קנעפל, ריקט ארויף דעם ספיד מיט איין אייפער ביז 7, מען דארף דאך לויפן אויף זיבן מייל א שעה (אזוי געדענק ער האט ער געליינט אין די עונג שבת ביי די עס קען אייך צוניץ קומען) די הארט רעיט מוז ריטשען 150 אז נישט פארברענט מען נישט קיין קעלאריס (אזוי האט אים זיין ווייב געזאגט בשם איר בעסט פרענדס אינסטראקטער) איך דארף נישט אויספירן ווייטער...
צוויי מינוט איז ער אזוי געלאפן, און נאכן שפירן ווי ער כאפט אן הארץ אטאקע, האט ער צוריק אראפגעריקט צו 3.5 און געבליבען אזוי פאר נאך 43 מינוט.

ער ענדיגט נעמט א שויער, קומט שוין ענדליך עסן זיינע פיינע גרינבינס וועדזשטעבל זופ, מיט איין טשיקען קאטלעט נישט איבערגעצויגן מיט קיין קראמבס (עס איז דאך א סתירה מיט יעדן יסוד פון דייעט) ענדיגט עסן מאכט א בורא נפשות, און געגאנגען ווייטער.

נאכן לערנען ביינאכט זאגט אים זיין חברותא, דו ווייסט אז מיר האבן היינט א וואך נאכט. א וואך נאכט? יא, משה יחזקאל'ס ערשטע אייניקעל.
קומט אהן צו ר' משה יחזקל'ען אין שטוב. אנגעגרייט מכל טוב וטוב... זיין חברותא יעקב פנחס פילט זיך אן א גרויסען טעלער כאילו מען האלט דא נאך די 9 טעג אהן קיין איין סיום. אבער איך?? איך בין דאך אויף א דייעט??

נאך א שנעלער חשבון טראכט ער צו זיך, פטור בלא כלום אי אפשר. וועט עס זיין די וואדערמעלאן (פאר איינעם גרייט מען דאך דאס צו) געבט אים יעקב פנחס א פרעג, זאג נאר וועלוועל, דו ביסט אויף דייעט??? יא איך בין אויף דייעט! און איך קען דיר זאגן אז איך פיל ווי א נייער מענטש איך סאדזשעסט יעדן איינעם מיר צו נאכטוהן (א גאנצער מיינונג זאגער, נאך נישט קיין גאנצע 24 שעה אויף אויפן דייעט און ער אינקארעדזשד שוין אנדערע)

איך קען דא מאריך זיין און אן שמירען נאך צוויי בלעטער. אבער פרעג איך אייך, ווי לאנג גייט אזא דייעט אנהאלטען???
דער תירץ איז נישט מער ווי צוויי טעג!!!

וועט איר מיר זאגן אז איך בין עקסטרעם? אמת, פארדעם טאקע האט ער אויפגעגעבן זיין דייעט נאך צוויי טעג, און דו נאך א גאנצער קיילעכיגער וואך!!!
פארזעצונג קומט מארגן אי''ה...

ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 708
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1028

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:00 pm

:lol: :lol: :lol:

האסט מיר געהעריג נאכגעקוקט?..
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 292
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 102

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך א קלער »

יישר כח
ווארט מיר אויפן המשך
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
בא יבא
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:53 pm
x 6

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך בא יבא »

זייער גוט ארויסגעברענגט מיינע דורכפעלער. נו, וואס יא?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

בא יבא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 1:31 am

בעצם האב איך נישט געפלאנט צו שרייבן מער, דאס וואס איך האב געשריבען פארזעצונג קומט אי''ה איז מער אן אויסדריק ווי אן אמת, אבער שוין.

באמת דארף ווערן אויפגערידערט א וועלט אין דעם הינזיכט פון דייעט אין אונזער חסידישען וועלטל, וויבאלד דאס איז א STRUGGLE וואס באגלייט כמעט אחינו כל בית ישראל החסידים, אנגעהויבן פון די גרעסטע רבי'ס ביז קליינע קינדער.

איז אזוי, וואס מיינט די ווארט דייעט???
איך גיי נישט אריין אין די גרעמער פון די ווארט און וואו פונקטלעך דאס ווערט גענוצט, נאר איך וויל מיך מער באציען צו תכלית הדברים. וואס איז דאס א דייעט, ווער דארף דאס, און פארוואס איז דאס וויכטיג.

קודם פאר איך גיי אריין און מיין ארטיקעל וויל איך דיר שטעלן א קורצע פראגע, קוק מיר גלייך אין די אויגען אריין און ענטפער מיר.
וואס באדערט דיר צו זיין גראב, וואס גייט דיר עס בכלל אן?
ווער לאזט דיר נישט וואקסען גרעסער און ברייטער, איז דען נישטא קיין גרעסער סייז ביי G&G ?
דיין העמד איז דען דאס גרעסטע וואס די דריי גוד סטאר פארמאגט? לכאורה נישט. דאן זאג מיר וואס שטופט דיר צו פארלירן וואג??

אקעי, איך זעה אז די ענטפערסט נישט וועל איך דיר ענטפערן.

שלמה המלך זאגט אונז, אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים.
פשט אין די ווערטער, דער אויבערשטער האט באשאפען דעם מענטש PERFECT און דער מענטש איז געגאנגען און זיך אליינס קראנק געמאכט.

וואס איך וויל איז אזוי. ווען די ביסט יונג געווען א קינד פון בערך 10 יאר, ביסטו אנגעקומען אין חדר און ארויף געלאפען אלע סטעפס NON STOP גאנצע 6 שטאק, און נישט נאר דאס, דו האסט נאך ג'סקיפט יעדע צווייטע סטעפ. אבער וואונדער איבער וואונדער, דו ביסט אנגעקומען אויבן און דיין הארץ האט כמעט אפילו נישט ג'קלאפט שנעלער.

שפעטער ביי ריסעס ביסטו געזיצען אויפן פלאר פאר א האלבע שעה און איין צוה און געשפיעלט קוגעלעך. און וואונדער איבער וואונדער, דו האסט דיך אויפגעשטעלט און קיין איין ביין האט דיר נישט וויי געטוהן, דו האסט נאך געפיעלט אויסגעליפטערט גרייט פאר נאך א צוויי שעהדיגע שיעור.

ווידער ביי לאנטש, ביסטו געלאפן ווי א ''גלח'' פראבירן צו טאפן יעדן איינעם, און נאך 45 ביסטו אנשטאט אריין פאלן אין בעט צוריק אריין געקומען אין קלאס אויפגעפרישט ווי נאך א גאנצע נאכט שלאף!

וואס איז געשעהן מיט דיר, וואו איז דאס אלעס נעלם געווארן? ווען האסטו דיך אזוי געטוישט? היינט ווען די קומסט ארויס פון א חתונה זאל און דו דארפסט ארויף גיין צוויי שטאק סטעפס ווערט דיר ממש שווארץ פאר די אויגען? פארוואס נאכן ארויפוואקען דריי שטאק קענסטו קוים כאפן דעם אטעם (חוץ אויב די שפאצירסט ארויף שטייטערהייט) דער תירוץ איז נישט דיין וואג, נאר דיין געזונטהייט צושטאנד!!!

מען זעהט אינגעלייט וואס זענען אונטער צוויי הונדערט פונט און קענען זיך פשוט נישט רירן. יא ער האט פראבלעמען אנצוטיען די זאקן, ער אטעמט שווער נאר פון אנטיען זיינע צוויי זאקן. אויב פאלט אים אראפ עפעס און ער דארף זיך אראפבייגען, איז ממש געפערליך.
דו ביסט נישט געזונט! זאכן וואס א מענטש 10 יאר עלטער ווי דיר דארף צו קענען טוהן אן קיין איבריגע אנשטרענגעניש, איז ביי דיר א גהינם!

פארוואס זענען דא אזוי פיל יונגערלייט אין די ''דרייסיגער יארן'' און יא איך זאג נאכאמאל אין די ''דרייסיגער יארן'' וואס דארפן זיך שטעכען פאר צוקער?? פארוואס זענען אזוי פיל יונגע מענטשען אויף בלוט דרוק פילן?? פארוואס ליידן יונגערלייט אין די צוואנציגער פון קאנסטיפעישן און אנדערע ארויסגיין פראבלעמען?? איז דאס נארמאל??

דאס איז וואס באדערט דיר, דיין גוף האלט דיר און איין זאגן, איך בין נישט געזונט טוה עפעס פאר מיר, איך שטרענג מיך איבער און איך האב נישט קיין כח אנצוגיין אזוי.

און אפילו דו זעהסט נישט אז דו זאלסט ליידן אויף איינער פון די פראבלעמען, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן עקסטערע געזונט אז דיין גוף זאל קענען פייטן, מיינט דאס נישט אז דאס גייט אנהאלטען אייביג. עס גייט קומען א צייט וואס דיין סיסטעם וועט דיר מודיע זיין עד פה תבוא. דיין סיסטעם כאפט אויף יעדע קליינע פראבלעם און ער לאזט דיר אפילו וויסען יעדע מאל וואס ער איז נישט מסודר הונדערט פראצענט. אמאל איז עס מיט א בויך דריקעניש, און אמאל מיט nausea, אמאל מיט קאפ וויי, אמאל סתם מיט נישט אזא גוטע גוסטע, און אזוי ווייטער. ער וועט דיר אבער אייביג געבן עפעס א קליינע סיגנעל אז דו עביוזט אים צו שטארק.

און יעצט צום ענין.

א דייעט מיינט צוריקשטעלן דעם מענטש אויפן גלייכען און געזונטען וועג. א דייעט מיינט נישט צו פארלירן וואג, נאר פארלירן וואג איז א סייד עפעקט פון א געזונטען לעבנס שטייגער. בעסער געזאגט איבערוואגיקייט איז א סייד עפעקט פון אן אומגעזענטען לעבענס שטייגער.

א געזונטע לעבענס שטייגער איז א זאך וואס א מענטש האט הנאה דערפון, דאס קען מען מיט קיין ווערטער נישט מסביר זיין. נאך צוויי וואכן וואס א מענטש עסט וואס ער דארף, ווען ער דארף, ווי ער דארף, וויפיל ער דארף, ווי אזוי ער דארף. ער שלאפט ווען ער דארף, וויפיל ער דארף, ווי אזוי ער דארף. טרינקט וויפיל ער דארף. מאכט איבונגען וויפיל ער דארף. וכו' וכו' וגו'. איז נישט מעגליך מיט קיין ווערטער אראפצולייגען די גוטע געפיל פון דעם מענטש, סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
ער פילט פשוט פריש און געזונט!

דער אויבערשטער האט באשאפען געזונטע עסן, כדי מען זאל דאס עסן כדי אז דער מענטש זאל הנאה האבן, און נישט אז דו זאלסט הונגערען. ער וויל דו זאלסט זיין זאט ער וויל דו זאלסט הנאה האבן. און דערפאר האט ער באשאפען אזוי פיל מיני ערליי עסן און מיט אזוי פיל ענדערע טעמים און קאלירן.

דיין גוף דארף נישט קיין דייעט וואס די בלייבסט הונגעריג! דיין גוף וויל זיין געזונט!

איך וועל אי''ה מער מאריך זיין, נאר כעת וועל איך מיר דא אפשטעלן.
איך וויל נאר אזוי פיל זאגן. די עיקר פראבלעמען פון דעם היימישען ציבור איז ווי פאלגענד.
1) נישט עסן קיין פת שחרית.
2) נישט טרינקען גענוג וואסער.
3) עסן צו שנעל.
4) דעם קאר. (דער גרעסטער חורבן בגשמיות וואס כל באיה לא ישובון)
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 789
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 839

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.

אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.

כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.

און אויף דעם קריג איך אינגאנצען.
עס איז יא דער עדיוקעשן, ווען מען פארשטייט וואס מען טוט איז אסאך גרינגער זיך גובר צו זיין.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 789
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 839

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

יכול להיות!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:20 pm יכול להיות!
איך רעד נישט פון ווער ווייסט וואספארא עדיוקעשין, איך רעד פון דברים פשוטים ממש. יעדע נוטרישעניסט קען דיר דאס געבן אין איין שעה.

און איך וואלט געזאגט אז יעדער זאל גיין צו א נוטרישעניסט פאר בלויז ''איין'' קאנסאלטעישן. (איך בין נישט קיין נוטרישעניסט, און איך האב נישט קיין שום וועג ווי אזוי צו מאכן געלט אויף דעם ממילא זאל מיר קיינער נישט חושד זיין אז איך מיין מיין געלט)

לאמיר גיין מיט דעם איינעם קלייניקייט פון טרינקען גענוג וואסער.
איך וואלט געזאגט אז א גרויסן און איבערוועגענדע מערהייט פון כלל ישראל טרינקט בערך ''האלב'' פון די וואסער וואס ער דארף בעצם טרינקען, און דאס קומט נאר וויבאלד מען ווייסט נישט די וויכטיגקייט דערפון. און ווי אויך ווייסט מען נישט וויפיל מען דארף טרינקען. אבער דאס איז זיכער אז דער תירץ פון זיך נישט קענען גובר זיין איז נישט גילטיג דא!

נאך א דוגמא איז דאס עסן פת שחרית. ווען מענטשען וואלטן ווען געוויסט די בענעפיטן דערפון וואלט מען געמאכט זיכער צו טרעפן די איבריגע פופצען מינט אנהויב טאג צו קענען עסן פת שחרית (פאר צעהן אזייגער) נאר וואס דען, דער עולם ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז. און נאך מער, ווער עס איז צוגעוואוינט דערצו וועט פשוט נישט פארשטיין איינער וואס עסט הערשט 1 אזייגער צום ערשטען מאל. דער טאג גייט אזוי פיל אנדערש מיטן עסן פת שחרית ווי אן, אז עס איז נישט צום גלויבן. (און אגב עסן פת שחרית איז די יסוד פון אנהאלטן א געזונטע דייעט פאר יארן לאנג)
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער יסוד הדברים איז, זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו לעבן. איינמאל מען ווייסט ווי אזוי מען דארך לעבן ענדזשויט מען עס. עס איז מער נישט קיין אפקומעניש צו דייעטן, עס איז פשוט דער טבע שני.
די בלוט פון א מענטש איז אביסעל מער ווי האלב וואסער.
דער מוח פון א מענטש איז ארום 85% וואסער.
דער הארץ פון א מענטש איז ארום 80% וואסער.
די נירן פון א מענטש איז אויך ארום 80% וואסער.
די לעבער פון א מענטש איז ארום 70% וואסער.
יעצט טראכט אריין ווען מען נעמט אריין אין זיך ווייניגער וואסער ווי מען דארף, ווערט דער מענטש דארשטיג. אבער וואס מען כאפט נישט איז, אז דער מוח ווערט עפעקטירט דערפון, דער הארץ, די נירן, און די לעבער, און ווי אויך ווערט די בלוט דיקער.
די אלע אברים ווערן אויסגעטריקענט, און זיי קענען נישט פונקציאנירן ווי עס באדארף צו זיין!
יעצט זאג די מיר, איז דען שייך צו זיין אזוי פראדאקטיוו ווען מען האט נישט די ריכטיגע סכום פון וואסער?
דאס איז נאר א טיפה מן הים וואס עס איז דא צו רעדן אין די נושא פון טרינקן וואסער.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בא יבא
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:53 pm
x 6

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך בא יבא »

@נקודות יישר כח פאר די אויפריכטיגע וויכטיגע ווערטער. ביטע זיי ממשיך. וזכות הרבים תלוי בך.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך אהרן זאב »

@נקודת טובות הייליגע ווערטער!

איך וואלט נאר צוגעלייגט די ענין פון מאכן עקסערסייז.

חוץ פון עסן געזונט, איז די חלק פון זיך באוועגן א גרויסע פאקטאר אינעם געזונט.

און איך מיין אז סאיז עפעס אן איינגעגעסע איינרעדעניש וואס סאיז דא ביים היימישע ציבור אז נעמען קעיר פונעם גוף איז א גואישע זאך. סקומט לכאורה פון דאס אז ביי די גויים איז טאקע ספארט א ריזיגע טייל פון זייערע פראסטע לעבן. אבער מען דארף וויסן צו פונאנדערשיידן צווישן ספארט לשם תרבות (וואס איז די יודישע ווארט דערפאר?) און עקסערסייז לשם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

און דאס קען מען טאקע טוישן מיט ריכטיגע עדיוקעישן.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 16

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך קלוגער חכם »

@נקודת טובות שרייבסט זייער גוט!
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 221

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך קישטא קאי »

קלוגער חכם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:37 am @נקודת טובות שרייבסט זייער גוט!
גא"מ
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך נקודות טובות »

אהרן זאב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:38 am @נקודת טובות הייליגע ווערטער!

איך וואלט נאר צוגעלייגט די ענין פון מאכן עקסערסייז.

חוץ פון עסן געזונט, איז די חלק פון זיך באוועגן א גרויסע פאקטאר אינעם געזונט.

און איך מיין אז סאיז עפעס אן איינגעגעסע איינרעדעניש וואס סאיז דא ביים היימישע ציבור אז נעמען קעיר פונעם גוף איז א גואישע זאך. סקומט לכאורה פון דאס אז ביי די גויים איז טאקע ספארט א ריזיגע טייל פון זייערע פראסטע לעבן. אבער מען דארף וויסן צו פונאנדערשיידן צווישן ספארט לשם תרבות (וואס איז די יודישע ווארט דערפאר?) און עקסערסייז לשם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

און דאס קען מען טאקע טוישן מיט ריכטיגע עדיוקעישן.
איך בין איינשטימיג הונדערט פראצענט מיט אייך, ווי כאילו יעדער וואס לויפט אויף א טרעדמיל איז נאר כדי צו ארויסברענגן זיין זיקס פעק. וכו' וכו'.

דאס אז דער רמב''ם שרייבט עטליכע מאל אז יעדע מענטש מוז זעהן צו מאכן עקסערסייז, און אז ער שרייבט ''ההתעמלות אשר היא העיקר הגדול בהתמדת הבריאות ובדחיית רוב החולאים''. איז דאס אודאי און אודאי אז עקסערסייז איז ווייט פון א גוי'שע זאך. און נאך מער דארף מען אנמערקן, אז דער רמב''ם האט גערעדט פון די גרויסקייט פון התעמלות נאך אין זמנים ווען עס איז נישט געווען קיין קארס, און וועש האט מען געוואשען ביים טייך. וכו'.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 463
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 463

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך איד »

@נקודות טובות געואלדיג!!!
איך האב אפאר זאכען צי פרעגען אבער לכוארה דארף די טעמע א באזונדערע אשכול ס'האט נישט מיט עקסערסייז נאר סתם מקיים זיין די מצוה פון בכל דרכך דעהו און די מצוה פון ונשמרתם מאד לנפשתכם
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:20 pm
לאז געמאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:37 pm
העלדיש האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 3:43 pm

האסט עס פראבירט?
יא און עס האט געארבעט
פארברענען קעלאריס האט מיט די הארץ, אויב ארבעט עס שווער דארף ער מער כח וואס דאס מאכט די גוף אויסנוצן פעטנס
ד.מ. עני עקסערסייז וואס די גייסט טוען און דיין הארץ ראטע גייט ארויפגיין מאכט עס שוין פארלירן קעלאריס
יעצט ווען מען טארגעט א געוויסע חלק פון די גוף דאן ווערן די מוסקלען דארט אויפגעבויעט, וואס דאס ווערט אריבער געטוישט פון די לאקאלע איבריגע פעטנס צו מוסקלען
ע"כ לפי עניית דעתי הק'(צרה)
איך ווייס אז עס העלפט צו בויען די מוסקלען. מיין שעלה איז אויב עס העלפט אויף צו פארלירן וואג? און אויף דעם האב איך געפרעגט אויב דו האסט עס שוין אויספראבירט און צו דו האסט פארלוירן וואג?

אפי' על הצד אז מען פארלירט נישט וואג איז עס אויך שטארק כדאי, איך פרעג אבער אויב דאס העלפט אויף צו פארלירן?
אן א דיעטע איז נישט מעגליך צו פארלירן וואג, עקסערסייז איז גוט פאר'ן קערפער עס צו האלטן געזונט און פריש.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:29 pm גלייב מיר, די איינציגע זאך וואס העלפט איז עסן מיט א חשבון.
1) עסן פרישטאג ''יעדן טאג'' (נישט שפעטער ווי 10 אזייגער)
2) עסן סאפיר נישט שפעטער ווי 730, און דערנאך גארנישט עסן ביז נעקסטע אינדערפרי.
בנוגע עקסערסייז, א צעהן פופצען מינוטיגע שנעלע שפאציר יעדן טאג.

טוה די דריי זאכן פאר צוויי וואכן, די וועסט זעהן גרויסע שינוים.
די פינקטליכע דעטאלן קענען זיין אביסל אנדערש ביי יעדן איינעם, אבער דער עיקר איז צו זיין קאנסעקווענט. סיי ווען מ'עסט, און סיי צו מאכן איבונגען יעדן טאג אפילו נאר פאר פינף צען מינוט.

און אודאי די דריי כללים וואס דו רעכנסט שפעטער אויס; פת שחרית, טרינקען גענוג וואסער, און נישט עסן שנעל.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.

אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.

כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
אויב מאכט מען גרויסצוגיגע פלענער (וואס איז רוה מאל איבערגעטריבן און אומנויטיג) איז אודאי שווער זיך גובר צו זיין, אבער טאמער ווייסט מען וואס און וויאזוי מ׳טוט, און מ'לויפט נישט ארויף דעם לייטער, גליטשט מען זיך אויך נישט אויס אזוי שנעל.
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:20 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:17 pm מורא'דיג. לא פשוט. דו זאגסט געוואלדיגע @נקודת טובות.

אבער, לאמיר נישט פארגעסן אז דער עיקר וואס פעלט איז לכאורה נישט עדיוקעישן. נאר "מ'קען זיך נישט גובר זיין אויף די תאוות"! זייער פשוט.

כנלענ"ד. הלואי זאל מען דאס קענען טוישן... אפילו ביי מיר אליינס.
און אויף דעם קריג איך אינגאנצען.
עס איז יא דער עדיוקעשן, ווען מען פארשטייט וואס מען טוט איז אסאך גרינגער זיך גובר צו זיין.
👍
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

בן רבינו האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm ווייסט איינער וועלעכע עקסערזייס א מאן קען טון ביי זיך אינדערהיים וואס וועט העלפען פארלירן וואג?
ס׳איז דא זייער אסאך עקסערסייזעס וואס מ׳קען טון סיי וואו אן קיינע ספעציעלע מאשינען און צוגעהערן. ווי למשל:
  • push-up
    Burpee
    squat
    lunge
    Mountain climber
    sit-up
    plank
    Jumping jacks
    Leg Raises
    Glute Bridge
    Donkey Kicks
    Oblique Crunches
    Single-Leg Glute Bridges
    Froggers
    High Knees
    Extended Leg Pulses
    Hip Bridges
    Bicycle Crunches
    Bird Dog Crunches
    Side Plank Dips
    V-Ups
און פון די אלע סארטן קען מען מאכן גרינגע און שווערע, (פון push-ups אליינס איז דא צען פופצן מינע וועגן), און אויב אנפאנג איז איינס שווער קען מען ביז א וואך צוויי מאכן צוואנציג מאל אזויפיל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3059
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3975

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך וואוילער »

נו, ווערט גיבט בעסיק אינסטראקשנס אויף די אלע זאכן.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 272
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 175

Re: עקסערסייז ביי מענער

פאוסט דורך שמעלקא »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:15 pm נו, ווערט גיבט בעסיק אינסטראקשנס אויף די אלע זאכן.
דא ברענגט ער א פי-די-עף פון 'מכון א מחיה' מיט גאנץ גוטע אינסטרוקציעס אין אידיש אויף טייל עקסערסייזעס.
שרייב פאוסט