רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא, בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011

איינער פון די תקופות ביי כלל ישראל איז באקאנט אלץ דער תקופות הזוגות.
די תקופת הזוגות האט זיך געצויגען פאר ארום צוויי הונדערט יאר בימי בית שני. כלל ישראל איז געפירט געווארן דורך די סנהדרין און בראש הסנהדרין זענען געווען געשטעלט צוויי פון די גדולי הדור.
די תקופות הזוגות איז געקומען צו אן ענדע מיט די הסתלקות פון די צוויי גדולי הדור שמעיה און אבטליון וואס זיי זענען פאררעכנט צו זיין דאס לעצטע זוג. הגם זייערע תלמידים הלל ושמאי זענען אויך געווען די מנהיגי הדור, איז עס שוין נישט געווען אויף די מהלך פון די פריערדיגע זוגות. און צום סוף איז הלל הזקן אויפגענומען געווארן איינער אליינס אלץ נשיא פון כלל ישראל.
די גמרא פארציילט אז הלל הזקן איז אויפגענומען געווארן אין די עלטערע יארן אלץ נשיא ווען ער איז ארויפגעקומען עולה רגל זיין, און עס האט זיך געמאכט א שאלה ביי די בני בתירא בנוגע ערב פסח שחל בשבת. און וויבאלד קיינער האט נישט געוויסט צו ענטפערן נאר הלל, האט מען אים אויפגענומען אלץ נשיא.
נאך די הסתלקות פון הלל הזקן האט מען געזוכט ווער עס זאל ממלא מקום זיין, און וויבאלד ער איז געווען מזרע דוד המלך האבן חז''ל געהאלטען אז דאס איז אן ענין פון שלטון וואס מוז איבערגיין צו די אייניקלעך פון דוד המלך ממילא האט זיין זין שמעון איבערגענומען די נשיאות נאך זיין פטירה.
שמעון איז געווען די ערשטע פון א רונדע שמעונ'ס אין די שושלת המשפחה אין די דורות שלאחריו. ער האט געדינט אלץ נשיא נאר פאר א קורצע תקופה, וויבאלד זיין טאטע הלל האט זוכה געווען צו אן אריכות ימים דערלעבענדיג 120 יאר. און ממילא איז שוין שמעון געווען היבש אלט ווען ער האט איבערגענומען. און ווי אויך איז נישט באקאנט קיינע מימרות פון אים בש''ס.
נאך שמעון האט איבערגענומען זיין זין רבן גמליאל הזקן.
ביז רבן גמליאל הזקן איז נישט געווען די סדר צו רופן די חכמים מיט א לשון רבי/רבן א שטייגער ווי שמאי, הלל, שמעיה, אבטליון, שמעון בן שטח, יהודה בן טבאי וכו'. נאר בימי רבי גמליאל שנתמעטו הלבבות ופחתה חכמת בני אדם האט מען אנגעהויבען מיט טיטלען.
נאך די פטירה פון רבן גמליאל הזקן האט איבערגענומען זיין זין רבן שמעון בן גמליאל הראשון. רבן שמעון בן גמליאל איז געווען די נשיא אין די יארן פארן חורבן הבית. שפעטער איז ער ג'הרג'עט געווארן דורך די רומיים אלץ איינער פון די עשרה הרוגי מלכות.
נאכן הריגה פון רבן שמעון בן גמליאל הזקן, האט זיך אפגעשטעלט די נשיאות פאר עטליכע יאר, און רבן יוחנן בן זכאי איז געווען די אום-אופציעלער מנהיג פון כלל ישראל, און אונטער זיין זייגער איז ליידער די בית המקדש חרוב געווארן.
נאך די פטירה פון רבן יוחנן בן זכאי, איז איבערגעפרישט געווארן די נשיאות ביי די אייניקלעך פון דוד המלך, און עס איז אויפגענומען געווארן רבן גמליאל בן רבן שמעון בן גמליאל מעשרה הרוגי מלכות. דער רבן גמליאל ווערט אנגערופן רבן גמליאל דיבנה, כדי אים אפצוטיילען פון זיין זיידע רבן גמליאל הזקן.
דער רבן גמליאל דיבנה איז דער באקאנטער רבן גמליאל פון ש''ס. אים האבן חז''ל מעביר געווען פון די נשיאות נאך זיין אנגייענדע מחלוקה מיט ר' יהושע. ער איז געווען דער רבן גמליאל וואס האט אפגעטיילט ר' אליעזר פון די איבריגע חכמים כמבואר באריכות בבבא מציעא אודות התנור. און ער איז דער רבן גמליאל וואס איז געווען א חבר מיט ר' אליעזר, ר' יהושע, ר' אלעזר בן עזריה, ר' עקיבא וואס די גמרא פארציילט פון זיי אסאך מאל.
ער איז געווען דער נשיא אין גאר א שווערע תקופה ביי כלל ישראל, וואס איז געווען אין די יארן נאך די צוזאמפאל פון די מרד בר כוכבא. וואס דאס איז אין די היסטאריע באצייכענט אלץ איינער פון די שווערסטע אויב נישט די שווערסטע תקופות וואס כלל ישראל איז נאר אריבער.
נאך די פטירה פון רבן גמליאל דיבנה האט איבערגענומען זיין זין רבן שמעון בן גמליאל השני, אבער איז נישט תיכף אויפציעל אויפגענומען געווארן אלץ נשיא, וויבאלד די סנהדרין איז ליידער געווען אין זייער נישט א גוטן צושטאנד נאך די גרויסע ליידונגען פון די רוימישע עמפיריע, און איז דאן געווען ממש חרוב ונחרב. בסוף הדבר האבן חז''ל באוויזען צוריק צו ארגענעזירן די סנהדרין און ער איז אויפגענומען געווארן אלץ נשיא.

Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
ר' יהודה הנשיא איז געווען פון די פיפטע דור התנאים, און ווערט אנגערופן מיטן טיטל ''רבי'' און ווי אויך ''רבינו הקדוש''.
דער רמב''ם אין הקדמה לפירוש המשניות געבט אן די טעם וז''ל, והיה יחיד דורו ואחד בזמנו, איש שנמצאו בו כל החמודות והמידות הטובות עד שזכה בהם אצל אנשי דורו לקרותו רבינו הקדוש, ושמו יהודה, והיה בחכמה ובמעלה בתכליתם, כמו שאמרו מימות משה רבינו ועד רבי לא ראינו תורה וגדולה במקום אחד.
אין מסכת שבת זעהען מיר אז די נאמען רבינו הקדוש האט מען אים שוין גערופען בחייו, אמרו ליה לרבי מאי טעמא קראו לך רבינו הקדוש אמר להו מימי לא נסתכלתי במילה שלי ברבי מילתא אחריתי הוה ביה שלא הכניס ידו תחת אבנטו.
למעשה אין די גמרא ווערט ער געווענליך אנגערופען ''רבי'' און דאס איז פשוט וויבאלד ער איז געווען דער רבן של ישראל מיט זיין ששה סדרי משנה. ווי באקאנט האט ער די ששה סדרי משנה נאר מסדר געווען ווען ער האט געזעהן ווי די תורה ווערט ליידער פארגעסן מרוב הצרות. און אזוי אויך זענען זיינע תלמידים געווען די מסדרי הברייתאות א שטייגער ווי ר' חייא ור' אושעיא, וואס דאס האט אטאמאטיש געפירט אז אלע דורות נאך אים זענען פאררעכענט אלץ זיינע תלמידים.
ווען ר' יהודה הנשיא איז געבוירן געווארן איז געווען א גזירה מצד המלכות אז מ'טאר נישט מאכן מל זיין קיין קינדער. און זיין טאטע רבן שמעון בן גמליאל האט נישט געפאלגט, און האט יא מל געווען רבינו הקדוש.
ווען דער לאקאלער רוימישער פירער האט זיך פון דעם דערוויסט, האט ער געלאזט רופען רבן שמעון און אים פארגעהאלטען היתכן ער האט נישט אויסגעפאלגט. האט אים רבן שמעון ג'ענטפערט, אז דעם אויבערשטענס גזירות זענען ביי מיר שטערקער ווי דער קייסער'ס גזירות און ווען ער הייסט עפעס אנדערש ווי די תורה הקדושה, וועל איך אים נישט פאלגען!
האט אים די לאקאלער פירער געזאגט אז וויבאלד דו ביסט דער אידישער נשיא וועל איך דיר נישט הרג'ענען, נאר איך וועל דיר שיקען צום קייסער און ער וועט מחליט זיין וואס צו טוהן מיט דיר.
פאר ער איז געגאנגען צום קייסער, האט א שכינה א גויטע זיך אנגעטראגען פאר די מאמע פון רבינו הקדוש אז זי זאל נעמען איר קינד צום קייסער, און אזוי וועט דער קייסער זעהן אז 'ס'הויבט זיך נישט אן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט.
אנקומענדיג צום קייסער האט די קייסער געזעהן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט האט זיך אויפגערעגט אויפן לאקאלען פירער און האט אים פארגעהאלטן. האט אים די פירער געזאגט אז איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, אבער איך האב געזעהן מיט די אויגן אז דאס קינד איז גע'מל'עט. נאר וואס דען, זיין באשעפער מאכט אים כסדר ניסים, און ער האט יעצט נאכאמאל געמאכט א נס. אויף דעם האט די קייסער געזאגט אז אויב אזוי איז אפי' אויב איז אמת אז ער האט גע'מל'עט, וועל איך אים גארנישט טוהן וויבאלד ער איז סיי ווי א מלומד בניסים!
די גוי'שע קינד איז שפעטער אויסגעוואקסען צו זיין נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער אנטונינוס, די קייסער פון רוים מיט וועמען רבינו הקדוש האט געהאט גאר א שטארקע ידידות כמסופר בחז''ל כמה פעמים, און דאס איז אלעס געווען אדאנק די מעשה.

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
בבחינת גדול מרבן שמונקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm נאך שמעון האט איבערגענומען זיין זין רבן גמליאל הזקן.
ביז רבן גמליאל הזקן איז נישט געווען די סדר צו רופן די חכמים מיט א לשון רבי/רבן א שטייגער ווי שמאי, הלל, שמעיה, אבטליון, שמעון בן שטח, יהודה בן טבאי וכו'. נאר בימי רבי גמליאל שנתמעטו הלבבות ופחתה חכמת בני אדם האט מען אנגעהויבען מיט טיטלען.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
אמת. און נישט בבחינת, נאר אויף דעם זאגן עס ר' שרירא גאון והרמב''ם.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:26 pmבבחינת גדול מרבן שמונקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm נאך שמעון האט איבערגענומען זיין זין רבן גמליאל הזקן.
ביז רבן גמליאל הזקן איז נישט געווען די סדר צו רופן די חכמים מיט א לשון רבי/רבן א שטייגער ווי שמאי, הלל, שמעיה, אבטליון, שמעון בן שטח, יהודה בן טבאי וכו'. נאר בימי רבי גמליאל שנתמעטו הלבבות ופחתה חכמת בני אדם האט מען אנגעהויבען מיט טיטלען.
גיי זאג פאר די צייטונג שרייבער אז גדול מרבן שמו איז נישט קיין טיטעל. נאר דוקא פארקערט, גדול מרב רבי, וגדול מרבי רבן, וגדול מרבן שמו.
היינט שרייבט מען, הרב הגאון הגדול המפורסם גדול מרבן שמו ה''ה ר' פסח פוריםאוויטש... א מין חסרון ידיעה...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
לויט אסאך יודע ספרי היסטאריע רעדט מען פון פיר יאר נשיאות פון דעם הייליגן תנא רבן יוחנן בן זכאי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאכן הריגה פון רבן שמעון בן גמליאל הזקן, האט זיך אפגעשטעלט די נשיאות פאר עטליכע יאר, און רבן יוחנן בן זכאי איז געווען די אום-אופציעלער מנהיג פון כלל ישראל, און אונטער זיין זייגער איז ליידער די בית המקדש חרוב געווארן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
רבינו הקדוש איז געווען א תלמיד און מקבל געווען פון אלע גדולי הדור. ר' מאיר, ר' עקיבא, ר' יוסי, ר' שמעון בן יוחאי, ר' יעקב, ר' נתן, ר' אלעזר, ר' יהושע בן קרחה, רבן שמעון בן גמליאל, ר' יהודה. אלע אלע ווערן פאררעכנט צו זיין זיינע רבי'ס.
ווען עס איז געקומען די צייט פון רבן שמעון בן גמליאל צו גיין פון די וועלט, איז אויף זיין פלאץ אויפגענומען געווארן רבינו הקדוש.
ווי נאר רבינו הקדוש האט איבערגענומען דאס נשיאות האט ער תיכף געמאכט א מהפיכה ביי כלל ישראל. קודם כל מיטן מסדר זיין די משניות. וואס ביז דאן איז נישט געווען קיין קלארקייט צווישען די חכמים עס זענען נישט געווען קיין צוויי חכמים וואס זענען געווען בקי אין די זעלבע סוגיא, וואס איינער האט געקענט האט דער צווייטער נישט געקענט. און אויב האט זיך געמאכט אז צוויי חכמים זאלן יא האבן געלערנט פון זייערע רבי'ס די זעלבע סוגיא, איז עס געווען אנדערש איינער פון צווייטען און עס איז נתרבה געווארן מחלוקת מיט יעדן פארבייגייענדע טאג. די מצב איז געווען ממש איום ונורא!
רבינו הקדוש זעהענדיג ווי עס הערשט א סכנה פון שכחת התורה, האט צוזאמען גענומען אלע חכמים פונעם דור צו זיך אין ישיבה און זענען איבערגעגאנגען אלע שמועות וואס יעדער האט נאר געהערט פון זיינע רבי'ס. און ער פלעגט געבן פון זיין טאש א געהאלט פאר אלע חכמים אז זיי זאלן האבן מיט וואס צו לעבן ביז ווי לאנג די משניות ווערט מסודר. און נאך יארן שווערע הארוואניע האט רבינו הקדוש באוויזען אראפצושרייבען די משניות אז יעדער איינער זאל האבן צוטריט צו יעדע סוגיא, און ווי אויך אז די מחלוקת ביי כלל ישראל זאל זיך נישט פארמערן.
כלל ישראל האט בימי רבינו הקדוש געהאט היבש געשמאקע צייטן, די קרן התורה איז אויפגעהויבען געווארן אויף א שטאפעל וואס איז שוין נישט געווען יארן פריער, און דאס איז אלעס געווען צו פארדאנקען די גאר שטארקע ידידות וואס האט געהערשט צווישען רבינו הקדוש מיטן קייסער פון רוים.
רבי האט באקומען די שטאט טבריה פון אנטונינוס פריי פון שטייער, און אלע חכמים זענען אהין געגאנגען וואוינען.
די תלמידים וואס זענען געווען פון די מחברי משניות זענען געווען זיינע צוויי זוהן ר' שמעון און ר' גמליאל. און ווי אויך איז געווען ר' אפס, ר' חנינא בר חמא, ר' חייא, רב, ר' ינאי, בר קפרא, שמואל, ר' יוחנן, ר' הושעיא., ר' ישמעאל בן ר' יוסי, ר' שמעון בן אלעזר. די גבאי און מתרגם פון רבינו הקדוש האט געהייסען אבדן אדער אבא יודן ווי ער ווערט דערמאנט אין ירושלמי.
לויט ווי ר' שרירא גאון שרייבט האבן שוין עטליכע תנאים פראבירט אראפצושרייבען די משניות, און דאס האט געברענגט נאך מער צומישעניש, וויבאלד עס זענען געווען מערערע ווערסיעס משניות. און רבינו הקדוש האט דאס צוזאמען גענומען און אויסגעארבעט.
די גמרא פארציילט אז אנטונינוס האט זיך געבויט א טונעל פון אונטער זיין פאלאץ, וואס האט געפירט צו אונטער די הויז פון רבינו הקדוש, און אזוי פלעגט ער כסדר אריבער גיין צו רבינו הקדוש אינדערהיים, אנדעם וואס די גרויסע רעגירונג'ס באאמטע האבן דאס געקענט אויפכאפען.
אין חז''ל ווערט דערמאנט עטליכע מאל וואס די צוויי האבן זיך געטראפען, און ווי אויך פארציילט די גמרא אז אנטונינוס פלעגט משמש זיין רבינו הקדוש ווי א קנעכט, ער פלעגט אים ברענגן עסן געבן צו טרינקען, און האט זיך אפי' אראפגעבויגען אז רבינו הקדוש זאל טרעטן אויף אים ווען ער איז ארויף צו זיין בעט. רבינו הקדוש האט אים פארגעהאלטן אז עס פאסט נישט פאר קיין קעניג, און ער האט נישט געוואלט טרעטן אויף אנטונינוס מפני כבודו. האט אים אנטונינוס געזאגט אז הלואי זאל איך קענען זיין א קארפעט אויף וואס דו זאלסט טרעטן בעולם הבא!
אנטונינוס האט געגעבן אסאך געלט פאר רבינו הקדוש, כאטשיג רבינו הקדוש איז געווען אן עושר מופלג. כדי זיינע קינדער זאלן האבן גענוג פאר די שטייער'ן וואס זיי וועלן דארפן צאלן פאר די קעניג'ן נאך אים אין פאל זיי וועלן נישט זיין אזוי גוט צו זיי.
און ווען אנטונינוס איז געשטארבען האט רבי אויף אים זייער געוויינט.
נישט די גרויסע עשירות פון רבי און נישט זיין גרויסע פאזיציע, האט עפעס אויסגעמאכט אויף אים. נאר חז''ל זאגן אונז אז משמת רבי בטלה ענוה ויראת חטא. און ווי אויך האט רבינו הקדוש אויפגעהויבען די הענט פארן שטארבן און אויסגערופען רבונו של עולם גלוי וידוע לפניך שיגעתי בעשר אצבעותי בתורה ולא נהניתי אפילו באצבע קטנה!

קיין שום מקורות, די חוקרים שלאגען זיך ערגעץ צווישען 1-30 יאר... אבער אב''ד איז ער זיכער געווען, און דער ספרי רופט אים פרנס ארבעים שנה... די גמרא אליינס ווייסט נישט, נאר דאס זאגט די גמרא אז די לשון של זהורית איז נישט ווייס געווארן אין זיינע יארן אלץ נשיא... בנוגע משרבו המנאפים איז נישט קלאר ווען ס'איז געווען. עכ''פ יעדער האט א רעכט פאר א מיינונג, והא ראיה יעדער האט טאקע אן אנדערע מיינונג.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:32 pmלויט אסאך יודע ספרי היסטאריע רעדט מען פון פיר יאר נשיאות פון דעם הייליגן תנא רבן יוחנן בן זכאי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאכן הריגה פון רבן שמעון בן גמליאל הזקן, האט זיך אפגעשטעלט די נשיאות פאר עטליכע יאר, און רבן יוחנן בן זכאי איז געווען די אום-אופציעלער מנהיג פון כלל ישראל, און אונטער זיין זייגער איז ליידער די בית המקדש חרוב געווארן.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
פרנס און אב"ד זענען נישט נשיא.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:30 pmקיין שום מקורות, די חוקרים שלאגען זיך ערגעץ צווישען 1-30 יאר... אבער אב''ד איז ער זיכער געווען, און דער ספרי רופט אים פרנס ארבעים שנה... די גמרא אליינס ווייסט נישט, נאר דאס זאגט די גמרא אז די לשון של זהורית איז נישט ווייס געווארן אין זיינע יארן אלץ נשיא... בנוגע משרבו המנאפים איז נישט קלאר ווען ס'איז געווען. עכ''פ יעדער האט א רעכט פאר א מיינונג, והא ראיה יעדער האט טאקע אן אנדערע מיינונג.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:32 pmלויט אסאך יודע ספרי היסטאריע רעדט מען פון פיר יאר נשיאות פון דעם הייליגן תנא רבן יוחנן בן זכאי.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאכן הריגה פון רבן שמעון בן גמליאל הזקן, האט זיך אפגעשטעלט די נשיאות פאר עטליכע יאר, און רבן יוחנן בן זכאי איז געווען די אום-אופציעלער מנהיג פון כלל ישראל, און אונטער זיין זייגער איז ליידער די בית המקדש חרוב געווארן.
אגב נאך אן הערה. רבן גמליאל דיבנה האט מען נישט גערופן 'הזקן'.
אגב דאגב, ס'איז גארנישט זיכער אז שמאי און הלל ווערן נישט אנגערופן זוגות.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
אויפציעל נשיא איז נישטא קיין מקור!רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:37 pmפרנס און אב"ד זענען נישט נשיא.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:30 pmקיין שום מקורות, די חוקרים שלאגען זיך ערגעץ צווישען 1-30 יאר... אבער אב''ד איז ער זיכער געווען, און דער ספרי רופט אים פרנס ארבעים שנה... די גמרא אליינס ווייסט נישט, נאר דאס זאגט די גמרא אז די לשון של זהורית איז נישט ווייס געווארן אין זיינע יארן אלץ נשיא... בנוגע משרבו המנאפים איז נישט קלאר ווען ס'איז געווען. עכ''פ יעדער האט א רעכט פאר א מיינונג, והא ראיה יעדער האט טאקע אן אנדערע מיינונג.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:32 pm
לויט אסאך יודע ספרי היסטאריע רעדט מען פון פיר יאר נשיאות פון דעם הייליגן תנא רבן יוחנן בן זכאי.
אגב נאך אן הערה. רבן גמליאל דיבנה האט מען נישט גערופן 'הזקן'.
אגב דאגב, ס'איז גארנישט זיכער אז שמאי און הלל ווערן נישט אנגערופן זוגות.
וואו האב איך געשריבען הזקן אויף רבן גמליאל דיבנה?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:42 pmאויפציעל נשיא איז נישטא קיין מקור!רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:37 pmפרנס און אב"ד זענען נישט נשיא.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:30 pm
קיין שום מקורות, די חוקרים שלאגען זיך ערגעץ צווישען 1-30 יאר... אבער אב''ד איז ער זיכער געווען, און דער ספרי רופט אים פרנס ארבעים שנה... די גמרא אליינס ווייסט נישט, נאר דאס זאגט די גמרא אז די לשון של זהורית איז נישט ווייס געווארן אין זיינע יארן אלץ נשיא... בנוגע משרבו המנאפים איז נישט קלאר ווען ס'איז געווען. עכ''פ יעדער האט א רעכט פאר א מיינונג, והא ראיה יעדער האט טאקע אן אנדערע מיינונג.
אגב נאך אן הערה. רבן גמליאל דיבנה האט מען נישט גערופן 'הזקן'.
אגב דאגב, ס'איז גארנישט זיכער אז שמאי און הלל ווערן נישט אנגערופן זוגות.
וואו האב איך געשריבען הזקן אויף רבן גמליאל דיבנה?
מן הסתם א טייפאו...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאך די פטירה פון רבן יוחנן בן זכאי, איז איבערגעפרישט געווארן די נשיאות ביי די אייניקלעך פון דוד המלך, און עס איז אויפגענומען געווארן רבן גמליאל הזקן בן רבן שמעון בן גמליאל מעשרה הרוגי מלכות. דער רבן גמליאל ווערט אנגערופן רבן גמליאל דיבנה, כדי אים אפצוטיילען פון זיין זיידע רבן גמליאל הזקן.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
שכח פאראכטען.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:47 pmנקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:42 pmאויפציעל נשיא איז נישטא קיין מקור!רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:37 pm
פרנס און אב"ד זענען נישט נשיא.
אגב נאך אן הערה. רבן גמליאל דיבנה האט מען נישט גערופן 'הזקן'.
אגב דאגב, ס'איז גארנישט זיכער אז שמאי און הלל ווערן נישט אנגערופן זוגות.
וואו האב איך געשריבען הזקן אויף רבן גמליאל דיבנה?מן הסתם א טייפאו...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאך די פטירה פון רבן יוחנן בן זכאי, איז איבערגעפרישט געווארן די נשיאות ביי די אייניקלעך פון דוד המלך, און עס איז אויפגענומען געווארן רבן גמליאל הזקן בן רבן שמעון בן גמליאל מעשרה הרוגי מלכות. דער רבן גמליאל ווערט אנגערופן רבן גמליאל דיבנה, כדי אים אפצוטיילען פון זיין זיידע רבן גמליאל הזקן.
איך זיך שוין לאנג א קלארקייט מיט וואס איז הלל געווען מער נשיא ווי די זוגות פאר אים? סאיז נישט קלאר.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
ריכטיג, אבער כ'האב יא געזען עפעס. לאמיר זען צו איך וועל עס קענען טרעפן.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:54 pmשכח פאראכטען.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:47 pmנקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 11:42 pm
אויפציעל נשיא איז נישטא קיין מקור!
וואו האב איך געשריבען הזקן אויף רבן גמליאל דיבנה?מן הסתם א טייפאו...נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm
נאך די פטירה פון רבן יוחנן בן זכאי, איז איבערגעפרישט געווארן די נשיאות ביי די אייניקלעך פון דוד המלך, און עס איז אויפגענומען געווארן רבן גמליאל הזקן בן רבן שמעון בן גמליאל מעשרה הרוגי מלכות. דער רבן גמליאל ווערט אנגערופן רבן גמליאל דיבנה, כדי אים אפצוטיילען פון זיין זיידע רבן גמליאל הזקן.
איך זיך שוין לאנג א קלארקייט מיט וואס איז הלל געווען מער נשיא ווי די זוגות פאר אים? סאיז נישט קלאר.
שיינע ארבעט.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא, בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
אהה, שיין. כמים קרים על נפש עייפה. גוט און קלאר!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
די מעשה ווערט דערמאנט בקיצור אין תוס' אין מסכת ע"ז דף י' ע"א, ד"ה אמר ליה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:19 pm
ווען ר' יהודה הנשיא איז געבוירן געווארן איז געווען א גזירה מצד המלכות אז מ'טאר נישט מאכן מל זיין קיין קינדער. און זיין טאטע רבן שמעון בן גמליאל האט נישט געפאלגט, און האט יא מל געווען רבינו הקדוש.
ווען דער לאקאלער רוימישער פירער האט זיך פון דעם דערוויסט, האט ער געלאזט רופען רבן שמעון און אים פארגעהאלטען היתכן ער האט נישט אויסגעפאלגט. האט אים רבן שמעון ג'ענטפערט, אז דעם אויבערשטענס גזירות זענען ביי מיר שטערקער ווי דער קייסער'ס גזירות און ווען ער הייסט עפעס אנדערש ווי די תורה הקדושה, וועל איך אים נישט פאלגען!
האט אים די לאקאלער פירער געזאגט אז וויבאלד דו ביסט דער אידישער נשיא וועל איך דיר נישט הרג'ענען, נאר איך וועל דיר שיקען צום קייסער און ער וועט מחליט זיין וואס צו טוהן מיט דיר.
פאר ער איז געגאנגען צום קייסער, האט א שכינה א גויטע זיך אנגעטראגען פאר די מאמע פון רבינו הקדוש אז זי זאל נעמען איר קינד צום קייסער, און אזוי וועט דער קייסער זעהן אז 'ס'הויבט זיך נישט אן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט.
אנקומענדיג צום קייסער האט די קייסער געזעהן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט האט זיך אויפגערעגט אויפן לאקאלען פירער און האט אים פארגעהאלטן. האט אים די פירער געזאגט אז איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, אבער איך האב געזעהן מיט די אויגן אז דאס קינד איז גע'מל'עט. נאר וואס דען, זיין באשעפער מאכט אים כסדר ניסים, און ער האט יעצט נאכאמאל געמאכט א נס. אויף דעם האט די קייסער געזאגט אז אויב אזוי איז אפי' אויב איז אמת אז ער האט גע'מל'עט, וועל איך אים גארנישט טוהן וויבאלד ער איז סיי ווי א מלומד בניסים!
די גוי'שע קינד איז שפעטער אויסגעוואקסען צו זיין נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער אנטונינוס, די קייסער פון רוים מיט וועמען רבינו הקדוש האט געהאט גאר א שטארקע ידידות כמסופר בחז''ל כמה פעמים, און דאס איז אלעס געווען אדאנק די מעשה.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא, בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
וואו מקום מנוחת קדשו רבינו הקדוש?
אין די גמרא שטייט: תניא רבי מוטל בציפורי ומקום מוכן לו בבית שערים און רשיז"ל שרייבט קלאר: "רבי מוטל, בחליו בצפורי ומקום קברו מוכן לו בבית שערים". ד"ה ער ליגט אין בית שערים. ס'איז טאקע היינט דא א קבר אין בית שערים פאר רבינו הקדוש. דאס פלאץ איז אין א גאר אינטרעסאנטער הייל וואס זיי האבן לעצטענס אויסגעגראבן.
אין שיטה מקובצת שטייט אבער, וז"ל: "וקבלה בידי, שקברו [של רבינו הקדוש] בציפורי, ואני זכיתי והייתי על קברו". דארט אין ציפורי איז דא א גאנצע אוהל און א קבר.
סאו, וואו ליגט ער טאקע? און ווי אזוי קען דער שיטה מקובצת שרייבן 'ציפורי' ווען אין אין גמרא שטייט בפירוש בית שערים? האב איך געזען א תירוץ (כ'געדענק נישט אויף די מינוט ווער ס'זאגט עס) אז ס'אמת אז לכתחילה האט מען געדארפט לייגן רבינו הקדוש אין בית שערים, ווייל דארט איז געווען באשטימט א פלאץ פאר אים, אבער אזוי ווי ס'געווען ערב שבת און ער איז דעמאלס געווען אין ציפורי, האט ציפורי זוכה געווען עליו יניח צדיק את ראשו.
אין די גמרא שטייט: תניא רבי מוטל בציפורי ומקום מוכן לו בבית שערים און רשיז"ל שרייבט קלאר: "רבי מוטל, בחליו בצפורי ומקום קברו מוכן לו בבית שערים". ד"ה ער ליגט אין בית שערים. ס'איז טאקע היינט דא א קבר אין בית שערים פאר רבינו הקדוש. דאס פלאץ איז אין א גאר אינטרעסאנטער הייל וואס זיי האבן לעצטענס אויסגעגראבן.
אין שיטה מקובצת שטייט אבער, וז"ל: "וקבלה בידי, שקברו [של רבינו הקדוש] בציפורי, ואני זכיתי והייתי על קברו". דארט אין ציפורי איז דא א גאנצע אוהל און א קבר.
סאו, וואו ליגט ער טאקע? און ווי אזוי קען דער שיטה מקובצת שרייבן 'ציפורי' ווען אין אין גמרא שטייט בפירוש בית שערים? האב איך געזען א תירוץ (כ'געדענק נישט אויף די מינוט ווער ס'זאגט עס) אז ס'אמת אז לכתחילה האט מען געדארפט לייגן רבינו הקדוש אין בית שערים, ווייל דארט איז געווען באשטימט א פלאץ פאר אים, אבער אזוי ווי ס'געווען ערב שבת און ער איז דעמאלס געווען אין ציפורי, האט ציפורי זוכה געווען עליו יניח צדיק את ראשו.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
איך האב געזעהן די מעשה באריכות אין מנורת המאור, נאר איך האב עס פראבירט זוכן און נישט געטראפען.מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:40 amדי מעשה ווערט דערמאנט בקיצור אין תוס' אין מסכת ע"ז דף י' ע"א, ד"ה אמר ליה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:19 pm
ווען ר' יהודה הנשיא איז געבוירן געווארן איז געווען א גזירה מצד המלכות אז מ'טאר נישט מאכן מל זיין קיין קינדער. און זיין טאטע רבן שמעון בן גמליאל האט נישט געפאלגט, און האט יא מל געווען רבינו הקדוש.
ווען דער לאקאלער רוימישער פירער האט זיך פון דעם דערוויסט, האט ער געלאזט רופען רבן שמעון און אים פארגעהאלטען היתכן ער האט נישט אויסגעפאלגט. האט אים רבן שמעון ג'ענטפערט, אז דעם אויבערשטענס גזירות זענען ביי מיר שטערקער ווי דער קייסער'ס גזירות און ווען ער הייסט עפעס אנדערש ווי די תורה הקדושה, וועל איך אים נישט פאלגען!
האט אים די לאקאלער פירער געזאגט אז וויבאלד דו ביסט דער אידישער נשיא וועל איך דיר נישט הרג'ענען, נאר איך וועל דיר שיקען צום קייסער און ער וועט מחליט זיין וואס צו טוהן מיט דיר.
פאר ער איז געגאנגען צום קייסער, האט א שכינה א גויטע זיך אנגעטראגען פאר די מאמע פון רבינו הקדוש אז זי זאל נעמען איר קינד צום קייסער, און אזוי וועט דער קייסער זעהן אז 'ס'הויבט זיך נישט אן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט.
אנקומענדיג צום קייסער האט די קייסער געזעהן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט האט זיך אויפגערעגט אויפן לאקאלען פירער און האט אים פארגעהאלטן. האט אים די פירער געזאגט אז איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, אבער איך האב געזעהן מיט די אויגן אז דאס קינד איז גע'מל'עט. נאר וואס דען, זיין באשעפער מאכט אים כסדר ניסים, און ער האט יעצט נאכאמאל געמאכט א נס. אויף דעם האט די קייסער געזאגט אז אויב אזוי איז אפי' אויב איז אמת אז ער האט גע'מל'עט, וועל איך אים גארנישט טוהן וויבאלד ער איז סיי ווי א מלומד בניסים!
די גוי'שע קינד איז שפעטער אויסגעוואקסען צו זיין נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער אנטונינוס, די קייסער פון רוים מיט וועמען רבינו הקדוש האט געהאט גאר א שטארקע ידידות כמסופר בחז''ל כמה פעמים, און דאס איז אלעס געווען אדאנק די מעשה.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא - בעל מחבר הששה סדרי משנה ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=179נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:01 amאיך האב געזעהן די מעשה באריכות אין מנורת המאור, נאר איך האב עס פראבירט זוכן און נישט געטראפען.מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:40 amדי מעשה ווערט דערמאנט בקיצור אין תוס' אין מסכת ע"ז דף י' ע"א, ד"ה אמר ליה.נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:19 pm
ווען ר' יהודה הנשיא איז געבוירן געווארן איז געווען א גזירה מצד המלכות אז מ'טאר נישט מאכן מל זיין קיין קינדער. און זיין טאטע רבן שמעון בן גמליאל האט נישט געפאלגט, און האט יא מל געווען רבינו הקדוש.
ווען דער לאקאלער רוימישער פירער האט זיך פון דעם דערוויסט, האט ער געלאזט רופען רבן שמעון און אים פארגעהאלטען היתכן ער האט נישט אויסגעפאלגט. האט אים רבן שמעון ג'ענטפערט, אז דעם אויבערשטענס גזירות זענען ביי מיר שטערקער ווי דער קייסער'ס גזירות און ווען ער הייסט עפעס אנדערש ווי די תורה הקדושה, וועל איך אים נישט פאלגען!
האט אים די לאקאלער פירער געזאגט אז וויבאלד דו ביסט דער אידישער נשיא וועל איך דיר נישט הרג'ענען, נאר איך וועל דיר שיקען צום קייסער און ער וועט מחליט זיין וואס צו טוהן מיט דיר.
פאר ער איז געגאנגען צום קייסער, האט א שכינה א גויטע זיך אנגעטראגען פאר די מאמע פון רבינו הקדוש אז זי זאל נעמען איר קינד צום קייסער, און אזוי וועט דער קייסער זעהן אז 'ס'הויבט זיך נישט אן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט.
אנקומענדיג צום קייסער האט די קייסער געזעהן אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט האט זיך אויפגערעגט אויפן לאקאלען פירער און האט אים פארגעהאלטן. האט אים די פירער געזאגט אז איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר, אבער איך האב געזעהן מיט די אויגן אז דאס קינד איז גע'מל'עט. נאר וואס דען, זיין באשעפער מאכט אים כסדר ניסים, און ער האט יעצט נאכאמאל געמאכט א נס. אויף דעם האט די קייסער געזאגט אז אויב אזוי איז אפי' אויב איז אמת אז ער האט גע'מל'עט, וועל איך אים גארנישט טוהן וויבאלד ער איז סיי ווי א מלומד בניסים!
די גוי'שע קינד איז שפעטער אויסגעוואקסען צו זיין נישט קיין צווייטער ווי דער באקאנטער אנטונינוס, די קייסער פון רוים מיט וועמען רבינו הקדוש האט געהאט גאר א שטארקע ידידות כמסופר בחז''ל כמה פעמים, און דאס איז אלעס געווען אדאנק די מעשה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 313
Re: רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא, בעל מחבר הששה סדרי משנה - ט''ו כסלו ג'תתקנ''א
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 10:07 pm איינער פון די תקופות ביי כלל ישראל איז באקאנט אלץ דער תקופות הזוגות.
די תקופת הזוגות האט זיך געצויגען פאר ארום צוויי הונדערט יאר בימי בית שני. כלל ישראל איז געפירט געווארן דורך די סנהדרין און בראש הסנהדרין זענען געווען געשטעלט צוויי פון די גדולי הדור.
די תקופות הזוגות איז געקומען צו אן ענדע מיט די הסתלקות פון די צוויי גדולי הדור שמעיה און אבטליון וואס זיי זענען פאררעכנט צו זיין דאס לעצטע זוג. הגם זייערע תלמידים הלל ושמאי זענען אויך געווען די מנהיגי הדור, איז עס שוין נישט געווען אויף די מהלך פון די פריערדיגע זוגות. און צום סוף איז הלל הזקן אויפגענומען געווארן איינער אליינס אלץ נשיא פון כלל ישראל.
דאס איז לענ"ד נישט ריכטיג. אין מסכת חגיגה און נאך פילע פלעצער איז קלאר מבואר אז די זוגות זענען געווען איינגעטיילט: איינער איז געווען נשיא און דער צווייטער אב"ד. און די זעלבע איז געווען מיט הלל, וואס איז געווארן אויפגענומען אלס נשיא און מנחם אלס אב"ד, און נאך א קורצע תקופה איז מנחם געווארן אויפגעטוישט מיט שמאי הזקן כמבואר במסכת חגיגה.
איז דא א קראנטער, קלארער מקור אז הלל ושמאי זענען נישט געווען פון די זוגות?