לקדש שם שמים האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 8:55 pm
בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:04 pm
גראסערי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:00 am
פריווייטע סעללערס איז שווער צו אויסקלארן
אבער אפשר קומסטו אריין מיט פאקטן פון דיוועלאפערס וואס גרויס טייל האבן גענידערט די פרייזן?
דו קומסט מיט א גוטע ספין... זיי רעדן בעיקר פון פריוואט סעלערס וואס דארט איז געווען א געהעריגע שטח הפקר, מהאט געקענט בעטן וויפיל די הארץ באגערט און געטראפן קונים. דאס האט זיך געענדיגט.
דיוועלאפערס וואס ווילן זיין אין ביזנעס לאנג טוירם, זענען לימיטעד ווי משוגע מקען זיין און וויפיל מקען ארויפרוקן אומרעאליסטישע פרייזן.
איך וואלט געראטן דעם ציבור קודם דורכצוליינען יענעם ארטיקל איידערן עס אפפרעגן מיט זאכן שלא מן הענין..
ווער פונקטליך ספינט? (אפי ביסט גערעכט) וויפל פריוואטע סעלערס זענען דען דא אויף די מארקעט? די מארקעט היינט איז די דעוועלאפמענטס און דעס ווערט נאר טייערער און אלעס ווערט צוכאפט ווי גלייך מען טיילט בחינם...
וויפיל פריוואטע סעלערס סאיז מאכט נישט קיין סאך אויס.
דער הויפט פראבלעם וואס איז געווען איז געווען מיט די פריוואטע סעלערס ווען פאר א 7 רומיגע דירה אויף מירון מיט א אויפגעפיקסטע בוידעם האט מען געבעטן 1.4 מיליאן, פאר א 4 רומיגע אלטע דירה וואס מדארף אריינלייגן געלט צו קענען וואוינען דערין האט מען געבעטן 550 טויזנט, פאר א 5 רומיגע בעיסמענט דירה וואס מדארף אראפגיין איינס אהאלב שטאק שמאלע סטעפס אן קיין פענסטערס האט מען געבעטן 580, פאר א 9 רומיגע דירה פון 3000 ס"פ האט מען געבעטן 1.2 מיליאן, (אלעס עכטע זאכן!) און אזוי ווייטער און ווייטער.
"דאס" איז געווען דער עיקר פראבלעם, און "דאס" איז מער נישטא.
פארוואס איז עס מער נישטא? אההה... דאס ברענגט צום אויספיר אז דער מארקעט האט זיך בא --- פיר אויס!.... יאפ! בארואיגט!
אין א זייטיגע נאטיץ, זייטיג ווי א ערבה אויפ'ן לולב הושענא רבה, ממש זייטיג, זענען געוויסע דעוועלאפמענטס אויך אראפ... און אלע האבן זיך ארויסגעלאזט פונעם שוואונג ווען מ'האט ארויפגערוקט פרייזן מיט אומגעפער הונדערט אלפים א יאר...
איז אפילו אן דעם וואס מ'זאל אראפגיין... אויב בלויז האט מען אויפגעהערט ארויפגיין מיט הונדערטערס פער יאר, הייסט דאס נישט בארואיגט?
און יעצט א נאטיץ ממש נאכמער זייטיג ווי פריער... דו האסט נישט געליינט דעם ארטיקל צו וואס דו באציסט זיך, און דו קענסט זיך נישט אויס מיט די דירות מארקעט אין קרית יואל (מ'רעדט נישט פון קרית זית רענן וואו דו גרייטסט זיך צו מופן)... אבער נעמסט אנטייל אינעם שמועס מיט ציין און נעגל...
זאלסט נישט ברוגז זיין, אבער דאס איז ביליגע טראליזם.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.