מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:33 pm
@מסתמא בנוגע דיין נקודה אז מענטשן דולדן נישט צו הערן אז דער שייטל איז א "דיעבד".
ערשטנס, ס'איז נישט קיין ערשטמאליגע זאך, ס'איז דא אסאך אזעלכע זאכן ביי כלל ישראל. לאמיר נעמען א פיצי משל. טויזנטער אידן דאווענען נאך זמן תפלה, און זיי ווייסן אז ס'איז א דיעבד. וועגן דעם זאל מען עס מאכן אויס דיעבד? נישטא אזא הו"א. א דיעבד בלייבט א דיעבד.
צווייטנס, ס'איז נישט שייך צו פארלייקענען אז דער שייטל איז אריינגעקומען פון א הונטער טירל, מחמת א שווערע מצב היהדות. ס'איז נישט שייך צו פארלייקענען אז "אונזערע עלטערן" מיט 4 דורות צוריק זענען "נישט" געגאנגען קיין שייטלען. ס'איז נישט שייך צו פארלייקענען אז רוב היינטיגע שייטלען זענען נישט דאס וואס מ'האט דערויף דן געווען בכלל. ס'איז נישט שייך צו לייקענען אז דער שלטי גיבורים איז נישט פארענטפערט געווארן אלס פשוט פשט אין די גמרא, נאר דורך די וואס לערנען אריין בדוחק גדול אז ער רעדט פון צוגעדעקט.
סוי פארוואס זאגט מען דאס אויס? ווייל מ'האט עס פארלייקנט מחמת דעם טעם וואס דו שרייבסט, און ס'האט געברענגט פארקערטע רעזולטאטן. פוק חזי. גיי קוק. בעסער געזאגט גיי נישט און קוק נישט... ס'איז א איסור צו קוקן... ס'איז א גרויל.
ממילא איז געקומען די צייט צו פארציילן דעם אמת. יא, ס'איז א דיעבד, והבו דלא לוסיף עלה! דאס איז זייער א דערהערבארע זאך ביי כלל ישראל.
דריטנס, פרעג דיך נאך, אין באבוב זאגט דער רב שליט"א אפיציעל דעם שפראך, שוין לאנג. אז אלס קינדער און חסידים פון צאנז איז דאס ביי זיי באמת אסור לגמרי, נאר, מחמת המצב וכו', ממילא זאל עס כאטש נישט זיין וכו' וכו'.
און ב"ה, עס האט נישט געשאדט נאר אסאך אויפגעטון, כפי השמועה.
בנוגע ערשטנס. זמן תפילה איז נגד ההלכה הפסוקה בשו”ע, משא”כ שייטלען.
האסט פאפאסט מיין נקודה. איך זאג ס"ה אז "ס'איז יא דא אזא זאך" אז אידן טוען עפעס און זיי ווייסן אז ס'איז א דיעבד. און ס'איז נישט גורם צו ווערן ח"ו ארגער און בכל נישט דאווענען חלילה, נאר פשוט, מ'ווייסט דעם מציאות. ס'איז א דיעבד.
מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:58 pm
בנוגע צווייטנס, אויף די אלע פאקטן קען מען זיך דינגען בגדול און מדינגט זיך דערויף מיט ראיות ברורות. די שייטל איז אריינגעקומען צוזאמען מיט די גילוי שער ביי די גויטעס, לאנג בעפאר השכלה כמבואר בהפמ”ג והשלטי גיבורים גופא. סאיז פשוט נישט געווען בעפאר אבער כלל נישט בתורת איסור.
אין לי ידיעה מה אתה שח. ס'איז היינו הך. די אויפגעדעקטע האר ביי די גויטעס און להבדיל די השכלה ביי די אידן ר"ל, איז אלעס איין גרויסע געשעעניש. ס'האט פאסירט אויף איינמאל. די השכלה ביי די אידן איז געווען אן אפעקט פון די רעפארמיזם ביי די גויים, און דערפאר איז געווען דער גרויסער מחלוקות הצדיקים אויב נאפאליען זאל געווינען כידוע. טאקע דאס איז געווען דער נושא, ווייל די גוי'אישע רעפארמיזן האט געקאסט א פרייז פון השכלה ביי כלל ישראל.
דער שלטי גיבורים האמיר שוין גערעדט אז ס'איז געווען אויף א ספעציפישע מקום, און דארט זענען 'טייל' פרויען אזוי געגאנגען, נאך בעפאר ס'האט געהאט בכלל א היתר.
מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:58 pm
בנוגע דריטנס, רעדט איר פון באבוב וואס איז ווי א חסידישע קלויז/הויף משא”כ סאטמאר וואס איז מיוסד געווארן נאכן קריג אלץ א כלל קהילה און נישט אלץ קיין פריוואטע חסידות. והעיקר, אויב רעדט איר פון חומרת רבותיך, כל הכבוד. פארדריי נישט די הלכה ווייל איר ווילט ארויפצווינגען דעת רבותיך, זאג אז דאס האלטן מיר און דאס פארלאנגען מיר, טאקע ווי באבוב טוט.. (עקסטער קען מען שמועסן צו יעדע פסק פון גאליציע איז נתקבל געווארן בתפוצות אונגארן וואס דערויף איז די ענטפער ניין, דוגמת שטאפ גענז ועוד און דער שייטל איז איינס פון זיי).
עגעין, מיין נקודה איז אז דאס זאגן [דעם אמת] אז ס'איז א דיעבד האט נישט געשאדט נאר פארקערט.
און נאכאמאל בנוגע די הלכה, האלטן "רוב" פוסקים אז ס'איז אסור, ווי דער שבט הלוי שרייבט, און ווי בעלזר רב האט געזאגט, און דער שלטי גיבורים איז זייער זייער שווער אין די גמרא, און דער איינציגסטער וואס פארענטפערט אים איז נאר מיט'ן אריינקוועטשן אז ער מיינט צוגעדעקט.