עקסקלוסיוו - כשר'ער POM פליפ-פאון ארויס אויפ'ן מארקעט!

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:38 pm
אגב, פערזענליך האב איך פארגעשלאגן אז ס'זאל גיין ווי די קייסערא, אז די OK איז אלעמאל ווי א SEND קנעפל.
דעס איז צומאל טאקע גרינגער, אבער מאכט זיך אפט אז מען גיבט א שיק א מעסעדז בטעות פאר ס'איז גרייט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כהער... פאלט מיר יעצט ביי אז מ'דארף ווען טאקע צולייגן א UNDO אפציע פאר אפאר סעקונדן...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

די לעצטע צוויי טעג האב'ך אנגעפאנגען נוצן די קאלענדער, אריינצולייגן עווענטס, (גענוג געוועהן מיט זיך דרייען מיט 2 טעלעפאנס אין טאש).
אבער כ'האב מיך אנגעשטויסן מיט אסאך שוועריקייטן, כ'האף אז כאטש א חלק דערפון וועט שוין זיין פארראכטן אין די קומענדיגע אפדעיט [ווען קומט עס טאקע???]

אט זענען עטליכע:

ווען מ'וויל מישן צוריק עטליכע חדשים, קען מען נישט האלטן געדריקט די קורסער, עס קראכט.

אויב מ'מישט אוועק, און מ'מאכט צו די קאלענדער, ווען מ'קומט צוריק בלייבט עס אויפגעמישט ביים אלטן פלאץ און מ'ברויך צוריק מישן צום היינטיגן דאטום.
בשעת'ן שרייבן זעה איך אז ס'דא די אפציע פון Go to today, סאוי נישט געפערליך.

ווען מ'עפענט, איז עס ביי דיפאולט אויף די ערשטע טאג פונעם View, און מ'דארף פארן צום היינטיגן דאטום אדער נוצן טאטש.

נאכן עפענען די טאג, קען מען נישט רוקן אראפ און ארויף צווישן די עווענטס, מ'מוז טאטשן.
אויך קען מען נישט ריקן רעכטס און לינקס צו אנדערע טעג.

א דעיט פון די נעקסטע חודש, וואס מ'זעהט אויף די View קען מען נישט עפענען, מ'מוז ריקן קודם צום נעקסטן חודש.
אבער ריקן צו יענע טאג ריקט נאכנישט די וויו צום נעקסטן חודש, נאר מ'מוז פארן ביזן סוף פונעם ליין (למשל אויב ס'דא 5 טעג פון די נעקסטע חודש אין די יעצטיגע וויו).

כ'מיין אז דאס איז אלעס.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

המשך #2 פון די ליסטע הערות:

בשעת'ן מישן אין א טעקסט קאנווערסעישן, קען עס ווערן סטאק און ס'פארט נישט ווייטער, און אסאך מאל קען מען אויך נישט צוריק אראפ פארן, נאר דורכן דריקן אין די קעסטל צו טייפן א מעסעדז.
נאך א זאך, אנדערע מאל זעהט אויס ווי מ'איז שוין אנגעקומען צום העכסטן מעסעדז, אבער נאכן צוריק אראפ פארן קען מען ווייטער ארויף פארן מער.

די Manu אפציע אויפן סקרין, גיבט אפאר פלעצער אנדערע ליסט פון אפציעס ווי אויב מ'דריקט די Manu פיזיקל קנעפל.

ווען מ'דריקט אויף די אייקאן פון א קאנטעקט (למשל ביי ריסענט קאלס) עפענט זיך די קאנטאקט מיט א ריזיגע אייקאן וואס נעמט אויף כמעט די גאנצע סקרין, און די פאון נומבער איז קליין פון אינטן, און אויב האט ער עטליכע נומבערס דארף מען סקרולן נומבער ביי נומבער, מ'קען נישט זעהן מער ווי איינס אויפאמאהל.
און אויב גיבט מען א דריק אויפן אייקאן, עפענט זיך די פיקטשער אויפן גאנצן סקרין, יעצט קען מען נישט צוריקגיין מיט די בעק קנעפל, נאר מ'דארף נאכאמאל סעלעקטן די קאנטאקט.

נישט אזוי וויכטיג:
געווענליך די Speaker icon אויבן פון די סקרין איז אנדערש ווי די פשוט'ע אייקאן וואס ווייזט אז מ'רעדט יעצט אויפן טעלעפאון, עס זעהט אויס מער ווי א ספיקער.
משא״כ דא איז עס ממש די זעלבע, און אפאר מאל דויערט צו כאפן אויב מ'איז ארויף אויף ספיקער.

היות די פאון כאפט אויף אויב מ'איז אין א טונקעלע פלאץ, כדי צו מאכן די סקרין ווייניגער שיינעדיג, איז כמעט יעדע מאל וואס כ'עפן דאס אויף איז עס טונקל, לכאורה כאפט ער אויף די טונקעלקייט אפילו ווען ס'איז פארמאכט אין טאש.

ווען די אלארם קלינגט קען מען עס נישט געבן א שנעלע מאך שטיל מיט די דרויסנדיגע קנעפלעך... נו ווען די גאנצע שול שישקעט שוין... יעצט נעם ארויס די פאון און... יעדער לויפט זיך צאם "אה דו האסט די נייע פאון??? ס'איז גוט??״

מ'קען נישט מישן אינמיטן שפילן א וואויס נאויט, אדער אנפאנגען פון אנפאנג, אויב פארפאסט מען א ווארט דארף מען ארויסגיין פון די קאנווערסעישן און אנפאנגען נאכאמאל.

---
זאל'ך שרייבן די דיסקלעימער נאכאמאהל?
נע, יעדער ווייסט שוין.

נ.ב. א דאנק פאר @דער תהלים איד און @צפרא טבא פארן ארויסהעלפן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
צפרא טבא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 80

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm המשך #2 פון די ליסטע הערות:

בשעת'ן מישן אין א טעקסט קאנווערסעישן, קען עס ווערן סטאק און ס'פארט נישט ווייטער, און אסאך מאל קען מען אויך נישט צוריק אראפ פארן, נאר דורכן דריקן אין די קעסטל צו טייפן א מעסעדז.
נאך א זאך, אנדערע מאל זעהט אויס ווי מ'איז שוין אנגעקומען צום העכסטן מעסעדז, אבער נאכן צוריק אראפ פארן קען מען ווייטער ארויף פארן מער.
לכתחלה ווען מען האט ארויף געסקרולט ביי טעקסט האט זיך געסקרולט איין מעסעדזש אויף אמאל
און אויב איז געווען א לאנגע מעסעדזש האט עס געמאכט פראבלעמען צו ליינען ווייל אין די מעסעדזש האט מען נישט געקענט סקרולן נאר צום קומענדיגן אדער פאריגע
דאס האט מען ב"ה פאראכטן אבער פון די אנדערע זייט איז דא די פראבלעם וואס די האסט דא אויסגעשמוסט
און מיטן אייבערשטענס הילף וועט מען צו אלעס אנקומען
אוועיטער
צפרא טבא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 9:20 pm
x 80

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך צפרא טבא »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm המשך #2 פון די ליסטע הערות:

ווען די אלארם קלינגט קען מען עס נישט געבן א שנעלע מאך שטיל מיט די דרויסנדיגע קנעפלעך... נו ווען די גאנצע שול שישקעט שוין... יעצט נעם ארויס די פאון און... יעדער לויפט זיך צאם "אה דו האסט די נייע פאון??? ס'איז גוט??״
און וואס ענפערסטו?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm נישט אזוי וויכטיג:
געווענליך די Speaker icon אויבן פון די סקרין איז אנדערש ווי די פשוט'ע אייקאן וואס ווייזט אז מ'רעדט יעצט אויפן טעלעפאון, עס זעהט אויס מער ווי א ספיקער.
משא״כ דא איז עס ממש די זעלבע, און אפאר מאל דויערט צו כאפן אויב מ'איז ארויף אויף ספיקער.
אז דו רעדסט שוין פון ספיקער, איך האב די וואך אריינגעגעבן א ביטע פאר אן אנדערע אפדעיט צו מאכן, אז ווען ס'איז ספיקער זאל זיך די קאל נישט אראפלייגן ווען מען מאכט צו די פליפ.

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm היות די פאון כאפט אויף אויב מ'איז אין א טונקעלע פלאץ, כדי צו מאכן די סקרין ווייניגער שיינעדיג, איז כמעט יעדע מאל וואס כ'עפן דאס אויף איז עס טונקל, לכאורה כאפט ער אויף די טונקעלקייט אפילו ווען ס'איז פארמאכט אין טאש.
אויף די אינסטרוקשנס שטייט אז אלעמאל ווען ס'איז טונקל זאל מען דרוקט END און עס צינדט זיך צוריק אן (די ענד האקט נישט אראפ אזא צייט).

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm ווען די אלארם קלינגט קען מען עס נישט געבן א שנעלע מאך שטיל מיט די דרויסנדיגע קנעפלעך... נו ווען די גאנצע שול שישקעט שוין... יעצט נעם ארויס די פאון און... יעדער לויפט זיך צאם "אה דו האסט די נייע פאון??? ס'איז גוט??״
אוודאי קען מען. מיט די רעכטע SUB קנעפל.

נאכמער, ס'האט א געוואלדיגע הוספה, אז ווען דו דרוקסט דאס 2 מאל, איז עס אזוי ווי IGNORE און ס'גייט צום וואויסמעיל.

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm מ'קען נישט מישן אינמיטן שפילן א וואויס נאויט, אדער אנפאנגען פון אנפאנג, אויב פארפאסט מען א ווארט דארף מען ארויסגיין פון די קאנווערסעישן און אנפאנגען נאכאמאל.
אזוי ווי אלע פליפ פאון'ס, כמדומה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 5:53 pm אין די קומענדיגע אפדעיט [ווען קומט עס טאקע???]
היינט האט מיר יענער געטעקסט אז מען האלט עס נאך אויף, צו אריינריקן די הוספה פון SPEED DIAL ביז 999.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

צפרא טבא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:27 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm המשך #2 פון די ליסטע הערות:

ווען די אלארם קלינגט קען מען עס נישט געבן א שנעלע מאך שטיל מיט די דרויסנדיגע קנעפלעך... נו ווען די גאנצע שול שישקעט שוין... יעצט נעם ארויס די פאון און... יעדער לויפט זיך צאם "אה דו האסט די נייע פאון??? ס'איז גוט??״
און וואס ענפערסטו?
הא הא... ווענדט זיך די וויפילטע מאל דעם טאג מ'האט מיך אפגעשטעלט קוקן די נייע פאון.

יעדער וויל עס נאר זעהן פאר איין מינוט, פארשטיין די מעלות און חסרונות, וויסן וויפיהל ס'קאסט, וכו'.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:36 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm
היות די פאון כאפט אויף אויב מ'איז אין א טונקעלע פלאץ, כדי צו מאכן די סקרין ווייניגער שיינעדיג, איז כמעט יעדע מאל וואס כ'עפן דאס אויף איז עס טונקל, לכאורה כאפט ער אויף די טונקעלקייט אפילו ווען ס'איז פארמאכט אין טאש.
אויף די אינסטרוקשנס שטייט אז אלעמאל ווען ס'איז טונקל זאל מען דרוקט END און עס צינדט זיך צוריק אן (די ענד האקט נישט אראפ אזא צייט).
כ'רעדט נישט פון אויסגעלאשן, כ'רעדט פון ״דים״, די סקרין ווערט פארטונקלט אין א טונקעלערע פלאץ.
מ'קען עס גראדע אנשטעלן אז ס'זאל נישט געשעהן בכלל, אבער כ'האב עס יא ליב.
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:36 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm ווען די אלארם קלינגט קען מען עס נישט געבן א שנעלע מאך שטיל מיט די דרויסנדיגע קנעפלעך... נו ווען די גאנצע שול שישקעט שוין... יעצט נעם ארויס די פאון און... יעדער לויפט זיך צאם "אה דו האסט די נייע פאון??? ס'איז גוט??״
אוודאי קען מען. מיט די רעכטע SUB קנעפל.

נאכמער, ס'האט א געוואלדיגע הוספה, אז ווען דו דרוקסט דאס 2 מאל, איז עס אזוי ווי IGNORE און ס'גייט צום וואויסמעיל.
יעך רעדט פון די אלארם, נישט פון א קאלל.
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:36 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm מ'קען נישט מישן אינמיטן שפילן א וואויס נאויט, אדער אנפאנגען פון אנפאנג, אויב פארפאסט מען א ווארט דארף מען ארויסגיין פון די קאנווערסעישן און אנפאנגען נאכאמאל.
אזוי ווי אלע פליפ פאון'ס, כמדומה.
אויף די פיג פאון קען מען יא.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:18 pm

אה אה, אקעי, דאס דארף מען אריינגעבן פאר די חברה.

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:36 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:18 pm מ'קען נישט מישן אינמיטן שפילן א וואויס נאויט, אדער אנפאנגען פון אנפאנג, אויב פארפאסט מען א ווארט דארף מען ארויסגיין פון די קאנווערסעישן און אנפאנגען נאכאמאל.
אזוי ווי אלע פליפ פאון'ס, כמדומה.
אויף די פיג פאון קען מען יא.
אודאי, דורכ'ן 'וויש'...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 8:41 am
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 8:36 pm

אזוי ווי אלע פליפ פאון'ס, כמדומה.
אויף די פיג פאון קען מען יא.
אודאי, דורכ'ן 'וויש'...
נאפס, מ'גיבט א דריק אויף די אנפאנג, אדער אויף אן אנדערע פלאץ אינמיטן ווי מ'וויל יעצט הערן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
פינאנץ מיניסטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:29 am
Location: usa
x 112

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך פינאנץ מיניסטער »

POM האט זיך אפגרעידעט מיט א הערליכן וועבסייט מזאל קענען כאפן א בליק אויף די פאון און די פיטשערס וואס די פאון שטעלט פאר, מקען באשטעלן דעם פאון און באקומען דעליווערד.

https://pomkosher.com/
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך איך »

מיין פאון LG clasic האט זיך שוין ב"ה ענדליך צובראכן
בינעך שטארק מסופק וועלכע טעלפאון צו קויפן

קען מיר איינער אויסקלארן ווי עס האלט היינט די POM פאון
נאך וועלכע אפדעיט?
וואס זענען די מעלות כהיום ?
און וואס זענען די חסרונות כהיום ?
וואס זענען נאך אלס נישט פאראכטען?
וואס פלאנט מען נאך צו פארעכטן?
וכו'
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1327

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

איך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:31 pm מיין פאון LG clasic האט זיך שוין ב"ה ענדליך צובראכן

ליין שנעל אפ די לעצטע פאר בלעטער פון דעם טעמע וועסטו אלעס וויסן
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך איך »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:42 pm
איך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:31 pm מיין פאון LG clasic האט זיך שוין ב"ה ענדליך צובראכן
בינעך שטארק מסופק וועלכע טעלפאון צו קויפן

קען מיר איינער אויסקלארן ווי עס האלט היינט די POM פאון
נאך וועלכע אפדעיט?
וואס זענען די מעלות כהיום ?
און וואס זענען די חסרונות כהיום ?
וואס זענען נאך אלס נישט פאראכטען?
וואס פלאנט מען נאך צו פארעכטן?
וכו'
ליין שנעל אפ די לעצטע פאר בלעטער פון דעם טעמע וועסטו אלעס וויסן
איך דארף א סך הכל אויב איינער קען מאכן
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3729
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6032

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך וואוילער »

סך הכל:
ס'נישטא קיין גרויסע אויסוואל.
POM האט נאך אסאך לעכער, אבער ס'איז צום האפן אז זיי וועלן עס פאררעכטן ווי שנעלער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:29 pm סך הכל:
ס'נישטא קיין גרויסע אויסוואל.
POM האט נאך אסאך לעכער, אבער ס'איז צום האפן אז זיי וועלן עס פאררעכטן ווי שנעלער.
אלס א עצה פון א גוטע פריינט, וואס גייט מארגן נישט קלאפן דערויף יעצנו רע: אויב דו קומסט פון אן LG, קויף דעם POM און דו וועסט בענטשן דעם טאג וואס האסט עס געטון.

איך רעד יעצט אן די אפדעיט'ס וואס זיי פלאנען צו מאכן פאר פערפעקשאניזם, וואס רוב קאמפאניס טוען נישט בכלל... נאר אפילו אזוי וועט דיר דאס לייכטער מאכן דאס לעבן, און דו וועסט זיך וואונדערן ווער ס'האט בכלל באמערקט די מינדערוויכטיגע קאמענטס...

דאס זאג איך אלס א באנוצער פאר עטליכע חדשים.

ואגב, האב איך נעכטן באמערקט זייער א אינטערסאנטע זאך...

כהאב נעכטן אנגעשטעלט דעם אלארם וועקער זייגער, און ווי געווענליך נאכן סעיוון קומט ארויף א מעסעדזש "די אלארם איז געווארן אנגעשטעלט פאר 7 שעה ארום". (סתם א געוואלדיגע זאך וואס מאכט ס'זאל נישט געשען וואס ס'פעלט געשען ביי מיין קייסערא ל"ע... אז מ'שטעלט עס אן אויף PM אנשטאט AM...)

הפנים, זעה איך אז ער האט שוין געוויסט אינעם הונדטערגרינד אז אט אט גייט זיך דער זייגער א ריק טאן מיט א שעה... און... ער האט מיר דערציילט אז פון 12:28 ביז 7:30 געפאלט אויס דאסמאל צו זיין 8 שעה מיט 2 מינוט...
Screenshot 2023-11-05 133631.jpg
Screenshot 2023-11-05 133631.jpg (82.07 KiB) געזען געווארן 546 מאל
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך איך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:35 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:29 pm סך הכל:
ס'נישטא קיין גרויסע אויסוואל.
POM האט נאך אסאך לעכער, אבער ס'איז צום האפן אז זיי וועלן עס פאררעכטן ווי שנעלער.
אלס א עצה פון א גוטע פריינט, וואס גייט מארגן נישט קלאפן דערויף יעצנו רע: אויב דו קומסט פון אן LG, קויף דעם POM און דו וועסט בענטשן דעם טאג וואס האסט עס געטון.

איך רעד יעצט אן די אפדעיט'ס וואס זיי פלאנען צו מאכן פאר פערפעקשאניזם, וואס רוב קאמפאניס טוען נישט בכלל... נאר אפילו אזוי וועט דיר דאס לייכטער מאכן דאס לעבן, און דו וועסט זיך וואונדערן ווער ס'האט בכלל באמערקט די מינדערוויכטיגע קאמענטס...

דאס זאג איך אלס א באנוצער פאר עטליכע חדשים.
יישר כח
דעיס איז וואס איך וויל וויסן
די האלסט אז עס לוינט זיך צו צאלן 350 דאלער אין יעצט איז נישט דא עפעס בעסער?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15354

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צו ס'איז דא עפס בעסער, נישט א אייפאון?

איך מיין אז נישט, אבער איך בין ניש ממש אין די ליין צו קענען 'אלע' אפשענס, פרעג דאס דיין לאקאלע געשעפט.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1327

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

מיין עקספיריענס האב איך שוין דא אויך געשריבן אינעם עבר. איך בין ממש אויפגעראכטן געווארן מיט דעם פאון, איך פלעג מיך מוטשענען מיט די LG און איך בין מיך מחי' יעדן טאג איך האב עס.
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך איך »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:29 pm מיין עקספיריענס האב איך שוין דא אויך געשריבן אינעם עבר. איך בין ממש אויפגעראכטן געווארן מיט דעם פאון, איך פלעג מיך מוטשענען מיט די LG און איך בין מיך מחי' יעדן טאג איך האב עס.
יישר כח
אבער איז דא אויך עפעס וואס איז געווען בעסער מיט LG אין יעצט האסט עס נישט?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 687
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1327

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך בן תורה »

איך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:30 pm
בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:29 pm מיין עקספיריענס האב איך שוין דא אויך געשריבן אינעם עבר. איך בין ממש אויפגעראכטן געווארן מיט דעם פאון, איך פלעג מיך מוטשענען מיט די LG און איך בין מיך מחי' יעדן טאג איך האב עס.
יישר כח
אבער איז דא אויך עפעס וואס איז געווען בעסער מיט LG אין יעצט האסט עס נישט?
גוטע קשיא... אפילו אויב יא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען צום LG...

גראדע איין זאך. די פאון האט נישט קיין סאך ספיד דיילס. כמיין אבער אז מגייט עס צולייגן בקרוב
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 991
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 1021

Re: *ברעכנדע עקסקלוסיוו נייעס​* - כשר'ע POM פליפ פאון, אט אט!

פאוסט דורך איך »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:33 pm
איך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:30 pm
בן תורה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:29 pm מיין עקספיריענס האב איך שוין דא אויך געשריבן אינעם עבר. איך בין ממש אויפגעראכטן געווארן מיט דעם פאון, איך פלעג מיך מוטשענען מיט די LG און איך בין מיך מחי' יעדן טאג איך האב עס.
יישר כח
אבער איז דא אויך עפעס וואס איז געווען בעסער מיט LG אין יעצט האסט עס נישט?
גוטע קשיא... אפילו אויב יא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען צום LG...

גראדע איין זאך. די פאון האט נישט קיין סאך ספיד דיילס. כמיין אבער אז מגייט עס צולייגן בקרוב
יישר כח פאר די אינפארמאציע..
שרייב פאוסט