שייטלען אמאל און היינט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 189

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אני-הק' »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:00 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:46 pm די קאמפיין איז צום פינטל
יא? אז מרעדט גראבע שטותים? אז ווען א איד זעצט זיך לערנען די תורה זעהט ער אז מהאט געהאקט אין קאפ מיט שטותים והבלים? צעטלעך וואס ווערן ”נישט” דורכגעקוקט דורך די רבני ודייני מהר”א און קיינער נעמט נישט קיין אחריות ווען מקאנטאקט זיי צו פשוט איבערפרעגן אויף די לופטיגע סטעיטמענטס וואס די צעטלעך שטעלן אוועק?

גיב מיר די נאמען פונעם דיין וואס באשטעטיגט די צעטלעך און אירע ווילדע סטעיטמענטס וועמען כקען קאנטאקטן, ווייל וועמען כהאב פרובירט האט זיך אפגעשאקלט אז סהאט נישט מיט אים.
אז דו רעדסט פון זיך אפשאקלען, וועל איך דיר זאגן, אז ווען איך בין געגאנגען צו איין דיין נאכן צווייטן אנפרעגן א נושא (בענין געלט פון די רעגירונג ווען ס'האט א שייכות מיט אמונה), וואס מ'איז מקיל מער און מער דערין (ואכמ"ל), און איך בין פשוט געגאנגען פרעגן די דייני הקהילה צו ער האט עס מברר געווען און ס'איז נישט קיין פראבלעם, יעדעמ'ס תירוץ איז געווען, ס'האט גארנישט מיט מיר, פארלאז זיך נישט אויף מיר...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 4:55 am

גרארדע גאר א פאסיגע צושטעל.

ווייל ביי ביידע ענטפערט מען אזוי ווייל מען איז נישט אינטערסירט זיך צו מתוכח זיין על לא דבר...

אבער גראדע צו אונזער ענין איז די מעשה אנדערש, ווייל פילע דיינים האבן שוין געזאגט ברבים די זעלבע ווי די צעטלעך זאגן, און די זעלבע ווי האדמו"ר מהר"א האט שוין געזאגט. למשל הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א האט געזאגט עטליכע שיעורים איבער דעם, און קלאר ארויסגעברענגט אז די שייטלען וואס ס'קוקט אויס ווי מ'גייט אויפגעדעקט איז אסור לכל הדיעות להלכה.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך תינוק הבורח »

אני-הק' האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 4:55 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:00 am
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 10:46 pm די קאמפיין איז צום פינטל
יא? אז מרעדט גראבע שטותים? אז ווען א איד זעצט זיך לערנען די תורה זעהט ער אז מהאט געהאקט אין קאפ מיט שטותים והבלים? צעטלעך וואס ווערן ”נישט” דורכגעקוקט דורך די רבני ודייני מהר”א און קיינער נעמט נישט קיין אחריות ווען מקאנטאקט זיי צו פשוט איבערפרעגן אויף די לופטיגע סטעיטמענטס וואס די צעטלעך שטעלן אוועק?

גיב מיר די נאמען פונעם דיין וואס באשטעטיגט די צעטלעך און אירע ווילדע סטעיטמענטס וועמען כקען קאנטאקטן, ווייל וועמען כהאב פרובירט האט זיך אפגעשאקלט אז סהאט נישט מיט אים.
אז דו רעדסט פון זיך אפשאקלען, וועל איך דיר זאגן, אז ווען איך בין געגאנגען צו איין דיין נאכן צווייטן אנפרעגן א נושא (בענין געלט פון די רעגירונג ווען ס'האט א שייכות מיט אמונה), וואס מ'איז מקיל מער און מער דערין (ואכמ"ל), און איך בין פשוט געגאנגען פרעגן די דייני הקהילה צו ער האט עס מברר געווען און ס'איז נישט קיין פראבלעם, יעדעמ'ס תירוץ איז געווען, ס'האט גארנישט מיט מיר, פארלאז זיך נישט אויף מיר...
עס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן צו נעמען.
והמיקל נשען על קנה רצוץ.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

סזענען דא וואס ווילן אריינלייגן דעם שייטל אינעם איסור שער באשה ערוה, אז א שייטל ברענגט היהורים און דעריבער ווען א פרוי גייט מיט א שייטל ברעכט זי דורך די גדרי צניעות פון אן הינטערטירל.. והא ראיה די גויטע ווינדערט זיך אליינס מה זה ועל מה זה, וואס טוסטו דא אויף? מגייט כלומרשט מיט א שייטל אויסצושפילן די הלכה חלילה וחלילה... און זאגאר לויט טייל היינטיגע פרומע יונגעלייטלעך איז דאס ממש גאר נכלל אינעם איסור דאורייתא פון פרועת ראש ממש... איז צום ערשט לאמיר זעהן צו דאס איז בכלל געווען די נידון אין די פוסקים לאורך הדורות, לכו נא ונוכחה צו די דאזיגע טענות זענען נישט פשוטע עמי הארצות און אז דאס איז בכלל נישט געווען די טענות האוסרים במשך הדורות.

רובא דרובא פון די פוסקים אנגעהויבן פונעם מהר"י מינץ און דער באר שבע וואס ברענגט אראפ זיין כתב יד תשובה, און פון דארטן און ווייטער א גאנצע ליסטע פוסקים, דער עצמות יוסף, דער טאטע פונעם מהרי"ט אלגאזי, דער תשובה מאהבה, ר' הלל קאלעמייער זצוק"ל, דער תפארת ישראל, דער שו"ת הרי בשמים, מהרי"ל דיסקין, ועוד ועוד זענען בעיקר פארנומען מיט די פראבלעם פון מראית עין
אז מוועט חושד זיין אז די פרוי איז עובר אויפן איסור פון גילוי שערות רח"ל
וכידוע האבן שוין די גדולי הפוסקים פארענטפערט פארוואס די גדולי הפוסקים המתירים האבן זיך נישט גערעכנט מיט דעם חשש, עיין במגן גיבורים סימן ע"ה (להבעל שואל ומשיב וגיסו) ועוד כמה וכמה פוסקים עד היום הזה, ווי אויך אינעם ספר דת והלכה עמוד ט"ז להגאון מורינו הגר"מ שטערנבוך שליט"א. ועיין באיגר”מ חלק ב’ סימן י”ב.

און דא לאמיר נאכברענגען עטליכע לשונות הפוסקים אז דאס באדייט טאקע מראית עין פון די פוסקים: די ענין פון חשד און נישט די ענין פון ראיות אסורות. איז קודם כל פשוט המפורסמות אין צריך ראיה אז ווען דאס זאל ווען זיין א לשון מושאל אויף עפעס אסאך הארבער פון סתם חשד וואלט מען עס געדארפט טרעפן געהעריג קלאר מבואר אין די לשונות הפוסקים, און מיר טרעפן דאס נישט.
(יא, מיר טרעפן א דעה יחידאה ממש, שטראסבורגער רב מחדש זיין אט דעם חידוש אין שו”ת קנין תורה חלק א’ סימן י”א, אבער ער זאגט דארט קלאר ארויס אז דאס איז זיין אייגענעם חידוש און אז קיינער פון די פוסקים ביז אים האט דאס נישט אזוי אפגעלערנט ועיי”ש)
וז”ל המגן גיבורים (בסימן ע”ה): (אין באצוג צום באר שבע) וגם גוף דבריו לחוש בפאה נכרית משום מראית העין לענ”ד ברבים שנהגו כן לא שייך מראית העין דלא חשידי.. ועיין ביו”ד סימן קמ”א סעיף ד’ בהג”ה, וכ”ש בזה דכל הנשים נהגו כן האיך אפשר דכולו יעברו על דעת משה ויהודית וכו’ וע”כ ישפטו הכל שהוא פאה נכרית ע”כ.
וז”ל המפורסמת של הגר”מ שטערנבוך שליט”א (דת והלכה עמוד ט”ז): (ער שרייבט דא בדעת הפוסקים האוסרים) אמנם הפוסקים הוסיפו טעם לאסור פאה נכרית מדינה משום מראית עין וכן הורה רבינו הגה”ק הגרי”ל דיסקין זצ”ל וכמבואר בהגהותיו, אבל אנן לא נוכל לדון לאסור משום מראית עין אלא כפי הפאות שבזמננו ואין לדיין אלא מה שעיניו רואות, ואם לעינינו נדמה שניכרת תו אין לחוש. אבל העיקר שקל וחומר בן בנו של קל וחומר כעת שרבו הנשים בפאות נכריות הלא במראית עין לא יתלה כלל ששערותיה פרועות רק ידמה שיש לה פאה נכרית ולא אתו להתיר איסור גילוי שערות כלל, וכ”ש במקום שאם שוב מסתכלין היטב מוצאים תיכף שיש לה באמת פאה נכרית וא”כ היום תו אין לאסור משום מראית עין מהאי טעמא גופא שרבו כ”כ הפאות נכריות היום שיש לתלות בהוא כמו שכתבתי ע”כ.
האמיר דא קלאר מבואר אפגעלערנט די חשש מראית עין כפשוטו, אזויווי יעדער בר בי רב דחד יומא וואלט עס אפגעלערנט בלי פשעטלעך ודריידלעך, ודלא כהאצעטעלעך.

על כל פנים, אבער דאס אויבנדערמאנטע פראבלעם אז סזאל זיין נכלל אינעם איסור תורה, אדער עכ"פ עס אסר'ן מדרבנן אלץ דת יהודית און זאגן אז דאס איז צוליב דעם זעלבן טעם פון שער באשה ערוה... לא ראינו ולא מצינו שום אחד מגדולי הפוסקים וואס זאל זאגן דאס. און אפילו די פוסקים ווי דער יעב"ץ און דער חת"ס וואס ברענגט אראפ דעם דברי היעב"ץ און דער דברי חיים ועוד זיי זאגן אויכעט בלויז דאס לשון "דת יהודית" אן צו מסביר זיין א טעם פארוואס זיי האלטן אז פאה נכרית זאל זיין נכלל אין דת יהודית.. אבער עכ"פ די טעם פון שער באשה ערוה אז א שייטל זאל ברענגען הירהורים, דאס טרעפן מיר נישט.
דער איינציגסטער גדול וואס דערמאנט בכלל אזא סארט סברה און ער זאגט עס אויכעט נאר בדרך אפשר און אויכעט נאר לולי דברי רש"י, וואס פון רש"י (כתובות ע"ב) איז קלאר מוכח אנדערש און דערפאר בלייבט ער טאקע נישט ביי דעם, דאס איז דער שו"ת חסד לאברהם (מהדורא תניינא אהע"ז סימן פ"ז). עכ"פ די סברה רווחת ביי די גדולי האוסרים גופא איז געווען צוליב אנדערע טעמים און נישט אז א שייטל זאל זיין אסור צוליב ערוה.

אגב, דער ישועות יעקב (שו"ע סימן ע"ה) וואס אסר'ט אויכעט די פאה נכרית אלץ מראית עין, אינעם סוף פון זיינע ווערטער וויל ער מחדש זיין בדרך אפשר צוליב א דיוק אין די משנה אין כתובות (ע"ב) אז פאה נכרית זאל זיין נכלל אינעם איסור תורה פון גילוי שערות צוליב די דאורייתא פון ופרע את ראש האשה. אבער דאס איז אויכעט נישט צוליב שער באשה ערוה מסברת עצמו נאר צוליב א דיוק אין די משנה אז דאס איז נכלל אינעם גזירת הכתוב פון כיסוי ראש בנשים נשואות.
(ואגב דער פרי מגדים (סימן ע"ה) אלץ דעם זעלבן דיוק ווייזט אויף אז ביי פאה נכרית גייט ניטאמאל אן קיין דת יהודית אויכעט נישט ואכמ"ל.. סזענען דא וואס ווילן גאר זאגן אז דער ישועות יעקב מיינט גאר צו זאגן די זעלבע ווי דער פרי מגדים און קלערט דערמיט גאר אפצופאלן פון זיין איסור אויף פאה נכרית אז סאיז ניטאמאל שייך מראית העין אויכעט נישט ואכמ"ל). ווען איר וועט זעהן נאכברענגען אז א שייטל איז מעגליך א חשש דאורייתא באציט מען זיך צו אט דעם ישועות יעקב וואס זאגט עס אויכעט נאר בדרך אפשר צוליב א דיוק און נישט מסברת עצמו. עכ"פ די זענען די איינציגסטע מראי מקומות צו זאגן אז די פאה נכרית זאל אפשר זיין בגדר איסור תורה פון ופרע את ראש האשה.

נאך געפונען מיר א געדרוקטע דרשה די ווערטער פון הגה"ק מהרי"ד מבעלזא זצוק"ל (קונטרס דיבורים קדושים מהשו”ב דמאקאווא) וז"ל: כל מי שלומד בשו"ע ביראת שמים רואה שאין חילוק בשערות עצמם לפאה נכרית הנקרא שייטל וכו’ וכל הגדולים שלמדו ביראת שמים גם כן פסקו כן ע"כ. פון די דאזיגע ווערטער קען מען אפשר אויכעט דרייען אז סזאל נאר זיין אסור מדרבנן אבער לאמיר עס לאזן ביי דעם אז הגה"ק מהרי"ד מבעלזא איז דער איינציגסטער גדול בישראל במשך כל הדורות פון פארדעם און נאכדעם וואס זאגט בודאות אז א שייטל איז אסור מטעם שער באשה ערוה און ופרע את ראש האשה ואין חילוק בין שערות לפאה כלל...
(טראצדעם וואס בין דבריו זאגט ער אז נאך גדולים האבן אזוי גע'פסק'נט טרעפן מיר דאס נישט, דעריבער איז מער מסתבר אז דער בעלזער רב אסר’ט עס אלץ אנדערע טעמים ווי דת יהודית כדמשמע מדבריו להלן ווי ער ברענגט נאך די פריש געדרוקטע הגהות חת”ס על השו”ע וואס דער חת”ס זאגט קלאר די טעם לאיסור ”דלא עדיף מקלתה" דהיינו דת יהודית ובפירוש נישט קיין דאורייתא, וואס דאס טרעפן מיר יא אנדערע גדולי ישראל פסק'נען אזוי).

עכ"פ האבן מיר א מעגליכע נישט מסתבר’דיגע שיטה יחידאה פון הגה"ק מהרי"ד מבעלזא אז פאה נכרית זאל זיין אסור מדאורייתא צוליב ופרע את ראש האשה מסברת עצמו (הגם סאיז נישט משמע אזוי) מיט אן אפגעפאלענע הוה אמינא פונעם חסד לאברהם וואס לולי דברי רש"י וואלט ער ווען אזוי געזאגט מיט א ספק’דיגע אפשר אינעם ישועות יעקב געבויעט אויף א דיוק במשנה און בפירוש נישט אויף קיין אייגענע סברה.

ומידי דברי בו איז דא גאר פאסיג אראפצוברענגען די גאר בפירושע דיבורים פונעם פוסק הדור אין אונגארן דער בעל לבושי מרדכי זצוק”ל (תלמיד גדולי תלמידי החת”ס, בשו”ת לבושי מרדכי מהדורא תניינא יו”ד סימן קס”ח) וז”ל: ומ”מ מה שכתב כת”ה שהוא דאורייתא לא אדע מי מן הפוסקים אחרונים יסבור כן, דבמסכת כתובות (ע”ב) פריך במגמרא דמה שאמרו במתניתין בדת יהודית ”פרועת ראש דאורייתא! מדתני דבי ר’ ישמאל ופרע ראש האשה מכאן אזהרה וכו’” פשיטא דקאי על פרועת ראש ממש, וכי אשה שיש לה פאה נכרית לא צריך להסיר ממנה הכהן בעת ההוא??! ע”כ.
זעהען מיר דא קלאר פונעם לבושי מרדכי אז לא עלה על דעתו ממש אז עס עקזיסטירט בכלל אזא דעה אז פאה נכרית זאל זיין אסור אלץ ופרע את ראש האשה און די איינצעלנע מקומות וואס מיר געפונען דאס יא איז דאס בודאי נישט קיין חשש דאורייתא להלכה נאר ווערט בלויז אויסגעשמועסט להגדיל תורה ולהדירה. ואגב, איר האט פארשטאנען זיין באמבע תמיה.. אז די חידוש אז פאה נכרית זאל זיין א דאורייתא איז א חומרא האתי לידי קולא.. ווייל א סוטה וועט נישט געברויכן מער ווי א פאה נכרית...
און דאס אז די דעת האוסרים זענען בודאי נישט מדאורייתא ווערט שוין מחוזק אין די דברי פוסק דורינו בעל שבט הלוי (שו”ת חלק ה’ סימן קצ”ט) וז”ל: (ווען ער באציט זיך צו די אוסרים) ויש מהם שאסרו זה מדין דת יהודית ממש... ע”כ. מער פון דעם איז נישטא.

יעצט לאמיר זעהן פארוואס טאקע די אנדערע הונדערטער פוסקים סיי די אוסרים און סיי די מתירים ברענגען נישט די טעם פון שער באשה ערוה צו אסר'ן פאה נכרית מסברה... די גויטע טענה’ט דאך אז א שייטל מיט האר איז היינו הך...

א ווייל נניח אז דרשינן טעמא דקרא לחומרא (וואס אויף דעם גופא טוט זיך שוין אין די פוסקים לרחצה צו מזאגט דאס בכלל..), וואס ווי געברענגט פונעם לבושי מרדכי וועט דאס אין אונזער פאל ברענגען לידי קולא, אז א סוטה וועט אנהייבן גיין מיט א שייטל... קומט דאך אויס אז דאס איז בכלל נישט דרשינן לחומרא. נניח אז מיר זאלן יא דא דרש’נען לחומרא (על הצד סאיז א חומרא..), איז דרשינן טעמא דקרא לחומרא לכל הדיעות בלויז געזאגט געווארן במקום וואס די טעמא דקרא איז קלאר מבואר אדער אין פסוק אדער עכ”פ אין די דברי חז”ל... אבער צו גיין לערנען חומש רש”י און כסדר צולייגן שטיקער צו די תורה געבויט אויף טעמים וואס מיר טרעפן נישט קלאר בדברי חז”ל אדער כאטש במדרש אגדה אזאנס קען נישט געמאלט זיין לדברי הכל, ולא ראינו מושג כזה בדברי השו”ע והפוסקים.

ב ווייל סאיז קלאר מבורר אין די ראשונים, ובשו”ע ווערן אט די דאזיגע ראשונים אנגענומען הלכה למעשה, אז די טעם האיסור פון שער באשה ערוה איז אך ורק געבויט אויף די פסוק פון ופרע את ראש האשה, און די טעם איז קלאר נישט וועגן האר אויפן קאפ פון א אשה איז גורם הירהור וגירוי לאנשים.
נארוואסדען, איינמאל סאיז אסור גילוי שערות מאיזה טעם שהוא אט דאס גופא מאכט אז ווען א פרוי איז עובר דערויף זאל זי גורם זיין היהורים (עיין מהר”ש קלוגער בשנות חיים סימן ע”ה).

והנה בשו”ע או”ח סימן ע”ה סעיף ב’ איז קלאר מבואר בדברי המחבר (ניטאמאל אין הג”ה) די דאזיגע ווערטער וז”ל: שער של אשה שדרכה לכסותו אסור לקרות כנגדו (הג”ה אפילו באשתו) אבל בתולות שדרכן לילך פרועות הראש מותר ע”כ.
לכאורה וואלט מען געדארפט דא ווערן אויפגעשוידערט.. וואו איז דאס מבואר אין חז”ל אז די איסור פון פרועת ראש בנשים איז נאר באשת איש און נישט בבתולות? אז דער מחבר זאל זאגן אזאלעכע אפענע דיבורים: בתולות דרכן לילך פרועת ראש??! פון וואנעט האט זיך געשאפן אזא דרך?? אין גמרא ברכות (כ”ד) שטייט דאס לשון שער באשה ערוה, און אין גמרא כתובות (ע”ב) שטייט דאס לשון הזהרה לבנות ישראל שלא לילך פרועות ראש, אן קיין שום חילוק צו מחלק זיין בין אשת איש לבתולה.. אתמהה!!
נו, לאמיר קוקן צו דאס איז דער מחבר’ס אייגענעם חידוש... די ענטפער איז ניין, דער מחבר אין ב”י בויט דעם דאזיגן דין אויף 3 גדולי הראשונים, דער מרדכי, הגהות מיימונית און דער רא”ש. און דערויף פארלאזט זיך גאנץ כלל ישראל. און דא האט איר די לשונות הראשונים:
וז”ל המרדכי (ברכות כ”ד פ): וכתב ראבי”ה כל הדברים שהזכרנו למעלה לערוה, דוקא בדבר שאין רגילות להגלות אבל בתולה הרגילה בגילוי שער לא חיישינן דליכא הירהור.. ע”כ.
וז”ל הגהות מיימונות (רמב”ם הלכות קרי”ש פרק ג’ סעיף ט”ז אות ס): וכל אלה דוקא שאין רגילות להגלות אבל בתולה הרגילה בגילוי שער לא חיישינן דליכא הירהור.. ע”כ.
וז”ל הרא”ש (ברכות כ”ד אות ל”ז): אמר רב ששת שער באשה ערוה, בנשים שדרכן לכסות שערן אבל בתולות שדרכן לילך פרועות מותר לקרות כנגדן ע”כ. אויף די דאזיגע דברי הרא”ש שרייבט דער תו”ס יום טוב אין דברי חמודות על הרא”ש (געדריקט אין יעדע גמרא על הרא”ש) וז”ל: וה”ה לשערות שמחוץ לצמתן שאינו מתכסה אין חוששין להן מפני שהוא רגיל בהם ולא טריד, ב”י בשם הרשב”א ע”כ. ( ער צייכנט צו צום ב”י בשם הרשב”א, אלץ דעם זעלבן טעם וואס דער רשב”א גיבט אויף שערות חוץ לצמתן גיבט דער דברי חמודות בדעת הראש אויף בתולות, אז מפני שהוא רגיל בהם איז נישט שייך דערביי הירהור וגירוי).
נו אויב אזוי, האבן מיר דאך די זעלבע גאר הארבע תמיה אויף די דברי ראשונים כמאלכים אליינס.. מהיכן דנתנו???
אלא מאי, מוז מען צוקומען צו א חילוק ברור בדעת הראשונים אז מאיזה טעם איז געווען א דבר פשוט פאר די ראשונים אז האר איז אנדערש ווי אלע אנדערע ערות דוגמת קול באשה, ושוק באשה וכו’ וואס ביי יענץ לא ראינו ולא מצינו היתר אפילו במקום שרח”ל נהגו כן, משא”כ בשער אשה. די דערמאנטע דברי הראשונים פיגורירן ביי הלכות קרי”ש במסכת ברכות אבער כמעט אלע אחרונים ברענגען דאס אראפ אין אהע”ז (סימן כ”א סעיף ב’) און זענען דערמיט מדחיק דברי המחבר להתיר גילוי ראש ביי בתולות ועל סמך פסק זה איז זיך כלל ישראל נוהג להלכה למעשה עד היום אז מיידלעך גייען בגילוי ראש.
און אפילו דער מג”א וואס איז דער איינציגסטער מחדש אז בתולות דארפן גיין בקליעות שער (צוליב די סתירת המחבר, און מפירט זיך נישט אזוי להלכה) מיט דעם אלעם זעהען מיר דאס לשון דא אין מג”א (סימן ע”ה סק”ג) וז”ל: ומכל מקום צריך לומר דפנויה לא מתאסרה מדאורייתא, דאי תימה דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסורה לילך דמהכא ילפינן בכתובות (פרק ז’) דלא תלכנו בנות ישראל פרועות ראש, אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמידת צנועות הוא לבתולות שלא לילך כן (פי’ בפרועות ראש, רק בקליעות) ע”כ. זעהען מיר דאך דא דברים ברורים אז האר איז נישט אסור אלץ שער באשה ערוה נאר די גאנצע טעם האיסור איז אלץ דעם גזירת הכתוב פון ופרע את ראש האשה וואס איינמאל א אשה נשואה טאר שוין נישט גיין בגילוי ראש מגזירת הכתוב און עמיצער איז עובר דערויף רח”ל בלויז דאן איז שייך די גאנצע ענין פון הירהורים, ובאופן כזה טאר מען נישט ליינען קרי”ש פארנט פון איר.

אלץ ראיה צו מחלק זיין צווישן שער אשה און אלע אנדערע ערות ברענגט הרה”ג ר’ אליעזר פאללאק מחבר שו”ת פרי אליעזר בקובץ אור ישראל, אז לעולם פארוואס ברענגט די גמרא אין כתובות (ע”ב) א ראיה שלא תלכנה בנות ישראל פרועות ראש פון די פסוק ופרע את ראש האשה.. מיר האבן דאך די גמרא ברכות (כ”ד) אויסגערעכנט שער באשה ערוה צווישן די אנדערע ערות וואס מלערנט ארויס פון די פסוקי שיר השירים.. אלא מאי, פון דאס גופא אז די גמרא באגענוגט זיך נישט דערמיט און ברענגט צו נאך א פסוק איז א ראיה מוכחת אז שער באשה ווערט נאר אן ערוה ביי אן אשה נשואה, און ער וויל זאגן אז דאס איז געווען די ראיות הראשונים לחלק. עכ”פ, סאיז קלאר אז האר איז נישט אין ליניע מיט אלע אנדערע ערות.

יעצט נאכדעם וואס מיר זענען קלאר אין די שיטת הראשונים, הרא”ש, והמרדכי, וההגהות מיימונית איז שוין גאר פארשטענדליך די דברי רש”י במסכת כתובות (ע”ב) אויף די גמרא פון ופרע את ראש האשה, מכאן אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפרוע ראש, וז”ל רש”י (ד”ה אהזהרה): ומדעבדינן לה הכי לנבלה מידי כנגד מידי כמו שעשתה להתנאות על בועלה מכלל דאסור, אי נמי, מדכתיב ופרע מכלל דההוא שעתא לאו פרועה הות, שמע מינה אין דרך בנות ישראל לצאת פרועות ראש, וכן עיקר ע”כ. יעצט פאר יעדער וואס לערנט אפ די גמרא ווינדערט זיך פארוואס רש”י בלייבט נישט מיט זיין ערשטע פשט, וואס איז שלעכט צו זאגן אז זי האט גורם געווען הירהור וגירוי מיט איר האר און דאס אויפדעקן איר האר איז אן ענין מידה כנגד מידה אזוי ווי די אנדערע זאכן וואס מטוט צו א סוטה מידה כנגד מידה. נאר ווי מיר פארשטייען שוין יעצט קלאר איז די נושא פון פרועת ראש ביי אן אשה מצד עצמה לאו דוקא גורם הירהור וגירוי לאנשים אם דרכן בכך, נאר די תורה הייסט אונז אזוי סייווי, און דעריבער זאגט רש”י וכן עיקר אויפן צווייטן פשט וואס זאגט אז פרועת ראש איז אסור ווייל אזוי זאגט די תורה בלי טעם. (ועיין בישועות יעקב אבה”ז סימן כ”א סעיף ב’ מנכדו קרוב לזה).

די ווערטער וואס מאנכע לעצטיגע עסקנים’לעך ווילן שטיפן אז אלע ראשונים ואחרונים האבן זאגאר פארשטאנען מיט א פשטות אז די טעמא דקרא פון די אסור גילוי שערות בנשים איז צוליב דעם טעם פון גורם זיין הירהור וגירוי לאנשים, איז ווי פארשטענדליך שווער דורכצוגיין יעדע מראי מקום וואס זיי ברענגען אבער מיר האבן בעיקר צוויי לשונות הראשונים און דער לשון התרומת הדשן וואס ווערט נאך פאררעכנט לויט טייל ווי א ראשון. והנה,
ז”ל הריטב”א (כתובות ע”ב ד”ה ראשה פרוע דאורייתא וכו’): פי’ רש”י ז”ל מדכתיב ופרע מכלל דמעיקרא מכוסה היה ועוד דכיון דאמרה תורה לפרוע ראשה כדי לנבלה מכלל דפרועת הראש פריצות הוא באשה ע”כ.
וז”ל הפסקי רי”ד (שבת נ”ז): שאין דרכה לאשה לגלות שערה משום פריצות ע”כ.
איז אזוי, קודם איז פשוט אז דער ריטב”א ברענגט בס”ה נאך שיטת רש”י ככתבו וכלשונו בס”ה מיט עטליכע שינויים, ער מקדים די מאוחר און ער פירט נישט אויס מיט רש”י’ס וכן עיקר, והעיקר ער לייגט צו א לשון פריצות וואס מיר זעהען נישט אין רש”י הנדפס לפנינו.. די תירוץ דערויף איז גאנץ פשוט ווי אסאך ברענגען שוין, אז ווען מאיז מעיין אין שיטה מקובצת און אין נאך ראשונים טרעפן מיר אנדערע ווערטער פון רש”י אראפגעברענגט אויף די דאזיגע סוגיא וואס איז נישט געדריקט אין רש”י שלפנינו וכנראה איז געווען פארן ריטב”א דער מהדורא קמא פון רש”י. סיכום, די גאנצע לשון פריצות איז מיוסד אויף די דברי רש”י וואס רש”י גופא נוצט נישט אויף למעשה דאס לשון, והעיקר רש”י פסק’נט למעשה נישט ווי די דאזיגע פשט, נאר אלץ גזירת הכתוב.
יעצט דער פסקי הרי”ד אויף כתובות איז געדרוקט געווארן דעם ערשטן מאל מכתב יד בשנת תשכ”ג, איז דאך קלאר אז די פוסקים האוסרים פאה נכרית לאורך הדורות האבן זיך נישט סומך געווען אויף דעם פסקי הרי”ד פשוט ווייל זיי האבן דאס נישט געהאט.
ועל כולם והוא העיקר, נניח אז מיר זאלן דא אוועקשטעלן א מחלוקת הראשונים צווישן דעם ריטב”א און דער פסקי הרי”ד וואס לערנען אפ די איסור פון שער באשה ערוה אלץ הירהור וגירוי לאנשים. ומצד שני זאלן מיר האבן דעם רא”ש, מרדכי, והגהות מיימונית, ורש”י וואס זעהען נישט אין שער באשה ערוה קיין הירהור וגירוי לאנשים בדרכן בכך, זענען דאך די דאזיגע ראשונים די אויף וועלכע אלע אחרונים פארלאזן זיך וכן הוא המנהג רווחת בכל תפוצות ישראל אז מיידלעך גייען יא בפרועת ראש.. איז אויב ווילט איר אוועקשטעלן פרועת ראש אלץ חשש הירהור וגירוי, דאן לא הנחת מקום לבת ישראל בתולה לילך בפרוע ראש.. סאיז ברור אז מיר זענען נישט חושש דערצו.

אבער דער אמת איז אז דא איז נישט דא קיין שום מחלוקת אלץ צוויי טעמים אויס
א] ווייל דאס ווארט פריצה איז בכלל נישט גוט אפגעטייטשט געווארן, א פריצה באדייט א חצופה, א פרוי וואס פייפט אן די איסור תורה בריש גלי במלא המובן, אט דאס באדייט א פריצה! גארנישט מיט הירהור וגירוי צו טון.
ב] או יאמר לתרץ הלשון פריצה בראשונים הנ”ל, מיר טרעפן בדברי האחרונים מסביר זיין א סברה אז טראצדעם וואס שערות גופא ברענגט נישט קיין הירהור וגירוי, דאס עצם אבער זעהן א פרוי וואס איז עובר אויף אן איסור תורה ברבים ובריש גלי, אין אונזער פאל אויף די איסור פרועת ראש, אט דאס גופא ברענגט היהורים וגירוי.
וכזה מצינו בהגר”ש קלוגער (שנות חיים תשובה ט”ז) וז”ל: (להסביר האיסור פאה נכרית לדעתו) ואם כן המג"א מיירי בזמנו ובפרט בזמן הש"ס שהיו רובן הנשים כשרות ולא הוה דרכן לילך בגילוי שער שלהן לכך מותר בפאה נכרית שלא יבואו לידי הירהור דמידי ידעי דאין השערות שלהם וכו' אבל בעוונותינו הרבים בזמן הזה הרבה פרוצות שהלכון בכוונה בשער שלהם אם כן אף ההולכות בפאה נכרית מה מהני זה, הרי הרואה לא ידע והוא סבר דשלה הוא וכו' וסוף סוף יבא לידי פריצות והירהור ע"כ. זעהען מיר דאך קלאר אז הגר”ש קלוגער האט פארשטאנען אז די הירהור וגירוי קומט פון דאס עצם ציזעהן א פרוי עובר זיין אויף אן איסור תורה און בכלל נישט אז די שערות גופא איז גורם סיי וועלכע הירהור וגירוי.
ג] והאחרון והוא העיקר, איינמאל סאיז דא א חיוב מטעם איסור דאורייתא כסיית הראש בלי טעם ווערט עס א דרכן לכסותן במילא איז שייך דערביי הירהור וגירוי.

און מיר טרעפן קלאר מבואר בדברי האחרונים די יסוד אז די עצם האר ברענגט נישט קיין הירהור וגירוי מצד עצמן, עיין בחיי אדם לגבי שערות גויה דליכא בזה הירהור כיון שאינה מוזהרת לכסות שערה ע”כ, ועיין עוד בחזון איש (ט”ז ח’ ד”ה ובשער) לגבי אשה שאינו מכירה וראשה פרוע דליכא בזה הירהור וגירוי אלא משום לא פלוג אסור לקרות כנגדה קרי”ש ע”כ. ובעצם פשוט הוא בשו”ע אבה”ז (סימן ס”ה) דאסור להסתכל בפני הכלה אבל מותר בפרועת ראשה עיי”ש.

ס”ה לאמיר עס מסכם זיין זייער קלאר. האר מצד עצמו איז נישט גורם קיין הירהור וגירוי כמבואר בכל מקום בראשונים ואחרונים.
וז”ל הגר”מ שטערנבוך שליט”א (דת והלכה עמ' ט”ז): ומהאחרונים שדנו שגילוי שערות מביא לידי הירהור וכבגדי צבעונים שלה וזה הוא שורש חיוב כיסוי ראש באשה וא”כ אפילו יש עלה פאה נכרית כיון שאינו מכיר מיד שזה הוא פאה הלא בא לידי הירהור ומהאי טעמה גופא פירשו דלא מהני פאה נכרית שמחייבת לכסות אפילו הפאה נכרית שלה, אבל מטעם זה אין לאסור בזמנינו כלל שאי שורש האיסור גילוי שערות מפני שמהרהר בה, בזמננו שכל הנשים פרועות רח”ל אין מהרהר כלל.. והוה לן להתיר לגמרי איסור פריעת ראשה בזמן הזה? רק יסוד החיוב משום צניעות שלא תהא כפרוצה וכמבואר בתרומת הדשן סימן י’ (איר זעהט וויאזוי מלערנט אפ דעם לשון התרומת הדשן, פריצה באדייט אז זי גייט נישט בצניעות און נישט אז דאס איז גורם הירהורים) ואם מתקנת שערה בדרך צניעות בפאה נכרית מפני דת יהודית דלא כרוב העולם יש בזה גופא משום צניעות וא”כ נראה להתיר בזמן הזה מדינה אפילו להפוסקים שאסרו שבזמננו אם אשה נזהרת לכסות ראשה בצניעות בפאה נכרית יש בזה משום דת יהודית ולכן שרי מדינה ע”כ.

א סברה וואס מיר געפונען יא צווישן די אחרונים, געברענגט אויבן פון הגר”ש קלוגער אז ווען א פרוי איז עובר אויף גילוי שערות, דאס עצם עובר זיין ברענגט הירהורים, אבער סאיז נישט די שערות מצד עצמו נאר איינמאל די תורה האט עס גע’אסר’ט בלי טעם און א פרוי איז עובר דערויף דאס גופא ברענגט הירהורים. פשוט, ווען סאיז דרכן לכסותן איז דא דערביי הירהור וגירוי.

יעצט, די טעם התורה פארוואס נשים נשואות דארפן גיין בכיסוי הראש איז נישט מבואר אין ערגעץ און מקען זאגן וועלכע טעם מוויל, ס”ה איז מען מחיוב דערין מדאורייתא ווי יעדע אנדערע חיוב דאורייתא פון די תרי”ג מצוות.
די טעמים קען מען שפעקולירן, מעגליך אז די תורה פארלאנגט א צניעות יתירה פון אן אשת איש. מעגליך אז די תורה פארלאנגט פונעם אשת איש אליינס אז זי פאר זיך זאל האבן א דערמאנונג אז זי איז אן אשה נשואה, אן דעם וואס עמיצער אנדערש זאל מבחין זיין אין די כיסוי. סשטייט נישט מפורש קיין טעם, דאס איז אבער יא מפורש איבעראל אז האר מצד עצמו ברענגט נישט קיין הירהורים.
ווי דער חזון איש האט געזאגט אויף פאה נכרית אז מקען זיך נישט קריגן דערויף מיט סברת הכרס איבער א זאך וואס איז נישט מפורש לאיסור און די גמרא וראשונים ע”כ און אפילו דער ישועות יעקב וואס איז דער אחד המיוחד וואס איז מסופק אז פאה נכרית זאל זיין א דאורייתא איז דאס אויכעט בלויז צוליב א דיוק בהמשנה און נישט אלץ אייגענע סברה, אזא סברה געפונען מיר נישט אפילו להאוסרים אז פאה נכרית זאל זיין אסור צוליב דעם וואס עס איז גורם זיין הירהור וגירוי.

און נאך דאס אלעס ביז אהער, לאמיר צוריקומען צו די דברי הגאון הגאון ר’ אהרן וירמש דער גדול התלמידים און ממלא מקום פונעם שאגת אריה אין מעץ וואס ער שרייבט בספרו מאורי אור (נדרים ל, ובשבת סד), דאס וואס איז שוין יעצט ביי אונז א דבר פשוט, וז”ל: וגם החוש מכחיש דשער אינו מעורר הירהור כגילו שוק וקול זמר, והלא לא אסרו לקרות כנגד פנים יפות אלא ע"כ שער נאסר מטעם כמוס שליטת הקליפה. ואינו תמהון דוקא במחובר, וכמו בשער אשה מונח לפניו אינו כלום וכמה דברים שלא נגלו טעמם אלא טעמם ונימוקם עמם.

ועיין עוד בשו”ת אז נדברו (חלק י”ב סימן מ”א) וז”ל: ואבאר את זה, דנראה ממכתבו שהבין כמו רבים דענין פאה נכרית כשר ומלבושי צניעות הוא כאילו שזה הדיון.. זאת אומרת דגם האיסור דפרועת ראש באשה אינו מוכרח שזה רק בגלל צניעות אלא ככל התורה שיש עוד טעמים שנעלמו מאיתנו, והראיה שלפי הזוהר אסור גם בחדרי חדרים ומשמע אפילו אין שם שום איש, היא מוזהרת שלא יצאו השערות מחוץ להכיסו וכו’ ולזה ברור הוא שהשערות של הפאה לא הוה כהשערות הטבעיים שלה ויש לזה מעלה שאפשר לקיים בקל דברי הזוהר וכו’ ולענין טפח באשה ערוה לענין דבר שבקדושה שזה בודאי אינו אלא משום טרדת הלב אפילו הכי שערות של אשת איש גויה לא הוה ערוה.. וכן בבתולה.. הרי שגם המציאות נשתנתה כיון שאין איסור עליה להסוברים (פי’ אז א מיידל דארף זיך נישט צודעקן די האר), דאינו מועיל בכיסוי הראש שום מנהג
ולמה בבתולה או שהיא אינה מוזהרת (פי’ א אינו יהודית) מותר (לקרות קרי”ש כנגדה)???
אלא כיון שאין עליה איסור אין טרדת הלב. בקיצור, הדיון בפאה נכרית הוא מדיני אהע"ז ולא משום צניעות בלבד ע"כ.

סך הכל, האר אויפן קאפ פון א אשה איז בגדר אצבע קטנה, וואס טראצדעם וואס המסתכל עליו איז עובר על איסור תורה, עם כל זה איז נישטא קיין חיוב צו אפשניידן די אצבע קטנה.. דאס צודעקן די האר איז אן עקסטערע חיוב, קיין שייכות נישט מיט די חלק ההירהור. איינמאל אבער וואס די תורה הייסט עס שוין צודעקן ווערט עס שוין א דרכן לכסות וואס דאס באשאפט די פראבלעם פון הירהור. לעניננו, לגבי די נושא פון שייטלעך וואס די תורה האט נישט גע’אסר’ט און סאיז דרכן בכך בכל תפוצות ישראל איז נישט שייך אהער אריינצוקוועטשן די גאנצע נושא פון הירהור וגירוי כלל וכלל.
א לאנגע ציווארפענע שייטל איז א מלבוש של פריצות, קיין שייכות צו אונזער נידון.

ע”פ הלכה מצד דער מאן טאר ער נישט מסתכל זיין אפילו באצבע קטנה אפילו פון א פניה! הירהור וגירוי קען זיין מצד א מאן אפילו ביי א אשה צנועה און סאיז דעם מאן’ס חיוב גמור ע”פ דין זיך צו היטן די אויגן! א פרוי איז אן ערוה מצד איר מהות!
עקסטערדעם איז דא די דינים פון צניעות וואס א פרוי מוז אננעמען אויף זיך צו צוימען דעם פראבלעם פון הירהור וגירוי וואס איז סייווי דא, דערויף שטעלט די תורה אוועק כללים וגדרים וואס די פרוי מצד עצמה איז מחיוב און פון דעם האבן מיר ביז אהער גערעדט.
א מאן דארף זיך היטן די אויגן סייווי און דעם מאן’ס נסיונות איז אינו ענין לכאן כלל. א פרוי דארף זיך קליידן באשיידן אבער א מאן קען נישט נוצן זיין פערזענליכע פיבער מעסטער און שרייען אז אלע זענען פריצות... דאס איז נישט תורה, דאס איז פערזענליכע געפיל, וכל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, ולא ע”ז בנוי הלכות צניעות.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מסתמא ווען איך וועל צוריקקומען צו די נושא [האפנטליך קומענדיגע וואך וועל איך האבן צייט] וועל איך זיך אודאי באציען צו דעם תגובה אויך אי"ה.

אבער איך קען נישט איבערלאזן אזוי אן מגיב זיין אויף אזעלכע טעותים יסודיים מאוד.

מראית עין:

דאס וואס אלע פוסקים רעדן פון "מראית עין", רוב פון זיי רעדן דוקא "נישט" בלויז די נקודה אז מ'וועט איר חושד זיין, וואס זיי נוצן נאר אלס א 'סניף'.

די מראית עין וואס רוב פוסקים רעדן האבן 2 אנדערע טייטשן, איינס אז ס'וועט ברענגען מקיל צו זיין אין פריעת ראש ממש ח"ו, דאס הייסט אז ס'איז אסור אלס גזירה אטו פרועה, און איינס אז עס האט פשוט די זעלבע מראית עין ממילא איז עס די זעלבע איסור דת יהודית, אדער גאר דת משה. און דער טעם איז פשוט ומובן אז סז'איז אלס פריצות, הרהור, וןויאזוי מ'זאל עס נאר אנרופן.

אלס א פשוט'ע דוגמא, דער גאב"ד ר' משה שטערבנוך וועמען דו ברענגסט אזוי שטארק להיתר, שרייבט בנוגע די "יומען העיר" און "קורלי אדער לאנג", אז דאס איז פשוט אסור פונקט ווי אייגענע האר ווייל ס'הייסט נישט קיין צוגעדעקטע קאפ, פשוטו כמשמעו:
גאבד ירושלים.jpg
גאבד ירושלים.jpg (251.43 KiB) געזען געווארן 529 מאל

טעם איסור פריעת ראש

ס'איז נישט שייך, נאכאמאל, ס'איז "נישט שייך" צו מאכן פשט'לעך אז דאס איז נישט אלס הרהור, מיט אייגענע דיוקים פון געוויסע ראשונים, ווען די זאל איז מבורר ברור כשמלה אין כמעט יעדן איינציגן ראשון, אחרון, און פוסק.

ואי"ה נחזור עליהם בקרוב ביתר ביאור.

ס'איז מער נישט קיין פריצות?...

די נקודה וואס ווערט אזוי אריינגעברענגט אז וויבאלד יעדער גייט שוין אזוי ווערט עס אויס פריעת ראש וכדו', ווערט שארף ארונטערגעריסן דורכ'ן שבילי דוד זי"ע, מגדולי תלמידי החת"ס.

דער שבילי דוד בעצם האלט אז מ'נעמט אן דעם שלטי גיבורים מדינא דגמרא, אבער וויבאלד אלס מנהג איז געווארן אנגענומען נישט צו גיין אזוי אלס צניעות, ווערט עס אסור אלס דת יהודית, און בעיקר שרייבט ער אז דער היתר איז נאר אויף דינע איידעלע האר אבער אויב מאכט עס די האר זאל זיין בולט איז זיכער אסור וכו'.

און דארט שרייבט ער ארויס מ'זאל נישט מאכן דעם טעות אז דאס ווערט אויס פריצות וויבאלד "דער עולם" גייט שוין היינט אזוי...
שבילי דוד 1.jpg
שבילי דוד 1.jpg (135.13 KiB) געזען געווארן 529 מאל
שבילי דוד 2.jpg
שבילי דוד 2.jpg (52.6 KiB) געזען געווארן 529 מאל
אוועיטער
אביסל צו שפעט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
x 104

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך אביסל צו שפעט »

קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1342
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 2694

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 217

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

Screenshot 2023-11-02 182216.jpg
Screenshot 2023-11-02 182216.jpg (241.83 KiB) געזען געווארן 403 מאל
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 8:37 pm Screenshot 2023-11-02 182216.jpg
סתם צו קלארמאכן דאס פשוטע מציאות אז רוב חותמים פון דעם קול קורא גייען זייערע רעבעצינס מיט אפענע צניעות’דיגע שייטלען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:13 pm בעצם צו גיין דן זיין אויף א פשטות השו”ע והפוסקים אשר מפיהם אנו חיים ומימיהם אנו שותים איז דאך חרפות ובושות, די היתר אויף שייטלעך ווערט אראפגעברענגט אלץ א דבר פשוט להיתר הלכה למעשה און סאיז בעצם נישטא וואו צו קריכן צו האלטן אז עמיצער איז ”מחיוב” מחמיר צו זיין ווי די מחמירים.
1 סיי ווייל די מחמירים בשעתם זענען געווארן אפגעוואנדן איינס איינס שוין בשעתם דורך די גרעסטע גדולי ישראל.
לדוגמא דער מגן גיבורים (נתחבר געווארן דורך הגאון ר' יוסף שאול נאטאנזאהן דער בעל שואל ומשיב און זיין שוואגער מרדכי זאב איטינגא), דער תשובה מאהבה און דער ישועות יעקב ועוד, וואס זיי ציווארפן די מקור האוסרים דער באר שבע און די אנדערע אוסרים מכל וכל און זענען מסביר בטוב טעם ודעת דעם לשון המגן אברהם פארוואס די דברי האוסרים זענען דברים דחויים.
2 און אפילו נניח אז דעמאלטס איז שייטלען געווען א פראבלעם און געהאט א מקום להחמיר, זענען שוין היינט ניין און ניינציג פראצענט טעמים להחמיר נתבטל געווארן לגמרי, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן ואכ"מ.

פאלגענד האב מיר בלויז א קורצע ליסטע פון די נאר גאר בארימטע פוסקים וואס ברענגען אראפ די שלטי גיבורים הלכה למעשה בלא שום תנאי אדער פשעטל וכו’ וכו’ אויב עפעס נאר מיט מער ביאור להיתר.
קודם כל פאסט נישט צו זיין קיין עם הארץ וואס פאסקנט פון וואנט צעטלעך, נאר עפן אויף א שו”ע בדרכי משה סימן ש”ג און אין שו”ע רמ”א סימן ע”ה סעיף ב’.
לבוש סימן ע”ה.
סמ”ע אין זיין ספר פרישה סימן ש”ג.
(אגב, סיי דער לבוש און סיי דער סמ”ע זענען געווען תלמידי הרמ”א און דער באר שבע איז געווען זייער תלמיד וואס האט זיך אין די נושא געקריגט מיט זיינע ביידע רבי’ס)
מג”א סימן ע”ה.
תוספות יו”ט אין זיין ספר דברי חמודות על הרא”ש ברכות כ”ד (געדריקט אין אין יעדע רויטע גמרא).
עטרת זקנים סימן ע”ה.
באר היטב סימן ע”ה.
פרי מגדים סימן ע”ה וסימן ש”ג
(און בנוגע דעם א”ג אנדעקטן כתב יד פון 25 יאר צוריק פונעם פרי מגדים א ספר אם לבינה וואס איז נאך עד היום נישט געדריקט געווארן ווי די פרי מגדים האט כלומרשט חוזר געווען איז א שמועס פאר זיך ואכמ”ל. בעצם יענע טעמים גופא וואס דער פרי מגדים ברענגט דארטן כלומרשט לאיסור פארוואס צו חוזר זיין איז דאך אויכעט נישט נוגע היינט).
עולת תמיד סימן ע”ה (מחבר עולת שבת).
אליהו רבה סימן ש”ג
(טראצדעם וואס דער תשובה מאהבה בויט זיין גאנצע איסור אויף שייטלעך אויף אן אליהו רבה בשם דעם עולת תמיד אין סימן צ”א שוין נאכן אפווענדן דעם באר שבע מכל וכל... ווערט דאך שוין איבעראל געברענגט די וועלטס תמיה דערויף אז ביידע פון זיי, סיי דער אליהו רבה און סיי דער עולת תמיד זענען בפירוש מתיר שייטלעך. אין סימן צ”א רעדן זיי פון א מאן וואס גייט מיט א שייטל לענין מראית עין אז סזעהט אויס ווי ער דאוונט אן קיין כיסוי הראש וכו’ ואין ענינו שייך לכאן כלל וכלל, פשוט ווייל ביי א מאן איז נישט מצוי צו גיין מיט א שייטל משא”כ ביי א פרוי וואס וויל סאבסיטוטן די האר עיין במגן גיבורים וואס שטעלט דאס אוועק קלאר ווייל למעשה ברענגען די ביידע פוסקים די שלטי גיבורים להלכה למעשה תוך כדי וואס זיי ברענגען דעם דין, און סאיז פשוט אז סהאט נישט קיין שייכות איינס צום צווייטן).
גאר שטארקע משמעות אין כנסת הגדולה
(אין 5 באזונדערע מקומות ברענגט ער אראפ דעם שלטי גיבורים הלכה למעשה און אין בלויז צוויי פלעצער דערפון דערמאנט ער בכלל אז דער שלטי גיבורים האט בכלל א חולק. ועל כולם אין די שיירי כנסת הגדולה וואס איז די משנה אחרונה ברענגט ער דעם שלטי גיבורים אן די חולקים. און דער פרי מגדים צייכנט צו צו צו דעם שיירי כנסת הגדולה...).
דער ברוך טעם הגהות סימן ע”ה
(כאטש וואס איז משמע פונעם דברי חיים אז ער האט לכאורה נישט גערעדט מיט זיין שווער בענין הנ”ל האמיר אבער א בפירושע ברוך טעם).
דער חוות דעת אין דרך החיים סימן כ”ו סעיף ל”ב.
מחצית השקל סימן ע”ה.
דער מרכבת המשנה אויפן רמב”ם אין זיין ספר שולחן תמיד אויף שו”ע סימן ע”ה.
אין ביאור הגר”א סימן ע”ה
(עיין באיגרות משה אבה”ע חלק ב' סימן י”ב און מיט מער ביאור דורך הגאון ר’ משה שטערנבוך אין זיין ספר הלכות הגר”א ומנהגיו סימן ע”ט).
שולחן ערוך הרב סימן ע”ה.
ספר מגן גיבורים (להגאון בעל שואל ומשיב וגיסו הרמ”ז איטינגא).
ערוך השולחן סימן ע”ה וסימן ש”ג.

און דא נאט אייך עטליכע (היימישע) אונגארישע גדולים תלמידי החת”ס.
שבילי דוד סימן ע”ה
(וואס איז אגב א תלמיד פונעם מהר”ם א”ש וואס האט גע’אסר’ט שייטלעך ”בלויז” פאר זיינע אייגענע טעכטער אין זיין צוואה געברענגט אין לב העברי).
תורת חיים סימן ע”ה להגאון ר’ יעקב שלום סופר ראב”ד בודאפעסט בן המחנה חיים תלמיד החת”ס
(וז”ל, וכבר האריכו בזה המפרשים דעיקר כמג”א בשמיה דשולטי גיבורים ודלא כבאר שבע וכ”ז מדינא).
שו”ת לבושי מרדכי
(מהדורא תניינא יו”ד סימן קס”ח ובמהדורא רביעאי סימן פ”ו, תלמיד הרבה תלמידי חת”ס ופוסק הדור באונגארן בשעתו).
בפירושע משמעות אין שו”ת מהר”ם שיק יו”ד סימן שמ”ט
(צוגעוויזן דורך הגאון בעל נטעי גבריאל שליט”א).
משפחת הכתב סופר.
כמעט כל תלמידי החת”ס וכמעט כל משפחת הכת”ס וצאצאיו אחריו שהיו גדולי ישראל והלכו בעקבות החת”ס בכל צעד ושעל הלכו בפאה נכרית, ובודאי יש להם טעם אפילו לא ידענו המקור ועיין בשו”ת אמרי סופר בשם ההתעוררות תשובה מערלוי דכתב הטעם דלא רצה החת”ס להחמיר לאחרים כיון דהרמ”א, מג”א, אליהו רבה ולבוש התירו ממש בפירוש פאה נכרית ורק החמיר על בנותיו ואפילו לא על נכדיו
(עיין כ”ז בדברי הגאון ר’ גבריאל ציננער במאמרים ארוכים בקובץ אור ישראל, קובץ ל”ו ול”ז בירור הדברים).
דער ליקוטי חבר בן חיים
(חלק ב’, אין א הספד אויף זיין פרוי וועלכע האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער איז ער מפריז אין איר שבח אז אירע שטוב קינדער ווילן ניטאמאל גיין אפילו מיט שייטלעך, מדעת עצמם...).
ועל כולם די פשוטע מציאות אז ממש אלע אלע גדולי הדור אין אויבערלאנד זענען סיי זייערע אייגענע ווייבער און סיי זייערע טעכטער געגאנגען מיט שייטלען באין פוצה פה, וואס דאס גופא איז שטערקער ווי מאה עדות.

און דא לאמיר ווייטער ממשיך זיין מיט די ליסטע פון די בארימטע גדולים המתירים.
משנה ברורה סימן ע”ה.
כף החיים סימן ע”ה
(דער פוסק הדור פון די ספרדישע וועלט בימיו. וז”ל וכך היא הסכמת האחרונים להתיר כדברי הרמ”א ז”ל).
דער רידב”ז אין א בריוו צו זיין אייניקל אשת הגאון ר’ יחזקאל אבראמסקי זצ”ל
(וז”ל הענדל רייזעלע אויף דיר איז מורא’דיג שיין די שייטל, כגעדענק גוט ווי שיין די שייטל האט דיך געטראגן, סאיז פשוט געווען א מחיה צו קוקן. נארוואס דען, ווען דו וועסט קומען דא (קיין צפת) וועסטו זיין געצווינגען צו אנטון א טיכל אויף דיין קאפ (אלץ די מנהג המקום) ביז דו וועסט דיך אוועקציען, אבער זיידענע קליידער וועסטו האבן דא בעסערע ווי וואס סאיז פארהאן אין רוסיא.. מנאי אביכם יעקב דוד רידב”ז, המכתב מובא בספר מלך ביפיו עמוד ע”ו).
הגאון ר’ שמואל סאלאנט רבה של ירושלים
(לפי עדות הגרח”ק בשם אביו דער קהילות יעקב וואס האט נאכגעזאגט בשמו אז די איסור איז בלויז א תקנת ירושלים אבער איז מותר מדינה, מובא בספר אורחות רבינו הקהילות יעקב חלק ג’ אות ס”ב).
חזון איש
(כמה עדיות, וכן כתב הבד”ץ של הגר”נ קארעליץ במכתב נתפרסם כ”ג חשון תשע”ח. וז”ל ידוע דמרן החזון איש התיר לכתחילה שהנשים יכסו הראש בפאה נכרית. אויכעט איז דא א רעקארדירטע עדות’שאפט פון הגאון ר’ יששכר מאיר זצ”ל ראש ישיבת הנגב במעמד כמה מתלמידיו אין וואס ער האט נאכגעזאגט אז דער חזון איש האט אים אליינס געזאגט אויף פאה נכרית אז די היתר פונעם שלטי גיבורים איז ברור און מקען זיך נישט קריגן דערויף מיט סברת הכרס איבער א זאך וואס איז נישט מפורש לאיסור און די גמרא וראשונים. און בכלל איז דאך א דבר ידוע ומפורסם אז סיי דער חזון איש’ס מאמע און סיי דער חזון איש’ס רעבעצין זענען ביידע געגאנגען מיט א שייטל).
שו”ת דובב מישרים
(דער טשעבינער רב חלק א’ סימן קכ”ד).
איגרות משה אבה”ע חלק ב’ סימן י”ב
(וז”ל באה”ע סימן ל”ב וגם בפאה נכרית ליכא מנהג ברור כל כך (לאיסור) מאחר שהוא (האיסור) כמעט בלא טעם).
הגאון הרב ש”ך
(מפי התלמידים, וכן האט ער מעיד געווען אז סיי די רעבעצין פונעם חפץ חיים און סיי די רעבעצין פון ר’ חיים עוזר זענען געגאנגען מיט שייטלעך. עיין בספר סערת אש מדור נישואין עמוד ת”ל).
הגאון הרב אלישיב
(אין מפורסם’דיגע רעקארדירונג אין וועלכע ער פרעגט בין דבריו בתמיהות, הגאון ר’ איצעלע (פעטערבורגער זצ”ל) האט געוואוינט מיט א פרוי בדיעבד?).
ספר מרפא לנפש להגאון מפריימאן זצ”ל
(אביו של בעל המאזני צדק שליט”א והגאון ר’ טודרוס שליט”א, בחלק ב’ סימן כ”ח אין א לענגערע תשובה להיתר. וז”ל, ומ”מ כבר נהגו אפילו המדקדקים להקל בזה וכו’ ואך ראוי לדקדק שלא לעשותם באופן שלא יהא היכר כלל שהוא פאה נכרית דבזה ודאי איכא מראית עין).
הגאון ר’ גבריאל ציננער שליט”א
(במאמרים ארוכים בקובץ אור ישראל, קובץ ל”ו ל”ז).
ואחרון חביב שריד הדור דעה פוסק הדור הגאון מרן ר’ משה שטערנבוך שליט”א
(אין א ספר נתחבר במיוחד אויף די נושא בשם "דת והלכה" געדריקט נאך בשנת תש”ל אין וועלכע ער איז מברר להיתר, ויותר מזה אז אפילו לפי טעם האוסרים איז שוין היינט א שייטל מותר לכתחילה לכולי עלמא).

דאס אלעס זענען די גאר מפורסם’דיגע גדולי המתירים.

------

יעצט איבער די מליצה וואס דרייט זיך ארום אז ”רבו האוסרים על המתירים" איז דא אסאך צו זאגן דערויף.
איז קודם ראשית כל, דאס גופא וועלכע צד סאיז די רוב איז בכלל נישט קיין דבר ברור ווייל יעדער קען פאקן רשימות פון נעמען באין שיעור..
אבער אפילו אין די לשונות הפוסקים טרעפן מיר אז דאס גופא ווער סאיז די רוב איז א מחלוקת. די לשון אין שבט הלוי אין זיין באקאנטע תשובה שטייט: חלילה לי לתקוע עצמי בזה דכבר ידוע דרוב רובם של הפוסקים אין דעתם נוחה בזה ויש מהם שאסרו זה מדין דת יהודית ממש (זיי גוט מדייק.. מאקסימום שבמאקסימום איז עס א דרבנן... א דאורייתא מן דכר שמיה) וכו’ ואמנם היות כי מדברי הרמ”א סימן ע”ה ובדרכי משה סימן ש”ג ומג”א מוכח דהרבה היו מקילין בזה וכן נהגו מדינות שלימות כאשר העיד לנו הפרי מגדים וכו’ ע”כ אין לנו כח הכרעה בזה ע”כ.
עכ”פ זעהען מיר פונעם שבט הלוי אז ער האט געזעהן א רוב וואס איז אין דעתם נוחה מזה (טראצדעם וואס אויף למעשה האט ער עס נישט גע’אסר’ט, וכידוע ומפורסם אז זיין רעבעצין אליינס איז געגאנגען מיט אן אפענע שייטל).
לעומת זה האבן מיר די ווערטער פונעם אגרות משה אבה”ע חלק ב’ סימן יב וז”ל ומ”מ רוב רבותינו וגם מאלו שסומכים עקרי ההוראה עליהם מתירים, והם הרמ”א שם בסימן ש”ג בדרכי משה והמג”א והפרי מגדים וכן משמע גם מהגר”א שסובר כן ע”כ. און אזוי אויך שרייבט דער כף החיים סימן ע”ה וכן הוא הסכמת האחרונים להתיר כדברי הרמ”א ז”ל. און אזוי אויכעט שרייבט דער תורת חיים וז”ל וכבר האריכו בזה המפרשים דעיקר כמג”א בשמיה דשולטי גיבורים.
זעהן מיר דאך דא קלאר אז די גאנצע רוב גופא איז איז תלוי במחלוקת האחרונים ואין לנו דבר ברור בזה.

ווייטער, לאמיר שוין זאגן אז די אוסרים זענען באמת די רוב (על הצד), איז דאך דער רבי רבינו יואל זי”ע מברר אין ויואל משה במאמר שלש שבועות סימן קנה די ענין אז רוב איז נאר געזאגט געווארן ווען ביידע כיתות החלוקות זענען שוה בחכמת התורה ועיי”ש באריכות און אזוי ברענגט דארטן די רבי אראפ דעם רמ”א חו”מ סימן קס”ג אז דאס וואס מטוט ע”פ רוב איז נאר ווען יעדער פון די דיינים איז מקבל אויף זיך בחרם פון פאראויס צו זאגן נאר דעתם לש”ש און מיט א מושב בי”ד וכו’ וכו’ וואס דאס אלעס איז דאך נישט שייך בימינו און דאס איז בכלל נישט געווען דאס מציאות ביי די נושא פון שייטלעך נאר סאיז א מחלוקת פון גדולי ישראל אויסגעשפרייט במשך הדורות אין א משך פון 500 יאר און דעריבער צו זאגן אז א רוב זאל דא באיזה אופן קובע זיין איז פשוט שלא כדת של תורה.

--

והעיקר שבעיקרים אז די טעם פארוואס מרעכנט זיך נישט ביי די נושא מיט די רוב (על הצד די אוסרים זענען דא בכלל די רוב) איז דאס שוין געווארן אויסגע’פסק’נט דורך אונזערע פוסקים להיתר, והא לך 3 פון די גאר שטארקע פוסקים פון די לעצטע 40 יאר ביי אונזער היימישע ציבור. ואלו הן, בעל שבט הלוי, מהר”מ שטערנבוך שליט”א און מרן בעל ויחי יוסף מפאפא און דא איר פאר אייך זייערע לשונות:
שבט הלוי חלק ה סימן קצ”ט: ובעצם המנהג של היום שהנשים שלנו יוצאות בפאה נכרית (כולל דעם שבט הלוי’ס רעבעצין אליינס) חלילה לי לתקוע עצמי בזה, דכבר ידוע דרוב רובם של הפוסקים אין דעתם נוחה מזה ויש מהם שאסרו זה מדין דת יהודית ממש ועיין בתשובות באר שבע סימן י”ח ובתשובה מאהבה חלק א סימן מ”ח ועוד הרבה תשובות אחרונים ועיין בשדה חמד מערכת הד’ בזה. ואמנם היות כי מדברי הרמ”א סימן ע”ה ובדרכי משה סימן ש”ג ומג”א מוכח דהרבה היו מקילין בזה וכן נהגו מדינות שלימות אפילו לצאת לרשות הרבים כאשר העיד לנו הפרי מגדים סימן ע”ה וכבר מדורות רצו לשנות את זה ולא עלה בידם רק בחלקו אבל עדיין מדינות שלימות החזיקו בזה על כן אין לנו כח הכרעה בזה עכ”ל.

מהר”מ שטערנבוך בספר דת והלכה עמוד י”ד: הן אמת שבכל זה אין להשיג על המקילין דמאחר שפשטות הרמ”א ולבוש, ופרי מגדים, והגר”א בביאורו לשו”ע וכן המשנה ברורה, והפוסק האחרון מהספרדים כף החיים, משיג להלכה שהסכמת האחרונים כהמג”א להתיר פאה נכרית ודלא כהבאר שבע עיי”ש, והלא אלו הם הפוסקים שסומכים עליהם אפילו באיסור סקילה ואם כן בזה גופא יש למיקל עמוד גדול לסמוך עליו ואם כי יש מפרשים בדוחק בדבריהם דמיירי לביתה ולבעלה סתימת הדברים משמע להדיה כמו שכתבתי, ואם כן המחמיר יחמיר לעצמו אבל לא יקרא תגר ח”ו על כל בית ישראל ע”כ.
ובעמוד כ”ז כתב וז”ל: ומעכשיו אם במלאכת אומן ימצא המחמיר הרבה תשובות אחרונים מחמירים בפאה נכרית, מה נעשה, כשבמקום שבעלי תשובות עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד נגדם... (די תשובות און די פשטות הפוסקים קומען זיך נישט אויס..) ובלאו הכי, כבר ביארנו שאין לדמות לומר שבזמן הזה נמי כל פוסקים אלו בעלי התשובות אסרו וכו'.

און דא האבן מיר פון ר’ גבריאל ציננער שליט”א וואס איז געווען א תלמיד מובהק פונעם בעל ויחי יוסף מפאפא זצוק”ל וואס ער שרייבט די פאלגענדע בדעת רבו וואס ער האט מקבל געווען (מובא בקובץ אור ישראל, קובץ ל”ו ול”ז):
ודכירנא שפעם בא הרב הגאון ר’ אשר אנטשיל קרויז זצ”ל לפני מורי ורבי מפאפא זצ”ל וביקש הסכמתו על ספר שמוציא לאור בו הוא מעורר באיסור לבישת הפאה,
והשיב לו מורי ורבי מפאפא: אחרי שהמג”א, והפרי מגדים, והשו”ע הרב התירו את הדבר אי אפשר לן לאסור על כלל ישראל! ע”כ.
שרייבט הגאון ר’ גבריאל ווייטער אביסל שפעטער:
וזכור אזכור עוד עובדה דהוה באחד שאמו לא הניחה לכלתה שתלך מכוסה (צוגעדעקט די שייטל) ושאל למורי ורבי מפאפא האם החיוב עליו לציית לאמו שדרשה שאשתו תלבש פאה נכרית.
והשיב: שיש תשובה בערוגת הבושם (או”ח סימן כ”ט) בנידון אב שאוסר לבנו לילך למקוה בכל יום אם צריך לציית, ומשיב שבדבר איסור אין צריך לציית לאביו אבל בחומרא בעלמא חייב לציית לאביו. וסיים וכמו כן לילך בפאה נכרית אין איסור ברור היות שרבים מגדולי הפוסקים מתירים, ולזאת יציית לאימו! ע”כ.

סך הכל גייט דאס אלעס אין ליניע מיט וואס רבינו יואל שרייבט אין ויואל משה אז די חולקים, אפילו נניח זיי זאלן ווען טאקע זיין א רוב, קומט דאס סוכ”ס נישט צו צו די גדולי ישראל המתירים בשו”ע אויף וועלכע מיר פארלאזן זיך בכל דבר מיט דאורייתא’ס און חיובי כריתות.
אויף דאס אלעס גילט דעם כלל וכשהלכה רופפות פוק חזי מאי עמא דבר אם אינם נביאים הם בני נביאים הם, מיר דארפן נישט מער ווי דאס אז רוב רובם כלל ישראל יראים ושלמים גייען מיט דעם לבוש שייטל.

-----------

דאס אלעס ביז אהער האבן מיר בלויז גערעדט פון די מתירים, נאך בעפארן אנרירן בכלל די טעם האוסרים און צו סאיז בכלל נאך היינט נוגע. אי”ה בלי”נ עוד חזון.
אין א צייט פון התעוררות אויף מאכן תיקונים אין לבוש וואס פעלט אויס צו גיין פייטן פאר די וואס זענען מרבה בגדים פסולים ביי אונזערע מענטשן
זעהסט דאך ווי רבנים מארבע כנפות הארץ זענען מתריע אז דאס איז א דבר הצריך תיקון גדול
לאז די מעוררים עפעס אויפטון לטובה
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:26 am

ווער פונקטליך זענען די מעוררים?
און אויף וואס פונקטליך האקן זיי? זאלן זיי האקן אויף אומצניאותדיגע שייטלעך און פערטיג..
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

די מעוררים זענען קהילות קדושות בישראל וואס ווילן אז אידן זאלן זיך קליידן ערליך און כהלכה
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:54 am די מעוררים זענען קהילות קדושות בישראל וואס ווילן אז אידן זאלן זיך קליידן ערליך און כהלכה
אזוי גאר? די וויייסט ווער עס שטייט אונטער די קאמפיין?
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:57 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:54 am די מעוררים זענען קהילות קדושות בישראל וואס ווילן אז אידן זאלן זיך קליידן ערליך און כהלכה
אזוי גאר? די וויייסט ווער עס שטייט אונטער די קאמפיין?
פון אלע קרייזן שרייט מען אז די זאך דארף א ערנסטע תיקון

download/file.php?id=9702
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:26 am אין א צייט פון התעוררות אויף מאכן תיקונים אין לבוש וואס פעלט אויס צו גיין פייטן פאר די וואס זענען מרבה בגדים פסולים ביי אונזערע מענטשן
זעהסט דאך ווי רבנים מארבע כנפות הארץ זענען מתריע אז דאס איז א דבר הצריך תיקון גדול
לאז די מעוררים עפעס אויפטון לטובה
אה, יפה שאלת.

ווייל ווען א זמן התעוררות איז מיוסד אויף מאכן שפירן אנדערע אידן וואס זעהען אויס נישט ווי מיר ”בדיעבד אידן” אדער גאר ווייניגער פון דעם ווען די מוחים שפירן זיך אז זיי פירן זיך 150% פראצענט כדין בו בזמן וואס די שייטל קלאס ווייסט זייער גוט אז סאיז דא מקום להחמיר עד אין שיעור און קוקן בכלל נישט אראפ עמיצער וואס איז פרומער ווי זיי, שטייען אבער מאנכע וואס זייער רעבעצין גייט מיט א שפיצל אדער קרוב לזה אפילו סטראגט נאך טעכניש די נאמען פאה און זיי קענען נישט אנגיין מיטן לעבן מיט א צוגאנג אז איך בין א מחמיר כדעת רבותי, נאר זיי מוזן למען ה’ זיך באפרידיגן דאס געוויסן מיטן מוקים זיין גאנץ כלל ישראל אלץ פריצות.. דאס איז אן עוולה וואס דארף פארשריגן ווערן.
זאל זיך אייך נישט דוכטן אז א איד קען אנגיין מיטן לעבן אלץ מדקדק בקלה כבחמורא טאמער שפירט ער ווי א בדיעבד איד, אזאנס קען נישט זיין! אונזערע עלטערן האבן נישט אויפגעשטעלט קיין בדיעבד שטובער!
אויב ר’ נחמן איז פארנומען אז א איד דארף זיך מחזק זיין מיט נקודות טובות איז דאך א כל שכן וכל שכן אז ווען א איד שפירט אז זיין צניעות איז א גאנצע בדיעבד איז דאס א 1 וועג טיקעט צום שאול תחתית, זייער ווייניג טוישן די לבוש בפועל ווייל סאיז זייער שווער און דאס איבעריגע פאלט פאר די ליגנטס אז זיי באלאנגען ביים מערב וואנט און אז רוחניות האט נישט קיין שייכות מיט זיי, דאס איז א סכנה נוראה וואס פירט אפ כלל ישראל ביים נשמה.
א קהילה אין וועלכע איין האלב פאטשט זיך שישו מעי און ממש משיח קען שוין קומען נאר איז בלויז פארנומען מיטן משפיל זיין די צווייטע האלב נוסח קמצה און יעדע טראגעדיע העלפן זיי די צווייטע האלב קהילה (יראים ושלימים) פארשטיין עד היכן דבריהם מגיע, וכ”ש אז קיין בני תורה וכלי קודש קענען זיי נישט זיין ווייל די שטוב טויג דאך נישט דאס איז מחריב דורות לומדי תורה ותלמידי חכמים און סתם פשוטע יראי ה’ וואס ווילן גארנישט חוץ זיין אן ערליכער בעה”ב.
ועל כולם, נניח מוויל אן התעוררות אויף א דבר טוב קען דאס נישט קומען פון קיין שקר. מיט שקר קומט מען נישט צו די אמת. ופשוט הוא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:59 am
לקדש שם שמים האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:57 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 8:54 am די מעוררים זענען קהילות קדושות בישראל וואס ווילן אז אידן זאלן זיך קליידן ערליך און כהלכה
אזוי גאר? די וויייסט ווער עס שטייט אונטער די קאמפיין?
פון אלע קרייזן שרייט מען אז די זאך דארף א ערנסטע תיקון

download/file.php?id=9702
שוין איך האף די פארשטייסט אז די צעטל רעדט אינגאנצען עפעס אנדערש פון די ראש מכוסה צעטלעך און נישט פון דעם רעדט מען
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

דאס איז אמת אז מען דארף מען נישט מאכן שפירן דער וואס גייט אנדערש כאילו ער איז עפעס א צווייטע קלאס בירגער, און איז טאקע א גרויסע מכשול
דאס נעמט אבער נישט אוועק די גרויסע מכשול וואס קומט ארויס פון די כיסוי הראש וואס איז ארויס פון יעדן נארמאלע תורה'דיגע גאנג, צוויי פראבלעימען מאכן נישט אויס די עולה פון גיין אנגעטון שלא כראוי.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:07 am דאס איז אמת אז מען דארף מען נישט מאכן שפירן דער וואס גייט אנדערש כאילו ער איז עפעס א צווייטע קלאס בירגער, און איז טאקע א גרויסע מכשול
דאס נעמט אבער נישט אוועק די גרויסע מכשול וואס קומט ארויס פון די כיסוי הראש וואס איז ארויס פון יעדן נארמאלע תורה'דיגע גאנג, צוויי פראבלעימען מאכן נישט אויס די עולה פון גיין אנגעטון שלא כראוי.
פיין א צניעות’דיגע אפענע שייטל,
קענען מיר עגריען דערויף אז אזא איד איז אן ערליכער איד לכתחילה?

כרעד אך ורק פון דעם.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:11 am

א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט,
קען זיין אז איינער וואס טוט נישט אזוי זאל טאקע לערנען מער תורה רפ"ב בליקו"מ צו זיכן אויפבויען זיין שטארקייט דורך זיכן זיינע נקודות טובות ערגעץ אנדערש נישט אין די הינזיכט פון כיסוי הראש, נאר אין זיינע אנדערע לכתחילה'דיגע הנהגות
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:16 am

א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט.
נישט אמת.

אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל. אזוי ברענגט קלאר הגאב”ד הגרי”ט ווייס זצוק”ל בהספר רבינו הגדול אומרו (עמוד מב ועיי”ש) און אזוי אויכעט ברענגט ארויס הגאון ר’ גבריאל ציננער אין זיינע מאמרים (בקובץ אור ישראל ל”ו ל”ז).

עקסטרעמיזם איז א חומרא האתוי לידי קולה ולא כך פסקו רבותנו. אין א שווערע וועלט איז נישט די עצה להחמיר במקום שההלכה הפשוטה והרווחת הוא לקולא.

נאכאמאל, 100 פראצענט צניעות’דיגע שייטלעך.

------
ואגב הגאון ר’ גבריאל ציננער שרייבט דארטן בין דבריו אז דאס מציאות איז געווען אין אנהייב פון די ע”ז שערוריה ווען סאיז נאכנישט געווען צו באקומען שייטלעך מיט קיין הכשר און אלע נשים זענען געווען געצווינגען צו גיין מיט סינטעטיק שייטלעך, האט מען אין יענע תקופה געזעהן א מורא’דיגע ירידה אין צניעות אין אנדערע ענינים ווי זיך פארבן וכדומה וכו’, בקיצור, פארפירן וועגן שייטלעך איז א דירעקטע גרם פאר א ירידה אין צניעות, דאס איז א סעמפל פון א חומרא האתוי לידי קולה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך נקודות טובות »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:16 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:11 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:07 am דאס איז אמת אז מען דארף מען נישט מאכן שפירן דער וואס גייט אנדערש כאילו ער איז עפעס א צווייטע קלאס בירגער, און איז טאקע א גרויסע מכשול
דאס נעמט אבער נישט אוועק די גרויסע מכשול וואס קומט ארויס פון די כיסוי הראש וואס איז ארויס פון יעדן נארמאלע תורה'דיגע גאנג, צוויי פראבלעימען מאכן נישט אויס די עולה פון גיין אנגעטון שלא כראוי.
פיין א צניעות’דיגע אפענע שייטל,
קענען מיר עגריען דערויף אז אזא איד איז אן ערליכער איד לכתחילה?

כרעד אך ורק פון דעם.
א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט,
קען זיין אז איינער וואס טוט נישט אזוי זאל טאקע לערנען מער תורה רפ"ב בליקו"מ צו זיכן אויפבויען זיין שטארקייט דורך זיכן זיינע נקודות טובות ערגעץ אנדערש נישט אין די הינזיכט פון כיסוי הראש, נאר אין זיינע אנדערע לכתחילה'דיגע הנהגות
בעצם שטיי איך ארויס פונעם שמועס, אבער אז דו זיכסט מיך....

אין א צייט ווען כלל ישראל דארף זכותים, זאל מען קלאר ארויסקומען איינמאל פאר אלע מאל וואס איז מותר ע''פ הלכה, און וואס אסור...
צו גיין יעדע מאל מיט די זעלבע וואנזיניגקייט אז א שייטל מתחילתה איז א דיעבד, און ממילא דארף א לכתחילה איד עס כאטש איבערדעקן...?

א פרוי וואס גייט מיט א הונדערט פראצענט מותר'דיגע שייטל ע''פ הלכה, וכמנהג איטליה ואונגארן. לאז ארויס...

-----
האקט
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:25 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:16 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:11 am
פיין א צניעות’דיגע אפענע שייטל,
קענען מיר עגריען דערויף אז אזא איד איז אן ערליכער איד לכתחילה?

כרעד אך ורק פון דעם.
א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט.
אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל.
ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:25 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:16 am

א לכתחילה איד זיכט אין אזא צייט ווען די שייטלען טויגן נישט, צו גיין איבערגעדעקט.
אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל.
ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
טעות הוא בידך כמו שהביתי לעיל, א שייטל איז מותר לכתחילה להלכה.
אייערע סברות וואס איר ברענגט אראפ זענען נישט נאר נישט משכנע נאר איז נישט אין ליניע מיט רבותינו.

נישטא קיין מקום לשנות פון וואס מהאט געזעהן אינדערהיים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך פרייליך »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:38 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:25 am

אגב, די שייטלעך איז געווארן אנגענומען ביתר שאת לקולה אין אונגארן נאכן צוזעהן אז אין די מקומות וואו מהאט עס גע’אסר’ט לגמרי משום סייג וגדר (פולין ודייטשלאנד) האט עס סוכ”ס צוגעברענגט ביים המון עם צו גילוי שערות ממש רח”ל.
ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
נישטא קיין מקום לשנות פון וואס מהאט געזעהן אינדערהיים.
הייסטעס ס'גאר א פרומקייט און א הידור צו אנהאלטן דייקא א זאך וואס לכל הדיעות איז דא גדולי עולם וואס האלטן אז דער לבוש איז ערגער פון א דיעבד, דאס איז חידושים נפלאים.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: שייטלען אמאל און היינט

פאוסט דורך נקודות טובות »

פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:41 am
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:38 am
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 9:31 am

ס'דארט געווען א מצב וואס מען האט בדיעבד געמיזט ראטעווען פון א ערגערע פראבלעים
דאס ברענגט סך הכל ארויס אז בדיעבד ווייל די מצב האט דארט נישט געטויגט האט מען דאס געמיזט אריינברענגן,
דאס מאכט עס נישט פאר א לכתחילה'דיגע זאך ובפרט כהיום אין א זמן ווען די כיסוי הראש איז פרוץ אויף אזא שטארקע פארנעם.
נישטא קיין מקום לשנות פון וואס מהאט געזעהן אינדערהיים.
הייסטעס ס'גאר א פרומקייט און א הידור צו אנהאלטן דייקא א זאך וואס לכל הדיעות איז דא גדולי עולם וואס האלטן אז דער לבוש איז ערגער פון א דיעבד, דאס איז חידושים נפלאים.
ווען דיין טאטע פירט זיך מיט א מנהג, וואס אין שלחן ערוך איז גע'פסק'ענט אז דאס איז מותר לכתחילה איז נישט דא קיין מקום לשנות.
איי א צווייטער פירט זיך כמנהג אבותיו אז ס'איז אסור מדאורייתא? איי קענט העלפ הים, עס לאנג עס די שלחן ערוך איז אויף מיין זייט.

און נאכאמאל, נישט בדיעבד אין שלחן ערוך, נאר לכתחילה בלי חולק פון די מפרשי השלחן ערוך והנושאי כלים.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שרייב פאוסט