מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 23

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך שכל'דיג »

איבער די נושא פון נעמען חסידות ערנסט.
איך פארשטיי נישט דו פרובירסט צו מסביר זיין א מציאות אדער די פרובירסט עס בארעכטיגן,

אין אנדערע ווערטער דו זאגסט ליידער אדער אזוי ברויך זיין...?
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 300

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך המברך יתברך »

יישר כח פאר'ן אויסקלארן וואס דו זאגסט, ווייל אזוי ארום קען איך אויך אויסקלארן וואס איך זאג. איך זאג צוויי זאכן:

1) עס איז א פשוט'ע מציאות אז נישט יעדער קען דערהייבן טיפע חסידות, דעם אויסדרוק "לאו כל מוחא סביל דא" שטייט שוין דוכט זיך אין זוה"ק. און ממילא דארף מען האבן מענטשן וואס קענען חסידות און ווייסן אויך וויאזוי עס אראפצוברענגען צו מענטשן אויף אן אופן אז זיי זאלן קענען קאננעקטן דערצו. בכלל פעלט אויס הדרכה אויף זייער אסאך חלקי החיים, וואס אויב איינער האט נאר געפלאטשקעט אביסל, אפילו ער האט רעיונות, איז שייך אז זיי זאלן מער פארפאטשקען ווי אויפטון.

2) עס זענען ב"ה דא משפיעים וואס פארשפרייטן חסידות יעדער אויף זיין אופן, אזויווי די טיילווייזע ליסטע וואס איך האב ארויסגעלייגט. פארשטייט זיך אז ס'איז שייך נאך, וואס זאלן קענען דעקן אנדערע שיכטן פונעם ציבור. אבער אזויווי יענע האבן זוכה געווען צו מצליח זיין, איז זיכער שייך פאר אנדערע נאכצוגיין זייער ביישפיל, און ווערן א משפיע פון חסידות.

אלזא, פארשטיי איך נישט וואס ס'באדערט דיך - כאילו - אויף א כללות'דיגן אופן, ווען דער נושא איז גאר א פרטית'דיגער. יעצט, איך אליין האב מיך שוין אפגערעדט, אז איך קען נישט טרעפן דא אין מאנסי א משפיע פון חסידות כדוגמת די וואס איך האב אויסגערעכנט. און מאנסי איז דאך דווקא א פלאץ ווי יעדע משוגעת האט מקום, און ממילא איז דאך פשוט אז דער צוריקהאלט איז נישט מחמת ההנהגה. אבער אפשר ווייסטו פון איינעם וואס דו קענסט מיר רעקאמענדירן? איך וואלט אפילו געוואקט מיילן אויב ס'פעלט אויס.

(גראדע דער ספר וואס איז געלינקט אין מיין חתימה פרובירט אויך צו אראפברענגען חסידות אויף אן אופן וואס מ'קען ארבעטן דערמיט, אבער אפשר איז עס שוין צו פשטות'דיג. אויך איז דער מחבר נישט קיין משפיע און ער וואוינט נישט אין מאנסי).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 300

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך המברך יתברך »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 12:54 pm די בעש''ט הק' האט מחדש געווען צוויי ענינים

1. גאר הויכע ענינים וואס ער האט איבערגעגעבן פאר זיינע הייליגע תלמידים וואס אונז הייב מיר נישט אן צו וויסן וואס דאס איז ס'איז נשתכח לגמרי

2. אז א יעדע קליינע עבודה פון א יעדע איד אפילו פון א פשוט'ע איד איז גאר גרויס פאר'ן באשעפער דאס איז נר לרגלינו עד היום הזה
עס איז באקאנט אז הרה"ק ר' וועלוול זבאריזער זצ"ל פלעגט צו רופן יעדע איד מיט'ן טיטל "צדיק". איז אמאל געקומען צו אים א בעל עגלה, און אים פארגעלייגט אז אזויווי דער רבי רופט אים צדיק, און דער רבי איז דאך זיכער א צדיק, אלזא אפשר קענען מיר זיך משדך זיין? האט דער צדיק געענטפערט, פיין, אבער איך וועל מיך משדך זיין מיט מיינע צדיקים און דו וועסט דיך משדך זיין מיט דיינע צדיקים.

ווי קומט עס אהער?

עס איז זיכער אז יעדע עבודה איז חשוב, אבער מ'דארף נישט זיין קיין בעש"ט דאס צו מחדש זיין. בפרט, אז עס שטייט שוין פון המקובל האלקי ר' חיים וויטאל זצוק"ל בשם האריז"ל. נאר וואס דען? מיר טוען נאך ליידער צופיל עבירות, און דאס האט ליידער אויך גאר א גרויסער פגם. יעצט, די צדיקים תלמידי הבעש"ט האבן געהאט א מהלך צו מתקן זיין די נשמות, און זיי אריינברענגען אין אזא מצב, אז מ'זאל זיין דבוק צום רבוש"ע און ס'זאל זיך נישט אזוי זינדיגן ח"ו. ווען איינער לערנט ספרי חסידות און ארבעט דערמיט ווי ס'ברויך צו זיין, קען ער אביסל דערפון. וויפיל? דאס ווענדט זיך לפי המענטש, זיין הבנה, זיין גרייטקייט, זיין איבערגעגעבנקייט, זיין שטייפקייט, זיין צוגעלאזנקייט, זיינע שאיפות ועוד ועוד, וואס יעדע מדריגה דערפון, איז א שטאפל העכער אין די לייטער פון עבודת החסידות אדער HOWEVER YOU WANNA CALL IT (סארי). און ס'איז זיכער אז מיר זענען נישט אפילו קיין פינטל פון אפילו סאטמאר רב אדער בעלזער רב, מונקאטשער רב וכו' זצוק"ל, וכל שכן די פריערדיגע.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 23

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך שכל'דיג »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 8:54 am
סא ווי איך פארשטיי זאגסטו "ליידער''.

יעצט דו פרעגסט וועגן א משפיע, און דו זאגסט אז דו קענסט נישט טרעפן קיינעם אין מאנסי וכו', און דו זאגסט אז דו ביסט גרייט צו גיין ביז מסירת נפש צו טרעפן א משפיע.

וויל איך וויסן צו דו זיכסט א "משפיע", אדער דו זיכסט א "רבי"?

וואס איז די חילוק? עטליכע חילוקים, ק"כ אויף א חיצוניות'דיגע לעוועל א רבי רופט מען נישט ביים נאמען, נאר מען זאגט "מיין רבי", מיט א רבי טוהט מען זיך אידענטיפיצירן כלאמר, "איך בין א חסיד פון יענעם און יענעם רבי'ן".

אויף א פנימיות'דיגע לעוועל, איז די רבי די פייפ ציווישן די איד און דער רבוש"ע, דורך די רבי גייען זיינע תפילות ארויף אין הימל, דורך די רבי קומען אראפ אלע השפעות פארן חסיד.

(אויב ביסט נישט מסכים מיט מיינע חילוקים איז אקעי, דער עיקר איז אז ס'איז דא א חילוק)

ווי אויך לערנט א רבי מיט א חסיד תורה, און ער לערנט אויס וויאזוי צו אפלערנען א חסידיש ספר, און וויאזוי מען עפלייט דאס אויף למעשה.

אבער די פראבלעם איז, אז פאר א רבי ברויך מען האבן ביטול, און אמעריקא מיט ביטול זענען א סתירה, דא ביי אונז איז אלעס ריזענעבל, און אלעס איז אויך קוועשטשענעבל, אויב מיין רבי זאגט עפעס וואס איז מיר אומ-באקוועם אנשטאט עס אננעמן און זיך אפגעבן מיט וואס ער האט געזאגט און פרובירן צו פאלגן, געבט מען אין מוח אזא מאך מיט די האנט, נע...

סא לענינינו, אויב דו זוכסט א רבי קען איך דיר אפשר העלפן, אבער אויב נישט, נישט.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 300

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך המברך יתברך »

איך האב דיר געגעבן גענוג א לאנגע ליסטע, אז דו זאלסט קענען ארויסשמעקן דערפון בערך וואס איך זוך. אויב דו טרעפסט מיר אזא איינעם, וועל איך אים אפשר אויפנעמען (אויף מיר, פארשטייט זיך) אויך אלס רבי.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 23

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך שכל'דיג »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:54 am איך האב דיר געגעבן גענוג א לאנגע ליסטע, אז דו זאלסט קענען ארויסשמעקן דערפון בערך וואס איך זוך. אויב דו טרעפסט מיר אזא איינעם, וועל איך אים אפשר אויפנעמען (אויף מיר, פארשטייט זיך) אויך אלס רבי.
ווייל זיי זענען וואס דיין נפש זוכט דהיינו די שניט, אדער אז זיי זאגן זאכן וואס איז דיר באקוועם?
שכל'דיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:08 pm
x 23

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך שכל'דיג »

בכלל, גייסטו נישט טרעפן קיין רבי נאר איינמאל די גייסט זיין דעספריט צו טרעפן, און דעמאלט העט א רבי פון א אנדערע שטאט אפילו פון אן אנדערע לאנד זיין גוט.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 300

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך המברך יתברך »

שכל'דיג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:06 am
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:54 am איך האב דיר געגעבן גענוג א לאנגע ליסטע, אז דו זאלסט קענען ארויסשמעקן דערפון בערך וואס איך זוך. אויב דו טרעפסט מיר אזא איינעם, וועל איך אים אפשר אויפנעמען (אויף מיר, פארשטייט זיך) אויך אלס רבי.
ווייל זיי זענען וואס דיין נפש זוכט דהיינו די שניט, אדער אז זיי זאגן זאכן וואס איז דיר באקוועם?
תפוס לשון ראשון (ווען דו מאכסט א צד השוה, וועסטו דאך זיכער פארשטיין אז דאס איז פשט).
שכל'דיג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:09 am בכלל, גייסטו נישט טרעפן קיין רבי נאר איינמאל די גייסט זיין דעספריט צו טרעפן, און דעמאלט העט א רבי פון א אנדערע שטאט אפילו פון אן אנדערע לאנד זיין גוט.
אין מיין יארגאנג, איז קיינער נישט דעספערט פאר א רבי.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1589

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך פארפאלענער »

ווי איז די שמועס אריין געפארן דא צו רבי/מדריך?

דרך אגב @המברך יתברך ביסט נאך דא? די שרייבסט פיין
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 300

Re: מעג מען לערנען און אויסטייטשן ענינים פון ספרי חסידות כפשוטן?

פאוסט דורך המברך יתברך »

פארפאלענער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:24 pm ווי איז די שמועס אריין געפארן דא צו רבי/מדריך?

דרך אגב @המברך יתברך ביסט נאך דא? די שרייבסט פיין
געב מיר א נושא, וועל איך רעדן דערפון בעזהשי"ת.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שרייב פאוסט