די שטייגער פון די אמאליגע עשירים איז געווען, אז יעדע שטיק צייט פלעגט מען פארן קיין לייפציג צו כאפן מציאות אויפן מארק, און דערנאך האט מען די סחורה פארקויפט אין די קלענערע שטעטלעך.
מאכט זיך אמאל אז איינער פון די עשירים האבן זיך אביסעל פארשלעפט, און איז אנגעקומען אהיים פרייטאג נאכמיטאג א שעה צום זמן. האבענדיג אסאך צו טוהן צוצוגרייטען פאר שבת, האט ער געבעטען דארט אין שטאט איינער פון די שלעפערס זאלן אים אהיים טראגען זיינע פעקלעך וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט אין לייפציג, און ער וועט אים דערפאר גוט באצאלען. און דערוויל האט דער עושר געקלערט וועל איך לויפן זיך צוגרייטען פאר שבת קודש.
10 מינוט נאכן זמן קלאפט ביים עושר אין שטוב דער שלעפער, אינגאצען פארשוויצט און פארסאפעט, ער קען זיך נישט כאפן דעם אטעם. און הערשט נאכן זיך אראפזעצן און טרינקען צוויי גלעזלעך וואסער זאגט ער פארן עושר ''איך האב אראפ געלייגט די פעקליך דא פארענט פון דיין הויז, און יעצט דארף איך מיין געלט''.
דעם עושר ווערט שווארץ פאר די אויגן און געבט א שריי, ''געוואלד, דו האסט נישט גענומען די ריכטיגע פעקל, נישט דאס האב איך דיר געהייסען נעמען''!! זאגט אים דער שלעפער, גיי קוק וועסטו זעהן אז איך האב יא גענומען דיינע פעקלעך. זאגט אים דער עושר,דו נער וואס דו ביסט, וואס פארשטייסטו. מיינע פעקלעך זענען צוויי קליינע גרינגע פעקלעך פון דיימאנט שטיינער, און דאס וואס דו שוויצט אזוי ווייזט מיר אז דו האסט גענומען די נישט ריכטיגע פעקל!! ווער ווייסט וואו מיינע דיימאנט שטיינער זענען פארלוירן געווארן??!!!
פירט דער דובנער מגיד אויס, ישעיה הנביא זאגט אונז, ולא אתי קראת יעקב כי יגעת בי. אויב איז אידישקייט ביי דיר אן אפמיטשעניש טראגסטו נישט דעם ריכטיגען פעקל! אין די תורה שטייט, כי קרוב אליך הדבר מאוד!
אזוי זעהען מיר אויך אין ירושלמי פרק ערבי פסחים. רשע מה הוא אומר, מה העבודה הזאת לכם. די מפורשים מיטשענען זיך צו דערגיין די חילוק פון די שאלת החכם ביזן שאלות הרשע.די ירושלמי לייגט אבער צו ווערטער און טייטשט דארט, מה ''הטורח הזה שאתם מטריחין'' עלינו בכל שנה ושנה. איז דער קרבן העדה מסביר אז דאס איז די פראבלעם מיטן שאלת הרשע, מיט דעם וואס ער פרעגט מה העבודה, זעה איך אז אידישקייט איז ביי אים א טירחא כאילו לא ניתנו המצות אלא ליגע בני אדם, והרי זה רשע גמור!
איך געדענק אמאל אלץ בחור אין קעמפ, נאך די 9 טעג ווען נישט גייענדיג אין שויער פאר באלד א וואך. איז כמנהג הקעמפס וקאנטרי'ס נישט געווען קיין הייס וואסער א טאג נאך תשעה באב. און ווער עס האט געוואלט נעמען א שויער האט זיך געמוזט וואשען אין קאלט וואסער.
האב איך דעמאלטס געקלערט, לכאורה וואס איז געווען די גדלות פון אונזערע זיידעס וואס האבן געבראכען די אייז צו גיין אין מקוה. הגם די שויערס זענען טאקע נישט אזוי קאלט. אבער דאך זעהט מען אז רוב בחורים האבן זיך יא געקענט גובר זיין איבער די קאלטע וואסער, און יא גענומען א שויער. נו אויב אזוי, איז מה כל הרעש פון אונזערע זיידעס?
האב איך אבער געטראכט אויף דעם. אה''נ אז איך בין יעצט אין זעלבען דרגה פון מסירת נפש ווי מיינע זיידעס, אבער געוואלד, אויף וואס האבן מיינע זיידעס געהאט מסירת נפש, און אויף וואס בין איך מיך מוסר נפש? ביי מיינע זיידעס האט געברענט דאס גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי, אזוי ווי מיר ברענט דאס גיין אין שויער נאך די 9 טעג!!! דאס איז די גדלות פון אונזערע זיידעס!!! נישט דאס אז ער האט געבראכן די אייז!
רצוני לומר, זייער אסאך מאל איז דער מענטש מוכן ומזומן צו טוהן געוויסע זאכן, אפי' אויב עס איז זייער שווער. פארוואס? וויבאלד ער האט א רצון דערצו! דער ווייטאג איז נאר אז אונזערע רצונות זענען זיך נאכצוגעבן דעם גוף און נישט דעם נשמה!
דער מהר''י קרא טיישט פשט אין פסוק, ולא אתי קראת יעקב כי יגעת בי. א מענטש גייט אריבער א גאנצען טאג, ער טוט זיין ארבעט ער עסט און טרינקט וכו'. ווען עס קומט ביינאכט און דער אויבערשטער זאגט אים, גיי אין בית המדרש דאווענען מעריב, דעמאלט מיטאמאל הייבט דער מענטש אן פילן ווי מיד ער איז וכדו'. זאגט ער בזה הלשון, כל היום תענה ותעשה כל מלאכתך ואי אתה מתייגע. ולערב בזמן שאומר לך בוא מתפלל אתה משיב עיף אנכי!
די ארבעט אונזערע איז צו אנערקענען אז עבדות ד' איז נישט קיין אפקומעניש!
א שארף ווארט וועל איך מיך וואגן צו זאגן בפשט הירושלמי. רשע מה הוא אומר, ווען דו טרעפסט ליידער א רשע אויפן גאס און דו פרעגסט אים וואס פעלט דיר דאס אויס, פארוואס האסטו געמוזט פארקריכען. וועט ער דיר ענטפערן, מה הטורח הזה שאתם מטריחין עלינו בכל שנה ושנה. ביי מיר אינדערהיים איז גאנץ אידישקייט געווען א טירחא!!!
כי קרוב אליך הדבר מאוד
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2306
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7691
כי קרוב אליך הדבר מאוד
פיגער עס אויס!
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
זייער שיין, כדרכך בקודש.
גראדע פארשטיי איך נישט די צאמשטעל פון די ערשטע האלב מיט די צווייטע האלב, ס'קוקט מיר אויס ווי צוויי עקסטערע טייטשן אין פסוק.

.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
מיין טאטע זז״ג פלעגט אלץ נאכזאגן דעם משל פונעם דובנא'ר מגיד, און ס'באמת א שיין געדאנק.
אבער איין זאך האב'ך אלץ געוואלט פארשטיין, איז עס דען נישט אזוי אז תורה און מצוות קען אנקומען שווער און מיט מיטשעניש אזש מ'דארף כאפן דעם אטעם?
ס'גייט אזוי...
אויב ס'גייט גרינג, זעהט מען די סייעתא דשמיא, און אויב ס'גייט שווער, א גוטע זאך קומט אן שווער.
שרעק זיך נישט, איך בין ב״ה א פרייליכער חסידישער אינגערמאן,
אבער צומאהל דארף מען שטארקע יגיעה צו טוהן עבודת ה', ניין?
לעצטנס האב'ך געהאט איינער אין מיין משפחה, וואט האט גענומען א ליניע אז ער ווייסט וואס איז די רצון ה', ווייל דרכי' דרכי נועם - די תורה איז זיס, און ס'קען נישט זיין אז דעס און דעס וויל דער אייבערשטער.
האללאוי, נישט קוקן ראיות אסורות קען זיין שווער, היטן שבת קען זיין שווער, עסן נאר כשר קען זיין שווער, כיבוד אב ואם קען זיין שווער.
כ'וואלט הנאה געהאט פון קלארקייט אין דעם נושא.
אבער איין זאך האב'ך אלץ געוואלט פארשטיין, איז עס דען נישט אזוי אז תורה און מצוות קען אנקומען שווער און מיט מיטשעניש אזש מ'דארף כאפן דעם אטעם?
ס'גייט אזוי...
אויב ס'גייט גרינג, זעהט מען די סייעתא דשמיא, און אויב ס'גייט שווער, א גוטע זאך קומט אן שווער.
שרעק זיך נישט, איך בין ב״ה א פרייליכער חסידישער אינגערמאן,
אבער צומאהל דארף מען שטארקע יגיעה צו טוהן עבודת ה', ניין?
לעצטנס האב'ך געהאט איינער אין מיין משפחה, וואט האט גענומען א ליניע אז ער ווייסט וואס איז די רצון ה', ווייל דרכי' דרכי נועם - די תורה איז זיס, און ס'קען נישט זיין אז דעס און דעס וויל דער אייבערשטער.
האללאוי, נישט קוקן ראיות אסורות קען זיין שווער, היטן שבת קען זיין שווער, עסן נאר כשר קען זיין שווער, כיבוד אב ואם קען זיין שווער.
כ'וואלט הנאה געהאט פון קלארקייט אין דעם נושא.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2306
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7691
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
@וואוילער
חדא מתורצת בחברתה, איין תגובה דיינער פארענטפערט די צווייטע...
אט דאס וואס דו פרעגסט, האב איך געטרייעט אביסעל צו קלארשטעלן.
א מענטש קוקט צומאל אן עפעס, ממש ווי עס איז אומ-מעגליך. אבער נישט כאפענדיג טוט ער גענוי די זעלבע אדער ענליך. א דוגמא האב איך געברענגט מיין עקספיריענס מיט די שויער נאך די 9 טעג.
איך האב מיך אלעמאל געווינדערט פון וואו עס איז געקומען די גרויסע מסירות נפש צו ברעכן די אייז אין מקוה, און נישט כאפענדיג בין איך אריבער די זעלבע מסירת נפש. (למחצה לשליש ולרביע) די חילוק איז נאר אין די מיינד סעט. מיין זיידע וואלט נישט געקענט גיין אין קיין קאלטע שויער אפי' נאכן נישט גיין אין שויער פאר א וואך, ווייל דאס איז אים נישט געווען לעבנס וויכטיג. און איך וואלט קיינמאל נישט געקראכט קיין אייז אין מקוה, ווייל דאס איז מיר נישט לעבענס וויכטיג!
ווען א איד קוקט אן די תורה מיטן בליק פון כי הם חיינו ואורך ימינו, איז שוין יעדע נסיון זיינער געשניטען אויף האלב. אויב אויב קוקט ער עס אן אלץ אן אפקומעניש זאל ער וויסען אז ולא אתי קראת יעקב.
און אויף דעם האב איך געברענגט דעם ר''י קרא. ולא אתי קראת יעקב, די באשעפער האלט אונז פאר אז פונקט מיר קענסטו נישט רופן (דאווענען) כי יגעת בי, ווייל דו ביסט מיד. אלעס אין דיין חי גשמי האסטו צייט און כח צו טוהן, אבער א נישטיגע תפלת מעריב ווערט שוין ביי דיר א גאנצער נסיון.
דאס איז נאר ווייל ביי דיר איז תורה ומצוות נישט קיין חלק פון דיין לעבן. ווייל אויב איז תורה ומצוות א חלק פון דיין לעבן, וואלסטו נישט מיד געווען יעצט.
איך בין נישט דא צו זאגן אז אידישקייט איז גרינג, ניין דוקא נישט! אבער עפעס וואס איז נישט גרינג מיינט נישט אז ס'איז א פלאגעניש (יגיעה) מען זעהט מענטשען וואס האבן ליב צו מאכן איבונגען, איי ס'איז שווער? בכלל נישט שווער, ער ענדזשויט עס! אזוי קען יעדע מענטש זעהן ביי זיך זאכן וואס ער שטרענגט זיך באמת אן, אבער ער האט נישט קיין נסיון אפי', וויבאלד ער שפירט אז דאס איז א חלק פון זיין לעבן!

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21968
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
@נקודות טובות ריכטיגע און לעכטיגע דיבורים.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
@נקודות טובות
א דאנק פאר דיין קלארע ענטפער.
כ'וואלט געקומען צו דיין של״ס תורה עני טיים, און אויך צו דיין חוה״מ שיעור.
א דאנק פאר דיין קלארע ענטפער.
כ'וואלט געקומען צו דיין של״ס תורה עני טיים, און אויך צו דיין חוה״מ שיעור.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3672
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
שיין, שיין
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2306
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7691
Re: כי קרוב אליך הדבר מאוד
יא יא, ערב פסח איז די צייט צו געדענקען אז דרכיה דרכי נועם, די תורה איז זיס! דער אויבערשטער האט נישט געגעבן קיין מצות פאר אידישע קינדער זיי צו פייניגען מיט דעם. עס איז טאקע נישט גרינג, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די זיסקייט. מען ארבעט שווער היינט, אבער נישט OCD איז וואס די תורה האט געהייסען. און כעס האט די תורה נישט מתיר געווען ערב פסח!
אין זוהר הקדוש פרשת תצוה רעדענדיג איבער דאס ענין פון חמץ זאגט די זוהר אז חמץ שטייט אין די תורה נעבן די פרשה פון עבודה זרה צו זאגן אז איינער וואס ווערט נכשל בחמץ, איז כמאן דפלח לעבודה זרה! און פארדעם האט די תורה מקפיד געווען אויף לא יראה ולא ימצא פונקט ווי ביי עבודה זרה וואס די תורה האט מקפיד געווען אז ולא ידבק בידך מאומה מן החרם.
מען דארף אבער אויך געדענקען דאס וואס שטייט אין זוהר הק' עטליכע מאל אז כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה! מען רייניגט די הויז פון איין עבודה זרה, און מען ברענגט אריין די צווייטע!
ווען דו זעהסט אז דיין חבר איז נישט מקפיד אויף די אלע חומרות וואס ער האט געזעהן ביי זיין טאטע אינדערהיים, איז אנשטאט טראכטען וואספארא קל שבקלים יענער איז טראכט וואס דו קענסט טוהן צו מאכן ביי דיר אינדערהיים מער געשמאק אז דיינע קינדער זאלן נישט זוכען צו אנטלויפן פון דיינע חומרות.
לאמיר געדענקען וואס עס שטייט אין ספר שאלות ותשובות מן השמים (אחד מבעלי התוספות) אין די תשובה אויף שאלה ע''א שטייט בזה הלשון. מצות מצה ומצות חמץ הרי הם המצות שניתנו לישראל תחילה וקבלו עליהם באהבה וחיבה והחמירו בהם בכלליהם ובפרטיהם. איר הערט? די סיבה פארוואס מיר האבן די אלע חומרות אויף פסח איז צוליב די ''חיבת המצוה'' און נישט פאר קיין אנדערע סיבות. מאך זיכער דאס צו געדענקען בשעת די ביסט מחמיר אויף סיי וואס. און מאכן זיכער אז דיינע קינדער זעהן דאס אן אויף דיר!
ווען מען גייט צום שווער אויף פסח ווינטשט מען א חג כשר, ווייל שמח וועט עס סיי ווי נישט זיין. ווען מען פארט צו אן האטעל אויף פסח ווינטשט מען א חג שמח, ווייל כשר וועט עס נישט זיין. אבער פאר אונז אידטיש אידן ווילן מיר אלע ווינטשען א חג כשר ושמח!
זאלן מיר אלע זוכה זיין צו די ברכה וואס רבי יעקב ממרויש ענדיגט דארט צו, וכל המאריך בדקדוקיהם מאריכין לו ימיו ושנותיו!

הערליכע נקודות!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™