דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3026
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8811

דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך פופציגער »

ער האט א געוואלדיגע טענה צו מיר, און מיט בעטנדע בליקן גיסט ער אויס זיין הערצעלע, בעטנדיג אז איך זאל מפרסם זיין זיינע טרערן געווייקטע ווערטער, אפשר אזוי וועט קומען זיין ישועה.

זייענדיג עוסק אביסל אין שרייבעריי, קומט מיר אויס צו רעדן מיט פארשידענע פערזענליכקייטן און אזעלכע וואס פון אינדרויסן קוקן זיי אויס ווי אלעס ביי זיי שמייכלט דעקן אויף פיינפולע געשיכטעס, ווען אנדערע וואס פון אינדרויסן קוקן זיי אויס נאכגעלאזט און ווי א פארגעסענעם הערינג פישל אינעם טעלער נאכ'ן קידוש דעקן אויף דעם שלייער און צייגן געשיכטעס פון סוקסעס און אויסטערלישע הצלחות.

דאסמאל איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט אים, ער איז א העכסט אינטערסאנטער כאראקטער וואס איך גלייב אז ווייניג זענען אנגעקומען אים צו דערגרינטעווען ריכטיג. פון אינדרויסן געבט ער דעם פערפעקטן איינדרוק ווי איינער וואס אלעס גייט אים גוט, זיין יחץ געלונגט אלעמאל צום פונקט, זיין לג בעומר שיסער איז שוין אין כתה ב' אנגעקומען אלעמאל אין ציל, זיין שעמפו האט זיך נאך קיינמאל אויסגעגאסן אויף זיינע וועש אין מקוה, און זיינע נעגל פליען קיינמאל נישט אוועק ביים שניידן.

בקיצור, איינער וואס לאכט און שמייכלט, ראולט ארום און גלאנצט, און קוקט נישט אויס צו האבן סיי וועלכע דאגה מיט זיך.

זיין געשטעל זאגט אויך ממש דאס. ער איז טאקע קליין און רינדעכיג, אזא פעשער געשטעל וואס אלס קינד האמיר אזאנס גערופן א "ראולי פאולי", אזא עכטע קאטשעלאבישע איינדרוק, ווען ארום אים איז אלעמאל קאלירפול און זיס, און זיין אנוועזנהייט לייגט אלעמאל צו קאליר צום ארום ערגענצנדיג דעם בילד אין יעדן קרעמל וואו ער געפונט זיך.

נעכטן איז מיר אויסגעקומען צו זיצן מיט א קבוצה אידן, און זיך טרעפנדיג מיט אים אינעם שמועס האב איך אים באגריסט, און זיך צוגערוקט צו אים וואוסענדיג אז ארום אים איז אלעמאל געשמאק.

ער האט זיך אבער צוגעכאפט צום געלעגנהייט, און אנגעהויבן זיך אויסגיסן זיין הארץ פאר מיר, ממש ווי א נעגל וואסער שיסל אין וועלכע כ'האב נארוואס אריינגעטרעטן מיט אלע 4 פיס.

ער וויקלט אויף זיין געשיכטע, ליינט מיט שפאנונג:

"איך בין פון אלעמאל באטראכט געווארן ווי א געשמאקער כאראקטער, און איך וועל אפילו זיך ערלויבן צו זאגן אז איך בין א שטיקל סעלעברעטי ווען קינדער און עלטערע צוגלייך וועלן זיך קענען אידענטיפיצירן מיט מיר און וועלן זיך פרייען צו מיר.

"א דרויסענדיגער וועט געוויס מיינען אז אלעמאל גייט מיר אזוי גוט, און יעדער אינווידואל פאר זיך מיינט געוויס אז פונקט ווי ער וויל זיין גוט מיט מיר איז עס אזוי ביי יעדן.

"אינטערסאנט איז אבער דער טראגי-קאמישער פאקט, אז טראץ וואס ווי געזאגט מיינט "יעדער" אזוי, איז עס נישט אזוי"


איך עפן גרויסע אויגן... וואס הייסט? אויב יעדער מיינט אזוי, מיינט דאך אז יעדער איז אין דעם פלאץ! נו ווי קען זיין אז באמת איז נישט אזוי?
ערקלערט ער ווייטער:

"איך ווייס נישט פארוואס דער שלאק האט מיר באטראפן, אבער דער פאקט איז אז מענטשן שעמען זיך צו זאגן ברבים אז זיי זענען גוט מיט מיר!

"עס מאכט מיר פילן אזוי שלעכט מיט מיין גאנצע מהות... איך שפיר ווי יעדער איז נאר דא צו טריפן אויף מיר, און פריוואט איז יעדער גוט מיט מיר, אבער די רגע מ'געפונט זיך ברבים וועט מען זיך מאכן ווי מען קען מיר ניטאמאל!

"טראכט אריין ווי צעשאסן דאס מאכט מיר! איך געב גערן אויף אויף די פובליסיטי וואס איך האב ביי יעדן פריוואט, און אויף די שמייכלדיגע בליקן און בלינקען מיט די אויגן וואס יעדער שענקט מיר באהאלטענערהייט זיצנדיג אין א קופקע.

"אויב שעמסטו זיך מיר צו באגריסן הויך איז טייטש אז באמת בין איך נישט גענוג חשוב אין דיינע אויגן. איז פארוואס פריוואט זוכסטו צו זיין גוט מיט מיר?? איך קען נישט דערגיין דעם אורזאך, אבער עס צושטערט מיין לעבן!"


אזוי רעדט ער זיך אויס זיין פארווייטאגטע געשיכטע פאר מיר, ווען טרערן פליסן פון זיינע אויגן, און ער פירט אויס "ביטע, ביטע ברענג אן אווערנעס ביים ציבור! מיין בלוט איז נישט הפקר!"

איך בין געבליבן געפרוירן.

כ'האב נישט געחלומ'ט אז דאס איז דער געשיכטע וואס ליגט פארשלייערט אונטער דעם פרייליכן כאראקטער, און אים צו צייגן סאלידאריטעט האב איך תיכף געטון צום זאך און אים העפליך באגריסט הויך אן קיין טראפ בושה און צעגערנישן!

*

דאס איז געווען מיין היינטיגע שמועס מיט'ן חשוב'ן "ראָם-בּאָל".

מאך דיך נישט ווי דו ווייסט נישט פון וואס איך רעד... יא יא, דער רינדעכיגער ראם-באל וואס שמייכלט אזוי אלעמאל צו דיר, און וואס איז אלעמאל באשפרינקלט מיט פילפארביגע קאלירן צו ערגענצן דעם שיינעם טאץ אין וועלכע מען לייגט אים אריין. יא יא, ער וויינט.

וואס טוסטו ווען דו קומסט אהיים ביינאכט און ווילסט כאפן א מזונות און האסט פאר דיר אן אויסוואל פון הארטע ברעקלעך קעיק, צעקנייטשטע בראוני קעיק, אפגעגאלטע מארבל קעיק, און א טאץ ראם-באלס? הא? קיין ספק, אריין מיט א ראם-באל צוויי דריי. קלאר אזוי.

שטעלט זיך די פראגע, פארוואס ווען מען זיצט אינאיינעם ביי א לחיים וועסטו אויסוועלן צו עסן און זיך שטיקן אויפ'ן אויבערשטן טייל פונעם בראוני, דאן אריינלייגן האראוואניע צו צעקייען דעם הארטן קיכעלע, אבער דער ראם-באל, דיין א.ג. חבר, לאזטו זיצן אליינס?

האט איר שוין באמערקט דאס אז דוקא די סארט קעיק וואס וועלן ביי דיר אין פריזער ווערן דאס ערשטע אפגעלעהרט וועלן אלעמאל בלייבן אומבארירט ביי אזעכע פארמאלע לחיים'ס וואו עס זיצן א מוספר מצומצם ערוואקסענע ביים טיש?

רבותי, ס'צייט פאר א טויש.

קול דמי אחינו צועקים און קוויטשענען.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3636

Re: דער געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך רואה חשבונות »

זיס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3958
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5148

Re: דער געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך שמח »

געהעריג @פופצי בתוקפו!
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אברמי הירש
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 8:59 pm
Location: מאנסי
x 62

Re: דער געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך אברמי הירש »

חחחח....

בתוקף תוקפותיו! א שפראך צו צעשמאלצן!
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 88

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך נאכנישט »

FIVETY FIVETY
YOU HAVE IT
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך אחת למעלה »

יוש גיסט זיך פון מיר ראום באל טרערן... :lol: :lol:
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 226
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 415

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך לאקאלער רב »

יעה פופצי, פירסט א לייק, נאכדעם קען מען ליינען...
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 126

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

סתם זיס!
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1027
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1435

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ר''ל דיין שפראך, איך האב אויסגעפלאצט, אזא רייד,

מיינע מחשבות האבן מיר שוין גענומען צו תורת הנפש טעמע...
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6654
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15347

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

השם ישמרינו ויצלינו.

דער @פופציגער האט מיר שוין 50 מאל אויסגעשפילט, אבער יעדעס מאל עקסטער ווער איך פיפיג געפאלן פאר אים.

כהאב זיך געהעריג געגרייט צו קאמענטירן אז דער ארטיקל באלאנגט אין "איש זינגער היה". נישט געקענט טראכטן די נאמען וואס צו געסן.... והנה, כ'האב דערגרייכט דעם אויספיר.

פופציג שטיק דארף מען אריינשמייסן. אז דו טויגסט יא??!!!.... פלעגט מיין רבי זאגן.
אוועיטער
באשיינפערליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
x 278

Re: דאס געוויין אונטער'ן קאלירפולן שלייער

פאוסט דורך באשיינפערליך »

קוקו די, כ׳בין שוין געלאפן נעמען טישאס…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
שרייב פאוסט