עס מאכט נישט קיין סענס?!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 58

עס מאכט נישט קיין סענס?!

פאוסט דורך צד השוה »

בס''ד

''ביזט נערוועז חיים, הא?''
שטיל.
די אויגן פונם משפיע ר' מייליך באטראכטן זיין תלמיד שטילערהייט.
די צוויי שפאצירן ווייטער אינם פארק אבער אן אויסטוישן א ווארט. 'חיים איז אויפגעברויזט' קען ר' מייליך זעהן.

די הערבסט ארענדז קאלירטע ביימער זעהן זיך אן אונם גאנצן ארום, די געפאלענע בלעטער מאכן א רואיגע געמיט אויפן הארץ.
אבער נישט אויף חיים.
זיין סאן גלעסעס קען נישט פארדעקן די פארשטייפטע ליפן פון כעס און ווייטאג.

זעהנדיג א באנק צווישן די ביימער, האט ר' מייליך אהינגעריכטעט זיינע טריט. ''איך גיי מיר אראפזעצן דארטן'' האט ער אינפארמירט חיים.
א קאפ שאקל.
די באנק האט זיך אונטערגעקרעכצט פון דעם וואג, עדות זאגנדיג אויף די היבשע פאר יאר וואס ער באדינט שוין דעם פארק געטרייערהייט.

'פארוואס איז חיים אזוי פארמאכט?' האט ר' מייליך פרובירט צו פארשטיין באטראכטענדיג ווי דער מויקאש שפרינגט אזוי ווינדערליך פון איין בוים צום צווייטען.

די לעצטע פאר חדשים זייט ער האט זיך באקענט מיט חיים לויפן איהם דורך אין געדאנק. אנגעהויבן האט ער מיט א פארלאשענער בחור וואס האט ליידער ניטאמאל געלייגט קיין תפילין.
אפאר טעג צוריק חול המועד ווען חיים איז געקומען פאר א סעודה, איז ר' מייליך געווען אין די הימלן זעהנדיג ווי חיים לעבט! ער האט שטאלצירט מיט זיין ד' מינים, געוואלט וויסן מער וועגן יו'ט, און געווען אפען און נאטירליך. וואס איז געשעהן אין די פאר טעג??

פון א ווינקל פון זיין אויג האט ער געזעהן חיים זיך דערנענטערן ווען קנוילן רויך שלענגלן זיך ארויס פון זיין מויל.
''עס איז נישט נארמאל!!'' האט ער ארויסגעזידט מיט כעס אין ווייטאג.
''זיי זענען חיות!'' האט ער פארגעזעצט.
ר' מייליך'ס אויגן האבן געוויזן אז ער איז גרייט צו הערן.
''די האלסט עס איז נארמאל די מלחמה וואס גייט פאר אין ארץ ישראל?''
''אהא, איז דאס וואס באדערט דיך?''
דאס נישט ענטפערן איז געווען די בעסטע ענטפער.
''וואס באדערט דיר אזוי מיט די מלחמה?'' האט ר' מייליך געוואלט פארשטיין. ''די ביזט אנגעצויגן פון טעראר אטאקעס?''
חיים האט זיך פארטראכט א מינוט. ''ניין. נישט דאס מאכט מיר אזוי אנגעצויגן.
''לאמיר אריינזומען חיים, די ביזט א קלוגע בחור. וואס נעמט דיך אזוי איבער?''
''די מלחמה'' איז געווען חיים'ס ענטפער. ''איך ווייס נישט פינקטליך וועלכע חלק דערפון.
''פריער האסטו זיך אויסגעדריקט אז עס איז נישט נארמאל און אז זיי זענען חיות. קען זיין אז די קענסט נישט אראפשלינגען די פאקט אז מענטשן זענען אומשטאנד צו טוהן אזעלכע מעשה אחזריות?''
א לייכטע צושטימונג האט זיך דערקענט אויף חיים'ס פנים. '' עס איז מער פון דעם'' האט ער געפילט פאר וויכטיג צוצולייגן. ''וויאזוי קען זיין אז נאך וואס אזעלכע מעשה רציחה שפילן זיך אפ איז די יו ען פארנומען פארדאמען מדינת ישראל?!''
''וויאזוי קען זיין אז די וועלט איז ביזי פארטיידיגן א פאלק וואס שטיצט אפען רציחה?''
''איך קען עס נישט אויסהאלטן! יעדע מאל וואס איך ליין אזעלכע נייעסן פיל איך ווי איך עקספלאדיר. וואס האבן אידן אזוי שלעכט געטוהן אז עס איז אייביג אינזער שולד?!''
''עס מאכט נישט קיין סענס!''
חיים'ס אטעמען האט זיך אביסל בארואיגט נאכן ארויסרעדן וואס ליגט איהם אויפן הארץ.

''פרעגסט זייער גוט חיים'' האט ר' מייליך הנאה געהאט אז חיים האט זיך געפנט.
''די געדענקסט די שמועס וואס אונז האבן געהאט פאר שבועות?''
..........
עס איז געווען א וואך פאר שבועות ווען ר' מייליך האט גערעדט מיט א ברען וועגן מתן תורה און ווי גליקליך אונז זעמיר צו זיין דעם עם הנבחר.

חיים איז געווען אביסל סקעפטיש. '' צווישן אלע פעלקער האט דער אויבערשטער דוקא אונז גענומען? עס מאכט נישט קיין סענס.'' (ח''ו אזוי צו זאגן)
''איך קען דיר יעצט ענטפערן, האט ר' מייליך זיך נישט פארלוירן.
'' דיין צומישעניש איז זייער פארשפרייט ביי די אינגווארג. און א וועלט ווי גוים זעהן נישט קיין חילוק פון חיות און מענטשן, איז נארמאל אז אידן זעהן נישט קיין חילוק פון אידן און גוים.
איך וועל אבער ווארטן זאלסט אביסל מער טועם זיין דער טעם פון אידישקייט, און דעמאלץ טיפער אריינגיין אין דעם נושא.
און דער שמועס איז געגאנגען צו אנדערע ענינים...
..........
''וועגן די עם הנבחר?'' האט חיים פרובירט צו פארשטיין.
''ריכטיג, יענע שמועס''
''ווי קומט עס דא אריין?'' האט חיים נישט פארשטאנען.
''די צוויי זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס פארענטפערן איינער דעם צווייטן!''

דער באשעפער האט אונז גענומען און ער סטיקט מיט אונז. ער האט אונז ליב מער ווי סיי וואס, און ער וויל זיין נאנט מיט אונז. פינטל!

ווען אונז זעמיר און גלות לענדער און פארגעסן ווער אונז זעמיר, וועלן זיין גזירה'ס און פראגראמען ח''ו אונז צו דערמאנען.

ווען מען כאפט נאכאלץ נישט דער מעסעדז, און מען מיינט אז דער גוי איז דער וואס שלאגט ווייל אונז זעמיר די מיניראטעיט און זייער לאנד, און דער עצה איז מאכן א אייגן לאנד.

דאן טוישט זיך דער גאנצער וועלט! עס ווערט א קליינע וועלט מיט א יו ען ווי דער אידילע איז ווייטער אין גלות.

דער באשעפער האט אונז ב''ה אזוי ליב אז ער גיבט נישט אויף אינז! די הנאה און קרבת אלוקים וואס ער וויל אונז געבן מיט משיח, איז עפעס וואס גייט געשעהן! פינטל.
פון איין זייט זעמיר אונז דורך וואס קיין איין פאלק און די היסטאריע איז נישט דורך. פון די אנדערע זייט זעמיר נאך דא, נאך וואס קיין איין אנדער פאלק גייט נישט אן אזוי לאנג!

''הערסט חיים!? די ווייטאג איז די נחמה!''
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1909

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

הערליך שיין!

איך גלייך זייער די וועג ווי אזוי די האסט עס ארויסגעברענגט,

און דאס איז די ווארהייט וואס זייער אסאך פארגעסן/ ווייסן נישט היינט צוטאג,

יישר כח פארן אינז אויך אינזינען האבן
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 58

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך צד השוה »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:17 pm הערליך שיין!

איך גלייך זייער די וועג ווי אזוי די האסט עס ארויסגעברענגט,

און דאס איז די ווארהייט וואס זייער אסאך פארגעסן/ ווייסן נישט היינט צוטאג,

יישר כח פארן אינז אויך אינזינען האבן
שכח!

אזויווי די זאגסט, ס'איז בעצם פשוט און פון די יסודות.

מ'לעבט אבער אין א צומישטע וועלט.
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 941

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך מאטאווירט »

זייער שיין און רייך געשריבן!

הערליך!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 427

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך בן מלך »

ערליך און הערליך!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19160

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טיפע מחשבה פון איין זייט, און א געשמאקע שריפט פון די צווייטע זייט. ה@צד השוה שבהן, גאר גאר שטארק!

מורא'דיג.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1698
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2784

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

יא יא מיר זענען א עם הנבחר פשוטו כמשמעו "אויסדערוועלט" אלעס דרייט זיך ארום אינז,

יישר כח
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פארד
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:29 pm
x 5

Re: עס מאכט נישט קיין סענס!?!

פאוסט דורך פארד »

זייער שטארק אין גיט!!
שרייב פאוסט