מפטיר נאר פאר בחורים!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך יודעלע »

דאס שטעטלע קארטשעוו איז באקאנט פון דער אנטיסעמיטישער זייט פון אנפאלן אויף אידן מצד ענדעקישער כוליגאנעס און פון די געדינגענע פיקעטין, וועלעכע קומען אראפ פון אטוואצק יעדע וואך אויפ'ן יריד און זיי לאזן נישט אריין קיין שום קונה און א אידיש געוועלב.
איצט טיילט מען אונז מיט וועגן פאקט וואס ווייזט קארטשעוו פון אן אנדערע זייט – פון קליינליכן מחלוקה-זומפ אין וועלעכע די קארטשעווער אידן שטעקן, נישט געקוקט אויף די אלע צרות.
די גרעסערע מחלוקת'ן פלעגן אויסברעכן אין קארטשעוו ארום-מפטיר. אט די מפטיר פראבלעםמהאט צעטיילט קארטשעווער אידן, צעריסן זיי אויף שטיק שטיקלעך. ווי נאר עס איז געקומען שבת צו מפטיר, האט אין קארטשעווער בית המדרש זיך געטון אויף טישן און אויף בענק.
יעדער איינער האט זיך געהאלטן פאר'ן יחסן, אז נאר אים קומט דער מפטיר, דער - ווייל ער האט יארצייט, א צווייטער ווייל ער מאכט א ברית און א דריטער ווייל ער איז א חתן.
אזוי האט זיך יעדע שבת געטומעלט און קארטשעווער בית המדרש. און גיי שטעל אלעמען צופרידן אז סך הכול איז פארהאן איין שטיקל מפטיר.
ענדליך איז דער דאזער ר' בן ציון באראצקי, וואס איז אויך די גבאי אין קארטשעווער בהת המדרש, געפאלן אויף א פלרן ווי אזוי א סוף צן מאכן צו דעם מפטיר קאמף. דער לעצטן שבת האט ער פון בימה אראפ, פייערליך ערקלערט פאר'ן גאנצן עולם מתפללים, אז אנהייבנדיג פון היינט אן ווערט און קארטשעווער בית המדרש ליקווידירט דער מפטיר, דאס הייסט נישט חלילה אז דער מפטיר ווערט אינגאנצן סקאסירט. דער מפטיר וועט ווייטער עקזעסטירן, נאר באקומען וועט אים בלויז בחורים און נישט קיין בעל-בתים. קיין שום יחסנים וועלן שוין נישט זיין.

@קרעדיט עפעס א אלטע די וואך, איך געדענק נישט וועלכע
מנהלים אויב ס'אסור ביטע פארמעקן, א דאנק!
ווילסאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
x 3

Re: מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך ווילסאן »

האהאהא. וועלכע ווארט דערקענט איר?
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך יודעלע »

ווילסאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:12 pm האהאהא. וועלכע ווארט דערקענט איר?
ס'הייסט?
ווילסאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:09 pm
x 3

Re: מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך ווילסאן »

יודעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:16 pm
ווילסאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:12 pm האהאהא. וועלכע ווארט דערקענט איר?
ס'הייסט?
וועלכע פון דעי אלע אומדערקענבארע ווערטער.
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך יודעלע »

נו מיטשע דיך יעצט
פיילס
attachment (7).jpg
attachment (7).jpg (237.03 KiB) געזען געווארן 193 מאל
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 216

Re: מפטיר נאר פאר בחורים!

פאוסט דורך מיילעך »

אמאל איז געווען צייטן...
שרייב פאוסט