איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדערהיים?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך זייער גוט »

פרומער און בעסער איז דאך קיינמאל קיין פרובלעם, די פרובלעם הייבט זיך אן פארקערט...
דו, ביסט זייער גוט!!!
משתוקק לארץ ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
x 9

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך משתוקק לארץ ישראל »

א משפיע וואס ברענגט אראפ איז דאך נישט קיין משפיע, נישא פון דעם רעדט מען
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך זייער גוט »

איך רעדט נישט וואס ברענגט אים אראפ. איך רעדט פון געוויסע זאכן וואס ער איז אויף געצויגן אויף איין וועג, און ביי זיי איז דאס א פרובלעם, אבער ביי דעם משפיע איז דאס נישט קיין פרובלעם.

איך רעדט איבער עניני השקפה וכו.
דו, ביסט זייער גוט!!!
הייליגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:55 pm

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך הייליגער »

ס'זענען דא מענטשן וואס אין זייער אייגענע געמיינדע האבן זיי זיך איינגעקויפט א געוויסע אימידזש במשך די יארן, און שפעטער ווען זיי ווערן עלטער איז זיי שווער צו טוישן אין א פלאץ ווי יעדער קען זיי שוין.

כ'בין אמאל געווען ביים הדלקה פונעם ר"ר אלימלך און כ'האב געזעהן א קאלטער בעה"ב וואס כ'קען פון אמעריקע שאקלט זיך אריין דארט און טאנצט ווי א קינד, ער וואלט קיינמאל נישט געטוהן אזא זאך ביי זיין אייגענע רבי, וויבאלד יעדער קען איהם אלץ דער ארויפגעקוקטער נגיד וואס געבט זיך נישט קיין איבריגע ריר.
משתוקק לארץ ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
x 9

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך משתוקק לארץ ישראל »

הייליגער האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:01 pm ר"ר אלימלך
:lol: :lol:
ליין פונעם טאג
ריכטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 17

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך ריכטיג »

משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:28 pm
זייער גוט האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:08 pm
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:05 pm

דיסעגרי
זייטס מסביר
אויב איינער טרעפט א משפיע וואס רעדט באמת צו זיין נשמה, ער שפירט אז ער ברענגט אים באמת נענטער צו עבודת השם אבער פערצופאל האט מען אין די קהילה ווי ער איז אויפגעוואקסען מתנגד געווען קעגן די מהלך\משפיע, פארוואס מיינט עס אז ער איז א סתירה מיט זיך אליין?
לכאורה רעדט מען ווען ער בלייבן אריינגעגלידערט אין דעם קהילה, ער איז ווייטער א חלק פון יענעם סביבה אבער ער האט סתירה'דיגע מיינונגען, זיינע קינדער לערנען אין דעם חדר אבער באקומען א סתירה'דיגן חינוך אינדערהיים.
אויב ער פילט אז פאר זיין נשמה לוינט זיך צו אפהאקן מיט דעם קהילה און זיך אנשליסן אין א צווייטע קהילה, איז א אנדערע זאך.
הגם, אזא זאך ברויך גאר אסאך מחשבה אין אמת'דיגע שיקול הדעת אויב עס איז א גלייכע זאך צו טון, אדער ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 154

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בן מלך »

ריכטיג האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:17 pm
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:28 pm
זייער גוט האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:08 pm

זייטס מסביר
אויב איינער טרעפט א משפיע וואס רעדט באמת צו זיין נשמה, ער שפירט אז ער ברענגט אים באמת נענטער צו עבודת השם אבער פערצופאל האט מען אין די קהילה ווי ער איז אויפגעוואקסען מתנגד געווען קעגן די מהלך\משפיע, פארוואס מיינט עס אז ער איז א סתירה מיט זיך אליין?
לכאורה רעדט מען ווען ער בלייבן אריינגעגלידערט אין דעם קהילה, ער איז ווייטער א חלק פון יענעם סביבה אבער ער האט סתירה'דיגע מיינונגען, זיינע קינדער לערנען אין דעם חדר אבער באקומען א סתירה'דיגן חינוך אינדערהיים.
אויב ער פילט אז פאר זיין נשמה לוינט זיך צו אפהאקן מיט דעם קהילה און זיך אנשליסן אין א צווייטע קהילה, איז א אנדערע זאך.
הגם, אזא זאך ברויך גאר אסאך מחשבה אין אמת'דיגע שיקול הדעת אויב עס איז א גלייכע זאך צו טון, אדער ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
זיי מסביר וואס דו מיינסט מיט א סתירה׳דיגע חינוך? אויב רעדט מען פון א ערליכע משפיע, וואס פארקויפט פנימיות אדער קאכט אין געוויסע נושאים וואס רעדן צו זיין נשמה וויאזוי וועט דאס אפעקטירן זיינע קינדער חינוך?
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך יודעלע »

די אלע גרויסע אידן וואס זענען געווארן מקורב צום בעל שם טוב הקדוש האלטסטע אז זיי האבן נישט געפיהלט קיין סיפוק פשוט פון גמרא?
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בינת הלב »

יודעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:34 pm די אלע גרויסע אידן וואס זענען געווארן מקורב צום בעל שם טוב הקדוש האלטסטע אז זיי האבן נישט געפיהלט קיין סיפוק פשוט פון גמרא?
פארוואס טראכט איר אזוי?
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך יודעלע »

בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:45 pm
יודעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:34 pm די אלע גרויסע אידן וואס זענען געווארן מקורב צום בעל שם טוב הקדוש האלטסטע אז זיי האבן נישט געפיהלט קיין סיפוק פשוט פון גמרא?
פארוואס טראכט איר אזוי?
ער שרייבט אז רוב מענטשען וואס זוכן עפעס ניי האבן נאך בכלל נישט געקוקט ביי זיי אינדעהיים
נישט ח"ו איך פארשטיי עפעס וואס איז פארגעקומען ביי די תלמודי בעל שם נאר עס קען נישט זיין אז א איד זוכט פשוט נאך עפעס?
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בינת הלב »

יודעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:51 pm
בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:45 pm
יודעלע האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:34 pm די אלע גרויסע אידן וואס זענען געווארן מקורב צום בעל שם טוב הקדוש האלטסטע אז זיי האבן נישט געפיהלט קיין סיפוק פשוט פון גמרא?
פארוואס טראכט איר אזוי?
ער שרייבט אז רוב מענטשען וואס זוכן עפעס ניי האבן נאך בכלל נישט געקוקט ביי זיי אינדעהיים.

נישט ח"ו איך פארשטיי עפעס וואס איז פארגעקומען ביי די תלמודי בעל שם נאר עס קען נישט זיין אז א איד זוכט פשוט נאך עפעס?
אהא.

זיכער קען זיין.

עס זענען פארהאן צוויי סארטן מענטשן וואס זוכן.

עס זענען פארהאן מענטשן וואס זענען מבקשי אמת בטבע, ער זוכט עכטקייט, ער זוכט זאכן זאלן שטימען על קו האמת עד הסוף. אזא מענטש - נישט קיין חילוק וויפיל ער וועט קונה זיין וועט ער נאכאלץ זוכן נאך מער און נאך מער.

נאכדעם זענען פארהאן מענטשן וואס זענען שטארקע בעלי רגש און זוכן כסדר א מילוי פאר זייער נפש וואס זאל זיי זאט מאכן. אזא מענטש - איינמאל ער טרעפט די זאך וואס ער שפירט אוואו דאס מאכט אים זאט וועט ער דארט אריינפארקן און דארט פארבלייבן באקוועם.

דערנאך זענען פארהאן מענטשן וועלעכע זענען ממוזג פון ביידע סארטן. דהיינו, אז זייער ביקוש לאמת גייט אינאיינעם מיט זייער נאטורליכע נפש'דיגע ביקוש וואס זיי פארמאגן אין זייער הארץ. אזא סארט מיזוג פון חכמה און רגש. #בינת הלב..

צווישן די אלע אנשים המבקשים וועלעכע מיר קענען געפינען זיך צווישן זיי פון ביידע סארט. א מיעוטא דמיעוטא ממש זענען די וועלעכע פארמאגן א מיזוג פון די צוויי נקודות, וואס דיע זענען אזוינע וועלעכע זיינען ספעציעל עלול צו דעגרייכן גרויסע מדריגות למעלה מן השורה היות זיי פארמאגן די נקודה שבנפש וועלעכע טרייבט זיי צו זוכן 'עפעס', און פון די אנדערע זייט די נקודה שבמוח וועלעכע טרייבט זיי צו זוכן דאס אויסגעהאלטענע עד הסוף אנע פשרות.

עכ"פ, די נקודה איז אז אסאך מאל אפילו ער האט געזוכט אין זיין מקום פריער, דאך - אויב פארמאגט ער איינס פון די דערמאנטע נטיות אויף א שטערקערן אופן ווי געווענליך וועט דאס נישט קיין סאך העלפן.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
יודעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:39 am
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך יודעלע »

בינת הלב האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:52 pm

אהא! זייער שיין מסביר געוועהן
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך זייער גוט »

וואו איז די לייק קנעפל?...הערלעל הערלעך @בינת הלב
דו, ביסט זייער גוט!!!
מי חכם
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:08 pm
x 5

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך מי חכם »

איינער וואס זוכט די סארט 'ירידות' אין השקפה, ברויך דאך נישט האבן קיין משפיע פאר דעם. דאס זעלבע ווער עס זוכט עמיצער וואס זאל אים נישט 'מחייב' זיין (וואס פונקטליך איז אים דער אייגענער אדמו"ר מער מחייב?), קען פשוט אויפהערן צו נעמען התחייבות'ער פון זיין רבי'ן, עס איז גאנץ ווייניג משנה צי ער טוט דאס מיט א כסות עינים אז זיין 'משפיע' האלט גראדע אזוי.

למשל, לאמיר מצייר זיין א סאטמארער וואס וויל גיין צום כותל, איז ער פונקט אזוי אפגעפרעגט ווען ער גייט צוליב דעם וואס אלע אנדערע אידן און צדיקים גייען, צי ווען ער גייט וויבאלד ער איז א חסיד פון (נאר לשם משל) ר' מאטל זילבער. אפשר אפשר אויב מאכט זיך אז ער גייט מיט צוזאמען מיט זיין רבי'ן וועט מען זיך נאך פארמאכן די אויגן.

דער מציאות איז גראדע אז ווען מען גייט צו אזא מקום, ספעציעל אויב מען קניפט אן א פערזענליכער קשר מיטן משפיע, איז מען סאך מער משועבד, די משפיעים קריכן אפטמאל אריין טיף אינעם פערזענליכן לעבן, אין פריוואטע ענינים ווי אויך אין די קעשענע וד"ב.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בינת הלב »

מי חכם האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:31 pm דער מציאות איז גראדע אז ווען מען גייט צו אזא מקום, ספעציעל אויב מען קניפט אן א פערזענליכער קשר מיטן משפיע, איז מען סאך מער משועבד, די משפיעים קריכן אפטמאל אריין טיף אינעם פערזענליכן לעבן, אין פריוואטע ענינים ווי אויך אין די קעשענע וד"ב.
די משפיעים קריכן נישט אריין, די תלמידים לאדענען זיי אריין.

און דאס איז פון די שענסטע זאכן און בעסטע ברכות מיט וואס א מענטש קען געבענטש ווערן. די מנוחה וואס באפאלט ווען דו האסט איינעם א קלוגן איד א העכערע איד וועמען דו קענסט פרעגן שאלות אין אלע תחומים פון דיין לעבן, דו האסט א קלארקייט דו האסט אויף דו פארלאזט זיך און טראסט, דאס גיט דאך א מענטש אזויפיל רואיגקייט, אנדערש ווי א מענטש וועלעכע האט דאס נישט, און איז אלעמאל בדאגה און במבוכה וועלעכע ריכטונג צו נעמען, ווייל ער קען נישט קונה זיין אביסל פון די גאלדענע מידה פון הכנעה און 'טראסט' און אין עימיצן וואס דו גלייבסט אין אים ווייל ער איז מער פון דיר.

וואויל איז דעם מענטש וואס האט דאס גוט'ס.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
מי חכם
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 7:08 pm
x 5

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך מי חכם »

די פוינט - פון דעם אשכול עכ"פ - איז נישט איבער דעם צי די רילעישאנשיפ צווישן דעם משפיע און דעם נשפע איז געזונט אדער נישט, די נקודה איז אז - אנדערש ווי מאנכע דא האבן גע'טענה'ט אז א משפיע איז גארנישט מחייב און דערפאר גייט מען אהין - אין רוב פעלער איז דער מצב פונקט פארקערט, א משפיע קומט מיט גאר שטארקע התחייבות'ער.

אגב, אז דו האסט שוין דערמאנט דעם ענין פון זיך פארלאזן און טראסטן, האב איך געזען לעצטנס אין א שמועס וואס די וואך האט געהאט מיט א רב אין ארץ ישראל - ר' מיכל זילבער אדער הרב שטערן אפשר - וועלכער האט דוקא דורש געווען לגנאי די ערשיינונג, זאגנדיג אז די סיבה וואס מען זעהט אזויפיל מענטשן זיך שואל עצה זיין מיט רבי'ס / רבנים איז לאוו דווקא מכח א אויפשטייג אין אמונות חכמים, נאר פשוט א המשך פונעם אלגעמיינער פריקת עול אין אלע תחומי החיים, מענטשן ווילן זיך נישט נעמען דעם שיעבוד פון מאכן אליינס דורכגעטראכטע באשלוסן און לעבן מיט די קאנסעקווענצן פון זייערע החלטות, און אנשטאט ווארפט מען אלעס ארויף אויפן משפיע / רב / רבי'ן, זאל ער מאכן די וויכטיגע החלטות פאר מיר... דאס איז נישט דוקא אנדערש ווי דו האסט געזאגט, עס איז נאר די אנדערע זייט פון די זעלבע מטבע.
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בינת הלב »

מי חכם האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:22 pm די פוינט - פון דעם אשכול עכ"פ - איז נישט איבער דעם צי די רילעישאנשיפ צווישן דעם משפיע און דעם נשפע איז געזונט אדער נישט, די נקודה איז אז - אנדערש ווי מאנכע דא האבן גע'טענה'ט אז א משפיע איז גארנישט מחייב און דערפאר גייט מען אהין - אין רוב פעלער איז דער מצב פונקט פארקערט, א משפיע קומט מיט גאר שטארקע התחייבות'ער.
נכון.

מי חכם האט געשריבן:אגב, אז דו האסט שוין דערמאנט דעם ענין פון זיך פארלאזן און טראסטן, האב איך געזען לעצטנס אין א שמועס וואס די וואך האט געהאט מיט א רב אין ארץ ישראל - ר' מיכל זילבער אדער הרב שטערן אפשר - וועלכער האט דוקא דורש געווען לגנאי די ערשיינונג, זאגנדיג אז די סיבה וואס מען זעהט אזויפיל מענטשן זיך שואל עצה זיין מיט רבי'ס / רבנים איז לאוו דווקא מכח א אויפשטייג אין אמונות חכמים, נאר פשוט א המשך פונעם אלגעמיינער פריקת עול אין אלע תחומי החיים, מענטשן ווילן זיך נישט נעמען דעם שיעבוד פון מאכן אליינס דורכגעטראכטע באשלוסן און לעבן מיט די קאנסעקווענצן פון זייערע החלטות, און אנשטאט ווארפט מען אלעס ארויף אויפן משפיע / רב / רבי'ן, זאל ער מאכן די וויכטיגע החלטות פאר מיר... דאס איז נישט דוקא אנדערש ווי דו האסט געזאגט, עס איז נאר די אנדערע זייט פון די זעלבע מטבע.
עס איז א אמת'ע נקודה, אבער מיין נקודה איז אויך אמת. ואדרבה, אויב טרעפסטו אן א ריכטיגע רבי, א אמת'ע קלוגע מענטש א אמת'ע העכערע מענטש א אמת'ע געזונטע מענטש, וועט דיך אזא רבי נישט געבן ווייניגער ארבייט און אחריות, הפוך, זיין הדרכה וועט זיין דיך דוקא יא אויסצולערנען אוואו דו האסט צו ארבייטן און וויאזוי, ער וועט דיך געבן מער חומר לעבודה נישט ווייניגער.

די נקודה פארוואס עס גיט רואיגקייט קומט בכלל נישט פון דעם ווייל דער מענטש פאלגט דיזן איד בלינדערהייט, לגמרי נישט, נאר עס קומט פון די קלארקייט און ליכטיגקייט וואס דו באקומסט ווי אזוי זיך צו באגיין אין דיין לעבן אליינס, נישט אז דו קאלסט דעם רבי'ן פאר יעדע קליינע שאלה ווייל דו האסט אוועקגעווארפן דיין מוח אין מיסטקאסטן, פארקערט, דיין רבי גיט דיך די קלארקייט ווי אזוי צו טראכטן ריכטיג און האנדלען ריכטיג ווען דו ביסט אליינס אויף דיינע אייגענע פיס און אין דיינע סיטואציעס רוחניות'דיגע ווי גשמיות'דיגע צוגלייך.

פונקט ווי ווען עמיצער וויל וויסן ווי אזוי צו טוהן לעקטאר, און א צווייטער וויל וויסן ווי אזוי די וועטער'ס ארבייטן, און א דריטער וויל וויסן ווי אזוי צו העלפן מענטשן מיט זייערע נפשיות'דיגע מצוקות, א פערטער וויל וויסן ווי אזוי צו ווערן געהאלפן פון זיינע נפשיות'דיגע מצוקות, א פינפטער וויל פארשטיין די ספיריטואלע וועזן פון די וועלט, א זעקסטער וויל ארויסהאבן די ציהל פון די וועלט באשאף, וכו' וכו'.

וואס טוט אזא עמיצער?!

וועסטו אים דען זאגן, קוק נישט אין ערגעץ, הער נישט פון קיינעם, זעץ דיך אוועק און הייב אליינס טראכטן טעאריעזירן אין די אלע נושאים, נעם אחריות, זיי דיין אייגענע רבי, אזוי וועסטו אים זאגן?!

אוודאי אז נישט.

וועסט אים זאגן, גיי, נעם אפיר א ביכעלע און הויב אן צו לעיזן און שטודירן, נעם אפיר א געלערענטער און הויב אן פרעגן שאלות און הערן ענטפער'ס. און ער וועט אזוי טוהן און די אויגן וועלן זיך אים אויפלייכטן, זאכן וועלן אים אנהויבן זיך זעצן אין מוח, אזוי וועט ער טוהן און טוהן לערנען און לערנען ביז ער וועט אנהויבן כאפן דעם דערהער און שוין אפילו קענען אן א בוך און אן א לערער טראכטן און פיגערן און פילייכט אליינס ערפינדן אראפנעמען און צולייגן, און אלעס בעיסד אויף די השגה און אור וואס די לערעס און לערער'ס זיינע האבן אים געגיבן.

כן הדבר הזה.

ווען איינער זוכט א רבי דארף ער וויסן אז ער זוכט א רבי וואס זאל אים אויסלערנען א דרך ווי אזוי זיך צו באגיין, ווי אזוי מען טראכט און באטראכט אין די ענינים פון די ציהל פון לעבן די וועג פון לעבן די תכלית העולם די תכלית האדם און בעיקר לערנען ווי אזוי מען ברענגט דאס אלץ אריין אין די עקטשועל חיי יום יום - זיך קונה זיין א חכמת חיים און א חכמת אלוקי. דאס איז א לערנונג, דאס איז נישט עשה כך ואמור כך ולך שם ושב פה. דאס איז ערענסטע זאכן וואס מען דארף לערנען.

און עס איז נעריש צו זאגן, אז דער מענטש וואס טוט דאס איז א הפקר אינג וואס וויל נישט נעמען אליינס אחריות, בדיוק הפוך, ווייל ער וויל נעמען אחריות ווייל ער וויל לעבן מיט'ן אמת גייט ער לערנען ווי אזוי וואס און ווען. עמיצער וואס טוט דאס נישט איז א הפקר אינג פון וואס די פסוק רעדט.

אוודאי איז דא אסאך מענטשן וואס טוען עס אומריכטיג ווי דו האסט דערמאנט. נו, אזוי גייט די וועלט, יעדע ריכטיגע און גוטע זאך וועט אלץ זיין מענטשן וואס וועלן עס נעמען אומריכטיג, אזוי ארבייט די וועלט. דאס זאגט אבער נישט גארנישט איבער די עצם אמיתו של דבר פון די זאך.

די אמת און ריכטיגקייט איז נישט שולדיג אז עס זענען פארהאן מענטשן וועלעכע נעמען איר נישט אמת'דיג און אומ-ריכטיג.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
בעל מנוחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:44 pm
x 2

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בעל מנוחה »

@בינת הלב הערליך צולייגט די נושא.
די בעסטע איז די לעצטע צוויי פאראגראפן
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 154

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בן מלך »

@בינת הלב געוואלדיג! איך בין אויף דעם מעיד פון פערזענליכע ערפארונג
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 154

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך בן מלך »

מי חכם האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:22 pm די פוינט - פון דעם אשכול עכ"פ - איז נישט איבער דעם צי די רילעישאנשיפ צווישן דעם משפיע און דעם נשפע איז געזונט אדער נישט, די נקודה איז אז - אנדערש ווי מאנכע דא האבן גע'טענה'ט אז א משפיע איז גארנישט מחייב און דערפאר גייט מען אהין - אין רוב פעלער איז דער מצב פונקט פארקערט, א משפיע קומט מיט גאר שטארקע התחייבות'ער.

אגב, אז דו האסט שוין דערמאנט דעם ענין פון זיך פארלאזן און טראסטן, האב איך געזען לעצטנס אין א שמועס וואס די וואך האט געהאט מיט א רב אין ארץ ישראל - ר' מיכל זילבער אדער הרב שטערן אפשר - וועלכער האט דוקא דורש געווען לגנאי די ערשיינונג, זאגנדיג אז די סיבה וואס מען זעהט אזויפיל מענטשן זיך שואל עצה זיין מיט רבי'ס / רבנים איז לאוו דווקא מכח א אויפשטייג אין אמונות חכמים, נאר פשוט א המשך פונעם אלגעמיינער פריקת עול אין אלע תחומי החיים, מענטשן ווילן זיך נישט נעמען דעם שיעבוד פון מאכן אליינס דורכגעטראכטע באשלוסן און לעבן מיט די קאנסעקווענצן פון זייערע החלטות, און אנשטאט ווארפט מען אלעס ארויף אויפן משפיע / רב / רבי'ן, זאל ער מאכן די וויכטיגע החלטות פאר מיר... דאס איז נישט דוקא אנדערש ווי דו האסט געזאגט, עס איז נאר די אנדערע זייט פון די זעלבע מטבע.
ריכטיג. רובו דרובו מענטשן וואס קומען אן צו משפיעים זעהסטו א פאקטישע שינוי לטובה אויף זיי נאך א שטיק צייט. און די וואס זוכן נישט קיין תוכן, וועלן סייווי נישט אנהאלטן צו לאנג אויף א פלאץ.

בנוגע דיין צווייטע האלב, אזויווי בינת הלב האט שיין געזאגט, א ערליכע משפיע וועט אפשר אנפאנג ווילאנג די מענטש שטעלט זיך אוועק אפשר יא געבן פונקטליכע הדרכה אויף טריט און שריט, (און די אמת איז, ווען מען באקומט שייכות מיט א ערליכע איד אויף א פערזענליכע אופן כאפט מען ערשט דעמאלטס וואספארא קינד מען איז.. און ווי ווייט החלטות זענען געמאכט געווארן דורך אזויפיל זייטיגע חשבונות..) אבער ווען די מענטש שטעלט זיך גוט אוועק וועלן זיי דייקא נישט ענטפערן אויף קלענערע נושאים און אפילו אויף ערענסטע נושאים וועט עס נישט יא אדער ניין, נאר אויסשמועסן די יסודות אז די מענטש זאל אליין קענען בוחר זיין בטוב. דאס האט אויך א טיפערע סיבה גראדע, אבער ס׳איז פשוט די אלף בית פון לאזן א מענטש וואקסן געזונט.

——
צום קעפל, יא איך האב געזוכט, שטארק געזוכט! אבער נישט געטראפן.
מילעכיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:29 pm
x 6

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדעהיים?

פאוסט דורך מילעכיג »

פיין געשריבן ר' בן מלך
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 721
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1131

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדערהיים?

פאוסט דורך ווירקליך »

פאריגע וואך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער א שטארקער מבקש וואס לויפט ארום פון משפיע צו משפיע.

האביך אים אויפגעברענגט דעם טעמע און געפרעגט צי ער האט שוין אפילו געקוקט צי אין אונזער קרייז איז אפשר אויך דא משפיעים פון וועמען ער קען שעפן וואס ער זוכט.

האט ער מיר געזאגט אז אמת ער ווייסט קלאר אז ביי אונז איז דא און ער גייט צו זיי אויך באופן ארעי, אבער כדי די ווערטער וואס ער הערט זאלן ריכטיג משפיע זיין אויף אים וויל ער שפירן אז ער האט געקליבן דעם משפיע מדעת עצמו און נישט אז ער הערט וואס ער זאגט ווייל דאס איז דער ’סיסטעם’.

אן אינטערסאנטער דערהער געווען פאר מיר.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדערהיים?

פאוסט דורך המברך יתברך »

דער מענטש האט גוט ארויסגעברענגט, וואס זייער אסאך מענטשן טראכטן אדער שפירן און זיי ווייסן אליין נישט פארוואס זיי שפירן אזוי. דאס איז א חלק פונעם שקר פון "ברענדיג" (BRANDING), און ווערט ארויסגעברענגט אינעם זאץ: "מיט משפחה עסט מען קוגל...!".
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 154

Re: איר האט געטראפן א משפיע, האט איר שוין געזוכט ביי אייך אינדערהיים?

פאוסט דורך בן מלך »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:41 pm פאריגע וואך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער א שטארקער מבקש וואס לויפט ארום פון משפיע צו משפיע.

האביך אים אויפגעברענגט דעם טעמע און געפרעגט צי ער האט שוין אפילו געקוקט צי אין אונזער קרייז איז אפשר אויך דא משפיעים פון וועמען ער קען שעפן וואס ער זוכט.

האט ער מיר געזאגט אז אמת ער ווייסט קלאר אז ביי אונז איז דא און ער גייט צו זיי אויך באופן ארעי, אבער כדי די ווערטער וואס ער הערט זאלן ריכטיג משפיע זיין אויף אים וויל ער שפירן אז ער האט געקליבן דעם משפיע מדעת עצמו און נישט אז ער הערט וואס ער זאגט ווייל דאס איז דער ’סיסטעם’.

אן אינטערסאנטער דערהער געווען פאר מיר.
איך ווייס נישט וועגן יענעם אבער איך קען זאגן מיט א קלארקייט אז דאס וואס איך האב געזוכט איז נישט דא אין מיין קהילה, אנלעס יענער באהאלט זיך אין עפעס א קעלער… האב איך געמוזט ארויסגיין זוכן
שרייב פאוסט